א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)
א גוטן טייערע חברים.
אין די לעצטע טעג האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע חברים, היסטאריקער און פארשער, וואס זענען ערנסט אינטערעסירט און גרייטן זיך אראפצופארן קיין עיראק, קורדיסטאן והגלילות, זיך צו באקענען פון די נאנט מיט די היסטאריע פון אונזערע זיידעס, היסטאריגע פון אידישקייט און אידישע אינטערעסן אין יענע געגנט. צווישן אנדערע וועלן מיר באזוכן 'אור-כשדים', כותא (די שטאט פון אברהם אבינו), מגדל בבל (דער בנין פון דור-הפלגה), די היסטארישע בית-המדרש שב ויתיב, וואו טויזנטע אידן האבן דארט געלערנט תורה, צווישן זיי תנאים און אמוראים און לויט ווי די גמרא זאגט איז די שכינה פון דארט קיינמאל נישט אוועק. מיר וועלן בודק זיין די פלעצער, און באטראכטן די קראנטקייט פון די ערטער און וואו נאך עס זענען פאראן מעגליכע ערטער וואס האבן א שייכות מיט די תורה און אונזער היסטאריע. מעגליך אז מיר וועלן זיך דערוויסן פון שטעט וואו געוויסע אמוראים האבן געוואוינט, באזירט לויט די סימנים וואס ווערן דערמאנט אין די גמרא, און אפשר וועלן מיר געפינען אנדערע אינטערעסאנטע געפינסן.
פארשטייט זיך, אז אזא נסיעה איז נישט קיין לייכטע און נישט קיין באקוועמע, אבער די נאלעדזש און ידיעות וואס מ'קען קונה זיין דארט וועגן איבער אלע שוועריגקייטן פאר די דאזיגע וואס האבן אן אינטערעסע און האבי אין די סארט זאכן. דאס איז נישט געמאכט פאר אזעלכע וואס זוכן געשמאקקייט און באקוועמליכקייט, קיין כשר'ס איז דארט נישט פאראן (פאר די וואס זענען מקפיד) און עס פעלט אויס מיטצונעמען א לעבל ברויט מיט א קען טונה וואס זאל קלעקן אויף די גאנצע צייט, ווי אויך איז שבת נישט אזא באקוועמע צייט דארט. בכלל איז אין יענע מדינות זייער פרימיטיוו, נישט פאראן דארט די באקוועמסטע ערטער צו שלאפן. בנוגע דאס פארזיכערטקייט פונעם ארט, פאר א איד איז זיכער מסוכן דארט און מען מוז ארומגיין פארשטעלט ווי אן אראבער, אדער מינימום ווי א פאלנער גוי א טוריסט. מען מוז קענען לפחות ענגליש, צו קענען קאמיוניקירן מיט מענטשן און נישט ווארפן חשדות. פאר א פחדן איז עס זיכער נישט געמאכט, פאר ווער עס האט קאראזש און איז נישט קיין פוילער מענטש, און איז אינטערעסירט אין אידישע היסטאריע קען אזא נסיעה צונוצקומען.
פארוואס דערצייל איך די נייעס דא?
דער פראבלעם איז, אז כדי צו קענען אריינקומען לעגאל אין צענטרל עיראק אלס טוריסטן, דארפן מיר זיין גענוג א גרויסע קבוצה דערצו. לעת עתה האבן מיר נישט גענוג מענטשן דערצו און מיר ווילן נישט פארן אינאיינעם מיט גוים, וויבאלד מיר פארמאגן א געמיינזאמע מטרה צו פארשן אידישע היסטאריע. ווי אויך קענען מיר באשטיין לכתחילה צו פארן מיט מנין, וואס דערווייל האלטן מיר ווייניגער ווי דעם. מיר זענען אבער נישט געמאכט פאר מענטשן וואס זוכן סתם ארומצופארן א וועלט, מיר זענען נישט אינטערעסירט צו פארן פאר שוואוילטאג און מיר וועלן זיכער מאכן וואס זענען די מטרות פון די וואס ווילן מיטפארן.
דעריבער ווענדן מיר זיך צום ברייטן ציבור; אויב זענט איר אינטערעסירט אין אזא נסיעה, ביטע זיך פארבינדן אין אישי, אבער נאר אויב איר זענט ערנסט-פאראינטערעסירט. ביטע נעמען אין באטראכט, אז מיטן זיך ווענדן צו אונז וועט איר באיזה שלב מוזן ארויסגעבן אייער אידענטיטעט. דעריבער, אויב ווילט איר זיך האלטן פרטי דא אין קאווע-שטיבל, מאכט אייך א נייע ניק, אדער ווענדט אייך אויף אימעיל:
chakran1234@gmail.com

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
איך בין אמאל געוועהן אין אן אראבישע לאנד, וואס איז גראדע נישט אזוי האסטיל צו אידן און זיי פארלאנגן נישט קיין וויזע אפילו, און פארט האבן זיי געמאכט שוועריקייטן ביים אריבער גיין די גרעניץ. נאך א לענגערע צייט חקירות און דרישות האבן מיר זיי משכנע געוועהן מיט שוחד (הונדערט דאללער יעדע וועכטער) און זיי האבן אונז ערלויבט אריינגאנג.
- חביבי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
- געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל
קענסט זיך פארבינדען מיט די ליאזשנע רבי פין די תורה מאזועם ער פארקויפט אז ער איז שוין דארט געווען ווייל ער האט געזיכט טייערע אנטיק ער זאגט אז ער איז געגאנגען אין באגלייטאנג פין די אמעריקאנע מילטער אלזוי פאר די לאזט זיך ארויס אויפן וועג געב עם א רוף צי הערן הערות פון איינער וואס איז שוין דארט געווען עס קען אלץ ציניצקימען
(בולט פראף וועסטלעך קענסטו מין הסתם דינגען פון די בארא פארקע שומרים פאר א מינעמאלע סומע)

אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
עוד מישהו האט געשריבן:חקרן, אויב האסטו א טשענס, קענסטו טשעקן אויב די שריפט אין די פאלאץ פון בלשאצר איז נאך אויפן וואנט? מנא מנא תקל ופרסין דאס דארף צו שטיין דארט אויפן וואנט.
דאס דארפסטו גיין קיין לאנדאן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עוד מישהו האט געשריבן:חקרן, אויב האסטו א טשענס, קענסטו טשעקן אויב די שריפט אין די פאלאץ פון בלשאצר איז נאך אויפן וואנט? מנא מנא תקל ופרסין דאס דארף צו שטיין דארט אויפן וואנט.
און אז דו ביסט שוין דארט איז נישט אזוי שווער צו צו פארן אין די שכינות'דיגע מצרים. לויט ווי איך הער,איז דארט דא די הערנער פון פרעה'ס קיען. ערגעץ אין א מוזעאום אין לאנד גושן...מ'קען אויך זעהן די אפארטמענט בילדינג וואו יעקב אבינו און זיינע קינדער האבן געוואוינט. קומענדיג קיין מצרים...!
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:זיי לאזן בכלל אריין אידן אין עיראק? כ'מיין אז אין סאדיע אראביע, למשל, קענען אידן נישט אריינגיין. וויאזוי וועט מען זיך אן עצה געבן דערמיט? פעלשן פאספארטן?
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס מ'פארציילט אויפ'ן זלאטשוב'ער רעבי'ן ר' מיכלי פון נתניה. ער פלעגט א סאך ארומפארן איבער יוראפ. נאך ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל. איינמאל, ווען ר'איז א דורך געפארן די עסטרייכישע גרעניץ האבן איהם די גרעניץ-וועכטער שטארק געמוטשעט און באטאפט אלע זיינע חפצים. אפילו די תפילין האבן זיי איהם געהייסן ארויסנעמען און זיי האבן עס באקוקט. ווען ער איז שוין אדורך די גרעניץ רופט ער זיך אן צו זיינע מקורבים..."פון וואו האבן זיי געוויסט אז איך בין א איד. כ'האב זיי דאך נישט פארציילט"...?...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חקרן האט געשריבן:מ'דארף האבן א וויזא, וואס נאר טוריסטן קענען באקומען, דעריבער דארף זיין גענוג א גרויסע קבוצה. פארשטייט זיך אז עס דארף געוויסע באדינגונגען, נישט יעדער קען אריינגיין אהין.
חקרן: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל.
דו האסט גענימען א וואן וועי טיקעט. אדער א ראונד טריפ?...
זעה אז מ'זאלל נישט דארפן שיקן נאך דיר די ציונים זיי זאללן דיך ארויסראטעווען פון דארט...