מיט א גרויסע פיסק און קליינטשיקע ברילן,
זיצט די שופטת און הערט נישט אויף צו בילן.
זי רייסט די הונדערטערס אנע רחמנות,
אלץ אונטערן שלייער פון וויכטיגע תקנות.
ביי א קליינעם טיש אונעם ווינקל פונעם היכל,
זיצט דער פראקוראר מיט א צינישער שמייכל.
א דארטשיקע דזשאנדאר מיט גלאנציגע מונדירן,
לויפט ארום און הערט נישט אויף פארפירן.
דא קאנפיסקירט א טעלעפאן און דארט א שישקע,
קריכט יעדן אריין אין די קישקע.
אדוואקאטן מיט קראוואטן,
האלטן זיך ביי די זייטן.
גרינג געלט געמאכט,
די קליענטן נעמען ניטאמאל אין אכט.
באשולדיגטע מיט זויערע געזיכטן,
זענען גרייט דעים פראקוראר צו פארניכטן.
שווארצע ווייסע,
ספאנישע מיט כינעזע,
באצאלן אלע,
מיט גרינע אמעריקאנע.
ס׳העלפט נישט מיט די ציין צו קריצן,
מ׳מוז נאך אלץ דא זיצן.
די שופטת איז געווארן פארנומען,
מיט די חברה וואס מ׳ערלויבט אפילו נישט צו קומען.
אויף א גרויסן סקרין אויפן בלאסן וואנט,
באווייזן זיך פארברעכער נאכאנאנד.
די פארנומענע בעלי מלאכה זיצן אין זאל,
אראפגענומען צייט פון די ארבייט מ׳עסט זיך די גאל.
פארן טרינקן אביסעלע שנאפס אדער אן אויסגעברענטע לעקטער,
אדער פארן איבערנעמען א שטייט פארנדיגע טרעקטער.
פארן פארקויפן נארקאטיק אדער זיך פארגוואלטיגן אויף א פרוי
אלע דארפן זיצן דא און ווערן אלט און גרוי.
די איבערזעצער איז זיך מחיה פרנסה אן א שיעור,
איבערזעצט פארן שופטת ״א טאקילא מיט
פיר פלעשלעך ביער.״
ניטאמאל א בירגער אדער א לייסענס צו פארן,
אזוי סאך צו טרינקן אויף די עלטערע יארן?
מיין אינדערפרי אין געריכט זאל
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
מיין אינדערפרי אין געריכט זאל
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין אינדערפרי אין געריכט זאל
הערליך שיין!!!
קום אריין מער אפט מיט אזעלכע נארהאפטיגע סחורה!
די שפראך, די גראמען, די תוכן זענען עפעס שלא מעלמא הדין'דיג!
קום אריין מער אפט מיט אזעלכע נארהאפטיגע סחורה!
די שפראך, די גראמען, די תוכן זענען עפעס שלא מעלמא הדין'דיג!
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
שוין ווייטער אין געריכט,
דאס איז דאך מיין פליכט.
אז דער טענאנט וויל קיין רענט שיקן,
מוז מען זיך קומען צום שופט ביקן.
די צייטן וואס עס האט געהאלפן שלעק,
זענען שוין ווייט ווייט אוועק.
היינטיגע צייטן מוז מען קומען אין געריכט,
מיט טענות וואס האבן א געוויכט.
די חברה קומען מיט אזעלכע ליגיונות,
וואס מען שטעלט זיך נישט פאר אין די שטערקסטע דימיונות.
האלוואי ווען איך בין דער פריץ פון מאשקע,
וואס האט נישט געפארכט קיין רבנים און קיין יאשקע.
באצאל אדער באצאל זענען די צוויי ברירות,
טאמער ווילסטו זיך נאך דרייען בחירות.
בארג פון א שכן אדער א פעטער,
אז נישט האב איך א גרוב פון צוואנציג מעטער.
ער זאגט אז איך פארעכט נישט וואס איז צעבראכן,
פארדעים צאלט ער שוין נישט די לעצטע אכט וואכן.
איך שריי אז ער לאזט נישט אריין דעים אינסטאלאטאר פארעכטן,
ממילא האט ער פארלוירן זיינע רעכטן.
זאגט ער אז ער הערט נישט ווען די בעלי מלאכה קומען,
אפילו מ׳האמיר געטוהן א צייט באשטומען.
די גלאק ביים טיר טוט נישט פינקציאנירן,
און פארדעים האלט דאס נאכן עלעפטן מאל פאסירן.
די הייזקע האט קיינמאל קיין גלאק נישט פארמאגט,
ס׳הייבט זיך נישט אן א ווארט וואס ער זאגט!

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: מיין אינדערפרי אין געריכט זאל
דער מאן דאמר איז מיר געווארן א גאנצע מאן דאמר
קיפ אפ, דו זאגסט גוט, אם איך מיין דו שרייבסט גוט..
קיפ אפ, דו זאגסט גוט, אם איך מיין דו שרייבסט גוט..
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 371
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
מ׳רייסט זיך ביי די קעפ,
ס׳האלט א האר אוועק פון קלעפּ.
ס׳איז אן אויסגעדראשענע נושא,
פון אוכל ואינו עושה.
פארנט פון טיר איז א הויפן מיט פּיִשׁקעס,
ווען איך קום אהיים הייבט זיך מיר אן דרייען די קישקעס.
א געשווענדעריי אין וואס איך זעה נישט קיין פּשׁט,
איך בין דערשטיקט, די חשבונות ווייזן שאך מאַט.
זי שׁרייט אז זי קויפט נאר וואס מ׳דאַרף,
און דער שכן׳ס מאן איז נישט אזוי שאַרף.
איך בין שוין הייזעריג פון אפפרעגן דעים שכן׳ס חשבונות,
אוּנז ווייסן ביידע גוט זיין גזלנות און עוונות.
די געפעכט הייבט אן גיין אויף געוואוינטע נאָטן,
איך זאג זי איז ווי איר מאמע, און זי זאגט איך בין א חזיר ווי דעים טאטן.
מיין קאַווע פייפט אז ס׳איז גרייט,
איך ענדיג שנעל אָפּ דעים פיִיִט.
ווי נאר איך טרעט ארויס צום הוֺיף אביסל,
צוויי פייגלעך רייסן זיך אויף א האַרטע ניסל!