נישט נאך א לייק אשכול!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

נישט נאך א לייק אשכול!

שליחה דורך שלום על ישראל »

עס האט מיר גענומען עטליכע טעג צו פארשטיין - און עטליכע חדשים צו אפרישיעט'ן - די לייק סיסטעם. אבער עס האט מיר גענומען איבער א יאהר צו ארויסקוקן אויף א לייק, איינזעהענדיג אז א לייק איז א קאמפלימענט ברבים. (עכ"ז האב איך נאך - דערווייל - נישט די דרייוו זיך צו ארויסלאזן אויף א לייק-יאגד.)

כ'האב אביסל אויפגעפאסט אז לייקס זענען נישט אינגאנצן נוטראל איבערן תגובה, נאר א קאמבענאציע פון די תגובה, דער ניק וואס שרייבט, דער ניק וואס שרייבט אנדערש און די סטיגמע פון זיך אידענטיפיצירן מיט\קעגן די ניק. עס קען זיין אז דאס אלעס איז שוין ערגעץ-ווי באהאנדלט געווארן באריכות, אבער כ'האב עס נישט געטראפן. ואתכם הסליחה.

אין א פרעזענליכע עקספיריענס, האב איך לעצטענס געהאט די זכיה צו בייוואוינען א שטריך פון באקומען אסאך לייקס. כ'גלייב נישט אז כ'האב עפעס פארשענערט מיין פענע, אדער געשריבען מער פאפולערע טעמעס. כ'בין פונקט אזוי אויסגעשפראכן מיט מיינע אומפאפולערע מיינונגען ווי אייביג. כ'בין שטארק דאנקבאר פאר געוויסע ניקים וואס טיילן לייקס מיט א ברייטע האנט, כאילו געלט שפילט נישט קיין ראלע (...), אבער כ'פארשטיי נאך נישט פונקליך די סיבה דערצו.

כ'האב אויך געהאט א אינדירעקטער (נישט געפלאנטע) עקספערימענט, ווען כ'האב געשריבן א לענגערע תגובה (כ'וועל נישט זאגן וועליכע, ווייל כ'וויל עס נישט קרופטירן מיט געבעטענע לייקס), באקומען היפש לייקס און א צווייטע ניק האט גלייך נאכדעם געשריבן עפעס ענליכס און אויך באקומען היפש לייקס. כ'האב אבער באמערקט ווי געוויסע ניקס האבן זיך אפגעהאלטן פון גיבן מיר א לייק, און כ'מיין טאקע "אפגעהאלטן", ווייל די זעלבע ניקס האבן געגיבן פאר די אנדערע ענליכע תגובה. און כ'פארשטיי זיי, צוליב די היסטארי וואס דער אדער יענער האט געהאט מיט מיר (בעסער געזאגט מיין ניק). (כ'האב אויך באמערקט אז אנדערע האבן זיך אפגעהאלט פון גיבן יענעם א לייק און מיר יא, כאטש מיר זענען געווען גאר ענליך. און דארט אויך האב כ'געקענט זעהן די סיבות דערצו, צוליב היסטערי.)

איך "פארשטיי" וואס ברענגט זיי צו גיבן אדער נישט גיבן דעם לייק, האלט'ך אז דער שפיל הארגעט אפ די מעלה פון לייקס, ווייל עס איז בייעס'ד.

נאכדעם האב איך געטראכט אז אפשר טאקע דארף די לייקס אויך דינען אלס א אלגעריטעם צו לייקן א ניק, ווייל אסאך קוקען אהן מיט רעספעקט א תגובה (און וועלן ענדערש גיבן א לייק דערפאר. זעה שפעטער), בעמערקענדיג וויפיהל לייקס דער ניק האט בכלל, נישט נאר וויפיהל ער האט באקומען פאר די יעצטיגע תגובה. און דאס איז טאקע א גוטע זאך. אבער דער אמת איז נישט אזוי, ווייל אנדערע קוקן אהן די לייקס אויפ א תגובה אלס א דירעקטער אינדארסמענט צו די תגובה.

איינמאל כ'האב איינגעזעהן אז לייקס גייען אויך ארויף אויפן ניק, האב איך אויך באמערקט אז די לייקס קענען קומען מער צו א תגובה געשריבן דורך א ניק מיט אסאך [אנדערע] לייקס, אפילו דער לייקער האט נישט קיין היסטארי מיטן שרייבער, און קען אים נאך אפילו נישט. (דאס האב איך באמערק אויף מיר אליינס, און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע טוען אויך אזוי.)

אויך האב איך באמערקט אז א תגובה מיט לייקס וועט באקומען מער לייקס (אויסער די נאטירליכע סיבה אז עס איז גוט פאר איינעם איז עס גוט פאר אסאך). אבער דאס איז פארשטענדליך אין סאציאלע לעבנסשטייגער אז ווי מער זאגן א באגריף אלס מער וועט עס איינער אייזעהן.

קומט אויס אז א תגיבה'ס לייקס וועט ארויפלויפן, אויסער ווייל ס'איז גוט פאר זיך (גוט געשריבן, מסכים דערצו, מאכט לאכן), פאר די פאלגענדע סיבות:
  • ווייל אנדערע האבן עס געלייק'ד
  • ווייל עס איז געשריבן דורך א ניק וואס כ'גלייך
  • ווייל עס איז געשריבן דורך א ניק וואס האט אסאך לייקס אין די פארגאנגענהייט
  • שרייבט אנדערש ווי איינעם מיט וועם כ'האב א חשבון

ווא זאגט איר? איז דאס קלוג? האט דער לייקער געמיינט וואס דער לייענער לייענט?


אה, כ'האב שיעור נישט פארגעסן צו בעטן מחילה פאר די ליגענט אז עס איז נישט נאך א לייק אשכול...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר