עס קומט אריין די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגאון רבי יצחק זאב אטיק בן הגאון רבי מענדל שליט"א חתן הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א
ר' וועלוול איז געווען א דמות וואס מען געפינט זעלטן. זיין אהבת ויגיעת התורה עד כלות, זייענדיג נישט געזינט און א אפגעשוואכטע גוף האט ער נישט מוותר געווען אויף יגיעות התורה.
געווען די מגיד שיעור בישיבת ארץ צבי ( אטיק )
די תלמידים וואס האבן געהאט די זכי' צוציזען זיין לימוד התורה האבן מיטגעלעבט א לעבעדיגע דמות פון א ממית עליה, אן התמדה ויגיעה וואס מען זעהט כמעט נישט.
נישט איינמאל האט ער געדארפט מפסיק זיין די שיעור ווייל ער האט געשפירט ווי ער פאלט צוזאם און זיך אראפגעלייגט אויף די שמאלע הארטע באנק... פאר עטליכע מינוט אין גלייך דערנאך געווען צוריק אין אשת אח דממילא.
נישט משיג געווען שיינע איד'שאפט פלעגט גאנץ אפט אריינקומען צום שיעור מיט א גלאז "מארינדע"... און מען האט צומאל געקענט עם טרעפן אין חדר האוכל מיט א "פלאפל"
פלעגט קוים שלאפן ביינאכט, געהערט פון זיין זון ר' בערל אז זיין טאטע איז א נאכט פויגל פלעגט פארשווינדען ווערן אינמיטן נאכט.
איך האב דאס אמאל בייגעוואינט א פרייטאג ביינאכט שבת אויפרוף פון בנו החשוב מען האט געגעסן צוזאם די סעודה מען האט נישט געבענטשט פאר ארום 12 1 איך בין געזיצן יענע נאכט אין א ביהמ"ד און ארום 3 4 האב איך באמערט ר' וועלוול אריינקומען איך האב עם נאכגעקוקט ווי ער גייט אין מקווה בזריזות "אין די קאלטע בור" פארשטייט זיך אלס א בריסקר און געדענק מען רעדט פון א קראנקע מענטש אין א קאלטע ווינטער נאכט.
דערנאך האט ער זיך נאך געדרייט א צייט דארט כנראה אז די פיאות זאל זיך טריקענען מחשש הוצאה כאטש די געגענט פארמאגט א עירוב.
תלמידים וואס דרייען זיך דא זאלן מוסיף זיין אויף מיין ארימע הערכה.
הגאון רבי יצחק זאב ( ר' וועלוול ) אטיק זצ"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב

שטעלט אייך פאר א קליין שטעטל מירון אן ר' שמעון...
פאר שבועות גיבנדיג אמאל א שמועס איבער חשיבות התורה, און אז אן תורה איז אלס גארנישט ממש, האט ער זיך צופייערט הייבענדיג די שטימע און ארויסגעשריגן פון טיפעניש כדרכו ברתת ובזיעה
שטעלט אייך פאר א קליין שטעטל מירון אן ר' שמעון'ען.....
און דאס איז שוין פארבליבן איינגעקריצט אין די תלמידים דור אחר דור ווען מען האט געוואלט ארויסברענגן די חשיבות התורה,
עס איז געווען א נארמאלע ערשיינונג פון א בחור ארויסצושרייען "א קליין שטעטל מירון אן ר' שמעון'ען גארנישט מיט גארנישט" זיך וועלנדיג מחזק זיין אין לימוד התורה,
פארשטייט זיך די חן פון די "ווארט" איז א חלק די בעל המימרא וואס האט דאס געלעבט במלוא מובן המילה.
שטעלט אייך פאר א קליין שטעטל מירון אן ר' שמעון'ען.....
און דאס איז שוין פארבליבן איינגעקריצט אין די תלמידים דור אחר דור ווען מען האט געוואלט ארויסברענגן די חשיבות התורה,
עס איז געווען א נארמאלע ערשיינונג פון א בחור ארויסצושרייען "א קליין שטעטל מירון אן ר' שמעון'ען גארנישט מיט גארנישט" זיך וועלנדיג מחזק זיין אין לימוד התורה,
פארשטייט זיך די חן פון די "ווארט" איז א חלק די בעל המימרא וואס האט דאס געלעבט במלוא מובן המילה.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 144
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל
איך בין געווען אמאל שבת ביי ר' וועלוועל אין שועפט. איך בין געווען א פרישער און נישט געוויסט אז ס'נישט דא קיין בד"ץ עירוב פון שועפט קיין ירושלים. ר' וועלוועל גיבט מיר א פרעג אין שאק, "איר טראגט דא?"
א קליין בחור'ל א ראצער, און ער אדרעסירט מיר "איר".
(נאכדעם בין איך געקומען קיין וויליאמסבורג, און מ'האט געשריגן מחלליה מות יומת!)
יהא זכרו ברוך.
א קליין בחור'ל א ראצער, און ער אדרעסירט מיר "איר".
(נאכדעם בין איך געקומען קיין וויליאמסבורג, און מ'האט געשריגן מחלליה מות יומת!)
יהא זכרו ברוך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
א תלמיד'ס מעמוארן אין איי וועלט
אוי מי יתן לנו תמורתו די לעכטיגע צורה אזוי אויסגעלאטערט און איידל, אוי דאס פשטות דאס עניוות, דאס חן שהיה נסוך על פניו תמיד,
זיין שמונה עשרה'ס מלא דביקות, זיין קבלת יסורין באהבה,
איי סדערמאנט זיך די געשמאקע שיעורים בטוטו"ד, אוי דאס שמייכל ביים נאכזאגן פון רב [הגרי"ז מבריסק], אדער סיי ואסארא סברא בעומק השמעתתא, זיין מקל נועם באמירת דברי תוכחה...
סדערמאנט זיך א שמועס ערב חג השבועות זמן מתן תורתינו, וישא את משלו ארויסברענגענדיג ווי פוסט די וועלט וואלט גיווען אהן די תורה ויאמר מיטן ניגון און אונטער טאון, אויפהייבנדיג זיין רעכטע האנט עמיץ כטפח כדרכו בקודש, "שטעלט אייך פאר א קליין שטעטל מירון אהן ר' שמעונן'ען..."
די ווערטער האבן אזוי שטארק ארויסגעבענגט זיין חביבות התורה ווי אלעס אלעס איז געווען חשוב כקלופת השום לעומת א שטיקל תורה.
ועליו נאמר ואם יתן איש את כל הון ביתו בוז יבוזו לו, וואס ער האט ממש אזוי געאטעמט און געלעבט,
געווען מדוכא ביסורים מיט די מחלת הפארקינסאנס אבער נישט גענומען פעין קילערס אויס מורא סוועט פארשטייטן זיין חושים צו לערנען די הייליגע תורה.
יהא זכרו ברוך וימליץ טוב בעד משפחתו ובעד תלמידיו אשר זכרו לא ימיש מתוכם לנצח!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1272661

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
איין פרייטאג צו נאכטס האב איך געגעסן ביי אים. (אגב, איז געווען זייער בע'טעמ'ט צו עסן ביי אים, עס האט נישט אויסגעזעהן ווי די טיפיקעל מאה שערים דירה). עכ"פ, ביי די מעין קורס האט ער זיך אינטערגעמורמעלט, מאכענדיג זיכער אז די ווייב הערט, "די בורעקעס זענען נישט נארמאל געשמאק."
כ'דערמאן מיך אויך ווי ער האט נאכדערציילט מעשיות פון סאטמאר רב וואס ר' יוסל שיינברגר האט ארויסגעגעבן און מיט זיין בריסקער דייקנות האט ער מקפיד געווען נאכצוזאגן פינקטליך דעם לשון. אונז בחורים האבן זיך אינטערגעשמייכלט וויסענדיג אז די מעשיות זענען הוילע דמיונות.

- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:איין פרייטאג צו נאכטס האב איך געגעסן ביי אים. (אגב, איז געווען זייער בע'טעמ'ט צו עסן ביי אים, עס האט נישט אויסגעזעהן ווי די טיפיקעל מאה שערים דירה). עכ"פ, ביי די מעין קורס האט ער זיך אינטערגעמורמעלט, מאכענדיג זיכער אז די ווייב הערט, "די בורעקעס זענען נישט נארמאל געשמאק."
כ'דערמאן מיך אויך ווי ער האט נאכדערציילט מעשיות פון סאטמאר רב וואס ר' יוסל שיינברגר האט ארויסגעגעבן און מיט זיין בריסקער דייקנות האט ער מקפיד געווען נאכצוזאגן פינקטליך דעם לשון. אונז בחורים האבן זיך אינטערגעשמייכלט וויסענדיג אז די מעשיות זענען הוילע דמיונות.
ער האט געוואוינט אין מאה שערים? איך געדענק אים נאר פון שועפט
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איין פרייטאג צו נאכטס האב איך געגעסן ביי אים. (אגב, איז געווען זייער בע'טעמ'ט צו עסן ביי אים, עס האט נישט אויסגעזעהן ווי די טיפיקעל מאה שערים דירה). עכ"פ, ביי די מעין קורס האט ער זיך אינטערגעמורמעלט, מאכענדיג זיכער אז די ווייב הערט, "די בורעקעס זענען נישט נארמאל געשמאק."
כ'דערמאן מיך אויך ווי ער האט נאכדערציילט מעשיות פון סאטמאר רב וואס ר' יוסל שיינברגר האט ארויסגעגעבן און מיט זיין בריסקער דייקנות האט ער מקפיד געווען נאכצוזאגן פינקטליך דעם לשון. אונז בחורים האבן זיך אינטערגעשמייכלט וויסענדיג אז די מעשיות זענען הוילע דמיונות.
ער האט געוואוינט אין מאה שערים? איך געדענק אים נאר פון שועפט
איך רעדט אויך פון שועפט. כ'האב נאר ארויסגעברענגט אז זיין דירה איז געווען אהער גערישט סאך שענער ווי די טיפיקעל מא"ש דירה