שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]יעדע מאל כ׳הער די סארט ארגומענטן קומט מיר איין פראגע אין קאפ, איז דא א סיסטעם וואס ארבעט 100%? די ענטפער איז א קלארער ניין, פון יעדע כלל איז דא א יוצא, און מאז היתה ישראל לגוי איז אייביג געוועהן חברה פאר וועם די סיסטעם האט נישט געארבעט, טייל וועגן זיי האבן געוואלט זיין בעסער אנדערע וועגן זיי האבן זיך נישט געקענט אריינפאסן, פון די בני אפרים ביז די ערב רב, פון די צדוקים ביז די בייתוסים, נישט נאר אין אידישקייט נאר בכלל אין די וועלט איז נישטא א שיטה/רעליגיע/גאווערמענט-סיסטעם וואס זאל נאכקומען יעדע יחיד, פון שארף קאמיניזם ביז ליבעראל דעמאקראטיע, פון קריסטליכע רעליגיע ביז מארמאן און בודאהיזם.
ווען א סיסטעם ארבעט נאר לשליש או לרביע דאן איז עס א פראבלעם וואס ברויך אדרעסירט ווערן, ווען א סיסטעם ארבעט ניינציג אדער פינעף און אכציג פראצענט דאן איז עס א געוואלדיגער סוקסעס וואס מער פון דעם איז נישט שייך. און אפילו ווען ס׳ארבעט נאר אויף זיבעציג פראצענט איז זייער שווער צו זאגן אז מ׳זאל טוישן מהלך. זיך ארומקוקענדיג אויף מיינע ארומיגע, שכינים, חבירים, חדר כתה, ישיבה, קוקט מיר אויס ווי אונזער סיסטעם ארבעט פיין מיט א געזונטע סוקסעס ראטע.
אדרעסירן פראבלעימען און קריטיקירן קרומע מיינונגען איז א געזונטע זאך און א מיטל צו שטייגן, אוועקמאכן א סיסטעם און אפ׳חוזק׳ן פון אונזער חינוך איז א מיטל חרוב צו מאכן. אונזער סיסטעם דארף נאך נישט חרוב ווערן, ס׳ארבעט נאך פיין.[/justify]
העי דו חוצפהניאק! רעדט נישט אויף מיין רעליגע! דו כופר איינער! שייגעץ ארויס!.. אה כהאב שיעור פארגעסן איך בין נישט אין וויזניץ מעהר...
איך דיסאגרי מיט דיר, בודהאזים און ליבעראליזים שאדט נישט פאר קיינעם! ווען די גאנצע וועלט וואלטן געוועהן בודהאיסטן וואלט מען קיין מלחמות מעהר קיינמאל נישט געהאט, יעדער וואלט געלעבט בשלום ובשלווה, יעדער וואלט זיך פארגינען איינעם דעם צווייטן, ס׳וואלט נישט געוועהן קיין מילטער און באורדערס צווישן איין לאנד און צווייטן, יעדער וואלט געוועהן העכער אלע שטותים מיט אומזיסטיגע תענוגים, אוי אילו זכינו...
ווען אלע מענטשען וואלטן וועין געמאכט מעדיטאציע און יוגא און געלערנט די חכמה פון בודהא וויאזוי צוזיין פרייליך און צופרידן אין יעדע סיטאוציע אין לעבן וואלט באמת געוועהן א תיקון השלום.
אדרבה לאמיר הערן, וואס איז שלעכט מיט ליבעראליזים און בודהאזים? זיי זענען נאך די איינציגסטע פארבליבענע פיעספול נארמאלע מענשטען אויף די פלאנעט ווי ווייט איך ווייס, זיי זענען די איינציגסטע מענשטען וואס פייטן פאר איקוואלטי פאר יעדעם און האבן רעספעקט פאר אלע רעליגיעס און יעדעם צוגלייך, זיי זענען די מערסטע טאלארענט צו יעדעמס משוגעתן און מאכן די ווייניגסטע קאפ וויי פאר אנדערע מענטשען און פאר די וועלט.