באנד. דזשעימס באנד.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

באנד. דזשעימס באנד.

שליחה דורך ונבנתה העיר »

באנד. דזשעימס באנד.

אה... וויפיהל אזא פשוט'ע צירוף אותיות זאגט אלס. וויפיהל פלעזשור צענטערן עס צינדט אהן. וויפיהל דאופאמעין עס דעליווערט.

פארשטייט זיך בתנאי אז מען איז מפסיק עטליכע סעקונדן נאכ'ן ערשטן ווארט, און מען לייגט א לייכטן דגוש אויף 'דזשעימס'...

אזא תקיפות דקדושה, אזא דזשענטלמאנישקייט, אזא טאקט, אזא געריבנקייט, אזא כאריזמע, אזא כל יושבי' לפניו כחגבים.

אלעס אזוי שיין איינגעוויקעלט אין די פאר ווערטער, און איבערגעגעבן געווארן צו א פראפעסעניאלן אקטיאר ער זאל עס אריינזאגן אינעם קעמרע.

די פראגע איז נאר פארוואס שפילט עס מיין מח אויף מיר אליין? פארוואס שפיר 'איך' דעם תקיפות און גלאטע געריבנקייט ווי כ'זאל אליינס נארוואס ארויס פונעם בארבער?

-----------

דעם פרייטאג צונאכטס אויפן וועג אהיים פון בהמ"ד האביך געטראפן איינעם פון די גדולי החכמים דפה.

ס'איז געווען דאס ערשטע מאהל וואס מיר האבן גערעדט.

וויאזוי זעהט ער אויס?

ארום 175 פונט ארומגעוויקלט מיט א גארטל, די הענט אריינגעשטעקט אינעם גארטל און דערנאך אויסגעדרייעט פניהם אל החוץ, אזא פאזע וועלכע ווייזט דאמינאנץ אויף די איבריגע מאלפעס [גראדע נישט מעיטינג סעזאן].

נאכ'ן ערשטן שאקירטן שלום עליכם סעטעלט ער זיך אריין אין זיין פאזיציע; דאס גאנצע גוף פון די ווייסע זאקן און ארויף וויגט זיך פון רעכטס צו לינקס און צוריק מיט אזא שטאטן טאקט כדרך הבעלי בשר.

ער איז נאכנישט אינגאנצן פטור געווארן פון זיינע פאר-דעם-קריג געוואוינהייטן ווי ער באטראכט סוב-קאנטשעסלי יעדן עובר ושב, און נידערט דעם טאן צו א געהיימניספולע שושקעריי ווען א ניינציג יעריגער גייט פארביי אביסל צו נאנט.

און מען רעדט.

פון וואס רעדט מען? כמעט קט וואס די וועטער איז נישט ארויף אויפן טיש.

----------

וואס איז א מענטש? א קאלעקציע פון פלייש, נערוון און בלוט? א בעג אוו נערווס כפשוטו?

ווילאנג דארף א מענטש 'זיין' עפעס אז דאס זאל זיין 'ער'?

איז ער דען עפעס א געוויסע זאך מיום הוולדו עד יום מותו? מוז ער עס זיין כאטש 10 יאהר? מוז ער עס זיין 24 שעה א טאג?

אז ער שאפט אן אנליין פערסאנא איז יענס דאס פאלשע און די מקוה'דיגע די עכטע?

אלע וויינען די זעלבע זאך:

דער בעש"ט זאגט במקום שמחשבתו של אדם שם הוא עצמו.

אריסטו זאגט 'יעצט בין איך נישט אריסטו'.

דער בעל התניא זאגט המתאבק עם מנוול מתנוול.

אפלטון זאגט אז פילאזאפן וועלכע זענען איבערצייגט אז די גוף און אירע חושים שטערן די ריינע השגות פונעם שכל זוכן פטור צו ווערן נישט נאר פון תאוות הגוף, נאר אויך פון צער הגוף.

אבער אלעס איז פארווישט; דער בעש"ט'ס ווארט איז מיסטיקע, אריסטו'ס איז א גוטע מוסר מעשה, און דער בעה"ת איז א פויליש ווארט.

אלע מיינען אבער כפשוטו: דארט וואו דיין מחשבה איז, וויאזוי דיין מיינדסעט שטייט יעצט, דאס ביסטו אין די רגע. נישט עפ"י קבלה, נאר פשוטו כמשמעו – עס איז נישט דא קיין אנדערע מעסטער אויף די פראגע 'וואס איז א מענטש'.

'יעצט בין איך נישט אריסטו' מיינט טאקע עברי-טייטש; יעצט בין איך נישט אריסטו, יעצט 'בין' איך א פרעסער. עס איז נישט דא א דין אז וואס מען 'איז' מוז אנהאלטן א געוויסע אורך זמן, מען 'איז' יעדע רגע וואס מען איז דעמאלטס.

'המתאבק עם מנוול מתנוול' איז נישט עפעס א פרומע פתגם, עפעס אזא שלעכטע-חברים שמועס, התחברות לרשעים אדער כ'ווייס וואס. עס זאגט כפשוטו: אויב דו באהאנדלסט 'יעצט' שמוץ ביסטו יעצט שמוץ. אויב דו ביסט יעצט אקופירט מיט 'צער' הגוף 'ביסטו' יעצט 'גוף'.

נאו וואנדער חסידים האבן זיך אזוי אכטונג געגעבן פון מצער זיין דעם גוף...

----------

עס קען גאר קיין פאלשע פערסאנא נישט זיין.

כ'וועל אייך אויסזאגן א סוד: הפילאזאף האלקי לעיקוואד שיחי' איז נישט נעלם געווארן צוליב כ'ווייס וואסערע טענות ער האט יא אדער נישט. איך האב עס שוין פארגעזאגט באלד ווען ער האט אפיציעל מפרסם געווען ווער ער איז.

דער שארפער חוקר איז געשטארבן, דער וועלכער קען שירה-זאגן אויף א ליידיגע סקרין איז נעקר געווארן. אנשטאט איז אויסגעוואקסן אן אדמוני וועלכער לערנט קבלה פאר די פערציג.

-----------

הערט אידן וואס כ'זאג אייך: בויעט אויף א פערסאנאלעטי און לעבט אין איהר דמיון ווייל דאס 'זענט' איהר.

מורמעלט אייך אונטער 'באנד. דזשעימס באנד' און שפירט 'אליין' דעם תוקף.

טראכט פון געטליכקייט, זענט איהר געטליכקייט.

טראכט כעס, זענט איהר אין כעס.

טראכט גוט, וועט זיין גוט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אה.. ווי גרינג צו ווערן ונבנתה...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

הנני לגלות דעתי בזה אז וואס ונבנתה שרייבט איז כמעט הונדערט פראצענט און מיר האבן זיך צום ערשטן מאל געטראפן (אלס כוכב און ונבנתה, ציגארעטלעך האבן מיר שוין אויסגעטוישט, כמיין צו זאגן איך גענומען פון אים, פאר יארן,) די בעל בשר חלק איז נישט מדיוק און דער וואג זאגט א שיין ביסל מער ווי 175. מיין שלום עליכם איז בכלל נישט געווען אין שאק, נאר ענדערש מיטלייד אויף וואס איך גיי יעצט צווינגען פאר ונבנתה צו פארפיגן א שמועס פאר צען מינוט, גראדע האט מען דורכגעטון דברים העומדים ברומו של עולם און אומבאמערקטערהייט האב איך געמאכט פאר א פאקט אז ונבנתה גייט נעמען אויף זיך איין פרק אין עת לאהוב כאטש זיין נישט איבריגע ענטוזיאזם, שטייצעך אז ווען מאיז יענעם מכבד מיט ארבעט דארף מען עס איינוויקלען אין א שמועס איבער'ן וועטער.
דאס איז אלץ בנוגע אונזער צונויפטרעף, בנוגע זשעימס באנד ווייס איך גארנישט אויסער אז כהאב פאריגע וואך פרובירט צו שאפן די נייע זשעימס באנד פילמס אויף איינע פון די טעלעגראם טשענעלעס ווען דער אדמיניסטראטאר האט מיר צואוויסן געטון אז סאיז דערווייל נאר אוועילעבל אין קאמערא.
אלע אנדערע ענינים וואס מיר האבן דיסקוטירט, איבער די היסטאריע פרעזידענט רעיגען, איבער א ווארט פון א בארימטער כינעזער פאעטיקער איבער מענטשן וואס זענען אינהיבטיטיד און צו שטארק אויפמערקזאם אויף זייער זיך זעלבסט, איבער פארשידענע ענינים אין חובת הלבבות, איבער חב''ד, איבער אחד מגדולי העובדים/טפוזים בעירנו אויף וועמען ונבנתה שרייבט א פראפייל , פאר א צווייטער געלעגנהייט.
זאג נאכאמאל, וועטער?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר א פ״ד) איז מסביר (אלס איינס פון צוויי וועגן) דאס וואס בן רשד [אוועראס] מיינט מיט דעם וואס ער זאגט אז דער שכל הפועל איז זיך נישט אלייס משיג אלס א מקרה דורך דעם וואס עס איז מקושר מיט דעם שכל ההיולי [חומרי], אז עס איז זיך בעצם יא משיג אליינס אלס א דבר נפרד אבער נישט מיט דעם וואס עס איז מדובק אין אונז, דעם שכל ההיולי. דאס איז פונקט אזוי ווי א בויער בויט מכח זיין זיין א ״בויער״ און נישט מכח זיין זיין א ״מענטש״ (מעיקרא), ע״ש באריכות.

מען קען דאס אפשר באטראכטען ווי א מעטא געדאנק אין דעם אליין אז אפילו די שכל אליין, אין ווי אזוי זיך אליינס משיג צו זיין, גייט זיך ווענדן אין וואו די מחשבה און שם דערפון איז; צו אלס א ״בויער״ אדער אלס סתם א ״מענטש״.

ולענינינו, דער רלב״ג טוהט דאס אלס דורך אינ׳ם קאנטעקסט פון השארת הנפש. ודבר בעתו מה טוב אז די נעקסטע באנד פילם, וואס די כאראקטאר ווייזט אויף דעם אז א מענטש איז וואס זיין ״מחשבה״ [אין זיין ״שכל״] איז וכנ״ל (און ווערט טאקע ניכר אינ׳ם ״שם״ פון באנד, דזשעימס באנד...), הייסט No Time to Die...

https://youtu.be/BIhNsAtPbPI
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אויך מיר אן אשכול דאס, לאל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא איז הרב דר. רפאל זארום מקשר די געדאנק פון סוכות מיט די דזשעימס בּאנד פילם ספּעקטער (און מיט Halloween).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'קען נישט גלייבן כ'האב געמיסד דער אשכול. אשכוח @מי אני פאר'ן ברענגען צו מיין אויפמערקזאמקייט. געוואלדיג!

וואו איז ער טאקע דער @ונבנתה העיר? זעהט אויס א באצאלטער גליון האט אים פארכאפט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מי אני האט געשריבן:דא איז הרב דר. רפאל זארום מקשר די געדאנק פון סוכות מיט די דזשעימס בּאנד פילם ספּעקטער (און מיט Halloween).
ווען כ'האב געהערט מענטשן נאכזאגן פון אים מיט התפעלות האב איך געמיינט אז ער האט שכל אבער לעצטנס האב איך געהערט פון אים א דרשה לייוו דאס ערשטע מאל אין פּערסאן, און ער האט מיר אויסגעקוקט צו זיין א גרויסע בהמה. די דרשה איז נישט צופיהל אנדערש געווען פון סאם פון אונזערע רעדנער דורשי דופי אוואו ער האט, עמאָנג אנדערע שטותים, געבלאבלט פון אידן'ס תפקיד אין גלות צו מקדש שם שמים זיין און זיך לאזן הרגענען על קידוש השם ווייל דאס האבן אונזערע זיידעס שטענדיג געטוהן און וואו קענען מיר זיין פארשמען בּלא בּלא בּלא. אויב דיר איז נמאס דאס לעבן אדער דו האסט א געלט סכסוך מיט'ן גוי און דיין איינציגסטע וועג ארויס דערפון איז סוסייד, וואס ווילסטו פון מיר פשוטע איד מיט קוים אפאר גרייצער אין מיין בייטל? גיי שחט דיר דיין ווייב און קינדער אויף וואס אימערער עבודה זרה דו האסט דעסיידעד צו רופן גאט און לאמיך ארויס פון דאס געשעפט. נעם מיר נישט אויף א רייד ווייל ביז היינט האסטו אויך גאנץ ווייניג געטוהן פאר מיר. :קראץ:

פארוואס כלל ישראל איז געשלאגן געווארן מיט אזעלכע "שיינע אידן", דרשנים און פני העם, סאו קאללד אינטעלעקטשועלס, וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין..

עס איז דא מענטשן וואס לייף איז זיי אזוי באורינג אין די קהילה, און זייער שטאנד אזוי אינסעגניפיקענט, אז זיי בענקען זיך צו די צייטן וואו מ'האט אונז אידן גערודפט און געברענט אויף די שייטערהויפענעס כדי זיי זאלן פיהלן עפעס א יש; אז מען דארף זיי נאך. זיי קאַונטן. האסט געוואלט זיין א ראביי, האבן כבוד, האבן א רעלאטיוולי איזי לייף? וואס קאמפלעינסטו?

(אגב, דאס האט ער געדרשנט אלס א גאסט רעדנער עט עי שמחה, פאר א גרויסע עולם געסט וואס קומען כמעט קיינמאל נישט אין שוהל און וואס זענען קלערלי נישט אינטרעסירט געווען אזאנס צוהערן..סיריעסלי, נישט געטראפן קיין בעסערע טאפיק?)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט