שלום שטיסל האט געשריבן:אזא נערישע אשכול איז שוין לאנג נישט געוועהן דא אין שטיבל. דער פותח האשכול האט אנגעהויבן תיקף מיט זעקס הונדערט לגיונות און פאנטאזיעס, צוזאמברענגענדיג הודו מיט כוש, קיינער פון זיינע זאכן זענען ניטאמאל דומה איינס צום צווייטן, ער איז כנראה בבחינת עד דלא ידע כל השנה. ס׳איז ממש א בושה פאר די וואס אינדענטיפיצירן זיך נישט מיט סאטמאר דא אין שטיבל אז דאס איז געשריבן געווארן אויף זייער זייגער.
די גרעסטע קללה מיט וואס איך קען היינט שעלטן איינעם איז אז ער זאל האבן א גוטע פעדער און לעבן אין עולם הפאנטאזיע
ביזט נישט מסכים אז די ציונים האבן געגרינדעט א ווילידזש פאר די צייט און אז זיי טרעטן בשאט נפש אויף די ג׳ עבירות החמורות מיט זיך שלאגן און רייצן מיט די גוים? דו זעסט טאקע נישט קיין פראבלעם מיט דעם ציוניסטישן ״חברה שומרים״ וועמענס גאנצע עקזיסטענץ איז א שרעקליכע ״כוחי ועוצם ידי״? די ציוניסטישע מוסדות שטאפן זיך מיט געלט וואס קומט פון גניבה און חילול השם און אפילו נאך ערגערס, וואס איז נישט אבק של כח הפועל בנפעל נאר ממש די עבירה אליין! דו זעסט טאקע גארנישט ראנג דערמיט??? דער גרעסטער חידוש איז אז היינט ווען די גאנצע וועלט זעט שוין קלאר אז דער רבי איז געווען גערעכט זאלן מענטשן זיין אזוי בלינד! דאס אלעס איז א תוצאה פון זיין משועבד צו די פארטייען למיניהם, אויף וואס דער רבי האט אזוי מרעיש עולמות געווען.
ס'קען זיין אז דער האט געוויסע ריכטיגע נקודות, אבער זיין מדמה זיין מילתא למילתא ווייזט אז זיין לאגיק איז דיסעיבלד.
אפי' לו יצוייר אז דער סאטמערע עולם פיהרט זיך עטוואס שלא ביושר, איז בכלל נישט קיין התדמות צו די פראבלעמען וואס זיי האבן מיט ציונות, אבער ביי אים איז עס שוין היפאקריסי...
הרב שטיסל, וואס בייזערסטעך אזוי? איך האב גראדע הנאה געהאט פון קלינגס ארטיקל, טאקע געשריבן מיט אסאך האס, אבער למען האמת זעה איך נישט די הינדערטע שקרים וואס דו האסט געטראפן און זיינע ווערטער.
איינער האט מיר פארציילט זכרונות פון ירושלים, ווי ער זעט א מאמע פראבירט אוועק צו שלעפען א קליינן קינד פון א הפגנה, זאגענדיג אז ס'איז שוין צייט צו גייען שלאפען. ענטפערט דער קינד (מיט א גרויסע שטיין אין די האנט) "מאמא, איך קען נישט לאזען ירושלים הפקר".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאלד האט געשריבן:דער ווילעדש איז א באשעפעניש און א ענטיטי תחת ממשלת וחוקי מדינת ניו יורק, נאר וואס דען, יעדער ווילעדש פירט זיך זייער אייגן ווירטשאפט פשוט אלס פראקטישקייט, קענסטאך נישט ערווארטן אז אלבעני זאל זיך פארען מיט יעדער קליינער שטעטעלע איבער גאנץ ניו יורק, אבער אלעס איז א ניו יארק סטעיט ענטיטי אונטערגעווארפן אונטער איר הערשאפט
וואו איז די מקור אז "שלטון עצמאית" איז פונקט א שמוץ אריבער וואס מיר רופן וויליזדש, האבן די אידן וואס זענען געקומען צו די מיטינג וואו די ג' שבועות' איז פארגעקומען געוואוסט די נפק"מ צווישן א וויליעזדש און א סטעיט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
גאלד האט געשריבן:דער ווילעדש איז א באשעפעניש און א ענטיטי תחת ממשלת וחוקי מדינת ניו יורק, נאר וואס דען, יעדער ווילעדש פירט זיך זייער אייגן ווירטשאפט פשוט אלס פראקטישקייט, קענסטאך נישט ערווארטן אז אלבעני זאל זיך פארען מיט יעדער קליינער שטעטעלע איבער גאנץ ניו יורק, אבער אלעס איז א ניו יארק סטעיט ענטיטי אונטערגעווארפן אונטער איר הערשאפט
וואו איז די מקור אז "שלטון עצמאית" איז פונקט א שמוץ אריבער וואס מיר רופן וויליזדש, האבן די אידן וואס זענען געקומען צו די מיטינג וואו די ג' שבועות' איז פארגעקומען געוואוסט די נפק"מ צווישן א וויליעזדש און א סטעיט?
אבער די רש"י אין מס' סנהדרין וואו די גמ' זאגט..."אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט רש"י..."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...חוץ אויב איך לערן (ציוניסטיש) פשט אז ישראל, מיינט מען מדינת ישראל. אז מדינת ישראל טאר נישט האבן קיין שום שולטנות קלה ודלה. אבער מרן רביה"ק, הגה"ק מעג יא...!
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער די רש"י אין מס' סנהדרין וואו די גמ' זאגט..."אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט רש"י..."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...חוץ אויב איך לערן (ציוניסטיש) פשט אז ישראל, מיינט מען מדינת ישראל. אז מדינת ישראל טאר נישט האבן קיין שום שולטנות קלה ודלה. אבער מרן רביה"ק, הגה"ק מעג יא...!
לייג שוין צו: רבי יעקב יוסף מסקווירא @שיכון סקווירא וחתנו רבי מרדכי הגר מויזניץ @כתר ווילעדזש

קנאק יענקל: אבער דיא אלע שלאגן זיך נישט מיט זייערע גוי'אישע שכנים איבער אנעקסירן טעריטאריע. זיי זענען משוגעים פאר זיך. נ.ב.: איך האב דא נישט געמיינט די פריער'דיגע צדיקים די מייסדי הקריות. כ'מיין די היינטיגע צאדיק'ס. די עבודה זרה'ס...! נאך אן אינטרעסאנטן עפיזאד האב איך באמערק'ט אויף איינס פון די קליפס. ווען ס'זענען געווען די היערינגס אין קר"י איבער די אנעקסעישן איז געווען דארט א גוי'טע (פריצות'דיג אנגעטון. און זי האט געהאלטן א סיין מיט קידוש לבנה אותיות. ווי ס'געשטאנען די פאלגענדע ווערטער..."Hisgaros B'umos is against the Torah...!