ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך יידל »

משניות מהדורת רייזמן, עם פירוש קצר, ביאור נרחב, עיונים, וקיצור הלכות המשנה, הוצאת ארטסקרול - מסורה, סדר זרעים כרך א מסכת ברכות $9.50

ארטסקרול האט אנגעהויבן א נייע פראיעקט אין לשון הקדוש: משניות מיט ביאורים אין לשה"ק. דער ערשטער באנד סדר זרעים כרך א - מסכת ברכות איז שוין אין די געשעפטן (נישט ממש די ערשטע, פאר אפאר יאר צוריק האט ארטסקרול ארויסגעגעבן אויף מס' שביעית, אבער זיי האבן פריש דיזיינד די דעקל, און די תוכן איז אויך היבש מער אויסגעארבעט). די פראיעקט ווערט געספאנסערט דורך הרב צבי רייזמאן פון לאס אנדזשעלעס און ווערט פאררופן על שמו "מהדורת רייזמן".

די מענטשן וואס שרייבן די פירושים זענען די זעלבע ווי די עורכים פון די וועלט-בארימטע ביאור אויף ש"ס, מהודרת שוטנשטין. די משניות באשטייט פון פיר חלקים אחוץ די משניות גופא און פירוש הרע"ב. עס פארמאגט אויבן א ביאור קל, ענליך צו די ביאורים אויף תלמוד און מהודרת שוטנשטין. די הערות ווערן צוטיילט אין צוויי. איינס הייסט "ביאור" ווי חלקים פון די משנה ווערן אויסגעשמועסט מיט א ברייטקייט און אויף די ביאור זענען דא הערות וואס רופן זיך "עיונים". ביי די ענדע פון א יעדע פרק איז דא א מדור וואס הייסט "המשנה בהלכה", א ליקוט פון די הלכות וואס לערנען זיך ארויס דירעקט פון די משניות. די פרקים קומען מיט די קלאסישע הקדמות מיט וועלכע ארטסקרול איז באקאנט, און קאמפליצירטע משניות האבן א הקדמה קצרה אין די פירוש קצר אפטיילונג, און - ווען ס'פעלט זיך אויס - א מער דעטאלירטע הקדמה אין די "ביאור" אפטיילונג. אויבן אויף זעט די ערשטע באנד אויס ווי א הערליכע ארבעט, און די מהדורה פארשפרעכט צו זיין נאך א רינגעלע אין די קייט פון ארטסקרול'ס לייסטונגען פאר לימוד התורה ארום די וועלט.

איך האב נאר איין קריטיק, און דאס גייט אויף די "המשנה בהלכה" אפטיילונג, לדעתי פעלט דאס נישט אויס אין די משניות, עס איז נישט גוט פאר חזרה ווייל עס איז צו אריענטירט צו הלכה למעשה, און עס איז נישט גוט פאר הלכה למעשה ווייל עס איז צו בקיצור אין אויבערפלעכליך (עס קאווערט נישט חידושים פון גמרא). כ'האב א שפיר אז דאס איז נאכגעמאכט פון מתיבתא שע"י עוז והדר, וועלכע האבן א טענדאנציע צוצולייגן מדורים עד אין סוף אין זייערע גמרות. (זיי האבן אנגעהויבן מיט דריי אדער פיר מדורים און היינט האלט עס שוין ביי אכט אדער ניין).

איין טעות וואס כ'האב געטראפן, איז אז אין די הקדמה פון הרבנים שערמאן און זלאטאוויץ רופן זיי די "עיונים" אפטיילונג בשם "הערות", ווי עס זעט אויס איז קודם געווען די פלאן עס צו רופן הערות אבער זיי האבן באשלאסן אז הערות איז שוין פארנוצט אין זייער ש"ס מהדורה און מ'דארף א נייע נאמען. טאקע נאר א טעכנישע טעות אבער פאר פערפעקציאניסטן ווי ארטסקרול פאסט דאס נישט.

איך בין אויך נייגעריג צו זען וואס פאר א השפעה דאס וועט האבן אויף משניות סייעתא דשמיא וואס איז ביז היינט געווען פון די מערסטע פאפולערע פירוש אויף משניות.

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

איך בין מתפלל אז משניות סיעתא דשמיא זאל ארויסקומען די גאנצע פאר ארטסקרול ער איז זיך צים באלעקן דאס הייסט געלערנט
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

גלות יוד האט געשריבן:איך בין מתפלל אז משניות סיעתא דשמיא זאל ארויסקומען די גאנצע פאר ארטסקרול ער איז זיך צים באלעקן דאס הייסט געלערנט

מ'קען נישט פארגלייכן אן ארבעט וואס ווערט געמאכט דורך איין מענטש צו אן ארבעט וואס ווערט געטון דורך א גאנצע שטאב.
סייעתא דשמיא משניות איז טאקע גאר א גוטער ארבעט, און איך האב שוין כמעט געשריבן די מערסט פאפולערע משניות, ווען נישט איך ווייס אז קהתי איז פאפולערער, כאטש קהתי קומט ווייט נישט צו צו סייעתא דשמיא. איך קען קוים ווארטן אז ארטסקרול זאל ארויסגעבן אויף א מסכתא אויף וועלכע ס'איז שוין דא סייעתא דשמיא אזוי אז מ'וועלמער קענען פארגלייכן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
צודעזאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 21, 2012 10:50 am

שליחה דורך צודעזאך »

לדעתי איז 'סייעתא דשמיא' טאקע א מייסטערווערק, פארט האט דאס אפאר שטארקע חסרונות, ווצב''ש א געוואלדיגע אריכות, א געוויסע אי-סדר און צומישעניש וואס דאס אלס איז א דירעקטע תוצאה פון די פאקט אז די גאנצע ארבעט ווערט הויפטזעכטליך אויסגעפירט דורך איין מענטש א ת''ח עצום אבער אן די נויטיגע שרייב טאלענטן, משא''כ ביי 'ארטסקרול' ווערט די ארבעט אויסגעפירט דורך א גאנצן שטאב וואס יעדער פון זיי איז פון די בעסטע און זיין תחום, און מיט א געמיינזאמער צוזאמען- ארבעט געבן זיי ארויס פון זייער הענט א דבר השלם און אלע הינזיכטן.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געלערנט דעם שבת ברכות פרק א' אינעם ארטסקרול אין כ'בין ארויס פון התפעלות. ממש א דבר השלם, אזש א משניות איד קען שוין היינט אויך ווערן א ת"ח עצום. צוויי אינטערעסאנטע זאכן האב איך באמערקט. איינס: זיי זענען מסביר בקיצור אפילו גאר פשוט'ע זאכן למשל אויף די ערשטע משנה'ס ווערטער "משעה שהכהנים נכנסין לאכול תרומתן" שרייבן זיי וואס תרומה איז... נאך א זאך וואס כ'האב באמערקט איז אז אפאר מאל שרייבן זיי צו נאך א פשט אין קלענערע אותיות אין די "ביאור" חלק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ווי מ'האט שוין דא געשריבן איז סייעתא דשמיא אביסל באריכות, אבער דער גרעסטער פראבלעם זיינער איז אז ער קומט ארויס אזוי שטיייט, אז מענטשן ווילן נישט ווארטן, און דאס וועט אים זייער שאטן.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ער זאל זיך ביטע נישט איילן און מאכן א געיאגטע ארבייט.

א געלונגענע פראיעקט נעמט לאנגע יארן, שבתי פרענקל רמב”ם האט געדויערט דרייסיג יאר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ער זאל זיך ביטע נישט איילן און מאכן א געיאגטע ארבייט.

א געלונגענע פראיעקט נעמט לאנגע יארן, שבתי פרענקל רמב”ם האט געדויערט דרייסיג יאר

שבתי פרנקל רמב"ם האבן א גרופע פון צענדליגער ת"ח געמאכט. שטעל זיך פאר ווען נאר איין מענטש מאכט עס, ווי לאנג ס'וואלט גענומען. די זעלבע מיט די אנציקלופדיה תלמודית. מ'שרייבט דאס שוין פאר ארום זיבעציג יאר און דערווייל איז נאר האלב ארויסגעקומען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

היינט בין איך געוואויר געווארן אז ארטסקרול האט שוין אויך ארויסגעגעבן מס' כלים חלק א' פאר דריי חדשים צוריק, אבער עס ווערט נישט פארקויפט אין די געשעפטן. כ'וועל פרובירן צו לייגן א האנט דערויף כדי צו קענען דאס פארגלייכן צו סייעתא דשמיא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אבער ארטסקראל ארבעט יא שנעל, און זיי וועלן ענדיגן זייער משניות נאך פאר ר' שמעי' גרינבוים וועט וויסן וואס איז געפאלן אויף אים, און זיי וועלן אים צומאלן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'מיין ס'איז שוין צייט ארויפצוזעצען ר' שערמאן אויבן-אן, טאקע נאך העכער ווי שיע לייפער
אפשר א אשכול איבער די אוז ואדר פראפעגאנדע
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פאריגע וואך איז ארויסגעקומען ארטסרקול משניות אויף שבת.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין ס'איז שוין צייט ארויפצוזעצען ר' שערמאן אויבן-אן, טאקע נאך העכער ווי שיע לייפער
אפשר א אשכול איבער די אוז ואדר פראפעגאנדע

איז ר' שערמאן אויך נוטר ברית פון די פיר יאר?
שומרים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 29, 2013 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך שומרים »

פארוואס איז נישט דא אין די געשעפטן כלים און שבת? און פארוועףאס גייען זיי נישט על הסדר?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שבת איז שוין דא אין געשעפטן. כלים איז נישט געווען קיין אפיציעלע זאך, נאר כדי צו ווייזן פאר די פאטענציאלע נדבנים. פארוואס זיי גייען נישט על הסדר? כ'האב נישט קיין השגה. אפשר ווייל אויף שבת האבן זיי שוין סחורה פון די גמרא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re:

שליחה דורך טאמבל סאס »

הדד בן בדד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:45 am אבער ארטסקראל ארבעט יא שנעל, און זיי וועלן ענדיגן זייער משניות נאך פאר ר' שמעי' גרינבוים וועט וויסן וואס איז געפאלן אויף אים, און זיי וועלן אים צומאלן
אין בחדרי האב איך געלייענט אז פון ר' שמעיה'ס ווערק איז מען חושש דאס ער האט אין זיינע חיבורים גענוצט מעטאדן און סטיילס פריער געזעהן ביי אזעלכע מפרשי המשנה ווי אליעזר לוי, חנוך אלבק און אפי' נחמן בּיאַליק (וואס כידוע ערך ופירש חיבור על סדר זרעים). קהתי אוודאי. ס'איז דא אפילו פרוּף אז ער האט זיך געשריבן מיט פרופ' שאול ליברמן וועמען ער קוואָט אויך ברמיזה נאר איז נישט מפרש בשמו. כ'זאג נאר וואס כ'האב געלייענט. בקיצור, ס'איז ברור אז ער איז אַן אנגעלייענטער נאר מ'טאר נישט וויסן ווייל ס'קען שאַטן פאר די ביזנעס. עמיצער ווייסט צו די זאכן זענען אמת?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך היימלינד »

ר' שמעי' ובניו האבן זיך גראדע שטארק אפרעדט אז סעילס זענען אסאך געפאלען זייט ארטסקרול, אבער למען האמת איז עס נישט די זעלבע אייטעם און מטרה, ארטסקרול איז צו פארשטיין פשוט טייטש און הבנה משא"כ סיעתא דשמיא איז מער עיון, די עולם האט עס געקויפט כל זמן עס איז נישט געווען עפעס אנדרעש
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

Re: Re:

שליחה דורך chosen people »

טאמבל סאס האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:46 pm
הדד בן בדד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:45 am אבער ארטסקראל ארבעט יא שנעל, און זיי וועלן ענדיגן זייער משניות נאך פאר ר' שמעי' גרינבוים וועט וויסן וואס איז געפאלן אויף אים, און זיי וועלן אים צומאלן
אין בחדרי האב איך געלייענט אז פון ר' שמעיה'ס ווערק איז מען חושש דאס ער האט אין זיינע חיבורים גענוצט מעטאדן און סטיילס פריער געזעהן ביי אזעלכע מפרשי המשנה ווי אליעזר לוי, חנוך אלבק און אפי' נחמן בּיאַליק (וואס כידוע ערך ופירש חיבור על סדר זרעים). קהתי אוודאי. ס'איז דא אפילו פרוּף אז ער האט זיך געשריבן מיט פרופ' שאול ליברמן וועמען ער קוואָט אויך ברמיזה נאר איז נישט מפרש בשמו. כ'זאג נאר וואס כ'האב געלייענט. בקיצור, ס'איז ברור אז ער איז אַן אנגעלייענטער נאר מ'טאר נישט וויסן ווייל ס'קען שאַטן פאר די ביזנעס. עמיצער ווייסט צו די זאכן זענען אמת?
איך האב געהערט פון איינער וואס האט מיך יארן צוריק פארציילט אז הרב שמעיה שרייבט זיך מיט אסאך נישט היימישע וכו'. יענער האט אויכעט פארציילט אז ער פארשאפט איהם די אלע ספרים וואס ער קען נישט איינקויפן אין די היימישע געשעפטן.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: Re:

שליחה דורך אסטראלאג »

chosen people האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:42 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:46 pm
הדד בן בדד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:45 am אבער ארטסקראל ארבעט יא שנעל, און זיי וועלן ענדיגן זייער משניות נאך פאר ר' שמעי' גרינבוים וועט וויסן וואס איז געפאלן אויף אים, און זיי וועלן אים צומאלן
אין בחדרי האב איך געלייענט אז פון ר' שמעיה'ס ווערק איז מען חושש דאס ער האט אין זיינע חיבורים גענוצט מעטאדן און סטיילס פריער געזעהן ביי אזעלכע מפרשי המשנה ווי אליעזר לוי, חנוך אלבק און אפי' נחמן בּיאַליק (וואס כידוע ערך ופירש חיבור על סדר זרעים). קהתי אוודאי. ס'איז דא אפילו פרוּף אז ער האט זיך געשריבן מיט פרופ' שאול ליברמן וועמען ער קוואָט אויך ברמיזה נאר איז נישט מפרש בשמו. כ'זאג נאר וואס כ'האב געלייענט. בקיצור, ס'איז ברור אז ער איז אַן אנגעלייענטער נאר מ'טאר נישט וויסן ווייל ס'קען שאַטן פאר די ביזנעס. עמיצער ווייסט צו די זאכן זענען אמת?
איך האב געהערט פון איינער וואס האט מיך יארן צוריק פארציילט אז הרב שמעיה שרייבט זיך מיט אסאך נישט היימישע וכו'. יענער האט אויכעט פארציילט אז ער פארשאפט איהם די אלע ספרים וואס ער קען נישט איינקויפן אין די היימישע געשעפטן.
וועלכע ספרים?
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך כרם זית »

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
טירן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך טירן »

היות איך האב געלערנט אסאך אין ביידע מוז איך זאגען אז ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך ר' שמעיה משניות איז טויזענט מאל בעסער גערעכט ווען מ'לערענט א גרינגע זאך לדוגמא ברכות איז ארטסקרול אויך גוט אבער ווען ס'קומט א שווערע מסכתא לדוגמא כלים איז ארטסקרול שווער צו פארשטיין
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך צקון לחש »

עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז די הייליגע חשמונאים (פון בני יששכר), למשל, האבן אוודאי געלערנט אין די אףף-ווייט, רש"י אותיות, אראמישע "סייעתא דשמיא", בעת וואס די מאדערענע געקעסטעלטע ארטסקרול איז באנוצט געווארן בעיקר דורך אזעלכע קאליקע ווי הורדוס און בן אבויה...
טיילונג איצט!
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: ארטסקרול משניות מהדורת רייזמן

שליחה דורך מתתיהו »

טירן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:07 am היות איך האב געלערנט אסאך אין ביידע מוז איך זאגען אז ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך ר' שמעיה משניות איז טויזענט מאל בעסער גערעכט ווען מ'לערענט א גרינגע זאך לדוגמא ברכות איז ארטסקרול אויך גוט אבער ווען ס'קומט א שווערע מסכתא לדוגמא כלים איז ארטסקרול שווער צו פארשטיין
ס'איז מיר פונקט אויסגעקומען צו לערנען די וואך אביסל משניות כלים אין די "ארטסקרול משניות", און איך מוז זאגן ס'איז ממש געווען א מחיה, אזוי קלאר איינס אין די וועלט! איך געדענק נישט איך זאל האבן אזא עקספיריענס סיי ווען ביים לערנען אין די "סייעתא דשמיא".
פארשפארט