כלבאשבוע האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qxgbdYaR_KQ[/youtube]
זייט גרייט צו פארברענען 10 שעה אויף נעטפליקס. אומגלויבליך!
MakingAMurderer#
אין קורצען.
--ספוילער--
די מעשה רעדט זיך פון איינער סטיוו עיווערי און זיין נעפיו ברענדי דעססי, וואס זיי זיצען יעצט אין תפיסה פאר א קריים וואס זיי זאגן אז זיי האבן נישט געטוהן.
סטיוו עיווערי, איז שוין געזיצען פאר "אכצען!" יאר פאר א קריים וואס "די ען עי" האט שפעטער קלאר אויפגעוויזען אז ער האט נישט געטוהן, נאכן ארויסקומען איז ער געווארן א גאנצע הירא זיך געפיקטשערט מיט די גאווענער וכו', ער האט געקלאגט די סיטי מיט איבער דרייסיג מיליאן דאללער, און הארט פארן אנפאנגען די פראסעס, האט מען אים איינגעזעצט פארן אומברענגען א פרוי, ער טענהט אז ער האט עס נישט געטוהן, און איינער האט אים געפרעימט.
----
אויב איינער האט ליב קארט קעיסעס איז דעיס א מאסט.
נאכן זעהן דעיס, קען איך נישט פארשטיין וויאזוי א דזשורי פון צוועלעף מענטשן זאלן זאגן זיכער גילטי, אוודאי אסאך זאכן פוינטען צו אים, אבער פון די אנדערע זייט שטינקט עס פון קאפ, איך זאג נישט זיכער אז די פאליס האט געהרגט די פרוי פראבעבלי נישט, אבער געפאטשקעט מיט עווידענס האבן זיי פראבעבלי יא.
די צוויי דעפענס לויערס טוהן א מעכטיגע דזשאב, איך גיי נאטס פאר זיי.
די מערסטע וואס לייגט זיך נאך אויפן שכל איז דאס. http://brobible.com/entertainment/artic ... orns-call/
--
די מערסטע האבעך הנאה געהאט צום סוף ווען מען כאפט די פראסיקיוטער קען קרעטץ מיט זיינע מיסברויכען, און ער האט פארלוירען זיין דזשאב און ווייב. הינט וואס ער איז!.