א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2

שליחה דורך געוואלדיג »

[center]"א פארצייטישער איד" -- הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א[/center]

פארווארט

אלס הקדמה אז מען זאל פארשטיין פון וועם מען רעדט, וועל איך מקדים זיין מיט א מעשה שהיה מיטן פיאסעצנער רבי זי"ע - דער בעל חובת התלמידים ושא"ס, וואס זיין מנהג איז געווען אז יעדע 'שלש עשרה מדות' פלעגט ער צאמנעמען די בחורי הישיבה און זיי געבן א מוסר שמועס וואס איז געווען 'א שמועס פאר די יאר', פיל מיט דברי מוסר און שארפע דיבורים כדרך פוילן.

איין יאר האבן זיך אנדערע מענטשן אויך אריינגעשטופט צו הערן די ספעציעלע שמועס פונעם רבי'ן, אבער אים האט דאס פארדראסן און ער האט נישט געגעבן די שמועס. א שבת נאך דעם, שבת שובה, האט ער ביים 'שבת שובה' דרשה געזאגט, אז מענטשן האבן ליב הרגשים, און פארדעם וועלן פיל מענטשן גיין צו א בית אבל אדער אין טעאטער מעורר צו זיין זייערע הרגשים, און אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס האבן ליב אויפצורייצן זייער חוש הטעם און דערפאר וועלן זיי עסן שארפע מאכלים, האט ער אויסגעפירט בקול זעקה: "אז עטץ ווילטס טרינקען יי"ש, ברויך איך זיין אייער כוס?!".

מיט די מעשה וואלט איך מגדיר געווען רבי אהרן מרדכי: איינער וואס ווען מען וויל א 'שארף' גלעזל משקה, וועט ער גערן דינען אלס אייער כוס.

אבער אויב וועל איך בלויז דערמאנען זיין שארפקייט אלס זיין אייגנארטיגקייט, וועל איך נישט ערגענצן דאס בילד. ווייל ער האט אין זיך היבש אביסל הומאר און קען אויך זאגן א גלייך ווערטל מפעם לפעם. ווי איך האב אמאל געהערט פון איינעם, אז רבי אהרן מרדכי האט אים געפרעגט וואס ער טוט פאר פרנסה, אויף וואס יענער האט געענטפערט אז ער איז א מגי"ש. רא"מ קוקט אים אן אזוי און זאגט אים: "אזוי? עס פאסט דיר גארנישט השי"ת טיטל? ער שעמט זיך נישט צו הייסן 'מלמד', אבער דיר פאסט דאס נישט"...

אבער לאמיר נישט כאפן די לאקשן בעפאר די זופ, קודם וועלן מיר דערציילן אביסל ברייטע שטריכן איבער דעם מענטש.

זיינע יונגע יארן.

רא"מ איז געבוירן געווארן אין שנת תרפ"ז אין א קליינע שטעטעלע אין קארפאטן-רוס מיטן נאמען 'ברעזיף', וואו זיין פאטער הרה"צ רבי נחמן רוטנער זצ"ל איז געווען שו"ב, און ווי דער סדר אין יענע יארן האט ער געדינט אויפן שטעלע פון 'כמו רב', אויספירנדיג אלע פונקציעס וואס פאדערט זיך פון א רב. אזוי אויך איז ער געווען שו"ב אין אלע ארומיגע שטעטלעך.

זיין יוגנט איז אריבער אויף אים פארהענטלמעסיג רואיג אבער אין גרויס ארעמקייט. ער האט אמאל דערציילט, אז די ארימקייט איז געווען אזוי גרויס, אז עס איז נישט געווען קיין געלט צו אנווארעמען די שטוב, און אלס רעזולטאט האט מען געדארפט יעדן אינדערפרי אינעם ווינטער ברעכן די אייז פון די נעגל וואסער, זיך צו קענען וואשן די הענט ביים אויפשטיין. אזוי אויך האט מען געלערנט אין בעט איבערגעדעקט מיטן דאכענעס פון גרויס קעלט, אזש עס איז געווען א נסיון צו ארויסשטעקן די האנט פון די דאכענע צו אריבערמישן א בלאט, כלשונו.

אבער דאס האט איהם נישט אפגעהאלטן פון זיצן און הארעווען על התורה פון גאר גאר א יונגן עלטער, אזוי אז ביי די 6 יאר האט ער שוין געקענט תרי"ג מצות בע"פ און גאנצעטע מסכתות גמ'.

אלס יונגע בר מצוה בחור'ל, האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלטס קריג וימוטו מוסדות תבל, און כאטש וואס ער איז פארשוינט געווארן פון ווערן געשיקט צו ארבעטן אין די אונגארישע מיליטער ביי די מונקא-טאבאר בריגאדעס - ווי זיינע עלטערע ברידער - צוליב זיין יונגער עלטער, האט ער אבער נישט אויסגעמיטן די גורל פון אלע אונגארישע אידן, און איז געשיקט געווארן מיט זיינע עלטערן קיין אוישוויץ וואו זיינע עלטערן זענען פארגאזט געווארן הי"ד, און ער האט איבערגעלעבט.

נאכן קריג איז ער ארויף קיין א"י, און איז אריין אין די ישיבה פון דעם מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד העדה החרדית, וואו ער האט געלערנט יבדלחט"א מיט הרה"צ רבי הערשלע קרעטשניפער זצ"ל און הרה"צ רבי מנחם מונדרר זצ"ל, ועוד מפורסמים שליט"א וזצ"ל.

זיין קירבה צו 'בעלזא'.

טראץ וואס זיין משפחה איז פון מקור אויס א וויזניצע משפחה, האט ער זיך נאכן קריג מדבק געווען אינעם בעלזער רב זצוק"ל, און געווארן א בעלזער חסיד מיט אלע פירושים ודקדוקים, עד כדי כך אז דער בעלזער רב האט געזאגט אויף אים: "אין בעלזא וואלט ער געווען איינע פון מיינע יושבים", וואס דאס איז א גרויס חשיבות אין בעלזא.

אזוי איז אויך אויסגעקומען, אז דער בעלזער רב האט אים אויסגעקליבן צו זיין א משמש בקודש, און פון יענע יארן האט ער באקומען פון בעלזער רב א גארטל וואס ער האט נאך ביז היינט. די מעשה דערמיט איז געווען, אז ער האט אמאל אויסגעוואשן בעלזער רב'ס גארטל, און מיט זיין בטלנות איז די קאליר אביסל אראפגעקומען, האט ער דאס באקומען...

אזוי אויך פארציילט ער, אז ער האט זוכה געווען צו מאכן דעם רב שמייכלען כמה פעמים, ווי למשל ווען ער האט אמאל איבערגענומען א זאך פונעם קביעות'דיגן משמש - וואס יענעמס ארבעט איז געווען צו מאכן די פיש פארן רב, און ווען רא"מ האט עס געטון אנשטאטס אים, האט ער פשוט גענומען די פיש און אריינגעלייגט אין וואסער אן קיין שום געווירצן, און ווען בעלזער רב האט טועם געווען דערפון האט ער זיך צושמייכלט. אן אנדערע מאל איז געווען, ווען ער האט בטעות אריינגעברענגט די פיש זאפט אנשטאט די קאמפאט...

רא"מ איז א ת"ח מופלג און ער גיבט זיך אפ א גאנצן טאג מיט תורה לערנען, אבער ער דינט נישט קיין שום אפיציעלע אמט, אפילו אין בעלזא גופא וואו מען באטיטלט איהם אלס דומ"ץ - איז ער אבער אין זייער בי"ד קיינמאל נישט געזעצן, ווייל דער בעלזער רב זצ"ל האט אים באפוילן אז ער זאל פסק'ענען נאר 'קאך שאלות' און נישט אנדערע שאלות, צוליב זיין שארפקייט... ער איז טאקע געווען דער פוסק אין בעלזער רב'ס קאך, און אזוי אויך דאהי ווען בעלזא האט געעפנט זייערע קעמפס, האבן זיי אים געברענגט זיכער צו מאכן אז אלעס איז על צד היותר טוב.

אינטרעסאנט איז אנצוצייכענען, אז כאטש וואס ער איז דבוק אינעם בעלזער רב זצ"ל בכל נימי נפשו, פארט האט ער אבער געוויסע ענינים וואס בעלזער רב האט נישט געהאט, אבער כדי נישט צו זיין א חולק על רבו טוהט ער דאס מיט א קנייטש. ווי למשל, ער נוצט נישט קיין עלעקטריק שבת אין א"י, און ביז פאר בערך 10 יאר צוריק איז זיין הויז געווען באלאכטן שבת מיט נאפט לעמפ אין יעדע צימער. אבער היות בעלזער רב האט יא גענוצט עלעקטריק, האט ער איין קליין לעמפל וואס האט געברענט א גאנץ שבת מיט עלעקטריק כדי נישט צו טון אנדערש פונעם רב. נאר היינט צוטאגס, נאך וואס בחורים האבן אים געבעטן רשות און זיי באצאלן דאס, האט מען געצויגן עלעקטעריק פון א גענעראטאר וואס באלייכט עטוואס מער.

שקידה בתורה, דקדוקי הלכה, ותהלוכות בקודש.

אין יענע יארן האט ער געקענט הארעווען על התורה ועל העבודה אן קיין שום שטער, ווי עס זאגן עדות זיינע טויזענטער אויסגענוצטע ספרים וואס ער פארמאגט, און עד היום גייען אריבער רוב פון זיינע שעות מיטן זיצן און לערנען הן בנגלה הן בנסתר, און אויך מיטן 'ללמד' - ווען ער דינט אין די נאכט שעות אלס א ר"מ אין טשעבינער ישיבה אין ירושלים, און אזוי אויך מיט זיין וועכנטליכע שיעור יעדע ליל שישי אינעם ספר אלשיך הק'.

פון זיין לערנען האט ער אנגענומען פילע דקדוקי הלכות, ווי נישט צו עפענען מילך זעקלעך אין שבת, אדער נישט צו נוצן עלעקטעריק אין שבת. און אזוי אויך כאטש וואס ער גייט צו 'בחירות' ווייל דער רב האט דאך געהייסן, אבער ווען ער וועט דארפן שרייבן א שטר וואס די דאטום דערפון איז ה' אייר וועט ער פרובירן צו שרייבן א טאג פריער אדער שפעטער, און אזוי אויך זענען דא אסאך מזרחי'סטן וואס קומען צו אים, און ער רעדט מיט זיי אסאך צו אפפרעגן זייערע שיטות און מהלכים.

אזוי אויך איז ער באוואוסט מיט זיין געפערליכע קעגנשאפט צו בילדער, עד כדי כך אז ער איז שוין אנטלאפן פון משפחה שמחות צוליב בילדער (היינט אנטלויפט ער שוין נישט, ער זיצט די גאנצע זייט מיט א צוגעדעקטן געזיכט...).

בקשר צו דעם ווערט פארציילט, אז א געוויסן פרייטאג ווען ער האט כמנהגו אנגהויבן אליין צו מאכן די פיש, וכותלי ביתו יוכיחו... איז ער געשטאנען ביים פענסטער פון זיין הויז אנגעטון מיטן פיש-פארבלוטיגטן-פארטוך, און ער איז געווען אריינגעטון אין די מויל פונעם פיש דאס בודק צו זיין פון ווערים, ווען אינדערצייט זענען אריבער אין פארנט פון זיין הויז א גרופע טוריסטן, וואס זענען פארוואונדערט געווארן פון די אויסטערלישע מראה ווי אן עלטערער איד שטייט אזוי, און ברוב תומתם האבן זיי ארויס גענומען זייערע קעמערע'ס צו פאראייביגן דעם מאמענט. מער האט נישט אויסגעפעלט, און רא"מ איז ווי אין אן אויגן בליק ארויסגעלאפן פונדערהיים מיט די פיש-קאפ אין איין האנט, די מעסער אין די צווייטע האנט, און דער פיש בלוטיגער פארטוך חגור על מתניו, און זיי האבן געהויבן פוס און שנעל אנטלאפן פון דארט כל עוד נשמתם בם... ווארשיינליך האבן זיי שבת געמאכט א הגומל.

זיין שארפקייט קומט אבער באגלייט מיט זיין חוש צו א גלייך ווערטל. עס איז אינטרעסאנט איבערצוגעבן אן אנעקדאט וואס איך האב געהערט פון א יונגערמאן, וואס רא"מ האט אים געטראפן - גלייך נאכן א חתן ווערן - אנגעטון מיטן נייעם זייגער וואס ער האט באקומען פון די כלה. רא"מ האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס יענער גייט ארום מיט דעם, און ער האט אים געזאגט: "מילא די כלה גייט ארום מיטן קידושין רינגל, אז זי זאל געדענקן כסדר אז זי באלאנגט פארן מאן, אבער דו?! דו באלאנגסט דען צו איר?", און ער האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער: "דו ווייסט דאך אז אן אשה איז א כלי מלא צואה...", ווי צו מסביר זיין פארן שאקירטן בחור אין וואס ער טרעט אריין.

אבער אין אמת'ן אריין, איז ער א ברייטער מענטש, כאטש וואס אפשר איז די ערשטע בליק וואס ער גיבט אן, ווי א שארפער מאנסטער, אבער ווען מען באקענט זיך מיט אים זעט מען זיין ווייכע זייט. עס איז טאקע אינטרעסאנט אנצומערקן זיין געוואלדיגע מידת הכרת הטוב, וואס ער ווייזט ארויס יעדעס מאל וואס ער קומט קיין חו"ל, ווען ער וועט גיין באזוכן דעם סקווערער רבי אלס הכרת הטוב וואס איינע פון זיינע זון האבן געלערנט אין סקווירא. אזוי אויך ווען מהר"א מסאטמאר איז געווען אין א"י, איז ער געגאנגען צו עפעס א גרויסע מעמד זיינע אלס הכרת הטוב צו עפעס א ענין (מ'רעדט דא פון יארן בעפאר ער האט שלום געמאכט מיט זיין בעלזער שוואגער, פון וועם רא"מ האלט זיך ווייטער בתורת 'חסיד').

א 'שבת ביי רבי אהרן מרדכי' רוטנער.

אבער אממערסטנס איז ער באוואוסט מיט די געהויבענע שבתים, וואס פילע בחורים קומען מיטצוהאלטן שוין יארן לאנג. דאס הייבט זיך אן מיט א נסיעה צום כותל המערבי ערב שבת, דאווענענדיג מנחה מיטן מנין וואס יבדלחט"א ידידו - נאך פון זיינע יארן ביי הגרי"צ דושינסקיא אין ישיבה - הרה"צ רבי מנחם מונדרר זצ"ל האט מייסד געווען.

נאך מנחה נעמט ער א בענקל, און זוכט אויף א טלית וואס ער וועט שפעטער נוצן פאר זיין מנין קבלת שבת ותפילת ערבית, ער זעצט זיך אוועק לערנען - ווי לאנג מען שטערט אים נישט - ביזן זמן ר"ת, וואס דאן שטעלט זיך זיין מנין וואס פלעגט זיין צוזאמגעשטעלט פון אלטע בעלזער חסידים (היינט נאך וואס אסאך פון זיי זענען שוין נפטר געווארן, באשטייט דער מנין פון שפעטע מענטשן).

נאך מעריב שפאצירט ער די לאנגע וועג אהיים, אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט ער גיין דורך שער שכם וואס איז א קורצערע וועג, וכבר היה לעולמים וואס אן אראבער האט פראבירט זיך צו טשעפענען מיט איינע פון זיינע באגלייטער, אבער האט שנעל חרטה געהאט, ווען ער האט באקומען א מנה אחת אפים פון רא"מ'ס הענט - וואס ער איז כידוע א גיבור עצום. אבער ווען עס איז אנגעצויגן אין א"י, וועט ער נישט גיין דורך די וועג וואס איז באוואוסט אלס א מקום סכנה ווען זייערע געמיטער ווערן אנגעהייצט, און ער וועט ליבערשט גיין דעם ווייטערן וועג דורך דעם באטראק (מארק) וואס פירט צו שער יפו.

אנקומענדיג אהיים באגלייט מיט איבער א מנין בחורים, וועט מען זיך נישט גלייך שטעלן קידוש מאכן, ווארום וויאזוי קען מען מעיד זיין אויף בריאת שמים וארץ, פאר מען האט אדורך געלערנט א שטיקל 'נועם אלימלך' אדער 'סידורו של שבת', אונטערן שיין פון די אויבנדערמאנטע נאפט לעמפ.

די ערשטע זאך נעמט ער אראפ פונעם הויכן שאנק א הויפן ספרים פון 'סידורו של שבת' (אין מיינע צייטן, א קאפי-דרוק פונעם ערשטן דרוק), און ער וועט אנהייבן פארצולערנען, אבער ווי א טשערנאבלער רבי רעדט ער אריין אין ארבל, און צוליב דעם כאטש וואס עס איז דא 'וואס' צו הערן איז אבער נישטא 'וויאזוי' צו הערן, און נאר די וואס זיצן נעבן אים ממש - א פלאץ וואס איז רעזערווירט פאר זיינע אייניקלעך אדער אזעלכע בחורים וואס קומען צו אים כסדר - קענען הערן זיינע דברים נפלאים. די וואס זיצן אביסל ווייטער, קענען ממש נישט הערן וואס ער זאגט, און קענען טאקע נישט מיטהאלטן.

נאך א שטיק צייט וועט מען צומאכן און צוריקלייגן די ספרים, און ער הייבט אן זינגען זמירות ברומענדיג אויפן בעלזער נוסח. עפ"י רוב זינגט ער אליין, וויבאלד די בחורים כאפן נישט אויף די תנועות, אין די צייט וועט ער נעמען תרי מדני אסא, און אריינגיין אין א זייטיגע צימער וואו ער וועט ארומגיין די טיש דערמיט, עפ"י האריז"ל.

עס איז שוין יעצט באלד פיר שעה נאכן זמן און אין די זומער וואכן איז שוין נישט ווייט פון חצות, און יעצט שטעלט ער זיך מאכן קידוש. נאך קידוש קענען די בחורים מאכן אליין קידוש - אויב זיי ווילן, אבער נאר אויף וויין. גרעיפ דזשוס איז אלס געווען בבל ימצא, ביז לעצטנס וואס עפ"י הפצרת הבחורים האט ער דאס 'מתיר' געווען...

נאך קידוש וועט מען אויסטיילן בילקעלעך אן זאלץ ווייל ער מעג נישט עסן צופיל זאלץ, און מען וועט זיך גיין וואשן. נאך די חלה קומט 'ספייסי פיש' וואס ער מאכט אליין שוין יארן לאנג, אנגעהויבן ביים קויפן לעבעדיגע פיש און זיי אליין צורעכט מאכן, און מיט די פיש קומט עכטע געפילטע פיש, דהיינו געמאלענע פיש אריינגעפילט אין פיש הויט, און צו דער זייט ריכטיגע קאטשעניו הארט ווי גאלע, און אזוי גייט די סעודה ווייטער אן.

מען טאר זיך נישט אליין סערווירן, נאר ער צוזאמען מיט איינע פון די איינקלעך וועלן אריינברענגען און ארויסטראגן.

אויב ביסטו דארשטיג האסטו אן אויסוואל פון טרינקן הייסע בריעדיגע טיי, אדער צו טרינקן דיין אייגענע שפייעכץ, עפעס אנדערש איז נישט פארהאן. אויב ביסטו הייס, נו, די גמ' זאגט דאך אז 'הבלא מפיק הבלא', דארפסטו טאקע טרינקן א הייסע טיי...

ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה...", היינט - דאכט זיך מיר - איז יא דא נאך עפעס צו טרינקן, אפשר וואסער מיט גרעיפ דזשוס.

אינמיטן די סעודה, פארשטייט זיך שוין אליינס, אז מען שטעלט זיך אויך אפ אינמיטן אויף צו לערנען פאר א צוואנציג מינוט, א האלבע שעה, און מען זינגט זמירות כמנהג בעלזא. אזוי ארום, אז די בענטשן קען זיין אין די זומער שבתים ארום צוויי אזייגער ביינאכט.

אויב אזוי, וואס מאכט בחורים קומען עסן (אדער פאסטן...) בי איהם? דאס קען נאר ווערן געפרעגט בעפאר מען עסט דארט, אבער נאך דעם וועט קיין איינער נישט זאגן אז עס איז א שאד געווען.
צו זען זיין ערנסטקייט צו יעדע דבר שבקדושה, זיין עמידה אויף יעדע מנהג, און ועל כולם זיין דביקות און זיין צורה ווען ער זינגט די זמירות אדער מאכט קידוש, איז עפעס וועט קען נישט ארויסגיין פון זכרון. און אויב איז מען זוכה און עס קומען אריין אינמיטן די סעודה איינע פון זיינע אייניקלעך, קען מען זען זיין חינוך, ווען מצד אחד איז ער שארף אבער מצד שני וועט ער האבן א שמייכל צו יעדן.

אהוד ונערץ בפי כל.

ער איז א נאנטער ידיד מיט פילע רבנים ואדמורי"ם, וואס זעט זיך אן ווען ער מאכט ש"ב פאר זיינע אייניקלעך, וואס דאן וועט אין די קליינע ספינקער ביהמ"ד אויף רחוב סלנט אין ירושלים אנקומען ראכמיסטריווקער רבי וואס וועט זיך אלס וואשן און עסן פון די ש"ב, און אזוי אויך וועט זיין חברותא דער פינסק קארלינער רבי קומען מיטהאלטן, און אזוי אויך דער תולדות אברהם יצחק רבי וועט קומען אפגעבן מז"ט, ועוד ועוד אדמורי"ם ואנשים חשובים, אנצייכענדיג די טיפע קשר צווישן זיי.

ער האט אויך א קבוצה פון גערער חסידים, וואס זענען היינט זיינע געשוואוירענע חסידים, און יעדע שמחה זיינע וועלן זיי מיטהאלטן.

גלייכצייטיג האבן זיך אסאך גוטע אידן געוואלט משדך זיין מיט אים, אנגעהויבן ביי רא"מ זעלבסט וואס איז געווען או איידעם ביי הרה"צ רבי יוסף מאיר כהנא זצ"ל - ספינקא רבי פון ירושלים, און אזוי אויך האט ער זיך משדך געווען מיט גרויסע רבי'שע הויפן, ווי טשארנאביל, ספינקא (הורוויץ), קאסאן, און מעליץ, וואס האבן געשפירט א חשיבות זיך מקשר צו זיין מיט דעם געהויבענעם איד.

רא"מ מאכט נישט קיין עסק פון זיך, אבער ער איז נאך דא מיט אונז, און מיר קענען נהנה זיין פון דעם חסיד מופלא וואס איז שוין א קרוב לבן תשעים בליעה"ר.

רבותי, כאפטס אריין א פארצייטישער איד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

יישר כח זייער שיין אין זייער גוט

נאר צוויי הוספות והערות

1 ער האט אויך געלערנט אין פאפא ביי די ויחי יוסף זצ''ל בעפאר די מלחמה [ער האט מיר אליינס געזאגט].
2 מבית אבותיו זענען זיי טאקע וויזניצער חסידים אבער ער האט מיר געזאגט קלאר אז ער האט געהאט א עלטערע ברידער וואס כ'געדענק יעצט נישט דער נאמען וואס איז געוועהן א יושב אין בעלזא אינדערהיים, [אין דאכט זיך מיר אז די אנדערע ברידער דער חליסה רב זצ''ל איז אויך געוועהן אין בעלז אינדערהיים.. כ'בין נישט זיכער]. אין ער האט אויך זוכה געוועהן צו זעהן די בעלזער רב ז''ל נאך אין פעסט.

איך האב ב''ה אסאך מאל גערעדט מיט איהם אין געהערט פין איהם וכו'

נאכאמאל א יישר כח עס איז זייער שיין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האב איך אמאל מיט געהאלטן א זאת חנוכה ליכט צינדען.

איך בין אנגעקומען ביים סוף פון צוגרייטען די קנויטען עס האט געהערשט א זעלטענע פחד זיך א ריר צו טון בעיקר מחמת וואס יעדע עטליכע סעקונדעס האט ער געשריגן אויף איינעם נאאא נווווו עס איז נישט קלאר אויף וועם ער האט געשריגן...... מער מסתבר אויף די נשמות וואס זענען געקומען בעטן א תיקון.

די אויל גיסן איז א מסכת פאר זיך א שטייגער ווי ביים בארדיטשבער, אויך באגלייט מיט אזעלעכע געשרייעריי מיט הוית מיט די הענד.

דערנאך נעמט ער אפיר אן אלטן סידור ער זאגט די לשם יחוד דערנאך הייבט זיך אן אזא קוקעריי אין ספרי קבלה מיט א שנעלקייט כאילו אזוי וועט מען נישט כאפן וואס ער טוט... נעמט איין ספר גיט א שארפע מיש אהין אהער א קוק דא א קוק דארט מאכט צו עפענט וכו'.

דערנאך די זמירות בנוסח בעלזא קיין בעל מנגן איז ער נישט אבער איז נישט מוותר אויף קוצו של תנועה בנוסח בעלזא אנשרייענדיג די אייניקל וואס העלפט עם צו האלטן די טאן און זינגט איבער די שטיקל אליינס פראבירינדיג ארויס צו ברענגן גענוי די תנועה און אזוי מוטשעט ער זיך עטליכע מאל ביז ער ארלויבט זיך צו גיין ווייטער און לאזט נישט די אייניקל מיט זינגען.
שוין ענדליך אלעס שטימט יעדע תנועה איז שוין געזאגט געווארן לדעתו פונקט ווי ביים רב,

יעצט קומט דאס דריידל שפילן כמנהג בעלזא בזאת חנוכה, מען ברענגט אריין די דריידל וואס האט באלאנגט פאר די בעלזא רב וואס ער זייענדיג משב"ק האט פארראכטן די פ צו א ש, און מען הייבט אן די שפיל בנוסח בעלזא צום ערשט דרייט ער און מען גייט איבער ביז ווען עס פאלט אויף ג, און די צווייטער הייבט אן דרייען ביז עס פאלט אויף ג און אזוי ווייטער, בשעת א גאנצע צייט איז ער עומד על המשמר נעמט נישט אראפ א אויג דערפון

צו א סעודה בין איך נישט געגאנגן נישט וועלענדיג איינשטעלען מיינע נערווען צו א 5 שעהדיגע טיש מיט הייסע טיי. וחבל.

דוכט זיך אז די באקאנטע מעשה וואס איינער האט אויסגעטרינקען די בעלזא רבס נעגל וואסער אלס שיריים און די רב האט געהייסען ער זאל האבן שמירה 3 טאג פארציילט מען אז ר' אהרן מרדכי איז די בעל העובדה
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ייש"כ פאר אראפלייגן זיין חנוכה עבודה, עס איז פון די זיסע זאכן צו זעהן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בילד

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועק

שליחה דורך טמיר »

יא, ער איז אויך געלופטערט אויף קול מבשר ביי די פריימערי עד. @געוואלדיג, וואס וואלט ער געטון ווען ער הערט דאס?? איך וואלט מורא געהאט צי שטיין אין זיינע ד"א
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך בין געווען ממש שאקירט ווען איך האב געליינט די עדדס און געהערט די אדוועטייזמענט, וואלךט ער געוואוסט פון דעם וואלט יענער געכאפט א סילוק אבער אזאנס,

אבער אינטרעסאנט אנצומערקן אז ער האט ווירקליך עפעס א אינטרעסאנטע שייכות צום ציון האר"י וואו ער גייט יעדע יאר ה' אב מתפלל זיין אן קיין אפהאלט, אפילו 10 יאר צוריק ביי די צווייטע לבנון מלחמה ווען עס זענען געפלויגן ראקעטן קיין צפון א"י און כמעט קיינעם איז נישט געפארן צון ציון האט ער בדרך לא דרך מצליח געווען צו שאפן א וועג און פארן צום ציון ביו"ד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

אפשר קומט זיך קרעדיט פארן וועקער, פארן אים מאכען אזוי פאפולער אז מען קען אים שוין נוצען פאר פאנדרעיזינג?
...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ביי וועם קען איך בעטן קאמישן?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ערשט יעצט געליינט, גאר געוואלדיג.

געוואלדיג האט געשריבן:נאך מעריב שפאצירט ער די לאנגע וועג אהיים, אונטער געווענליכע אומשטענדן וועט ער גיין דורך שער שכם וואס איז א קורצערע וועג, וכבר היה לעולמים וואס אן אראבער האט פראבירט זיך צו טשעפענען מיט איינע פון זיינע באגלייטער, אבער האט שנעל חרטה געהאט, ווען ער האט באקומען א מנה אחת אפים פון רא"מ'ס הענט - וואס ער איז כידוע א גיבור עצום. אבער ווען עס איז אנגעצויגן אין א"י, וועט ער נישט גיין דורך די וועג וואס איז באוואוסט אלס א מקום סכנה ווען זייערע געמיטער ווערן אנגעהייצט, און ער וועט ליבערשט גיין דעם ווייטערן וועג דורך דעם באטראק (מארק) וואס פירט צו שער יפו.


[/b]

אן אראבער האט אראפגעווארפן א בחור'ס הוט, דערלאנגט איהם רא"מ א פראסק און שרייעט אויף אידיש: זאג, ס'איז דיין הוט?...
געוואלדיג האט געשריבן:ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה...",
[/b]

ביי אונז האט מען דערציילט: היום אומר לו קאלטע וואסער, ולמחר אומר לו פטל...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

געוואלדיג האט געשריבן:ווען איינע פון די בחורים האט אים אמאל געבעטן רשות צו טרינקן וואסער, האט ער געכאפט פון אים א סילוק: "יא, היום אומר לו עשה כך - טרינקן וואסער, ומחר אומר לו עשה כך, ביז עס וועט קומען חלילה צו טרינקן קאקע קאלע ביי די סעודה"...

איך האב געהערט אזא נוסח: אז א בחור האט זיך פארזארגט מיט קאקע קולה, אז ביי די סעודה זאל ער חלילה נישט אויסגיין פון דורשט, אימיטען די סעודה בשעת רא''מ איז געווען אין א דביקות האט ער שטילערהייט אינטערן טיש פרובירט צו אויפמאכען די סאדע באטעל, און פארשטייט זיך די גזים האבען ארויסגעלאזט א שטיקעל גערודער, און רא''מ האט עס באמערקט האט ער געפרעגט פון וואס ס'קומט, בלית ברירה האט מען זיך מודה געווען אינעם ''פארברעך''... האט רא''מ אפגעאטעמט אז אבי ס'איז נישט פון די תאוה'דיגע וואסער..
...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס הייסט מערקבארע נייעס, אז דער נושא האשכול איז היינט געגאנגען צו די בחירות, און דערנאך איז ער געגאנדען מנחם אבל זיין ביי איינער, ווי ער האט געהייסען די אבלים גייען אין בחירות אין מיט'ן שבעה.

קוקט'ס דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס הייסט מערקבארע נייעס, אז דער נושא האשכול איז היינט געגאנגען צו די בחירות, און דערנאך איז ער געגאנדען מנחם אבל זיין ביי איינער, ווי ער האט געהייסען די אבלים גייען אין בחירות אין מיט'ן שבעה.

קוקט'ס דא

דער מערקבארע נייעס איז, אז עס איז דא בילדער ווי ער וועלט.
ער איז שארף קעגן מאכן בילדער.
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

הגאון הצדיק הישיש רבי אהרן מרדכי רוטנר המשב"ק המיתולוגי של האדמו"ר מהר"א מבעלזא זיע"א תועד הבוקר כשהוא הצביע בבחירות לכנסת ה-21.

רבי אהרן מרדכי בשנות ה - 90 לחייו נחשב לדמות מיוחדת בירושלים כאדם שיודע את כל התורה כולה והוא מקובל גם על חוגי העדה החרדית ונחשב למעתיק השמועה של רבותיו הרבי מבעלזא זיע"א והמהרי"ץ דושינסקיא זיע"א.

דבר התיעוד שמצביע נחשב להיסטורי שכן בבחירות האחרונות יצאו שמועות בקרב הקנאים שהרב רוטנר השתתף בכינוס נגד הבחירות על יד ביתו בזופניק בירושלים.

הבוקר הגיע רבי אהרן מרדכי לקלפי בירושלים ולהצביע בבחירות, הרב רוטנר המתנגד לתמונות בכל תוקף תועד בקלפי כשהוא מצביע.

לאחר מכן הלך לנחם אבלים אצל אחד מחסידי בעלזא הרב פיליפ ששאלו האם על אבל לצאת להצביע רבי אהרן מרדכי הורה לו מיד לצאת ואף יצא עמו בעצמו לקלפי.
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

אמאל געהערט א מעשה איבער אים וועגן א קינד וואס האט זיך דערשטיקט אויף א ביינדל שבת. איינער געהערט עפעס אמאל וועגן עדם?
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

געהערט זאגן אז האט געכאפט די קאראנא, און דארף א רפואה שלימה
וואולקאן עראפציע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך וואולקאן עראפציע »

אויב וואוינט ער אין א"י "איז עס נישט קאראונע". ס'כמעט אפיקורסות צו זאגן אז יא...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אהרן מרדכי בן חנה לרפואה שלימה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

בד"ה.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

שר וגדול נפל בישראל.

איי, די לעכטיגע פרייטאג צונאכטס ביים כותל מיט רבי אהרן מרדכי! אוואו טרעפט מען אזאנס!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מעמד יציאת נשמה פונעם דיין "שליט"א"...

איך האב אזוי אפגעלייענט די ארטיקל פון די וועקער, און איך זע ווי דער שרייבער פרובירט אראפצומאלן הרב רוטנער אלס איינער וואס קען זיין הומאריסטיש, די משלים וואס ער ברענגט אראפ איז בכלל נישט קאמיש..

איך פרוביר צו כאפן וואס ס'איז פאני.

מיין קאמענט איז מסתם נישט אין פלאץ יעצט, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איי ווער געדענקט די לעכטיגע (טינקעלע) סעודות שבת ביי ר' אהרן מרדכי זצ"ל?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך, געוועהן ביי אים כמה פעמים אלטס בחור, די בעלזע בחורים פלעגן כסדר קומען צו אים
פארשפארט