נשתכח דרך ויואל משה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
- האט שוין געלייקט: 75 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
נשתכח דרך ויואל משה
דער סאטמארער רבי זצ"ל האט זיך צום מערסטנס באקאנט געמאכט מיט זיין שיטה קעגן ציונות און האט מחבר געווען צוויי ספרים וואס זענען ספעציעל געווידמעט פאר די טעמע. התנגדות צו ציוניזם איז נישט קיין סאטמארער ערפידונג. רוב פון די וועלט וואס איז נאך די מלחמה מגלגול געווארן אין די היינטיגע חרדי'שע וועלט זענען געווען קעגן ציונות, וואס האט אין יענע צייטן אראפגעפירט טויזענטער אידן פונעם דרך הישר. דער סאטמארער רבי איז אבער געווען באזונדער בארימט מיט זיין אויסגעשפראכנקייט קעגן יעדע זאך מיט די מינדעסטע שייכות צו ציוניזם, אפילו מענטשן און זאכן וואס האבן געוואלט אויפטאן פאר אידישקייט ווי למשל די אגודת ישראל.
אינגאנצן עטליכע צענדליגער יאר שפעטער איז די שיטה פון ויואל משה פארגעסן געווארן. סאטמאר האט שוין זוכה געווען עובר צו זיין אויף כמעט יעדע עבירה וואס זיי האבן גענוצט צו בארעכטיגן די שיטה פון זייער רבי'ן. התגרות באומות? מדינת ישראל קען זיך קומען לערנען ביי סאטמאר וויאזוי אפצולערנען די סוגיא הלכה למעשה. איין טריפ קיין קרית יואל אדער וויליאמסבורג וועט קלוגער מאכן די ציונים און זיי ווייזן אז זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי עובר צו זיין די עבירה מיט אלע מפורשים.
צה"ל איז טמא, ווייל ס'איז דער סימבאל פון די התגרות באומות, די חברה שומרים איז אבער א געוואלדיגע זאך און יעדער סאטמארער יונגעל חלומ'ט צו ווערן א שומרים ווען ער גייט זיין א טאטע. כח הפועל בנפעל איז אויך נישט קיין כלל און אזוי לאנג ווי דער נפעל איז נישט קיין מוסד אין ארץ ישראל איז עס א געוואלדיגע זאך. אין סאטמאר שטייט מען היינט מיט אפענע הענט צו כאפן יעדע פעני פון סיי וואו. די איינציגע תנאי וואס זיי האבן איז אז יענער זאל זיין גרייט צו געבן. אויב יענער וויל געבן וועט סאטמאר פאר א פאר מינוט פארשפארן דעם ויואל משה אין שאנק און נעמען ווי עס דארף צו זיין. פארקערט: דער געבער וועט באקומען כבוד מלכים ביים נעקסטן דינער מחזק צו זיין די ריינע חינוך על דרך הסלולה להם ולא לנו.
די מדינה הטמאה איז איין שטיק כפירה ומינות ווייל דארט גלייבט מען אין כוחי ועוצם ידי. אין סאטמאר ווייסט מען פון אזא זאך נישט צו זאגן. דארט גלייבט מען אז א מענטש דארף פשוט טאן אביסל השתדלות, ווייל אלעס איז סיי ווי באשערט און א איד דארף לעבן מיט אמונה, אנדערש ווי די פארשאלטענע ציונים, וואס מיינען אז ווי מער מען טוט, אלס מער וועט מען מצליח זיין.
דער כוחי ועוצם ידי האט אויך אנגעברענגט א נייע זאך, פון וואס מ'האט קיינמאל נישט געוואוסט ביי אידן: ווען עמיצער טשעפעט אדער שלאגט דיר, טארסטו זיך נישט פארטיידיגן ווייל אויב יא וועסטו עובר זיין אויף די מצות עשה ולא תעשה בבת אחת פון כוחי ועוצם ידי. די כופרים ופוקרים בארה"ק, וועמענס איינציגסטער שטרעבן איז ככל הגוים בית ישראל, האבן אריינגעברענגט ביי כלל ישראל א נייע באגריף פון זיך נישט לאזן און פון נקמה. די פנים האט געפלאמט פאר בושה ווען די בילדער און ווידיאס פון די טעגליכע ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי געשלעגן אויף רחוב רודני אין ירושלים דארץ ישראל זענען פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט. ערליכע אידן האבן זיך געריבן די אויגן און געפרעגט: הזאת נעמי? צוליב פאליטישע חשבונות און נארישע קריגערייען פון מי בראש גייט מען בשאט נפש עובר זיין אויף חילול השם און כוחי ועוצם ידי? אבער יעדער האט אויך געוואוסט דעם תירוץ: כח הפועל בנפעל! דאס פאסירט אויב מען נעמט געלט פון טריפה'נע מקורות.
עבירה גוררת עבירה, די חרדי'שע פארטייען למיניהם זענען פאלנע שותפים אין אלע מעשים תעתועים פון די ציונים. לא די אז זיי האבן זיך געמאכט א ווילעדזש פאר די צייט, שלאגן זיי זיך נאך מיט די גוי'אישע שכנים און מאכן א חילול השם וואס איז נישט געזען געווארן מעת היתה מדינת ישראל לגוי. זייערע מרידה באומות האט אויפגעפלאמט די שנאת ישראל אויף א שרעקליכן פארנעם, און אפילו יעדער זעט שוין קלאר די קאנסעקווענצן זענען זיי ווייטער עומד במרדם. ס'איז באקאנט די מעשה מיטן פארברעכער וואס האט אונטערגעצינדן א הויז און נאכדעם אנגעהויבן שרייען אז מען דארף אויסלעשן דער פייער, והנמשל מאליו מובן.
אידן האבן אייביג געוואוסט אז מיר זענען אין גלות, מיר זענען אנגעוויזן אויף די חסדים פון די פעלקער וואו מיר וואוינען. וועגן דעם האבן אידן קיינמאל נישט אויפגעהויבן דעם קאפ און זיך חלילה גערייצט מיט די גוים. זענען געקומען די ציונים און אנגעהויבן פירן מלחמות מיט גוים וואס האבן זיך געוואגט צו קומען וואוינען אין אונזערע געגענטער. חוץ מזה וואס דאס איז א התגרות באומות אויפן שרעקליכסטן פארנעם, איז עס אויך א חוצפה זיך אויפצוהייבן דעם קאפ און עובר זיין אויף דעם "למה תתראו" קעגן די אומות העולם.
די ציונים זענען אזעלכע רשעים און עוקרי הדת אז זיי טרעטן בשאט נפש נישט נאר אויף די תורה נאר אויך אויף די שיטה הקדושה. ערליכע אידן, די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הכסף והכבוד, וועלן אבער ממשיך זיין אויסצושרייען דעם דבר השם און מוחה זיין קעגן אזוי גערופענע "ראשי ישיבות" ווי דער באקאנטער מהרס "הרב" שטיינמאן. מיר וועלן אויך ממשיך זיין אויסצופירן רצון קדשו פונעם רבי'ן זי"ע דורכן פארשפרייטן די ריינע דעת תורה פאר די גוים און באצאלן פאר אנאנסן אין די צייטונגען און אויף די ראדיא מסביר צו זיין פאר די אומות העולם דעם חומר הענין פון נעמען בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס אינעם טמא'נעם צה"ל, וואס איז אזא דבר פשוט אז אפילו א גוי פארשטייט עס, נאר ליידער ישראל כשיורדין יורדין עד לתהום און זיי רייסן אוועק אומשולדיגע צאן קדשים פון די ערליכע ריינע גאס צו די הפקרות'דיגע כוחי ועוצם ידי מיליטער, וואו די ערשטע זאך נאכן איינגעשוואוירן ווערן איז צו טרעטן דריי מאל אויף א סידור כפתור ופרח.
אונזערע אומאפהענגיקע ארגאנען וועלן ווייטער משמיע זיין דעת תורתנו הק' און אפענטפערן דעם צד שכנגד און זיך נישט שרעקן פאר די ציונים, וואס גלייבן ווי גולמים יעדע ווארט וואס זייערע טריפה'נע רעליגיעז ציוניסטישע צייטונגען קארמען זייער ציבור וואך איין וואך אויס.
היינט זעט שוין די גאנצע וועלט איין דעם אמת און אפילו די מזרחיסטן זענען שטילערהייט מודה אז די ציונים ווילן גארנישט עפעס אנדערש ווי עקירת הדת. לפנים מאכן זיי נאך דעם אנשטעל ווי די ציונים שטיצן מוסדות און פארקויפן זיך אזעלכע פרעכע שקרים אז העלפט פונעם טמא'נעם צה"ל זענען שומרי תורה ומצות, בשעת יעדער בר דעת ווייסט קלאר אז דאס איז שקר וכזב און די איינציגע סיבה פארוואס די ציונים האבן געדארפט א לאנד איז נאר געווען כדי זיך צו קענען איזדיעקעווען אויף ערליכע אידן. ווען זיי זענען אבער אליין פארשפארט אין א צימער וואו קיינער זעט און הערט נישט, זענען זיי אבער מודה אז דער רבי איז געווען גערעכט!
עוד לה אבדה תקותנו להיות עם חפשי אינעם הייליגן שטעטל ובארץ ציון וירושלים דאמעריקע.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קענסט זאגן וואס דו ווילסט אבער דער האט א אויסערגעווענליכער פעדער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
- האט שוין געלייקט: 75 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
Re: נשתכח דרך ויואל משה
יא אבער דאס דארף מען חזרן און חזרן. די שיטה הק׳ איז ליידער פארגעסן געווארן און מ׳ דארף זיכער מאכן אז די שכחה זאל כאטש געדענקט ווערן. אויב נישט וועט די פארגעסענע שיטה טראגן אזא פנים ווי דעם פארגעסענעם דרך הבעש״ט וואס קיינער געדענקט שוין נישט אז ס׳איז אמאל פארגעסן געווארן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער עולם האט דארט געהאט שוועריגקייטען פארשטיין דברי קדשו וואס האבען געקלינגען מסוף העולם ועד טבורו. דעריבער האט מען געדארפט א ביאור רחב
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וועגען דעם איז נשתכחה תורת הבע"ש?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
סארי איך זעה אין די ארטיקעל שנאה סילוף אין די וועלט אריין און זיכט נישט קיין טראפ צו פארשטיין א צוויייטענס וועג פון טראכטען אזא ארטיקעל פאסט פאר אן אנטטי סטמארע אייוועלט
אגב צוויי שנעלע הערות דו נעמסט סאטמאר און די מישט עס אויס מיט א טשולענט קאך-לעפעל סיי די יארען און סיי די אלע מענטשען וואס פארופען זיך היינט סאטמאר אלטס גוש אחד
שנית ווען סאטמאר גייט ווען אינגאנצען לפי די נטורי קרתא (וואס זיי טענעה'ן ווי דיר אז דאס איז די מהלך פון ויואל משה) ביזטו להשמיד אויף סאטמאר און ווען סאטמאר נעמט מער א שייד וועג פאנגסטו אן חוזק מאכען און די שרייבסט אזא ארטיקעל פיין האב הצלחה

...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
טייערע ברודער האט געשריבן:פאר די וואס האלטען אזוי איז עס מסתמא וועגען די סיבה.
הייסט'ס דער צאנזער רב האט אויך געהאלטען אזוי? אקעי.
שמעתי מפ"ק הרה"צ מוואודרידזש שליט"א "די וואס ווילען זיך דינגען אויף נשתכחה, זאלען מוחל זיין און אונז דערמאנען וואס זיי געדענקען. נשתכחה איז נישט קיין שיטה, ס'איז א מציאות. טאמער דו זאגסט אז נישט, ווייז אויף".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
דאס איז אזוי ווי די מעשה מיט'ן קעניג וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין גוטן טעיסט צו זיינער דיאמאנט שטיינער און האטאלס געטענה'ט אז זיינע שטיינער סוחרים פארשטייען נישט קיין עסק. אמאל ווען זיי זענען געקומען האט ער זיי געזאגט אז ער אעז זיכער זיי פארשטייען נישט צו קיין שטיינער און אויב זיי האלטן אז יא זאלן זיי אים אויפווייזען... האבן זיי אים געזאגט, אדוני המלך, וויפיל מ'וועט אייך נאר אופווייזען וועט איר נישט פארשטיין א חוץ אויב איר וועט מסכים זיין צו נעמען א פולע קורס אין דעם הינזיכט..
די זעלבע זאך קען געזאגט ווערן דא. הרב לעבאוויטש במחילת כבוד קדושתו הגדולה האט נאך קיינמאל נישט טוען געווען פונ'ם דרך החסידות און ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז. זיינע פאר חסידישע ספרים אין וואס ער האט שוין אריינגעקוקט זעט ער נישט מער נאר ווי א נספח צום הייליגן משכיל אל דל פונ'ם הייליגן אור שבעת הימים ר' הלל קאלאמייער זי"ע, און אזוי קען מען קיין חסידות נישט פארשטיין.

- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
מדבריך ניכר אז איר קענט נישט הרב לעבאוויטש. קענסט האבן אנדערע קריטיק אויף אים אבער נישט דאס אז ער קען נישט ספרי חסידות, וואס ער איז א ריזן ידען בכלל אין ספרים און ווי אויך אין ספרי חסידות, און סיי אין די תולדות וסיפורי החסידות, אויף זיך האלט ער אז ער איז א ממשיך פון משכיל אל דל און נישט אויף חסידות בכלל, ממילא ווייס איך נישט וואס דו מיינסט פונקטליך, אז ער קען נישט חסידות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מודיעין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אזא נערישע אשכול איז שוין לאנג נישט געוועהן דא אין שטיבל. דער פותח האשכול האט אנגעהויבן תיקף מיט זעקס הונדערט לגיונות און פאנטאזיעס, צוזאמברענגענדיג הודו מיט כוש, קיינער פון זיינע זאכן זענען ניטאמאל דומה איינס צום צווייטן, ער איז כנראה בבחינת עד דלא ידע כל השנה. ס׳איז ממש א בושה פאר די וואס אינדענטיפיצירן זיך נישט מיט סאטמאר דא אין שטיבל אז דאס איז געשריבן געווארן אויף זייער זייגער.
די גרעסטע קללה מיט וואס איך קען היינט שעלטן איינעם איז אז ער זאל האבן א גוטע פעדער און לעבן אין עולם הפאנטאזיע

- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
ס'איז נישט ריכטיג הרב שטיסל. ס'איז א פיינער ארטיקל פון א ליטערארישן שטאנדפונקט. אזוי זעט עס מיר אויס בהשקפה ראשונה. איך פארשטיי דיינע טענות פון צוזאמווארפן, אבער דו דארפסט נעמען אין באטראכט דעם זשאנער - ס'איז רעטאריש און סארקאסטיש. צי מ'זאל מסכים זיין מיט דעם מעסעדזש וואס קומט ארויס פונעם ארטיקל איז שוין א באזונדערע טעמע.
כשלעצמי זע איך גוטע נקודות אינעם ארטיקל. אודאי פאלט אריין גוזמאות און הכללות אין א רעטארישן ארטיקל. אבער ס'איז חומר למחשבה. איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל געבן א שמייכל און דערנאך זיך פארמעסטן מיט יעדער נקודה באזונדער.
כשלעצמי זע איך גוטע נקודות אינעם ארטיקל. אודאי פאלט אריין גוזמאות און הכללות אין א רעטארישן ארטיקל. אבער ס'איז חומר למחשבה. איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל געבן א שמייכל און דערנאך זיך פארמעסטן מיט יעדער נקודה באזונדער.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
קאמענטירער האט געשריבן:מישט עס אויס מיט א טשולענט קאך-לעפעל סיי די יארען און סיי די אלע מענטשען וואס פארופען זיך היינט סאטמאר אלטס גוש אחד
שנית ווען סאטמאר גייט ווען אינגאנצען לפי די נטורי קרתא (וואס זיי טענעה'ן ווי דיר אז דאס איז די מהלך פון ויואל משה) ביזטו להשמיד אויף סאטמאר און ווען סאטמאר נעמט מער א שייד וועג פאנגסטו אן חוזק מאכען און די שרייבסט אזא ארטיקעל פיין האב הצלחה
קאמענטירער, מ'קען דאך נישט האבן קיין ספק אז דער שרייבער איז נישט אויף דער זייט פון סאטמאר. אין דעם דארף נישט זיין קיין איבערראשונג. דאס דארף מען נאך קענען אראפשלינגען.
די טעזע פונעם ארטיקל איז, אז סאטמאר איז קעגן ציונות נאר ווען ס'האנדלט זיך פון מדינת ישראל, אבער זיי פאלגן נישט די זעלבע פארשריפטן ווען ס'קומט צו זיך אליין. דער שרייבער קומט נישט מציע זיין אז ס'אטמאר זאל זיין ווי נטורי קרתא, נאר פארקערט - אז זיי זאלן נישט ניצן קיין דאפלטע סטאנדארטן ווען ס'קומט צו מדינת ישראל.
דא איז פאראן נאך א נקודה צו באטראכטן: פאליטישער ציוניזם איז נישט קיין אידעאלאגיע וואס "גלייבט אין זיך רייצן" (לאמיר לאזן רעטאריק אין א זייט), נאר ס'איז געשטעלט אויף א מאדערנעם פאליטישן יסוד, ווי אלע מדינות אין דער וועלט, אז מ'דארף באשיצן די גרעניצן פון שונאים. ובכן איז דא א מקום צו זאגן אז אפילו א געשוואוירענער ציוניסט זאל זיין קעגן "התגרות באומות" אין חוץ לארץ, וועלכע ווערט געפירט דורך קליינליכע חשבונות. מ'קען אויך זיכער זיין אז די חלות פון אן "איסור התגרות באומות" דארף דא שייך זיין נאך מער. נישט אזוי?
אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז די כוונה פון הרב קלינג געווען צו דער דערמאנטער נקודה - אבער זיין טעזע איז גילטיג אויך אן דעם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:דער פראפעגאנדע מיניסטער פארן דייטש יוזעף גאבעלס פלעגט זאגן אז מ׳וועט אזוי שנעל זאגן א פרישע ליגענט נאך פאר מ׳וועט האבן צייט צו ענטפערן אויף די פריערדיגע.
דער ארטיקל גייט אין די מהלך, צוזאמגעווארפן אזויפיל לגיונות און פאנטאזיעס אין איין שאס אז ס׳פארגייט די אפעטיט פון זיך נעמען ענטפערן.
מיר דאכט זיך אז ס'איז מער אן ענין פון געפיל. קען זיין אז דו ביסט מער אויפריכטיג ווי אנדערע אין דיין סביבה, אבער ס'זענען דא אנדערע וואס זענען ווייניגער אויפריכטיג - און קעגן זיי צילט קלינג זיינע ווערטער. מ'דארף עס קענען פארדייען.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:טייערער פלאוויס איך בין אינגאנצן מיט דיר און כ׳גלייך דיינע נקודות, אבער חבל אז דיינע ווערטער זענען געצילט צו פארענטפערן דעם כסיל, שרייב א באזונדערע אשכול דערוועגן און ברענג דיר שיין ארויס.
א דאנק פאר דיין קאמפלימענט. אבער איך האב עס בסך הכל פארשטאנען אין קלינג.
ס'איז דיר מסתמא שווער צו ליינען סארקאזם (און איך קען מיך אידענטיפיצירן מיט דעם געפיל..) דאס איז דער חיסרון פון שרייבן קריטיק אין א צינישן טאן, און א שרייבער דארף טראכטן צוויי מאל צי ער זאל נעמען דעם שניט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מודיעין האט געשריבן:מדבריך ניכר אז איר קענט נישט הרב לעבאוויטש. קענסט האבן אנדערע קריטיק אויף אים אבער נישט דאס אז ער קען נישט ספרי חסידות, וואס ער איז א ריזן ידען בכלל אין ספרים און ווי אויך אין ספרי חסידות, און סיי אין די תולדות וסיפורי החסידות, אויף זיך האלט ער אז ער איז א ממשיך פון משכיל אל דל און נישט אויף חסידות בכלל, ממילא ווייס איך נישט וואס דו מיינסט פונקטליך, אז ער קען נישט חסידות.
מודיעין: ייש"כ. את במודיעין ומצודתך פרוסה ב'קאווע שטיבל. איך בין מסכים מיט דיר 100%. אויב בן אדם זאגט אז הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א האט נאר 2 אדער 3 ספרי חסידות און זיינע גאנצע ידיעות אין חסידות איז מיוסד אויף ר' הילל קאלאמייער'ס שיטה קען ער איהם בכלל נישט און ער איז קיינמאל נישט געווען ביי איהם און געזעהן זיינע טויזנטער ספרים אויף אלע מקצועות שבתורה וחסידות. און ער הייבט איהם נישט אן צו קענען. איך מיין אז די זעלבע קען מען זאגן אויף די אלע מענטשן וועלכע לערנען אראפ א טייל פון די היינטיגע הנהגה און די הוגי דיעות אין סאטמאר היינטיגע צייטן אויפ'ן סאטמאר'ע רב דער בעל דברי יואל, האבן איהם נישט אנגעהויבן צו קענען...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח דרך ויואל משה
ווען מ'האט אנגעהויבען מתנגד זיין צו ציונות, איז דער בילד געווען אזוי. א איד זיצט שטיל, איינגעלייגט, ער זוכט נישט קיין ערע ביים גוי, ער זוכט איהם נישט צו געפעלען און נישט צו ווייזען ווי קלוג און געראטען ער איז, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב. יעדער זאך פון א גוי איז דערווייטערט און פארדאמט, און מיר ווילען לעבען אליינס. דער טובה וואס מ'בעט פון א גוי איז אונז צו לאזען שטיל. ציונים האבען געפייערט און געפאמפעט אז אונז זע'מיר דא, אונז קענען אליינס, מיר האבען געווער, שכל, כח, מיר וועלען שוין אלעמען ווייזען. מער האבען זיי זיך נישט וואס צו שעמען פון גוי.
ווען היינטיגע צייטען זוכט מען צו זיין א פולקאמע חלק פון די אמעריקאנע ווערטשאפט, מ'בעט, צו בעסער געזאגט, מ'פאדערט געלט פונ'ם גוי פאר אונזער סאמע לעבען, מיר פאדערען זעלבסט רעכטען ווי ס'לאזט זיך, הייסט'ס מ'האט פון זיך אראפ געווארפען אט די בילד פון א שטילע איידעלע גלות איד.
וכן לגבי כח הפועל בנפעל. וואוילע ערליכע דערהויבענע אידען האבען אכטונג געגעבען אין די ארנטליכקייט פון געלט. זיך געהיטען פון די קלענסטע חשש גניבה. אנדערע האבען געהאלטען נאך מער. אז געלט וואס קומט פון איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די תורה הקדושה קען פאראורזאכען אזעלכע קרומקייטען ביי דער וואס ער נעמט עס. דעריבער האט מען נישט גענומען קיין געלט פון די ציונים. אמעריקאנער רעגירונג געלט דארף נישט צו זיין אנדעריש. געלט פון גנבים און עשקנים, אפילו די וואס גייען קוטשמער'ס און שטאפענע קאפעלוטשען, דארף אויך אריינגייען אין די חשבון.
והנה און נון! קיינער גייט נישט אן אז א פרעכע גנב באקומט כבוד און שטיצע ביי רבי זכרונו לברכה אידען. גאנצע מוסדות וואס האבען זיך שטארק צוריק געהאלטען פון געניסען פונ'ם שלחן איזבל האבען במקומו געניסען פון דער שורף הדור אין וומסב"ג.
דאס איז טייטש נשתכחה
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk