עלטערן אין כעס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

עלטערן אין כעס

שליחה דורך שלום על ישראל »

עלטערן אין כעס
pinny-angry-parents_web[1].jpg

די טעמע "בחורים און ישיבות" איז כמעט אזוי אויסגעדראשן ווי די בחורים און ישיבות אליין. דער "חינוך", סעקולערער און אידישער, וואס אונזערע קינדער באקומען אין ישיבה, איז בערך אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי עבר-בטל'דיגע זקנים און זקנות אין א מושב־זקנים. נאר, שטיל בלייבן קען מען אויך נישט, ווייל דער פראבלעם איז א ברענענדיגער און די לעזונג וויל נישט אונטערקומען. דערצו נאך, האט די גזירה זיך אריבערגעטראגן צו די תלמודי תורות און מיידל שולעס, וואו קינדער קוים ארויס פון די ווינדלען ווערן אפגעזאגט צי גאר ארויסגעווארפן פון מוסדות.

אפשר האט דאס צוטאן דערמיט וואס די וואס פאסן אויף אויף די החלטות זענען דערוואקסענע מיט ווינדלען-אינסטינקטן? צי גאר האט עס מיט דעם וואס די מענטשן זענען גלאט אזוי צעקלאפטע נשמות וועמענס אידענטיטעט איז אויפגעבויט אויפן סמך פון הערשן איבער אנדערע? אנגענומען איז, אז מ'רעדט פון ביטערע מענטשן מיט שלעכטע נויגונגען. איך מיין אבער אז ס'איז מער א פסיכישע אומארדענונג, וואס טרייבט די פארשוינען צו טרינקען דאס בלוט פון עלטערן און זייערע קינדער. אבער דאס איז א שאלה פאר פסיכאלאגן – וועמענס אומ'רחמנות’דיגע אפוועזנהייט אין אונזערע רייען שרייט מיט קולות ביז'ן הימל.

יעדנפאלס, זעט נישט אויס ווי די ישועה וועט אנקומען אין דער נאענטער צוקונפט. אויב דער צעבראכענער סיסטעם פארמאגט נישט קיין תקנה, איז אפשר א פלאן אים צו גענצליך צעברעכן. דעמאלט וועט די נויט צווינגען אויפצובויען א נייעם און א בעסערן.

ווייל געדענקען דארף מען אז די ישיבה וועלט אונזערע איז לעולם ווערט אזוי פיל ווי א זעץ אין דער ערד. וואס לערנען אונזערע קינדער אין די ישיבות? פארגעס פון לימודי חול, לאז אפ מידות, און מיר וועלן אפילו נישט רעדן פון מענטשליכקייט און פשוט'ע לעבנס-פראקטיק. לאמיר דאס אלעס אפלאזן. אבער וואס טוט זיך כאטש מיט אידישקייט? וויפיל פון אונזערע קינדער קענען די יסודות הדת נאכ'ן "גראדואירן" פון ישיבה?

אוודאי צאלן מענטשן נישט גערן דעם שכר לימוד! זיי באקומען פאר'ן געלט גארנישט אויסער א שלעכט-געפירטע בעיביסיטינג באדינונג. מ'צאלט, ווייל אנדערש וועלן די ישיבות אהיימשיקן די קינדער. קיינער גיט אבער נישט גערן קיין געלט אן באקומען עפעס ממשות'דיג אויף צוריק. אזוי גייט די וועלט.

היינט האלט עס שוין דארט, אז קינדער — פיצלעך קינדער — ווערן אפגעזאגט פון בית חינוך. וואס איז דער שכל דערפון? די סיבה וואס ווערט געווענליך אנגעגעבן צו דעם אכזריות איז, אז די עלטערן "שטעלן זיך נישט צו" צו די פאדערונגען און פארשריפטן פון די מוסדות. אבער וואס איז דער אויפטו פון נאך מער אנווייטאגן און אנ'ברוגז'ן די עלטערן און זייערע משפחה-מיטגלידער און פריינט? יא, עס וועט די דיקטאטארן מיט די זיידענע קאפאטעס און פלאכע קעפ געלונגען ארויפצוצווינגען זייערע אויסטערלישע פארלאנגען אויף די עלטערן. איר ווייסט אבער וואס אזא טאטע טוט איינמאל ער איז פארטיג מיט דעם אינקוויזיציע-פראצעס? ער ווענדט זיך צום אינטערנעט און גיסט דארט אויס דאס גאנץ ביטער פעקל.

פון וואו האט זיך גענומען אזא ריזיגער און ביטערער אונטערגרונד? פארוואס זעט מען אזויפיל כעס און אנגעגעסנקייט אויף די אינטערנעט-פארומס? איר מיינט טאקע אז יעדער צווייטער מענטש איז סתם שלעכט און וויל דעם סיסטעם זען אין דער ערד סתם ווייל: פארוואס נישט? (און אויב יא, הערשט א סיבה פאר א חשבון הנפש אויפ’ן חינוך-סיסטעם.) מענטשן ביטערן און בלוטיגן, ווייל זיי פילן אז דער אייגענער סיסטעם וואס האט זיי אריינגעצווינגען אין דעם לעבנסשטייגער, ווארפט זיי צו די הינט צוליב נישטיגע סיבות. צי די מענטשן זענען גערעכט, איז א באזונדערע פראגע, אבער אויב אזויפיל, אזא גרויסער פראצענט, איז אזוי אנגעגעסן, איז א סימן אז עפעס טויג נישט. זאל זיין אז דער "עפעס" ליגט ביים המון עם און נישט ביי דער פירערשאפט. אויב אזויפיל מענטשן — אזא פראצענט פונעם אייגענעם ציבור — פילט אז ס’טויג נישט, דארף מען רעפארמען, טוישן, פארבעסערן. אנדערש וועט די זאך זיך צעפאלן.

ס’איז נישט פאראן קיין געזעלשאפט וואס קען צו לאנג אויסהאלטן אזא לאסט פון אזויפיל רוגזה. נישטא. מעכטיגע רעגירונגען זענען צעפאלן און צעגאנגען אונטער'ן דרוק פון א מאסן-רוגזה. צי מיינען אונזערע גאונים אז סתם א געזעלשאפט, אין א פריי, דעמאקראטיש לאנד מיט אן אפענער, צוטריטליכער געזעלשאפט וואס איז נישט דוקא סימפאטיש געשטימט צו אונזער סיסטעם, וועט יא דורכטראגן דעם שטורעם וואס זעט זיך שוין אויפ’ן האריזאנט?

דער נער בין אבער איך, אינאיינעם מיט אלע אנדערע וואס רעדן זיך איין אז דארט, אין יענע פינסטערע צימערן וואו די אומגליקליכע החלטות ווערן באשלאסן, געפינט זיך א פינק ערליכקייט אדער ערנסטקייט. קיין ברעקל! דארט זיצן מענטשן אן קיין טראפן געפיל צו מענטשן און מוסדות, וואס וועלן בלייבן פארקלאמערט אין זייערע פאטעלן, ביז דאס מציאות וועט זיי פון דארט ארויסטראגן, אדער זיי וועלן זיך טרעפן הערשן אויף ליידיגע בנינים.

כ’האב זייער מורא אז די ישועה וועט קומען פון דער צווייטער מעגליכקייט…


גענומען, מיט קליינטשיגע תיקונים, פון די פארווערטס.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט. האועבער, נישט אלע מוסדות זענען אייניג אין דעם ענין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שוין! נאך איינער האט זיך אויסגעגעבן זיין כעס און זיך איינגעקויפט אביסל אויפמערקזאמקייט.

לאמיך פרעגן א פשוטע קושיא, פאר די אינטערנעט איז געווען ברייט באנוצט, זענען אויך געווען אזויפיל אנגעווייטאגטע מענטשען ? די מוסדות זענען נישט געווען אויף קיין העכערע שטאפל (איך וואלט געזאגט מ'האט געלערנט ווייניגער דעמאלטס ווי היינט), וואס איז פלוצים געשעהן אז אזויפיל מענטשען (איך האלט גראדע נישט אז ס'איז דא אזויפיל, בסך הכל א פיצי פראצענט מיט ריזיגע הויכהילכערס, וואס מאכט עס אויסקוקן ווי ס'האלט ממש פאר א מאסן רעוואלט) האבן פלוצים 'אנערקענט' אז דאס וואס מ'האט געלערנט מיט זייערע עלטערן איז צו ווייניג פאר זייערע קארפן קעפ קינדער ?

איך זאג נישט, איך וואלט אויך ווען געוואלט זעהן געוויסע טוישונגען, אבער איך שפיי נישט מיט קיין האס אזוי ווי די אנדערע שרייבערלעך וואס האבן זיך זייער אגענדע און אין יעדנספאל וואלטן זיי געהאט קריטיק.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעקב מענטש, מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געווארפן מיט עלטערן ווי היינט. עס איז א שאנדע וואס עס גייט פאר!
וירח ה' את ריח הניחוח
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

יעקב מענטש האט געשריבן:שוין! נאך איינער האט זיך אויסגעגעבן זיין כעס און זיך איינגעקויפט אביסל אויפמערקזאמקייט.


וואלסט געקענט ענדיגן דיין דרשה דא. דאס מיינט דער פסוק ליצנה אחת דוחה מאה תוכחות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער עיקר פראבלעם פון דעם איז אז דאס אידישקייט ווערט אן ענין פון קאנפארמען צו די תקנות, שידוכים, ס׳פאסט יא ס׳פאסט נישט וכדו׳ אנשטאט זיין נאנט מיט תורה און דעם רבש״ע באמת.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שמעקעדיג האט געשריבן:יעקב מענטש, מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געווארפן מיט עלטערן ווי היינט. עס איז א שאנדע וואס עס גייט פאר!

איך עגרי מיט דיר, אבער דער חילוק צווישן מיר (און אפשר דיר אויך, כ'ווייס נישט) איז, אז דער שרייבער זוכט נישט באמת קיין לעזונג, (איך קען אים נישט אבער ער איז לכאורה נישט איינער וואס שיקט זיינע קינדער אין די היימישע חדרים) אויב יא וואלט ער נישט געשריבן זיין ארטיקל אינעם פארוועסט, כ'מיין... וויאזוי פונקטליך גייט זיך די הנהלה צוקראצן פון א העסליכע ארטיקל אינעם פארוועסט ? ומכאן על הכלל כולו יצא, ווען דו זעהסט איינעם גיין פויקן אויפן גאס צו אויפן געוועב רעד דיך נישט איין קיין איין רגע אז דער מענטש איז דא צו סאלוון דעם פראבלעם, ער האט געטראפן א פאפולערע טאפיק צו פארדינען אטענשאן אין זיין סיפוקלאזע לעבן.

לאמיך דיר גיבן דעם פשוטסטן כור המבחן, איז דער קאמפלעינאר א עסקן אויף אנדערע זאכן וואס איז נוגע כלל ישראל ? האט ער שוין אמאל פרובירט צו מסדר זיין א בחור אין א ישיבה ? אדער איז ער א שרייבער וואס זוכט א גוטע טאפיק וואס גייט ברענגן אסאך קליקס ? (און מיט א אנטי חרידי אגענדע צו די זייט אויך).

אין וויליאמסבורג איז דער מצב היבש בעסער די לעצטע פאר יאר דורך די קאאפעראציע פון די עסקנים מיט די ישיבות, אין בארא פארק ווי ס'איז א שטח הפקר מיינעך איז די מצב טאקע אוט אויף הענד.

און פליז, ווען דו נעמסט סטאטיסטיקס פון ארויסגעווארפענע בחורים, פליז רעכן נישט אריין די אלע וואס זייערע עלטערן פייפן אויף די תקנות וואס די מוסד פארלאנגט, אויב ער איז נישט גרייט זיך צוצושטעלן, נאר ענדערש עובר זיין און נאכדעם קאמפלעינאן אנליין אויף די 'רשעות' פון די חדרים, מיט אזא איינעם דארף זיך די מוסד נישט רעכענען.
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

שלום על ישראל האט געשריבן:די טעמע "בחורים און ישיבות" איז כמעט אזוי אויסגעדראשן ווי די בחורים און ישיבות אליין.

.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פרעגן א פשוטע קושיא, פאר די אינטערנעט איז געווען ברייט באנוצט, זענען אויך געווען אזויפיל אנגעווייטאגטע מענטשען ?

ווען עס איז נישט געווען קיין אוטלעט ווי צו אויסשרייען די ווייטוג, האסטו טאקע געשפירט בעסער, אבער וויאזוי קומט מען צו תיקון העולם אזוי? (דיסקלעימער: איך בין נישט קיין רעפארמער יוד.)

יעקב מענטש האט געשריבן:די מוסדות זענען נישט געווען אויף קיין העכערע שטאפל (איך וואלט געזאגט מ'האט געלערנט ווייניגער דעמאלטס ווי היינט)

כ'האב נישט קיין איינונג פון ווי דו נעמסט אז מ'לערענט היינט מער אין די מוסדות ווי דאן, אבער, כ'[tag]שמעקעדיג[/tag], האט מען זיך נישט אזוי ארומגעווארפן מיט די עלטערן און אוודאי נישט מיט די קינדער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום על ישראל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:לאמיך פרעגן א פשוטע קושיא, פאר די אינטערנעט איז געווען ברייט באנוצט, זענען אויך געווען אזויפיל אנגעווייטאגטע מענטשען ?

ווען עס איז נישט געווען קיין אוטלעט ווי צו אויסשרייען די ווייטוג, האסטו טאקע געשפירט בעסער, אבער וויאזוי קומט מען צו תיקון העולם אזוי? (דיסקלעימער: איך בין נישט קיין רעפארמער יוד.).


אהא! א תיקון העולם גייט קומען פון א בייסליכע ארטיקל אינעם פארוועסט, רייט ? אדער א אשכול אינעם ק"ש ? זאג פונקטליך וויאזוי דו זעהסט דא א וועג צום תיקון ? דורכדעם וואס איינער שרייבט א בייסליכע ארטיקל פאר א גרופע לייענער וואס באלאנגען ניטאמאל צו די קאמיוניטי ?,

שלום על ישראל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:די מוסדות זענען נישט געווען אויף קיין העכערע שטאפל (איך וואלט געזאגט מ'האט געלערנט ווייניגער דעמאלטס ווי היינט)

כ'האב נישט קיין איינונג פון ווי דו נעמסט אז מ'לערענט היינט מער אין די מוסדות ווי דאן, אבער, כ'[tag]שמעקעדיג[/tag], האט מען זיך נישט אזוי ארומגעווארפן מיט די עלטערן און אוודאי נישט מיט די קינדער.


ער שרייבט אז עלטערן זענען בייז פארן דארפן צאלן שכר לימוד ווי מ'לערנט נישט גארנישט, סתם א פרעכע ליגענט ארויסגעצויגן פון ארבעל, פון די קליינע פראצענט וואס זענען ברוגז אויף די מאסיווע אונטערגעצאלטע פרייז פון $200 א חודש, זענען 90 פראצענט בייז ווייל זיי קענען דאס אויך נישט עפארדען, האט גארנישט מיט די קוואליטי לימודים.
און אויף דעם האב איך געפרעגט זייט ווען האט זיך די רוגזה אנגעהויבן, האבן דען די האלאקאוסט סורווייווער מלמדים געלערנט מער מיט די קינדער ווי די היינטיגע מילעניעלס ? סתם אריינגעשאסן א העסליכע ליין אן קיין פינטל דעקונג
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

[tag]יעקב מענטש[/tag], אנדערע וואלטן געענטפערט אז "אהן ק"ש און פארווערט וועט מען דאך זיכער נישט אהנקומען" וכדומה, אבער כ'מיין אז דאס איז נאך א נעגעטיווע ארגיומענט.

איך גלייב באמת אז יעדע פארווערט און קאווע שטיבל ארטיקל (בייסליכע ארטיקל בלע"ז) מצטרפת לחשבון גדול, און מ'וועט צוביסלעך אהנקומען ערגעץ. די 'ענד געים' איז גענוג אויפמערקזאמקייט, און מ'האלט אויף א וועג.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

שלום על ישראל האט געשריבן:[tag]יעקב מענטש[/tag], אנדערע וואלטן געענטפערט אז "אהן ק"ש און פארווערט וועט מען דאך זיכער נישט אהנקומען" וכדומה, אבער כ'מיין אז דאס איז נאך א נעגעטיווע ארגיומענט.

איך גלייב באמת אז יעדע פארווערט און קאווע שטיבל ארטיקל (בייסליכע ארטיקל בלע"ז) מצטרפת לחשבון גדול, און מ'וועט צוביסלעך אהנקומען ערגעץ. די 'ענד געים' איז גענוג אויפמערקזאמקייט, און מ'האלט אויף א וועג.

איך וויל אביסעל מער ארויסברענגען איין שטיקעל נקודה וואסיעקב מענטש וויל ארויסברענגען איז אז די פארווערטס ארטיקעל איז בכל נישט אין גדר פון קאסטראקטיוו קריטיק וויאזוי ער וויל זיך אהערשטעלן (ער שרייבט עס אין די טאן פון אן אינסיידער) געבט א קוק די קאנטראסט וויאזוי די וועקער אינדארסירט חינוך פראבלעמען און די טאן פון די ארטיקעל אין די וועקער געבט מען קרעדיט אז מלייגט אריין טאקע מער כוחות אינעם חינוך ''נאר'' סאיז נישט גענוג און דא געבט ער נישט קיין שום קרעדיט פאר די כוחות וואס מלייגט אריין צו פארבעסערן די חינוך מזעהט קלאר אז די שרייבער האט אן אגענדע פון אונטערייסען מילא זע איך נישט די גוטטסקייט פון אזא ארטיקעל
...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

איך וויל ארויסברענגן א נקודה איבער די אלע אנטווארטן צו די פולע קריטיק וואס אונזער סאסייעטי איז אויסגעשטעלט אין די לעצטע צייטן. איינע פון די בעסטע אנטווארטן (וואס קען אריינגיין אין די Joker קאטעגאריע) איז אז "ווער איז ער", "ער מיינט נישט אונזער גוטס", "ער שלאגט נישט פאר עפעס בעסערס", "אנדערע זענען ארגער", וכדומה.

ווער זאגט אז א קריטיקירער מוז עפעס אויפקומען מיט א פיקס פאר דיינע\אונזער פראבלעם? איז ער עפעס יוסף הצדיק וואס האט געהאט די פתרון מיטן די עצה? יעדער האט זיין פלאץ: דער פשוט'ע דארפסמאן מעג אויפברענגן א פראבלעם, דאס איז זיינס. דו און איך דארפן עפענען די אויערן און מוח, דאס איז אונזער דזשאב. די א.ג. מנהיגים און עסקנים דארפן אדרעסירן דעם פראבלעם, דאס איז זייערס.

אויב מיר וואלטן געשפענדעט כוח און מוח אין ארבייט אויף אונזערע פראבלעמען, אזויפיהל ווי מיר ארבייטען אויף אפווענדען און זיך ארויסדרייען, וואלטן מיר גוט געשטאנען. אויב מיר וואלטן גע'פאקוס'ד אויף די עצם פראבלעמען ווי איידער אויף דער וואס האט געהאט די חוצפה צו אויפברענגען, וואלטן מיר נישט געהאט קיין צימעס אין ק"ש. עס קומט מיר פאר ווי דער חולה וואס האט אנגעריסן דעם יוראלאגיסט, ווייל זיין ווייב האט געזאט עס זאל פייטן די קענסער בכל כוחו, און דער דאקטאר האט אים דייעגנאוזט.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

סקען מעגליך זיין אז די טענה פון זשאקער גייט אויך אריין אין די קאטעגאריע פון Joker?...
עכ''פ פארוואס קען איך נישט זאגען אז יענער איז סתם מיין שונא און ער פאנגט נישט אן צו זען אביעקטיוו און האט בכלל נישט ארויס די נושא?
וואס סמאכט א חילוק? סמאכט שוין איינמאל א חילוק ווייל ווער זאגט אז מדארף פארעכטען? דער גייט דאך עניוועי אלעמאל שרייען אפגעזען צי סאיז דא א פראבלעם צו נישט? צו וואס דארף איך אים הערן בכלל?

לגבי דיין נקודה אז די כוחות וואס מען לייגט אריין יענעם אפצוענטפערן מייניך איז סאיז נישט ריכטיג ווייל די נושאים וואס מען דארף אדרעסן, פורבירט מען ניטאמאל צו פארענטפערן מנעמט אריין א מויל מיט וואסער...
...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז דא אזא קאנצעפט פון איינעם "קבל את האמת ממי שאמרו".
אהוב את התוכחה, און נאך צענדליגער מאמרי חז"ל וואס מען ווארפט אפ מיט תירוצים של הבל. מען מיינט אז מיט דעם פארענטפערט זיך אלעס און די טענות ווערן בטל ומבוטל...

וואס איז א חילוק צי יענער האט אונז פיינט? איז ער גערעכט צי נישט? האט ער א פוינט? אויב יא, זיי מתקן דיינע פראבלעמען, זיי נישט ביזי יענעם צו באשולדיגן.
איי וועסטו פרעגן פארוואס טוען נישט די היימישע חברים קריטיקירן נאר די שונאים? כ'מיין דו ווייסט שוין דעם תירוץ אליינס... וואגן זאל זיך איינער צו קריטיקירן די דרך המסורה בלי זיז כלשהוא!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קאמענטירער האט געשריבן:סקען מעגליך זיין אז די טענה פון זשאקער גייט אויך אריין אין די קאטעגאריע פון Joker?...
עכ''פ פארוואס קען איך נישט זאגען אז יענער איז סתם מיין שונא און ער פאנגט נישט אן צו זען אביעקטיוו און האט בכלל נישט ארויס די נושא?
וואס סמאכט א חילוק? סמאכט שוין איינמאל א חילוק ווייל ווער זאגט אז מדארף פארעכטען? דער גייט דאך עניוועי אלעמאל שרייען אפגעזען צי סאיז דא א פראבלעם צו נישט? צו וואס דארף איך אים הערן בכלל?

לגבי דיין נקודה אז די כוחות וואס מען לייגט אריין יענעם אפצוענטפערן מייניך איז סאיז נישט ריכטיג ווייל די נושאים וואס מען דארף אדרעסן, פורבירט מען ניטאמאל צו פארענטפערן מנעמט אריין א מויל מיט וואסער...

דו פרעגסט "ווער זאגט אז מדארף פארעכטען?" דאס איז א ריכטיגע פראגע, און צו ענטפערן דארפן מיר זיך פארלייגן אויף דעם און זעהן אויב יא אדער ניין; עכ"פ נישט זיך זעצן דן זיין אויב דער שרייבער איז גענוג אויף, אוועקצומאכן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
פארשפארט