שנונות ומשונות - לבית בריסק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

[tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]


פילייכט קענסט דו - ביטע - דיזן רשימה מיטטיילן? מיט דאנקע.

[tag]אדנירם[/tag]
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אדנירם האט געשריבן:[center]66.[/center]

געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשני"...

ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן נריהו האט געשריבן:
[tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]


פילייכט קענסט דו - ביטע - דיזן רשימה מיטטיילן? מיט דאנקע.

[tag]אדנירם[/tag]

כ'מוז אפזאגן דיין בקשה.
כ'האב נאך א חלום עפעס צו טון מיטן רשימה, וואס ערמעגליכט מיר נישט עס ארויסצוגעבן צום פובליקום.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

נעגעל וואסער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[center]66.[/center]

געווען אמאל א בעל עבירה, וואס איינער האט אים פרובירט צו פארענטפערן ביים גרי"ז, זאגנדיג אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע עבירה, און אויף יענס קען מען מלמד זכות זיין, א.א.וו.

האט אים דער רב דערציילט, אז אין ווילנא האט געוואוינט א איד מיטן נאמען 'יוזל' - ווי דער נאמען פונעם אותו האיש. איינמאל איז דער יוזל געזעצן און געלערנט פרק 'כל הצלמים' אינעם 'טריפה'נעם געסל' וואו מ'האט פארקויפט דבר אחר פלייש, און די גאנצע שטאט האט גערעדט אויף אים... איז איינער געקומען און געפרעגט: "וועלכע איסור האט ער שוין געטון? מעג ער דען נישט הייסן יוזל? איז דען אסור צו לערנען פרק כל הצלמים? איז דען נישט ערלויבט צו זיצן אינעם טריפה'נעם געסל?". האט מען אים געענטפערט: "אויב הייסט מען יוזל, און מען לערנט פרק כל הצלמים, און מ'זיצט אויך אינעם טריפה'נעם געסל, דאן איז הדבר אומר דרשני"...

ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..

גמרא מפורשת תחילת מס' חגיגה. כמדומני דף ה' או דף ו'
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שנונות ומשונות - לבית בריסק

שליחה דורך נעגעל וואסער »

יא יא. נאר אויב איך געדענק גוט, שטייט אז אויב האט נאר איין סימן איז נישט קיין ראיה ווייל אפשר פונקט האט ער א געוויסע סיבה וכדומה, אויב האט האט אבער דריי סימנים נעמט מען אבער יא אהן אז ער האט א דין פון א שוטה. איי ס'קען פונקט זיין אז דער וואס האט אלע דריי סימנים האט פונקט די זעלביגע דריי סיבות? וע"ז הסביר, ענדערש איין תירוץ ווי 3 תירוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]68.[/center]

רבי עמרם בלוי זצ"ל איז געווען א מקורב ביים בריסקער רב. צו מצות באקן, האט ער געהאט די אמט פון שעפן וואסער פאר מים שלנו, און צומאל האט ער אפילו אריינגעגאסן די וואסער אין די מעל [כידוע האט דער רב געהאט נערוון ע"ג נערוון און ספעציעלע יערליכע תפקידים פאר יעדן איינעם, ביים מצות באקן].

איין יאר איז ר' עמרם געגאנגען זיצן אין תפיסה, מסתם נאך א הפגנה כדרכו בקודש, און עס איז אויסגעקומען אז ווען דער רב האט געוואלט גיין מצות באקן איז ר' עמרם נאך געזעצן אין תפיסה. האט זיך דער רב ארומגעדרייט נערוועז: 'וואס וועט מען דא טאן? רבי עמרם איז ניטא'!

ווען איינער פון די מקורבים האבן זיך אנגערופן צום רב, אז ער איז גרייט איבערצונעמען ר' עמרם'ס שטעלע, האט אים דער רב אפגעענטפערט: "איך זוך איינער וואס זאל אים איבערנעמען דארט אין תפיסה, אז ר' עמרם זאל קענען אהערקומען מצות באקן"...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

רא"י רייכערט נישט איין גאנצע ציגארעטל - אדער מער ווי איינס, אדער ווייניגער.

מארלבארא וועט אים נישט איינטיילען וויפיל ער וויל יעצט רייכערען...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]70.[/center]

ר' אברהם יהושע האט אמאל געזאגט - נאך עפעס אן הפגנה אויף מלכי ישראל צו וואס - אז ער האט מורא צו לאזן זיינע תלמידים נאכאמאל אדורכגיין יענע גאס.

פארוואס? ווייל אין די 'העדה' איז געשטאנען, אז טויזנטער אידן האבן אנטיילגענומען אינעם פראטעסט, און ער האט געזען אז פאקטיש זענען נאר אהיים פון יענע גאס עטליכע הונדערט אידן. מוז דאך זיין, אז די איבעריגע זענען פשוט 'פארשוואונדן געווארן', אלזא, איז א סכנה אז מ'זאל אדורכגיין יענע גאס...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ר' אברהם יהושע פארנדיג אמאל אין א טעקסי האט ער געהערט אז מען האט גערופן הרב הערמאן 'דער חפץ חיים פון אמעריקע' רופט ער זיך אן 'און איך בין רעק''א פון דעם טעקסי'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אומגלויבליך [בעצם, שוין איינמאל גלויבליך אויפן נארישן אויסגאבע], אבער דער טריביון האט אינעם יעצטיגן יו"ט נומער (סוכות תשע"ז) פשוט גע'גנב'עט א שיינע פאר מעשיות וואס כ'האב דא פארשריבן, און נאכגעשריבן מיין לשון כמעט דאס גאנצע.

פאר מער פרטים ליינט דא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איךה וואלט דאהיר וועללען רעאגירן צו איינע באריכט דאס דען העררן נריהו בען געשריבן האבט צו דען העררן משזר שש אן דעין זיעבעטן אויגוסט פון דיעזע יארע צוויי טויזענט אונד זעכהצעהן.
נור איךה וואר פעררייזט און איך דיעזע נאטיץ פערפעהלט צו בעמערקן האבע. הויטע אבנד, נאכהער וואס איךה מיך צוריקגעקערט נאכהויזע האב. וואלט איךה זעהר העפליך וועללען אנפראגן דען הויכגעשעצטן העררען נריה בען, דאס אויב ער קען אויסשליסליך ניכט שרייבן ווי איין נארמאלער מענטש. דאס ער ביטע ניכט פארזעצן צו שרייבן דאהיר. ווייל מיינע נערווע זינד שוין ביי די גרענצע פאן פלאצן. און איך דאס פלעשל פאן די פיללן שאהן באלד אינגאנצן פערנוצט האבע...מיט פיהלע דאנק איהר געטרייע אונטערטאן...!
נ.ב.: צו בן נריה. אז דו קענסט נישט שרייבן ווי א נארמאלער מענטש, זיי מוחל שרייב נישט דא. ווייל מיינע נערוון פלאצן שוין. הער דיך אויף משוגע צו מאכן,יא... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

מ'פארציילט אז ר' א"י האט אמאל געפרעגט א איד ביי וועם האסטו פודה געווען דיין בכור האט ער געענטפערט ביי וועם
האט ער אים ווייטער געפרעגט ווער זאגט ער איז א מיוחס אפשר דארפסטו נעמען אפאר און איינס פון זיי וועט האפענטליך זיין א מיוחס
האט ער צוריקגעפרעגט דעם רב ווער איז געווען דעם רב'ס כהן הפודה האט ער אים געזאגט וואס הייסט איך בין דאך א לוי
האט ער אים געפרעגט "ווער זאגט"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חוקר וסקרן האט געשריבן:מ'פארציילט אז ר' א"י האט אמאל געפרעגט א איד ביי וועם האסטו פודה געווען דיין בכור האט ער געענטפערט ביי וועם
האט ער אים ווייטער געפרעגט ווער זאגט ער איז א מיוחס אפשר דארפסטו נעמען אפאר און איינס פון זיי וועט האפענטליך זיין א מיוחס
האט ער צוריקגעפרעגט דעם רב ווער איז געווען דעם רב'ס כהן הפודה האט ער אים געזאגט וואס הייסט איך בין דאך א לוי
האט ער אים געפרעגט "ווער זאגט"

האט ער גענטפערט על צד זה בין איך דאך אויך נישט קיין סולובייציק...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]71.[/center]

ווען ר' חיים קורלאנסקי האט געארבעט אויף זיין הערליכן ספר 'הראשון לשושלת בריסק' - קורות חיי הבית הלוי, האט ער ווי פארשטענדליך געוואלט הערן מעשיות און פרטים פון די בריסקע קינדער. אבער אין בריסק ווי אין בריסק איז דא דער עליטיסטישער צוגאנג, אז מ'זאגט גארנישט ווייל יענער וועט סייווי נישט כאפן די עומק, אדער ווייל יענער קען אפשר גאר פארדרייען פשט. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ער האט נישט באוויזן ארויסצושלעפן אינפארמאציע פון די בריסקע קינדער.

דאן איז ר' חיים אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל. ווען ער האט זיך ווידער געטראפן מיט איינע פון די בריסקע קינדער, האט ער אנגעהויבן דערציילן מעשיות וכו' פארדרייענדיג געוויסע דעטאלן ביי יעדן סיפור. 'דאס' האבן די בריסקע קינדער, אויפגעהאדעוועט אויף דייקנות אין יעדע פרט פון זייער בריסקע דינאסטיע, שוין נישט געקענט צולאזן, און האבן שנעל פארראכטן דעם בעל מספר אז די מעשה איז גאר געווען אזוי און אזוי... אזוי ארום האט ר' חיים באוויזן ארויסצובאקומען די אינפארמאציע קונצליכערהייט פון די בריסקע קינדער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]72.[/center]

די פאלגענדע מעשה האט פאסירט [כמדומה], ווען דער ספר 'בדי השולחן' איז ארויסגעקומען כמתכונתו של הספר משנה ברורה. פאר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט דאס שטארק פארדראסן, און ביים קומענדיגן 'חומש רש"י' שיעור האט ער דערציילט א מעשה פון זיין פעטער און מומע, אז ווען חיים דער רב'ס איז געווען א קינד האט ער אויסגעשטעלט בענקלעך איינע נאכן אנדערן, און געזאגט אז 'דאס איז א באן'. זיין בארימטע שוועסטער ליפשא [אשת הגרי"מ פיינשטיין] האט געזאגט אז 'דאס איז נישט קיין באן'.

האט דער בריסקער רב געפרעגט ליפשא'ן: פארוואס זאגסטו אז ס'איז ניט קיין באן? האט זי געענטפערט אז אין א באן איז פארהאן צוויי דינים, איינס איז די 'צורה' פון א באן, און איינס איז די 'פעולה' פון א באן, די מאטארן וכו'. חיימ'קע האט אויסגעשטעלט די בענקלעך מיט די צורה פון א באן, אבער עס קען ניט טאן די פעולה פון א באן. עס פארט פשוט ניט...

מיט דעם האט ר' אברהם יהושע צוגעענדיגט: אינעם משנה ברורה זענען אויך פארהאן צוויי דינים, די צורת הספר און די תוכן הספר, ווען איינער שטעלט אויס זיין ספר מיטן צורה פונעם משנה ברורה, איז עס טאקע אויסגעשטעלט ווי א באן, אבער עס פארט פשוט ניט..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]73.[/center]

איינע פון די ירושלימ'ע גדולים איז אוועק, און ביי זיין לויה האט אנטיילגענומען א ריזן ציבור פון אריבער 100,000 אידן. דער גדול איז נישט געווען אזוי צום הארצן פון ר' אברהם יהושע, און ער האט זיך דאן אויסגעדריקט: דער זיידע דער רב האט געזאגט נאכן פטירה פונעם חזון איש, אז נעכטן איז געווען א וועלט מיטן חזון איש, און היינט איז א וועלט אנעם חזון איש. אויף פלוני אלמוני קען מען זאגן פארקערט, נעכטן איז געווען א וועלט אן אים, און היינט אז פלוצים דא א וועלט 'מיט' אים...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]74.[/center]

א חסידישע איד האט אמאל געזאגט פאר רבי חיים בריסקער, אז ער האט א ראי' אז די חסידישע מהלך איז אמת, ווייל עס שטייט דאך 'שקר אין לו רגלים', און אויב חסידות שטייט נאך איז א סימן אז ס'איז אמת.

האט אים רבי חיים צוריקגעענטפערט אויפן פלאץ, אז אלעס וואס חסידים פון איין רבי'ן רעדן צאם אויף א צווייטן רבי'ן, דאס איז דער פינטעלע אמת וואס האלט צאם די שקר פון חסידות...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:[center]72.[/center]

די פאלגענדע מעשה האט פאסירט [כמדומה], ווען דער ספר 'בדי השולחן' איז ארויסגעקומען כמתכונתו של הספר משנה ברורה...

ואני שמעתיו על ספר דרך אמונה מהגרח"ק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]75.[/center]

הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א האט דערציילט וואס בדידיה הוה עובדא, ווען ער איז אלס בחור'ל זיך געקומען פארהערן ביי רבי בערל [בן הגרי"ז] אריינצוקומען לערנען אין בריסק. רבי בערל האט אים פרובירט אפצושטופן אז ס'איז נישטא קיין פלאץ, און האט אים געפרעגט: 'וואס מיינסטו, וויפיל מענטשן קענען אריינגיין אינעם קליינעם שיעור צימער'? רבי מרדכי האט אים געענטפערט אז ער גלייבט אז ארום 30 תלמידים קענען דארט אריינגיין. האט ר' בערל אים געזאגט, אז פאקטיש גייען דארט אריין צום שיעור איבער זעכציג תלמידים יעדן טאג, און ס'איז נישטא קיין פלאץ.

רבי מרדכי האט געענטפערט, אז דאס מוז זיין ממש א נס, ווייל ע"פ דרך הטבע איז נישטא קיין פלאץ פאר אזויפיל בחורים, נו, אויב ס'איז שוין סייווי שלא כדרך הטבע וועט נישט אויסמאכן די פלאץ פאר נאך איין בחור... רבי בערל האט הנאה געהאט פון זיין ענטפער און האט אים מקבל געווען אין ישיבה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]76.[/center]

אין בריסק איז דאך דא א גאנצע סדר השלשלות הענינים, פון ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה, ביז ער איז זוכה אריינצוקומען צו רבי אברהם יהושע'ס שיעור, און ער באקומט א פלאץ וכו'. איז אמאל געווען אן אמעריקאנע בחור וואס האט נישט געוואוסט פון די אלע דינים, און מחמת אי ידיעה איז ער גלייך אריין צום שיעור, און זיך גאר אראפגעזעצט אין די ערשטע שורה.

ווען רבי אברהם יהושע איז אריינגעקומען צו געבן די שיעור, און ער האט באמערקט דעם בחור זיצן אין די פאדערשטע שורה, האט ער אים געהייסן ארויסגיין פון שיעור. דער בחור האט גלייך צוריקגעענטפערט: 'איך געב פארן ראש ישיבה דמי כולה סעודה' [מיינענדיג מרמז צו זיין אויפן מעשה פון קמצא ובר קמצא, וואס האט זיך אזוי אויסגעדריקט אז דער בעה"ב זאל אים נישט מבייש זיין]...

רבי אברהם יהושע האט אים געלאזט בלייבן ביים שיעור...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]77.[/center]

ביי איינע פון די הפגנות וואס די טשאלמערס האבן געמאכט קעגן עפעס א פירצה, האט רבי אברהם יהושע דאס שארף מגדיר געווען: "זיי גייען מאכן אן הפגנה, כדי צו קענען ווערן ארעסטירט, כדי מ'זאל האבן א פרישע סיבה פארוואס צו מאכן אן הפגנה"...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]78.[/center]

מ'האט אמאל נאכגעזאגט פארן בריסקער רב, דער באקאנטער ווארט פון רבי ישראל סאלאנטער, אז עס איז גרינגער צו זיין א בקי בש"ס ווי צו צוברעכן איין שלעכטע מידה. האט דער רב גלייך מגיב געווען: "אויב אזוי, דארף מען אנהייבן פון דאס גרינגערע"... (כידוע האט רבי חיים בריסקער נישט געהאלטן פון תנועת המוסר).
פארשפארט