דורכגעפאלענע איסורים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך שמערל »

שווער צו מאכן דיוקים פון א בריוו וואס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין.
אבער עס איז גאנץ קלאר אז אפילו דאס צוגעווארפענע ווארט אברכים מיינט כולל אינגעלייט קורץ נאך די חתונה, און נישט בכלליות מענער.

עס איז דא איסורים וואס זענען דורכגעפאלן. אבער עס זענען דא איסורים וואס זענען טאקע ארויסגעקומען בכתב, אבער ס'איז קיינמאל ניטאמאל געווען קיין מערכה זיי איינצופירן.
א מערכה קעגן מענער דרייוון איז אין פאקט קיינמאל נישט פארגעקומען. אפילו די מערכה קעגן בחורים דרייוון איז אויך רעלאטיוו א נייע זאך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ונהפוך הוא

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ. ווען איך וואלט געווען איינער פון די מגידים און מוכיחים וועלכע זענען אייביג ביזי מיט יענעם'ס עבירות און פירצות הדור, א שטייגער ווי דער חשוב'ער איד, און שטארקער מוכיח וועלכער איז זייער שטארק קלאר אין די שיטה הקדושה. איך וויל אבער נישט דערמאנען זיין נאמען מיט זיינע כינויים, מטעמים הידועים. ער וואלט ווען זיך אזוי מתמרמר געווען...אוי. הלוואי וואלטן מיר היינט געהאלטן ביי די פירצות און עבירות פונ'ם יאר תשל"ט, ווען ס'איז נאכנישט געווען דער טמא'נער אינטערנעט און די אנדערע טמא'נע טעכנאלאגישע כלים, רח"ל מהאי דעתא. אויך דער טמא'נער, פארשאלטענער וואטס'עפפ וועלכער האט שוין געראטעוועט טויזנטער שטובער פון חורבן איז נאך אויכעט נישט געווען אויף די וועלט. ווער ווייסט וואס נאך די טמא'נע רשעי ישראל, די ציונים ימ"ש שר"י עפ"ל, וועללן נאך אויסטראכטן כדי מכשיל צו זיין די בני ובנות ישראל הכשרים, בעווה"ר... :roll: :cry: :o
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שמערל האט געשריבן:שווער צו מאכן דיוקים פון א בריוו וואס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין.
אבער עס איז גאנץ קלאר אז אפילו דאס צוגעווארפענע ווארט אברכים מיינט כולל אינגעלייט קורץ נאך די חתונה, און נישט בכלליות מענער.

עס איז דא איסורים וואס זענען דורכגעפאלן. אבער עס זענען דא איסורים וואס זענען טאקע ארויסגעקומען בכתב, אבער ס'איז קיינמאל ניטאמאל געווען קיין מערכה זיי איינצופירן.
א מערכה קעגן מענער דרייוון איז אין פאקט קיינמאל נישט פארגעקומען. אפילו די מערכה קעגן בחורים דרייוון איז אויך רעלאטיוו א נייע זאך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk


ווען ער מיינט בלויז כולל אינגעלייט איז דאך די "לצורך פרנסה" אויסנאם איבעריג, ריכטיג? אין אנדערע ווערטער, די חילוק צווישן כולל אינגעלייט און עלטערע אינגעלייט איז נישט די יארגאנג נאר די רחיים על צווארו, נישט אזוי?

אלענפאלס, ס'איז אמת אז די פארבאט בדרך כלל איז קיינמאל נישט אנגענימען געווארן, עכ"פ אין בעלי בתישע שטיבער. אבער דאס צייגט מער אז אנדערע פראקטישע און סאציאלע פאקטארן שפילן א ראלע אין די עווענטואלע אנטווינקלונג פון "הלכה", און דעת תורה איז נישט די אויסשליסליכע אופן פון דאס אנאליזירן. ס'לאזט זיך שפעקעלירן פארוואס פרויען שלעפן אפט דאס איבערוויגענדע משא פון געוויסע אומפראקטישע איסורים וואס מאכט זייער פליכט פון פירן א פארנימענע שטוב מיט קינדער שווערער (דרייווען און סעלפאנס, לדוגמא). איז עס ווייל מענער שאפן די ציבורישע באשליסן בדרך כלל אדער ווייל מענער האבן די ריחיים על צווארו מער אפט וואס ריפט פאר פראקטישע פשרות, אדער אנדערע פאקטארן? ס'איז אן אינטערעסאנטע חקירה וואס לאזט זיך שפעקעלירן אן קומען צו מאסגעבענדע מסקנות.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך שמערל »

זעענדיג דעם נייעם צעטל פון מוסדות סאטמאר, וואס אנטהאלט פרישע איסורים וחרמות אונז איינצוטיילן וויאזוי מיר זאלן מחנך זיין אונזערע קונדער – פארשטייט זיך אלעס פאר אונזער אייגענע טובה – איז מיר בייגעפאלן א געדאנק וואס ווארפט א ליכט אויף די פשט פון דעם דרייוון איסור אויך.

אין סאטמאר איז שוין דא אלטער וועג וויאזוי מסביר צו זיין א מאדנער איסור פארן עולם וואס רופט זיך א קל וחומר. ד.ה. מען קראצט אפיר עפעס א זאך וואס איז אפשר אסור, און פון איז געדרינגן אז אויף די זאך וואס מ'איז יעצט דן איז אודאי "יעדער" מודה אז ס'איז אסור.

למשל לאנגע שייטלן. עפעס א בעל תאוה איז בייגעפאלן אז דאס איז אים גורם הרהורים און מ'ברויך דאס עוקר מן השורש זיין, נו וויאזוי טרעפט מען אויף אן איסור דערויף, איז א שייטל מותר, דאן מאי חזית ווי לאנג עס איז? אויף דעם הייסט מען אן צו דרייען מיטן גראבן פינגער. "בעצם" וואלט מען אלע שייטלן ווען געברויכט צו אסר'ן, נאר מ'קאן דאך ליידער נישט, ס'איז דאך אזא שוואכע דור. אבער נו, לאנגע שייטלן איז דאך "ברור" אז ס'איז א איסור חמור, און מ'געט א קלאפ אוין טיש און פטור אן עסק.

מ'קאן ברענגן נאך אומצאליגע ביישפילן אויפן זעלבן לאגיק, ואכמ"ל, פאר מער כאפט א בליק אין די חידושי תורה שווארצע בענדער.

(אין די נעכטיגע איסור אויך. מ'געט ארויס א איסור צו נעמען קינדער קיין מיאמי, און די הסבר איז די אלטע אויסגעדראשענע ליצנות איסור, אז "בעצם" איז דאך אסור בכלל אפילו פאר די טאטעס צו פארן קיין מיאמי. איי אויב איז עס אסור וואס איז בכלל די הוא אמינא מיטצונעמען קינדער, קיינער פארט דאך ממילא נישט? און אויב ווייסטו אז ס'איז א ליצנות ווייל יעדער פארט דאך, און אפילו דער רבי פון די מוסדות פארט דאך כסדר אהין, דאן וואס פארדרייסטו א קאפ?
נאר וואס'זשע דען, מיר האבן שוין אן אלטע אויסגעדראשענע מסורה צו נוצן דעם פארקרימטן לאגיק מהלך, און מיר פלאנעו זיך נישט אוועקצורירן דערפון ביז מסירות נפש, מיר זענען אפילו גרייט צו עפענען קנעפלעך די ציונים זאלן שיסן, אבי נישט חס ושלום משנה זיין.)

שוין. צוריק צום איסור אויף פרויען דרייוון. כנראה האט דער כותב האיסור געהאט א פראבלעם ארויס צו שרייבן דעם גראבן אמת, אז ער איז נישט מער ווי א סעקסיסט און האלט אז פרויען פארדינען נישט די פריהייט צו מעגן דרייוון. נו וואס טוט מען? מען נעמט ארויס דעם אלטן מיטל אז "בעצם" טארן מענער אויך נישט דרייוון נאר מ'האט נאר בדיעבד מתיר געווען לצורך פרנסה. אבער פרויען? טארן דאך אודאי און אודאי נישט און פטור אן עסק.
איי דאס לעכערליכקייט דערפון איז דאך אין לשער. ווייל יעדער ווייסט אז מענער דרייוון סתם פאר שוואוילטאג, ועוד, אויב איז אסור, פארוואס איז דער איסור חל אויפן דרייוון און נישט אויפן פארן? פארוואס מעגן סיי מענער און סיי פרויען פארן ווי עס גליסט זיך מיט א קאר סערוויס אפילו שלא לצורך פרנסה? און פארוואס ווען דער מאן דארף ערגעץ אנקומען לצורך פרנסה, זאל די פרוי נישט טארן אריינכאפן א מצוה און דרייוון איר מאן צו זיין דעסטינאציע?
נאר צוריק צום אלטן. שכל און לאגיק איז נישט פאר אונז, מיר האבן א מסורה, און מיר וועלן זיך פון דעם חס ושלום נישט אוועקרירן.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

שמערל האט געשריבן:למשל לאנגע שייטלן. עפעס א בעל תאוה איז בייגעפאלן אז דאס איז אים גורם הרהורים

יע עפעס א מין צודרייטער יענער. שייטלען זענען דאך אזוי מיאוס, ווי לענגער אלס עקעלדיגער. ווער רעדט נאך אויב ס'איז פון human hair. פוי. איך האב אמאל בשוגג געזען אזא פרוי מיט א לאנגען שייטל ביז ווי די אידן האבן גערוט פרעג בעסער נישט, איך האב מיר אזוי פארעקעלט כאב געדארפט זיין צוויי יאר אויף וויעגרע!! א מין צודרייטע בעל תאוה יענער.. וואס איז עם בייגעפאלן???
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך שמערל »

נישט פארשטאנען וואס דרוקט דיר, קיינער זאגט נישט אז לאנגע שייטלן איז נישט שיין, עס איז אבער נישטא קיין איסור צו זיין שיין, און אפילו אויב יא, זאג ארויס אז דאס איז די איסור, מאך נישט קיין קל וחומר'ס.
און טאקע שכח פארן דערמאנען יומען האר. די טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך און אין אלע יוצאי כלים איז, אז מען מעג גיין מיט פאה נכרית, וואס אין אידיש טייטש איז יומען האר פון א חבר'טע אדער אפילו פון זיך אליין אויב האט מען עס אפגעשניטן און פארוואנדעלט אין א שייטל, קומען און פארדרייען א קאפ אז מען טאר נישט גיין דערמיט ווייל "בעצם" איז אלע שייטלן אסור, איז נישט מער ווי א קאפ פארדרייעניש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמערל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך יהושע חיים »

באר שבע האלט אנדערש (און אזוי נעמען אהן נאך אחרונים)

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

שמערל האט געשריבן:נ די טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך און אין אלע יוצאי כלים איז,
:like
איך ווייס וועגען אזעלכע וואס גייען ארויס פון די כלים ווען זיי זעהן לאנגע שייטלעך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירח בן יומו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך שמערל »

יהושע חיים האט געשריבן:באר שבע האלט אנדערש (און אזוי נעמען אהן נאך אחרונים)

לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נאכאמאל. די נושא איז נישט צו עס איז אסור צו נישט, די נושא איז וויאזוי מען אסר'ט עס. פאקט איז סאטמאר רב האט געהאלטן אזוי ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, אז להלכה מעג מען גיין אין א שייטל, דאס קומען און אסר'ן לאנגע שייטלן אדער יומען האר שייטלן מכח א קל וחומר אז "בעצם" איז פלענע שייטלן אויך אסור, איז אפגעפרעגט. אז דו ווילסט שרייבן א תשובה פאר וואס לאנגע און יומען איז אסור שרייב געזונטערהייט. אבער מיר באציען זיך דא צו די רבנים וואס האבן נישט געשריבן אזא תשובה, נאר זיך באגנוגנט מיט די דאזיגע אפגעפרעגטע קל וחומר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהושע חיים האט געשריבן:לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ס'איז נאר א תירוץ. ס'איז אינו דומה בכלל...

די אלע לעצטיגע גדולים ואדמורי"ם וואס האבן געאסר'ט לאנגע שייטלעך האבן לכתחילה זיך געפירט לאיסור בכלל אויף פאה נכרית.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

בן אדם האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:לענגערע שייטלעך קומט פון מחצית השקל אז מיידלעך זאלן נישט גיין לאנגע צילאזטע האר (בל"נ וועל איך נאכברענגן די מ"מ)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ס'איז נאר א תירוץ. ס'איז אינו דומה בכלל...

די אלע לעצטיגע גדולים ואדמורי"ם וואס האבן געאסר'ט לאנגע שייטלעך האבן לכתחילה זיך געפירט לאיסור בכלל אויף פאה נכרית.


אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

די עוולה איז אויף די קעפל "אודות הפירצה שנשים
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

outspoken האט געשריבן:די עוולה איז אויף די קעפל "אודות הפירצה שנשים


געקלערט די זעלבע. דאס גיט א בליק וויאזוי א פובלישער אדער מסדר כתבים אדער אן עסקן האט די איינפלוס צו שפינען הלכה ומסורה. אין מידיא איז באקאנט אז העדליינס און ארטיקלן האבן באזונדערע עדיטארס און שרייבערס. א העדליין זאגט וואס דער דריקער וויל היילייטן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך שמערל »

מיך האט געבאדערט די עולה אז ס'שטייט 'מכונית' עברית ר"ל

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהושע חיים האט געשריבן:
אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך

איך ווייס נאר אז ע"פ קבלה איז זיכער דא א חילוק, ווייל אויף אפגעשניטענע האר איז שוין נישט שורה קיין דינים. אבער קען זיין ע"פ הלכה אז חז"ל האבן אויך פארשטאנען אז ס'דא א גרויסע חילוק פון בהאפטענע האר און אפגעשניטענע.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך יהושע חיים »

לא הבנתי

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז שווער צו פארשטיין?
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך יהושע חיים »

ווי קומט אריין דא דער זוהר
לאמיר איבער חזר'ן איז א שייטל האר אדער נישט?
אויב יא טאר מען עס נישט גיין. אויב נישט דארף לאנג אויך נישט זיין קיין פראבלעים

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהושע חיים האט געשריבן:ווי קומט אריין דא דער זוהר

ווי נישט?
יהושע חיים האט געשריבן:
לאמיר איבער חזר'ן איז א שייטל האר אדער נישט?

אוודאי
יהושע חיים האט געשריבן:אויב יא טאר מען עס נישט גיין.

פארוואס נישט? ס'דאך שיין?
יהושע חיים האט געשריבן: אויב נישט דארף לאנג אויך נישט זיין קיין פראבלעים

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

גערעכט...

דער איסור פון האר איז נאר ווען ס'איז מחובר, איינמאל ס'איז אפגעשניטן האט דאס שוין נישט די חשיבות און ס'פאלט אוועק די איסור..!
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

שליחה דורך יהושע חיים »

איך רעד פון די איסור פון לאנגע שייטלעך וואס מען נעמט פון די לאנגע האר לגבי מיידלעך

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט אבער אנגעהויבן מיט דעם!
יהושע חיים האט געשריבן:אבער וואס איך פארשטיי נישט איז אויב שייטלעך האבן א דין האר איז עס אסור און אויב נישט וואס גלייכסטו עס צו צו לאנגע האב פון מיידלעך
פארשפארט