"דער וועקער" פינאנצן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

"דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך געוואלדיג »

בתלת זימנא הוי חזקא, נישט צום גלייבן וואספארא מהפיכה קומט פאר אינעם אידישן וועלט אין יארע תשע"ו, מען האלט שוי עכט די דריטע מאל וואס דאס אומגלויבליכע געשעהט, דער דריטער וועקער איז נעכטן ערשינען צום מזל נאך גרויס מיה און פלאג פון די חברי המערכת.

און לאמיר זיך טאקע דא אפשטעלן איין מינוט און צונעמען די פאר איינצעלנע ווערטער וואס איך האב דא יעצט דערמאנט, עס איז באמת נישט קיין חידוש אז ק"ש גיבט ארויס העכסט קאליבאר אויסגאבעס אן צו פאדערן קיין פרוטה אחת פון די צופרידענע ליינער, אנגעהויבן האט זיך דאס מיטן פיאנער [tag]פישלע העררינג[/tag], און געקומען צו א נייעם און העכסע פראפעסיאנאלן ניווא דורך [tag]כוכב[/tag]'ס עטליכע פראיעקטן וואס האבן אויפגעשיינט ווי אויף א נייעם האריזאנט און אנגעגרייט די באדן פאר די דויערהאפטיגע אויסגאבעס, אונז זענען שוין געווארן צוגעוואוינט צו באקומען אויסגאבעס וואס קענען זיך שטעלן אויפן אויבן אן פון אידישע ליין מאטריאל אן צו דארפן באצאהלן א פרוטה אחת צו דעם.

די יעצטיגע אויסטערלישע העליכע "דער וועקער" אויסגאבע איז אבער א בריה חדשה, א נייער דערהער אין קאווע שטיבל'ס אויסגאבעס, ווייל אנדערש פון ביז היינט וואס אלע אויסגאבעס זענען געווען איינמאליגע אויסגאבעס וואס טראץ די פילע ארבעט וואס גייט אריין אין יעדע אויסגאבע און ספעציעל אין א איינמאליגע וואס מען דארף אויסשטעלן אינגאנצן א נייע אויסשטעל, אבער קעגן דעם איז די מאטאוואציע הויעך און נעמט נישט אויף צייט צו צושטעלן מער ווי די איין מאל, אנדערש איז אבער "דער וועקער" וואס אנטשפרעכט צו זיין - און איז שוין טאקע - א חודש'ליכע קביעות'דיגע אויסגאבע וואס ערשיינט מדי חודש בחדשו כן יתן ה' להלאה.

כמובן אז אין יעדע אויסגאבע גייט אריין פילע ארבעט טעג און וואכן, אריינגערעכנט נאכלויפן שרייבער צו זיכער מאכן אז "דער וועקער" פארמאגט פלייש, די מאנאטאנע ארבעט פון אויפזוכן אין די ק"ש אוצרות די ריכטיגע ארטיקלען, אויסוועלן און סעלעקטירן וועלכע ארטיקלען זענען ראוי לעלות על שלחן מלכים, מגיה זיין אלעס מהחל ועד כלה, גראפירן און אויסשטעלן, אפירזוכן און צוזאם קראצן פאסיגע בילדער מארבע קצוות תבל, און דאס אלעס אנהאלטן מדי חודש בחדשו.

ברוך ה' אז די ארבעט צאהלט זיך דערווייל אויס מיט לייקס פאר די עוסקים במלאכת הקודש, מיט די גרויסע תפוצה און פארשפרייטונג וואס "דער וועקער" באקומט ווי נאר דאס ערשיינט, און מיט די מורא'דיגע פאזעטיווע פידבעק וואס מען הערט כסדר צוריק, אבער די מציאות האט אונז שוין ר' יו"ט ערליך אויסגעלערנט 'אן קיין גאזעלין, פארט נישט די מאשין' חברינו היקר [tag]פיקאסא[/tag] לייגט אריין א עבודה רבה אין די גראפיקס כאשר עיניכם תחזינה, אבער עס איז דא א כלל אז פון א טעקסי דרייווער בעהט מען נישט קיין היטש און אוודאי נישט קיין קביעות'דיגע ווייל דאס איז זיין פרנסה, ער וועט זיכער נישט קענען אנהאלטן די ארבעט איוב ווערט ער נישט באצאהלט לכה"פ עפעס, אזוי אויך איז ר' [tag]שלום שטיסל[/tag] נישט קיין הולך בטל, ער ארבעט שווער אין ת"ת און אין זיינע חינוך שיעורים צו ברענגען לחם לפי הטף, מורינו ר' [tag]אדנירם[/tag] איז אויך נישט קיין יושב קרנות חלילה דער רבי איז פארנומען מיט די מוסדות א גאנצן טאג, [tag]אבטולמוס[/tag] איז באקאנט אלס א פול טיים פארשער, און אני הקטן זיץ אויך נישט עפעס א פוס אויף א פוס זוכנדיג וואס צו טוהן, ב"ה יעדער איז פארנועמן יעדער האט תירוצים אבער פאר די וויכטיגע צוועק גיבט מען זיך אוועק בלב ונפש.

אונז ווייסן אבער אז עס איז נישטא קיין אומזיסטע לאנטש, א וואלונטיר ארבעט וועט האבן אזא פנים אויב וועט דאס נישט האבן קיין יסוד איתן, און עס איז בלי שום ספק זיכער אז אויב וועט מען חלילה נישט מצליח זיין צו שטעלן א שטארקע און ברייטע באזע פון חודש'ליכע פעימענטס וועט דאס זיכער ביום מן הימים און נישט לאנג ארום צוזאמפאלן, מען פאדערט טאקע נישט קיין באצאהלונג פאר ליינען און באקומען די אויסגאבע, מען וויל און מען זוכט עס זאל ווערן פארשפרייט וואס מער, אבער עס איז צייט אז אונז אלע וואס האבן אזוי הנאה פון "דער וועקער" זאלן ווערן פינאנציעלע שותפים אינעם אויסגאבע און אנהייבן געבן א חודש'ליכע אפצאל העשיר ירבה והדל ימעיט כל אחד כפי יכולתו.

אין אמת'ן אריין איז דער באדן רייף פאר די בקשה דער ציבור האט שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט זייער וואנדער אז עס איז בחינם און אז זיי זענען גרייט צו באצאלן פאר זייער הנאה, קיינער זוכט נישט נהמא דכיסופא און יעדער פארשטייט אז עס פאסט צו באצאלן פאר הנאה האבן, בפרט אז מען וויל אז מען זאל טאקע קענען ווייטער הנאה האבן, און כמובן אז די מערכת האט גרויסארטיגע פלענער פארן עתיד, אבער די פלענער זענען געקניפט און געבונדן מיט געלט און אז עס וועט זיין גענוג דורשין לשבח וועט מען קענען אויספירן אלע פלענער.

מען ארבעט אין די טעג אז עס זאל ווערן א אפיציעלע אויסגאבע און דאן וועט מעגליך זיין צו אויסשטעלן אטאמאטישע חודש'ליכע צאלונגען, אבער ביזדערווייל ווערט יעדער געבעטן צו באשטייערן מיט גרויסע אדער אפילו קליינע סכומים דורך די פעי-פאל אקאונט פון info@derveker.com, און פארשטייט זיך אז אלס קנאת סופרים תרבה איז זייער ראטזאם אז יעדער זאל דא מפרסם זיין זיין חודש'ליכע אונטערנעמונג אז עס זאל זיין אין די בחינה פון ממנו יראו וכן יעשו.

דא איז די ריכטיגע געלעגנהייט צו ארויסברענגען די דאנק פון די מערכת פאר הני תרי צנתרא דדהבא ידידנו [tag]רויטע וואנצעס[/tag] און ידידנו [tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] וואס זענען געווען די ערשטע צוויי נחשונים צו באצאלהן פאר זייער הנאה מיט א סכום שיש בו ממש וואס איז טאקע געווען א ערנסטע טרייב קראפט פאר די יעצטיגע וועקער.

גלייכצייטיג וויל איך דא קלאר מאכן אז עס גייט נישט זיין קיין שום טויש אינעם פארשפרייטונג פונעם וועקער און עס וועט ווייטער זיין צו דאונלאודן פאר גענצליך בחינם, די באצאלונג פארן וועקער וועט זיין פרייוויליג און אונז וועלן פארשטייט זיך שטופן דערצו.

דער אשכול וועט דינען פאר אלע פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן פונעם וועקער, און פארשטייט זיך אז יעדער איז געלאדנט צו לאזן הערן זיינע מיינונגען, עס איז אונזער אויסגאבע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

געוואלדיג האט געשריבן:די באצאלונג פארן וועקער וועט זיין פרייוויליג און אונז וועלן פארשטייט זיך שטופן דערצו.

איך קען מיך נישט אינטערנעמען צו פינאנצירען די גאנצע פראיעקט, אבער אשתדל זיך משתתף צו זיין אי"ה.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: "דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך א איד »

מען מעג באצאלן מיט מעשר?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיין עקספיריענס איז אז פון וויינען און קלאגן וועט גארנישט ווערן ביז איינער וועט עס נעמען אויף זיך צו זיין דער פאנדרעיזער פאר וועקער און זאמלען נדבות און חודשליכע צאלונגען.
אזוי זענען מענטשן, ווילאנג מ'קלאפט נישט אין טיר טוט מען נישט גארנישט, אבער טאמער איינער וועט נאכלויפן וועט ער זיכער זען הצלחה, איך וואלט אויך עפעס געגעבן.
מ'קען מאכן פארשידענע סיסטעמס, פאר פופציג דאלאר איז מען א ספאנסאר, אדער אפילו צוואנציג דאלאר יעדן חודש וכו'.
דאס אמאל זיכער אז אם אין קמח אין תורה און אן קיין געלט וועט דער וועקער בדרך הטבע נישט האבן קיין קיום.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כוכב איז גערעכט און ער איז טאקע מיין אריינטרעינער אין די ק"ש פארנדרעיזינג ליין.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

די הנהלה האט ב"ה זייער שיין צושטייער געגעבן מיט 150$, חן חן להם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

עס דארף זיין א באשימטע פרייז, א מינימום געהאלט פאר פיקאסא וכדו' און דאס זאל מען זוכן צו ערפולן מדי חודש בחודש, סתם פלענער פורחים באוויר וועט גארנישט ברענגען.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אפשר איז כדי ארויסצושטעלן די נאמבערס מיט וואס די נדבנים זענען זיך משתתף בבחינת קנאת סופרים תרבה כסף
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כוכב האט געשריבן:עס דארף זיין א באשימטע פרייז, א מינימום געהאלט פאר פיקאסא וכדו' און דאס זאל מען זוכן צו ערפולן מדי חודש בחודש, סתם פלענער פורחים באוויר וועט גארנישט ברענגען.


די געדאנק איז אויסגעאלטן, איך בין אבער מסופק, צו דאס מפרסם זיין איז א טובה עס קען גורם זיין אז מענטשן וועלן אנהייבן מאכן חשבונות אז מען ווערט דא רייך וכדו' אבער מצד שני אז עס איז דער ציבור'ס געלט מעגן זיי האבן א קלארע רעפארט, וצ"ע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: "דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך קל וחומר »

כוכב האט געשריבן:עס דארף זיין א באשימטע פרייז, א מינימום געהאלט פאר פיקאסא וכדו' און דאס זאל מען זוכן צו ערפולן מדי חודש בחודש, סתם פלענער פורחים באוויר וועט גארנישט ברענגען.

מיין מיינונג איז אז לפחות פינף מאות פארן גראפיקער און פינף פאר שש, הגם דאס איז א דשאוק קעגן די ארבעט ברויך מען אנהייבן מיט עפעס וואס קען ערמעגליכט ווערן.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

געוואלדיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:עס דארף זיין א באשימטע פרייז, א מינימום געהאלט פאר פיקאסא וכדו' און דאס זאל מען זוכן צו ערפולן מדי חודש בחודש, סתם פלענער פורחים באוויר וועט גארנישט ברענגען.


די געדאנק איז אויסגעאלטן, איך בין אבער מסופק, צו דאס מפרסם זיין איז א טובה עס קען גורם זיין אז מענטשן וועלן אנהייבן מאכן חשבונות אז מען ווערט דא רייך וכדו' אבער מצד שני אז עס איז דער ציבור'ס געלט מעגן זיי האבן א קלארע רעפארט, וצ"ע.


קיינמאל נישט מפרסם זיין פערזענליכע געהאלטען.
ענדערש שרייבען, א טאטאל פון די ציל, פון געלט פער חודש, און דערנאך אפערן ספאנסארשיפס פארן דעקל, ספאנסארשיפס פארן עדיטאריאל, הויפט ארטיקל וכו'.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

כוכב האט געשריבן:עס דארף זיין א באשימטע פרייז, א מינימום געהאלט פאר פיקאסא וכדו' און דאס זאל מען זוכן צו ערפולן מדי חודש בחודש, סתם פלענער פורחים באוויר וועט גארנישט ברענגען.

אנטשולדיגט פארן איבער האקן אבער דער וועקער ראקט אין פולן גאלאפ אן די מערכת פון פרי עט אדער עני אנדערע יו״טדיג גליון.
כוואלט געזאגט אז מזאל לאזן געדאנקן פאר די אינגע נייע עסקנים, זיי באווייזען ווינדער.
אזוי דרייט זיך די רעדעל. משה גבאי איז היינט בכלל נישט אקטיוו אין סאטמער, די נייע קנאקערס האבן זיין מיינוג טיף אין .....
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ווארט נאר וואס גייט קומען חמשה עשר באב פון כוכב, נאכדעם עמער זעהן וואס הייסט סע ראקט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כוכב האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז אז פון וויינען און קלאגן וועט גארנישט ווערן ביז איינער וועט עס נעמען אויף זיך צו זיין דער פאנדרעיזער פאר וועקער און זאמלען נדבות און חודשליכע צאלונגען.
אזוי זענען מענטשן, ווילאנג מ'קלאפט נישט אין טיר טוט מען נישט גארנישט, אבער טאמער איינער וועט נאכלויפן וועט ער זיכער זען הצלחה, איך וואלט אויך עפעס געגעבן.
מ'קען מאכן פארשידענע סיסטעמס, פאר פופציג דאלאר איז מען א ספאנסאר, אדער אפילו צוואנציג דאלאר יעדן חודש וכו'.
דאס אמאל זיכער אז אם אין קמח אין תורה און אן קיין געלט וועט דער וועקער בדרך הטבע נישט האבן קיין קיום.


ביסט נישט אין גאנצען גערעכט. ווען מ'זעט וויינען און קרעכצען אין שטיבעל, דעמאלס ווען דער גבאי צדקה קומט קלאפען אין טיר איז מען שוין הלאב וועגס אנגעווארעמט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: "דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך קל וחומר »

כוכב איז א רוח שאינו מצויה!
פארפאלן, פאקט בלייבט פאקט.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: "דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך מיין אז מען זאל מאכן א gufundme.com בלאט, אדער א בלאט ביי thechesedfund אזוי וועט זיין א קנאת סופרים, ווען יעדער העט זעהן וואס די אנדערע געבט.

למשל ווען @קלוגע יודל וועט זעהן ווי @געוואלדיג האט געגעבן א $1000, וועט ער כאפן א ציפ און אויך מוזן געבן א שיינע סכום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלוגע יודל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

פארוואס זיכט מען נישט קיין עדווערטייזער?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדרבא ברענג אדוועטייזמענט און באקומסט פראצענטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אבטולמוס האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:מען מעג באצאלן מיט מעשר?

100%. עלי ועל צווארי.

אלי ואל צווארי מעגסטע
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וואו געפונט זיך דיין האלז?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

החלצו חושים

שליחה דורך געוואלדיג »

מורי ורבותי, דער וועקער 5 חודש אלול גייט שוין אט אט צום דרוק אבער דער גאנצער וועקער איז תלוי ועומד, ב"ה מען האט דעליווערט סחורה און נאך ווי די לעצטע 4 חדשים ועוד היד נטויה אבער דערווייל איז די דיני ממונות היבש שוואך און אזוי איז זייער שווער צו אנהאלטן די אונטערנעמונג אויף נאך א לאנגע צייט, אונז אפעלירן צו אונזערע ידידים אחים לדעה וואס פאדערן כסדר צו טוהן למעשה "החלצו חושים",

[center]איך פראקלעמיר דא א פינאנצן דרייוו, עס זאל ביז ר"ח אלול אריין קומען צו די מערכת 700$[/center]

צו געבן די ריכטיגע בוסט אז די חברי המערכת זענען נישט אליין, רופט אייך אן ווארעם

שיקט אריין אייער חלק צו די פעיפאל אקאונט info@derveker.com
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

נאך 375$

שליחה דורך געוואלדיג »

ב"ה דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן צום פינאנצן דרייוו, א דאנק פאר אלע משתתפים, און א ספעציעלע דאנק פאר אחד מבני החבורה החשובים וואס איך האב איהם נישט געפרעגט אויב איך מעג פאבליצירין זיין נאמען וואס האט זיך משתתף געווען מיט גאר גאר א שיינע סכום תשוחח"ל.

רבותי אונז דארפן יעצא נישט מער ווי נאך 375$ צו אנקומען צו אונזער ציהל, אונז קענען דאס באווייזן ביז זונטאג נאכט.

דארפסט נישט געבן א גרויסע נתינה נאר ווי דו באצאלסט פאר די שטערן און שפאקטיוו, 5$ אדער 20$, פרוטה לפרוטה מצטרפת.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: "דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

איך דערהייב נישט דאס קליינלעכקייט פין די קאמפיין
מפראקלעמירט א דרייוו פין $700..
ומבדאנקט זיך פאר איינעם וואס האט זיך אנגעריפן ׳גאר גאר א גרויסע סכום מיט א ברכה פין תשוחח״ל..
און אין די נעקסטע שורה וויינט מען אז מדארף ׳נאר׳ $375...
איי קאד אימעדזשן די גאר גאר גרויסע סכום יענער נגיד האט געגעבן...
קאמ אן..! אינז זעמר עפעס בחורימ׳לך אין ישיבה..?
אינז זעמיר פעסטע עמעזאן/jet יונגעלייט אינז דרייון שיינע מיניווענס,,
אזא קליינלעךקייט רעדט עפעס נישט צי אינז...
!..A Lonely Man of Faith
פארשפארט