[center]וואס טוט זיך מיט "דער וועקער" #3?![/center]א גוטע וואך, א גוטן חודש.
אופס,
"א גוטן חודש"?! וואו איז 'דער וועקער' פאר חודש אב?
לאמיך ענק געבן צו פארשטיין: אינעם היינטיגן
אכשר דרא'דיגן וועלט, האבן מיר שווערליך געקענט אויפקומען מיט עפעס א נייע פרומקייט אויף יענעמ'ס חשבון. אבער חפץ ה' בידינו הצליח, און מיר האבן מחליט געווען, אז
וויבאלד 'דער וועקער' ברענגט א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אירע לייענער, איז דא א שטארקע פראבלעם דאס ארויסצוגעבן אין די ניין טעג, ווען מ'איז זיך מתאבל אויפן חורבן, און דערפאר וועט עס נישט ערשיינען ביז נאך תשעה באב [שנדחה]. אזוי וועט איר זיך האפנטליך ריכטיג מתאבל זיין, וואהר?
[center]***[/center]
אקעי, לאמיר נישט טרייבן קאטאוועס פונעם עולם, כ'וועל ענק מגלה זיין א סוד מופלא רום מעלה, פון הונטער די קוליסן: די מערכת פון "דער וועקער" ארבעט ביטער אויף
צוויי 'וועקער'ס' בבת אחת. פרעגט איר פארוואס? אוי, כ'ווער שוין משוגע פון די אלע שאלות, מ'צאלט מיר דען פער שעה? אקעי, כ'וועל נאכגעבן.
צוליב א געוויסע סיבה וואס איז נישט נוגע פארן ציבור, וועט די מערכת נישט קענען ארבעטן רוב חודש אב, אויפן פערטן וועקער [לחודש אלול], אלזא האבן מיר זיך דערזען מיט צוויי מעגליכקייטן: א' - ארויסגעבן איין גאר-גרויסע 'וועקער' וואס זאל דעקן צוויי חדשים, אזא אב-אלול וועקער, ב' - זיך מוטשענען גאר שטארק צו ארבעטן אויף צוויי וועקער'ס אויף איינמאל, כדי מיר זאלן קענען ערשיינען אום אלול מיט א שפאגל נייעם וועקער.
נאך א לענגערע דיסקוסיע מיט די חברים, אהין און צוריק, איז געבליבן אז וויבאלד 'דער וועקער' איז נאך היבש יונג, ווילן מיר נישט 'קאטן קארנער'ס', און מיר וועלן ערשיינען באזונדער אום חודש אב און באזונדער אום חודש אלול. דאס מיינט אז מיר ארבעטן גאר העפטיג, שעות ארוכות, אויף צוויי באזונדערע פראיעקטן, און דערפאר שלעפט זיך אביסל די ארבעט. דאס מיינט אויך, אז א
ויב איינער וויל אריינשיקן אן אשכול לכבוד חודש אלול, זאל יענער זיך מזרז זיין און עס אריינשיקן נאך די וואך. נאך תשעה באב, וועט די מערכת שוין נישט קענען אריינלייגן ארטיקלן אינעם פערטן וועקער, און עס וועט מוזן צואווארטן אויפן פיפטן וועקער [חודש תשרי].
פארט קענען מיר מעלדן פאר די חשוב'ע חברים, אז מיר האפן נאך ארויסצוקומען מיטן דריטן וועקער אין די ערשטע האלב פונעם וואך, און אלס קאמפענסאציע [קאמפענסאציע? איינער צאלט אונז דען אלפים פאר יעדן זשורנאל אז מיר זאלן זיך אזוי פארענטפערן? שוין, שטיסל ציהט מיר ביים ארבל, און רוימט מיר אריין אין אויער: מיסטער שש, ס'סאונדט נישט פראפעשינעל] וועלן מיר מאכן דעם יעצטיגן זשורנאל נישט ווייניגער ווי 70 בלעטער, מלא מדע וחכמה.
א לענגערע דעטאלירטע אפדעיט איבער וואס די דריטע וועקער וועט אנטהאלטן, וועט אי"ה נאכפאלגן זונטאג.