כ'בין געווען ביים כותל, ביי שחרית אינמיטן הויך שמונה עשרה, קומט צו מיר א בחור'ל, היות ער איז א כהן, און ער וויל בענטשען דעם ציבור, אויב איך וואלט אים געבארגט מיין טלית.
צווישן אזא עולם כ"י, האב איך פארשטאנען אז די שאנסן צוריק צו זען מיין טלית, זענען נענטער צו נול.. מ'קען דאך אבער נישט אפזאגן, האב איך אים געבעטן צו האלטן זיין שיך..
גרויס שמחה הערשט ביי די איינוואוינער פון סאמעריין, ווען די ידיעה ווערט פארשפרייט, אז דער צדיק וקדוש איז מסכים, אוועק צוגיבן פון זיין הייליגע צייט, און קומען אריין שיינען, פון זיין הייליגע ליכט, אין די צובראכענע הערצער, ס'שטאט פארט אויף רעדער, א קליינעקייט? דער הייליגע רבי קומט צו פארן! פראווען א שבת מיט אונז, ס'נישט אזא פשוטע זאך.
די אכסני' וואו דער צדיק גייט זיין, איז באהאנגען מיט ליילעכער, אנגעשמירט מיט לאזונגען ווי, זה השער לה' וכו' צדיק כתמר וכו' מיט ווייסעך וואס נאך, רייסער'ס קומען און גיין, בקיצור ס'איז הויך יום טוב.
די גרויסע טאג איז אנגעקומען, דער קדוש ערשיינט מיטן פולען פראכט, א הייליג ציטער הערשט, צווישן די מאסן וואס זענען ארויס געקומען, מקבל זיין פני צדיק הדור, שלעפט זיך אויך קלמן, באקאנט אלס נישט א גרויסע חכם, און נישט א קליינע נער, מיט גרויס התרגשות, בעט ער דעם רבי'ן, ער וויל האבן די זכי' אז כבוד קדושתו, זאל קומען צו אים און שטוב, פאר תפלת שחרית.. פאר א פדיון גיבט ער פיר מאל ח"י.. כנגד די ארבע אמהות!
דער קדוש עליון, מאכט צו די הייליגע אויגן, נאך א וויילע, זאגט ער מיט א שמייכל, איי קלמן קלמן, פאר די סכום, קום איך צו דיר אויף 'הכנות' פאר'ן דאווענען....
ריזיג ק/פ A woman in a hot air balloon realized she was lost. She lowered her altitude and spotted a man in a boat below. She shouted to him,
"Excuse me, can you help me? I promised a friend I would meet him an hour ago, but I don't know where I am."
The man consulted his portable GPS and replied, "You're in a hot air balloon, approximately 30 feet above ground elevation of 2,346 feet above sea level. You are at 31 degrees, 14.97 minutes north latitude and 100 degrees, 49.09 minutes west longitude.
She rolled her eyes and said, "You must be a Republican.
"I am," replied the man. "How did you know?"
"Well," answered the balloonist, "everything you told me is technically correct. But I have no idea what to do with your information, and I'm still lost. Frankly, you've not been much help to me."
The man smiled and responded, "You must be an Obama-Democrat."
"I am," replied the balloonist. "How did you know?"
"Well," said the man, "you don't know where you are -- or where you are going. You've risen to where you are, due to a large quantity of hot air. You made a promise you have no idea how to keep, and you expect me to solve your problem. You're in exactly the same position you were in before we met, but somehow, now it's my fault."
צוויי שותפים זיצן צוזאמען ביים ביעטש אין פלארידע, אינמיטן רופט זיך יענקל אהן : אוי וויי משה איך מיין אז איך האב פארגעסן צוצושפארן די סעיף, ענטפערט עם משה : נא וואס האסטו מורא דו ביסט דאך דא !