זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

moshav zekeinim האט געשריבן:אדער קען איך זאגן אז לעולם זענען די אידן מיסודם שטענדיג געווען לויטער ריין, נאר די גוים ארום וועלעכע זענען גאר שטארק פארזינקען געווען אין אוממאראלישקייט האבן קאליע געמאכט די ידן. און היינט ווען די ארומיגע גוים האבן זיך אויסגעבעסערט מאכן זיי שוין נישט אזוי שטארק קאליע די אידן.

דאס האב איך געזאגט, מער ווייניגער:
שלום על ישראל האט געשריבן:למען הנושא, איז דער כלל ישראל לכאורה אלץ געווען איידעלער ווי דער אלגעמיינער גוי, אפילו אין אונזערע ארגסטע צייטן. די וועלט האלט שוין אהן א שטראך (streak) פון זיך אויסמענטשלען פאר א לענגערע צייט (אפשר זינט די אנהויב), און בעת די וועלט האט זיך מער ציווילעזירט, האבן זיך די אידן נאכמער אויסגעאיידלט. ווי די שפריכווארט זאגט "וויאזוי עס גוי'איש'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך." כנלפענ"ד.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שטעלט זיך דא מיין פראגע, ווען אין די היסטאריע האט דאס פסירט אז די אידן שומרי שבת זענען אזוי אויסגעאיידלט געווארן, אז רציחה און גזילה און אנדערע אוממאראלישקייטן איז געווארן בבל יראה ובל ימצא צווישן אידן שומרי שבת?

דאס האט פאסירט איינמאל מ'איז פטור געווארן פון אזעלכע אנשיקענישן ווי מושב זקנים.

#דער-אידיאט-איז-שוין-ווייטער-דא.

הרב שש, במחילת כבודך איז דאס א שטיקל היסטאריע וועלכע ברויכט ווערן אויסגעשמועסט, אויב קענט איר נישט דערליידן מושב, און לאמיר זאגן אז מיט רעכט דאן גיי ארויס פון דעם אשכול און קוק עס נישט אן.

למען השם אפשר הערט מען שוין אויף מיט די נאנסענס נעים קאלינג

שושן פורים, דא איז נישט פורים און נישט שושן פורים. דא פירט מען א שמועס ווי א נארמאלע מענטש. אויב איין ספעציפישער ניק צייכנט זיך אלץ אויס אין איין הינזיכט, פון האקן און חוזק מאכן פון אידן אדער אידישקייט, דאן רעד איך צו אים זיין שפראך, פון האקן און חוזק מאכן.

שטיקלעך היסטאריע וואס ברויכן ווערן אויסגעשמועסט, ברויכן ווערן אדורכגעטון דורך די וואס טוען אין היסטאריע, אדער וואס ווילן כאטש אדורכטון היסטאריע. דער וואס נוצט היסטאריע נאר אלס שטעקן נאכאמאל צו האקן אויף אידישקייט, זוכט דאך נישט די היסטאריע נאר די האקן. דערפאר רעד איך צו אים בדרך האקעריי.

אויב 95 פראצענט פון ק"ש דערליידן נישט מושב, דארפן זיי נישט אלע ארויסגיין פון אשכול, נאר פארשיקן דעם פותח האשכול און דערשטיקן זיין בויך וויי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

moshav zekeinim האט געשריבן:שלום על ישראל, הייסט עס אז פארגעשריטנקייט פון די בני יפת איז געווען נויטיג ארויס צו ברענגען די שיינקייט פון די מתן תורה אידן.

מושב זקנים:לויט די ליניע פון טראכטן (אך און וויי צו אזא טראכטן,קלערן און שפאקולירן). פארוואס דארפן מיר זיך האלטן צו די סעמיטישע ראסע. לאמיר גלייך אריבער גיין צו די בני יפת, און ווערן אן אינטעגראלער טייל פון זיי. און פטור אן עסק. לאמיר קיינעם נישט דערציילן אז אונז זענען סעמיטן. איך הער אז ביי תרח'ס אייניקלעך קאסט זייער א סאך געלט אהערצושטעללן א יום טוב וואס זיי רופן פסח. סוכות גייען זיי ארויס אויף די גאסן און די פארטשעס, און זיי שלאפן אפילו דארט. לאמיר זאגן אז אונז זענען דייטשן אדער שוועדן. ערלעדיגט... :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בערל, האסט פארגעסן צוצולייגן די מעשה פון ר' מעכעלע פון נתניה :lol: :roll: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן אדם האט געשריבן:בערל, האסט פארגעסן צוצולייגן די מעשה פון ר' מעכעלע פון נתניה :lol: :roll: :o

בן אדם: ייש"כ. דו האסט א חלק אין די מצוה...ושננתם. איך מיין אז ס'דארף נישט קיין הסבר. ווייל א יעדער איינער וואס וואוינט נישט אויף די לבנה ווייסט די מעשה... :lol:
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אדנירם האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שטעלט זיך דא מיין פראגע, ווען אין די היסטאריע האט דאס פסירט אז די אידן שומרי שבת זענען אזוי אויסגעאיידלט געווארן, אז רציחה און גזילה און אנדערע אוממאראלישקייטן איז געווארן בבל יראה ובל ימצא צווישן אידן שומרי שבת?

דאס האט פאסירט איינמאל מ'איז פטור געווארן פון אזעלכע אנשיקענישן ווי מושב זקנים.

#דער-אידיאט-איז-שוין-ווייטער-דא.

הרב שש, במחילת כבודך איז דאס א שטיקל היסטאריע וועלכע ברויכט ווערן אויסגעשמועסט, אויב קענט איר נישט דערליידן מושב, און לאמיר זאגן אז מיט רעכט דאן גיי ארויס פון דעם אשכול און קוק עס נישט אן.

למען השם אפשר הערט מען שוין אויף מיט די נאנסענס נעים קאלינג

שושן פורים, דא איז נישט פורים און נישט שושן פורים. דא פירט מען א שמועס ווי א נארמאלע מענטש. אויב איין ספעציפישער ניק צייכנט זיך אלץ אויס אין איין הינזיכט, פון האקן און חוזק מאכן פון אידן אדער אידישקייט, דאן רעד איך צו אים זיין שפראך, פון האקן און חוזק מאכן.

שטיקלעך היסטאריע וואס ברויכן ווערן אויסגעשמועסט, ברויכן ווערן אדורכגעטון דורך די וואס טוען אין היסטאריע, אדער וואס ווילן כאטש אדורכטון היסטאריע. דער וואס נוצט היסטאריע נאר אלס שטעקן נאכאמאל צו האקן אויף אידישקייט, זוכט דאך נישט די היסטאריע נאר די האקן. דערפאר רעד איך צו אים בדרך האקעריי.

אויב 95 פראצענט פון ק"ש דערליידן נישט מושב, דארפן זיי נישט אלע ארויסגיין פון אשכול, נאר פארשיקן דעם פותח האשכול און דערשטיקן זיין בויך וויי.

זייער נישט גערעכט ובפרט מיט דיין לעצטע פאראגראף, זאל זיין אפילו 100% קען אים נישט דערליידן, ער האט רעכט צו שרייבן וואס ער וויל און דו זאלסט אדרעסירן דעם ענין אנשטאט אים אטאקירן אד האמינעם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער חילוק צווישן אונז צוויי איז נאר איין זאך, דו קוקסט אן זיינע אשכולות ווי עפעס וואס ער וויל דיסקוסירן, און די אטאקעס אלס אד האמינעם, איך ווידער קוק אן זיינע אשכולות ווי אד האמינעם אטאקעס קעגן אידישקייט בכלל און היימישע בפרט, און דערפאר רעד איך צו אים דירעקט זיין שפראך.

צו וויסן וואס זיינע אשכולות זענען באמת, דארף מען נאר אדורכגיין זיין היסטאריע מיט אשכולות/תגובות, געוואויר צו ווערן וויאזוי צו פארשטיין זיין אשכול. דו וועסט דיך נארן פאר דעם ספעציפישן לשון, איך וועל זיך נישט נארן ווייל די כלליות'דיגע בילד שטייט פאר די אויגן.

אלנפאלס, כ'האב נישט עקספעקטעד אז דו זאלסט האלטן ווי מיר, און כ'עקספעקט נישט אז דו וועסט יעצט יא האלטן ווי מיר, אלזא קלער איך אז ס'איז א שאד אונזער וויכוח.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

שטארקע נקודה.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

אדנירם האט געשריבן:דער חילוק צווישן אונז צוויי איז נאר איין זאך, דו קוקסט אן זיינע אשכולות ווי עפעס וואס ער וויל דיסקוסירן, און די אטאקעס אלס אד האמינעם, איך ווידער קוק אן זיינע אשכולות ווי אד האמינעם אטאקעס קעגן אידישקייט בכלל און היימישע בפרט, און דערפאר רעד איך צו אים דירעקט זיין שפראך.

צו וויסן וואס זיינע אשכולות זענען באמת, דארף מען נאר אדורכגיין זיין היסטאריע מיט אשכולות/תגובות, געוואויר צו ווערן וויאזוי צו פארשטיין זיין אשכול. דו וועסט דיך נארן פאר דעם ספעציפישן לשון, איך וועל זיך נישט נארן ווייל די כלליות'דיגע בילד שטייט פאר די אויגן.

אלנפאלס, כ'האב נישט עקספעקטעד אז דו זאלסט האלטן ווי מיר, און כ'עקספעקט נישט אז דו וועסט יעצט יא האלטן ווי מיר, אלזא קלער איך אז ס'איז א שאד אונזער וויכוח.

מר. [tag]אדנירם[/tag], עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז [tag]moshav zekeinim[/tag] באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.

ווידעראום איז נישט דיין רעכט צו אטאקירן קיין ניקס, אפילו בו ובזמן ער באגייט זיין שרעקליכע אד האמינעם הל"ת.

#זייאמענטש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

boxcover האט געשריבן:מר. [tag]אדנירם[/tag], עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז [tag]moshav zekeinim[/tag] באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.

אויפן ערשטן טענה האב איך געענטפערט פריער. איך נאר זיך נישט פון א לשון, איך זע די גאנצע בילד. אויב דו ביזט אזא ליבעראל אז דו ווילסט מדייק זיין אין זיין לשון אין דעם ספעציפישן ארט, זאל דיר וואויל באקומען. איך האלט אנדערש. סאררי.

דיין אויספיר איז ממש נישט פארשטענדליך. לולי דו ביזט א ליבעראל, וואלט איך געזאגט ביזט משוגע. איך האב נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק בו בזמן ווען ער טוט אט דאס? דו האלטסט אפשר אויך אז טעראריסטן פארדינען די זעלבע רעכטן ווי ציווילע? איי געס מיין הגיון איז אנגעשטעלט אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דיינס, און עס איז פשוט נישט אינטרעסאנט ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס.

#זייאברדעת

-------
וועלכע נאך ניק וועט פלוצים ארויסקריכן פון די לעכער, וואס חוץ ביי אזעלכע וויכטיגע נושאים איז שמו בל יזכר ובל יפקד, נישט צוגעבנדיג קיין כי הוא זה צום שטיבל פאר חדשים לאנג.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אדנירם האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:מר. [tag]אדנירם[/tag], עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז [tag]moshav zekeinim[/tag] באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.

ווידעראום איז נישט דיין רעכט צו אטאקירן קיין ניקס, אפילו בו ובזמן ער באגייט זיין שרעקליכע אד האמינעם הל"ת.

#זייאמענטש

אויפן ערשטן טענה האב איך געענטפערט פריער. איך נאר זיך נישט פון א לשון, איך זע די גאנצע בילד. אויב דו ביזט אזא ליבעראל אז דו ווילסט מדייק זיין אין זיין לשון אין דעם ספעציפישן ארט, זאל דיר וואויל באקומען. איך האלט אנדערש. סאררי.

דיין אויספיר איז ממש נישט פארשטענדליך. לולי דו ביזט א ליבעראל, וואלט איך געזאגט ביזט משוגע. איך האב נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק בו בזמן ווען ער טוט אט דאס? דו האלטסט אפשר אויך אז טעראריסטן פארדינען די זעלבע רעכטן ווי ציווילע? איי געס מיין הגיון איז אנגעשטעלט אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דיינס, און עס איז פשוט נישט אינטרעסאנט ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס.

#זייאברדעת

-------
וועלכע נאך ניק וועט פלוצים ארויסקריכן פון די לעכער, וואס חוץ ביי אזעלכע וויכטיגע נושאים איז שמו בל יזכר ובל יפקד, נישט צוגעבנדיג קיין כי הוא זה צום שטיבל פאר חדשים לאנג.

טאקע א שאד זיך צו טענהן, ס'איז דא יסודותדיג פאלאסיס אין דיין לאגיק דא אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט דאס וואס דו האסט געטהון. אן איידיע איז נישט קיין מענטש/ניק און סאיז נישט שייך אד האמינאם.
קאווע שטיבל איז נישט דיין רשות יעדער מעג שרייבן וואס און וויפיל ער וויל ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, אד האמינאם איז קלאר קעגן די תקנות.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אדנירם האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שטעלט זיך דא מיין פראגע, ווען אין די היסטאריע האט דאס פסירט אז די אידן שומרי שבת זענען אזוי אויסגעאיידלט געווארן, אז רציחה און גזילה און אנדערע אוממאראלישקייטן איז געווארן בבל יראה ובל ימצא צווישן אידן שומרי שבת?

דאס האט פאסירט איינמאל מ'איז פטור געווארן פון אזעלכע אנשיקענישן ווי מושב זקנים.

#דער-אידיאט-איז-שוין-ווייטער-דא.

הרב שש, במחילת כבודך איז דאס א שטיקל היסטאריע וועלכע ברויכט ווערן אויסגעשמועסט, אויב קענט איר נישט דערליידן מושב, און לאמיר זאגן אז מיט רעכט דאן גיי ארויס פון דעם אשכול און קוק עס נישט אן.

למען השם אפשר הערט מען שוין אויף מיט די נאנסענס נעים קאלינג

שושן פורים, דא איז נישט פורים און נישט שושן פורים. דא פירט מען א שמועס ווי א נארמאלע מענטש. אויב איין ספעציפישער ניק צייכנט זיך אלץ אויס אין איין הינזיכט, פון האקן און חוזק מאכן פון אידן אדער אידישקייט, דאן רעד איך צו אים זיין שפראך, פון האקן און חוזק מאכן.

שטיקלעך היסטאריע וואס ברויכן ווערן אויסגעשמועסט, ברויכן ווערן אדורכגעטון דורך די וואס טוען אין היסטאריע, אדער וואס ווילן כאטש אדורכטון היסטאריע. דער וואס נוצט היסטאריע נאר אלס שטעקן נאכאמאל צו האקן אויף אידישקייט, זוכט דאך נישט די היסטאריע נאר די האקן. דערפאר רעד איך צו אים בדרך האקעריי.

אויב 95 פראצענט פון ק"ש דערליידן נישט מושב, דארפן זיי נישט אלע ארויסגיין פון אשכול, נאר פארשיקן דעם פותח האשכול און דערשטיקן זיין בויך וויי.

היות איתן מושבי איז אין ניו זינלאנד, פייערט אונזער ארטיגע עשרת השבטים אפשטאמיגע קהילה דעם "פורים" טאקע אין די צייט פון יאר, ובשמחתינו לא יתערב זר.

איינע פון די גרעסטע פראבלעמען וואס פלאגט די מענטשהייט בכלל און אונזער סיסטעם בפרט איז דאס "פראפיילען" א צווייטן, דער איז א שגץ, יענער איז א קדוש מרחם, מילא איז אטאמאטיש וואטעווער יענער זאגט אדער צואת השור אדער גאר שכינה מדברת מתוך גרונו בפועל ממש.

דער חכם מכל אדם רבינו משה בן מימון ז"ל אין זיין הקדמה צו שמונה פרקים להרמב"ם אויף אבות וויל אונז טאקע באווארענען קעגן דעם שרייבענדיג "ושמע את האמת ממי שאמרה" קוק נישט וואס נאך יענער שרייבט, פון וואו ער קומט אדער אין וועלכע דירעקציע ער גייט, ער זאגט א פוינט באצי זיך דערויף, "אטאקיר נישט דעם מעסענזשער".

א עצה טובה למעשה איז זיך מדמיין זיין אז דיין באליבסטע ניק שרייבט דאס, וואס וואלסטו דאמאלטס רעאגירט? ווען א ווילד פרעמדער שרייבט דאס, וואס וואלט געווען דיין רעאקציע? נאר אזוי איז בכלל שייך צו האבן א שטיקל אביעקטיווע בליק אויף די זאך.

און דאס איז נוגע צו יעדע קעיס, שפרינג נישט גלייך אויף גילטי אדער נאט גילטי, קודם שטעל זיך פאר אז דער אנגעקלאגטער איז מר. סמיט פון נעברעסקע און דער אנקלעגער איז מר.גאנזאלעס פון נארט דעקאוטע. און מיט די פאקטן און באווייזן זאלסטו בויען דיין דזשאדזשמענט.

און ניין, האקן איז קיינמאל נישט רעספעקטירט, אפילו אויב לשיטתך וויל יענער בלויז האקן, צו וואס זיך לאוערן צו יענעמ'ס לעוועל?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

וואס מיינט אד האמינעם?

אמת'דיג לויט די טאן פועם פותח האשכול האב איך נישט געגלייבט אז דער אשכול וועט פארדינען מער ווי צוויי תגובות באט יו נעווער קנאו
...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קאמענטירער האט געשריבן:וואס מיינט אד האמינעם?

אמת'דיג לויט די טאן פועם פותח האשכול האב איך נישט געגלייבט אז דער אשכול וועט פארדינען מער ווי צוויי תגובות באט יו נעווער קנאו

wikipedia.org/wiki/Ad_hominem
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים האט געשריבן:דער חכם מכל אדם רבינו משה בן מימון ז"ל אין זיין הקדמה צו שמונה פרקים להרמב"ם אויף אבות וויל אונז טאקע באווארענען קעגן דעם שרייבענדיג "ושמע את האמת ממי שאמרה" קוק נישט וואס נאך יענער שרייבט, פון וואו ער קומט אדער אין וועלכע דירעקציע ער גייט, ער זאגט א פוינט באצי זיך דערויף, "אטאקיר נישט דעם מעסענזשער".

און ניין, האקן איז קיינמאל נישט רעספעקטירט, אפילו אויב לשיטתך וויל יענער בלויז האקן, צו וואס זיך לאוערן צו יענעמ'ס לעוועל?

כ'גיי נאך איינמאל פרובירן צו ענטפערן דיין ערשטע פונקט, בעפאר איך זאג נואש: איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן מעסעדזש. גראדע האב איך ליב די טשאלענדזש, און ווען א צווייטער - וועם איך בין אויך נישט חושד אז ער וויל טאקע 'וויסן' - עפנט אזא אשכול, וואלט איך עס מעגליך אפילו דעבאטירט. אבער ווען איינער זוכט ניטאמאל קיין מעסעדזש, און ער האט גאר אן אנדערע מעסעדזש וואס באגלייט אים איבעראל, דער איז א טראלל כמו שכתוב בתורה ובשטאטוטן שבק"ש. ער האט נאר איין נקודה וואס חזר'ט זיך כסדר איבער, און כ'וויל אזא איינעם אפילו נישט אויסהערן, נאר פארשטאפן דאס פיסק.

דאס אהערברענגען דעם 'שמע את האמת ממי שאמרו' איז אבסורד, און א ליגנט. שמע את האמת ממי שאמרו באציט זיך אויף א מענטש וואס איז זעלבסט נישט ראוי מוסר צו געבן, אדער ער איז נישט אין דיין דרגה 'דיך אריינצופליקן'. אבער ווען די מדובר איז אט דאס, אז דער מענטש נערווערירט יעדן איינעם, הער איך ניטאמאל וואס ער זאגט. 'ער' איז די פראבלעם.

אויב דו ווילסט'ך ווייטער דינגען, הרשות נתונה. איך גלייב אז דער חזו"א איז גערעכט מיטן זאגן אז מענטשן טוישן זיך נישט די דעות דורך וויכוחים, און איך שטעל מיך פאר אז דו האסט נישט געטוישט דיין דעה, און איך וועל אויך נישט טוישן מיין דעה. אלזא, אונזער ויכוח איז א שאד די צייט, און שפייעכץ פון ווירטואלע טינט עלי נייר דבית הקפה.

דיין צווייטע פונקט, איז אויך נישט ריכטיג. איך וויל נישט אראפגיין צו זיין לעוועל, אבסעלוט נישט. אבער כ'וויל נאך ווייניגער זען אזעלכע טרינצדע אשכולות און תגובות וואס שפראצן ווי אייטער אויף א מצורע. דערפאר שרייב איך שארף, און אויב די אנדערע וועלן טון דאס זעלביגע, וועט די פלאץ אויסזען נארמאלער.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שש'ל ביסט הייליג גערעכט אבער מצד השני זענען מיר זיך אליינס שולדיג. די אנגעבליכע תקנות אז ק''ש איז א פלאץ פאר מאמינים בה' ובמשה עבדו ווערט שוין לאאאנננג נישט אינפארסירט.

געב נאר א קוק ווי בשם מזבח ה'קיהלשאפט' אז מען מוז יעדעם טאלערירן ווערט אשכול נאך אשכול באמיסטיגט דורך די אפענע כופרים. אז מען מאכט א ס''ה פון אלע אשכולות קומט גאר אויס אז מיר זענען די סאמע ערגסטע און נידריגסטע קאמיוניטי אויפן כדור הארץ ר''ל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

אדנירם האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:מר. [tag]אדנירם[/tag], עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז [tag]moshav zekeinim[/tag] באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.

ווידעראום איז נישט דיין רעכט צו אטאקירן קיין ניקס, אפילו בו ובזמן ער באגייט זיין שרעקליכע אד האמינעם הל"ת.

#זייאמענטש

אויפן ערשטן טענה האב איך געענטפערט פריער. איך נאר זיך נישט פון א לשון, איך זע די גאנצע בילד. אויב דו ביזט אזא ליבעראל אז דו ווילסט מדייק זיין אין זיין לשון אין דעם ספעציפישן ארט, זאל דיר וואויל באקומען. איך האלט אנדערש. סאררי.

דיין אויספיר איז ממש נישט פארשטענדליך. לולי דו ביזט א ליבעראל, וואלט איך געזאגט ביזט משוגע. איך האב נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק בו בזמן ווען ער טוט אט דאס? דו האלטסט אפשר אויך אז טעראריסטן פארדינען די זעלבע רעכטן ווי ציווילע? איי געס מיין הגיון איז אנגעשטעלט אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דיינס, און עס איז פשוט נישט אינטרעסאנט ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס.

#זייאברדעת

איך קען נישט בעסער ארויסברענגן מיין נקידה ווי דו האסט יעצט אויפגעוויזן! דו קענסט מיך פאר א דריי-פערטל מינוט און האסט מיך שוין ארויס אלס א "ליבעראל" אדער משוגע'ר", וואס איז פראסט אפענסיוו און נעסטי. און נישט נאר צו מיר ווען איך קום דו קריטיקירן (וואס דו מעגסט זיך אויסלערנען וויאזוי צו נעמען אבדזשעקטיוו, ספעציעל זינט דו האסט א אלערגיע צו אד האמינעם...), נאר אפילו צו א צווייטען וואס דו ווייזט דיין שנאה אין זיין אשכול ווי דו דארפסט נישט שרייבן אז דו האסט נישט וואס צוצוגעבן.

דו פרעגסט צו דו האסט נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק. די ענטפער איז א הילכיגע ניין!!! דו מעגסט טאקע אויפברענגען יענעמ'ס פאלאסיס אבער אטעקירן? נאפ!

דו פארגלייכסט עס צו טעראריזם. איינער דא האלט אז מ'קען ענטפערן פאר אזא חלה-דעקל סטעיטמענט?

איך פארשטיי אז דו האסט עפעס ערהארבן איבער 12 אלפים לייקס, אבער דאס געט דיר נישט קיין פרייע רעוואלווער צו שיסן אויף דאס מענטשהייט. זאג נאר, אין דיין ביהמ"ד - ווי דו קענסט דיין לייקס נישט באווייזן - ביסטו אויך אזוי נעסטי?

אדנירם האט געשריבן:וועלכע נאך ניק וועט פלוצים ארויסקריכן פון די לעכער, וואס חוץ ביי אזעלכע וויכטיגע נושאים איז שמו בל יזכר ובל יפקד, נישט צוגעבנדיג קיין כי הוא זה צום שטיבל פאר חדשים לאנג.

איך בין אמאל געווען היפש אקטיוו דא אין שטיבל, ביז א נייע דור פון נעסטי מענטשן האבן געטוישט די מוט דא (נישט דוקא דו), און איך האב אוועקשפאצירט פון שרייבן דא. איך שרייב נאר יעצט טאקע צו ענטפערן פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס ניקס אנטלויפן פון דא.

דיסקלעימער: איך פראביר נישט ח"ו צו ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס, איך שריי נאר אויס צום עולם: העלפ אפשטעלן די שלעכטע ווינטן און ערלויבט פאר ציוויליזירטע ניקס צוריקצוקומען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיין אויספיר איז אומריכטיג פון א היסטארישע פרעספעקטיוו. רוב ניקס האבן נישט פארלאזט צוליב נעסטי שפראך, איך בין געווען בקשר מיט רוב פון זיי און דאס איז נישט די סיבה. אזוי אויך, דורכליינענדיג אלטע אשכולות [פון וואו איך האב דיך - אגב - אויך ארויס] זעט מען אז די בייסיגקייט איז געווען פילפאכיג ערגער אמאל.

און די איפכא מסתברא איז זועק עד לב השמים: די נעסטי שפראך פון איין ניק דא, איז דער גורם צום כעס אויסברוך איינמאל נאכן צווייטן. צו נעמען דער וואס ענטפערט יענעם אפ, און רעדן וועגן 'זיין' נעסטי שפראך, איז בערך ווי די משל פונעם לייב וואס האט געטראפן די עבירה פון שעפעלע וואס האט גע'גנב'עט שטרוי פונעם בעה"ב. אגב, דער וואס איז פון די מערסט-בייסיגע ניקס היינט צוטאגס, איז דער וואס האט דיר געגעבן די לייק. עודך, עולם הפוך ראיתי.

איבער דיין עצם שרייעריי, איז מיר א חידוש בעיני די כח פון א ניק צו פארדייען און פארטייטשן אומריכטיג וואס איך האב געזאגט. אין אזא פאל איז א שאד ממשיך צו זיין זיך אויס'טענה'ן, און איך וועל מיך פארלאזן אויף די אנדערע ניקס, וואס קענען מיין היסטאריע, זיין היסטאריע, און די היסטאריע פון ק"ש ניקס, צו זען ווער עס איז גערעכט. אין ערגסטן פאל, קען מען פשוט איבערליינען דעם אשכול, און זען וואס איך זאג און וויאזוי דו און דיינס גלייכן אקצעפטירן עס.

נ.ב. דו פארשטייסט אז כ'האב 'עפעס ערהארבן' 12 אלפים לייקס. דו פארשטייסט אבער נישט אז די 'עפעס' איז נישט געווען צוליב זיין נעסטי, נאר צוליב זיין נארמאל און מחיה זיין אנדערע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביבער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:מר. [tag]אדנירם[/tag], עס איז דייו רעכט צו "קוקן" און "האלטן" אז [tag]moshav zekeinim[/tag] באגייט אד האמינעם, אבער עס ליגט אויף דיר דאס צו אויפווייזן און נישט סתם שיסן באשילדיגונגען און טאקע נאר דארט ווי ער באגייט די אד האמינעם.

ווידעראום איז נישט דיין רעכט צו אטאקירן קיין ניקס, אפילו בו ובזמן ער באגייט זיין שרעקליכע אד האמינעם הל"ת.

#זייאמענטש

אויפן ערשטן טענה האב איך געענטפערט פריער. איך נאר זיך נישט פון א לשון, איך זע די גאנצע בילד. אויב דו ביזט אזא ליבעראל אז דו ווילסט מדייק זיין אין זיין לשון אין דעם ספעציפישן ארט, זאל דיר וואויל באקומען. איך האלט אנדערש. סאררי.

דיין אויספיר איז ממש נישט פארשטענדליך. לולי דו ביזט א ליבעראל, וואלט איך געזאגט ביזט משוגע. איך האב נישט קיין רעכט צו אטאקירן קיין ניק בו בזמן ווען ער טוט אט דאס? דו האלטסט אפשר אויך אז טעראריסטן פארדינען די זעלבע רעכטן ווי ציווילע? איי געס מיין הגיון איז אנגעשטעלט אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דיינס, און עס איז פשוט נישט אינטרעסאנט ממשיך צו זיין אזא סארט שמועס.

#זייאברדעת

-------
וועלכע נאך ניק וועט פלוצים ארויסקריכן פון די לעכער, וואס חוץ ביי אזעלכע וויכטיגע נושאים איז שמו בל יזכר ובל יפקד, נישט צוגעבנדיג קיין כי הוא זה צום שטיבל פאר חדשים לאנג.

טאקע א שאד זיך צו טענהן, ס'איז דא יסודותדיג פאלאסיס אין דיין לאגיק דא אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט דאס וואס דו האסט געטהון. אן איידיע איז נישט קיין מענטש/ניק און סאיז נישט שייך אד האמינאם.
קאווע שטיבל איז נישט דיין רשות יעדער מעג שרייבן וואס און וויפיל ער וויל ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, אד האמינאם איז קלאר קעגן די תקנות.

ביבער: אבער אדנירם האט אויך א רעכט --פונקט ווי דו און א יעדער איינער-- אויסצודריקן זיין מיינונג, און וויאזוי ער פיהלט איבער די פעולות און כוונות פון א ניק...!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:ביבער: אבער אדנירם האט אויך א רעכט --פונקט ווי דו און א יעדער איינער-- אויסצודריקן זיין מיינונג, און וויאזוי ער פיהלט איבער די פעולות און כוונות פון א ניק...!

א רעכט לויט וועם? לויט די היזיגע תקנות נישט. פינטל. איך קען דיר מסביר זיין אינטעלעקטועל פארוואס דאס איז נישט קיין רעכט, פארוואס ס'איז פאר "יעדן" בעסער ווען אזא תקנה איז אין קראפט אבער דא איז נישט דער פלאץ פארדעם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אדנירם האט געשריבן:דיין אויספיר איז אומריכטיג פון א היסטארישע פרעספעקטיוו. רוב ניקס האבן נישט פארלאזט צוליב נעסטי שפראך, איך בין געווען בקשר מיט רוב פון זיי און דאס איז נישט די סיבה. אזוי אויך, דורכליינענדיג אלטע אשכולות [פון וואו איך האב דיך - אגב - אויך ארויס] זעט מען אז די בייסיגקייט איז געווען פילפאכיג ערגער אמאל.

און די איפכא מסתברא איז זועק עד לב השמים: די נעסטי שפראך פון איין ניק דא, איז דער גורם צום כעס אויסברוך איינמאל נאכן צווייטן. צו נעמען דער וואס ענטפערט יענעם אפ, און רעדן וועגן 'זיין' נעסטי שפראך, איז בערך ווי די משל פונעם לייב וואס האט געטראפן די עבירה פון שעפעלע וואס האט גע'גנב'עט שטרוי פונעם בעה"ב. אגב, דער וואס איז פון די מערסט-בייסיגע ניקס היינט צוטאגס, איז דער וואס האט דיר געגעבן די לייק. עודך, עולם הפוך ראיתי.

איבער דיין עצם שרייעריי, איז מיר א חידוש בעיני די כח פון א ניק צו פארדייען און פארטייטשן אומריכטיג וואס איך האב געזאגט. אין אזא פאל איז א שאד ממשיך צו זיין זיך אויס'טענה'ן, און איך וועל מיך פארלאזן אויף די אנדערע ניקס, וואס קענען מיין היסטאריע, זיין היסטאריע, און די היסטאריע פון ק"ש ניקס, צו זען ווער עס איז גערעכט. אין ערגסטן פאל, קען מען פשוט איבערליינען דעם אשכול, און זען וואס איך זאג און וויאזוי דו און דיינס גלייכן אקצעפטירן עס.

נ.ב. דו פארשטייסט אז כ'האב 'עפעס ערהארבן' 12 אלפים לייקס. דו פארשטייסט אבער נישט אז די 'עפעס' איז נישט געווען צוליב זיין נעסטי, נאר צוליב זיין נארמאל און מחיה זיין אנדערע.

און נאכאמאל זייער זייער ראנג. ס'איז ראנג אז צו סטעריאטייפן א "ניק" לויט זיינע תגובות ובפרט אויף אלטע תגובות, מענטשן טוישן זיך יעדן טאג. ס'איז ראנג פאר א אינטלעקטועלע פארום די סטעיטמענט "א בייסיגע ניק האט דיר געגעבן א לייק". און יא ס'איז ראנג געווען צו אטאקירן יענעם אפילו מ'האט א מיליאן לייקס, ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: דאס לעצטע מאל אונז האבן זיך באגעגנט האסטו געוואוינט אין מאנטריאל, קענעדע. כ'ווייס נישט. אפשר האסטו א צווילינג ברודער וועלכער הייסט אויך שושן פורים. אבער איין זאך זעה איך. עטץ האטס ליעב צו וואוינען אין די בריטיש קאמאנוועלטה.
והשנית: אין ניו זילאנד, אזוי ווי אין אויסטראליע זענען די סיזנס איבערגעדרייט. אבער נישט דער לוח. למשל יעצט איז דארט אינמיטן ווינטער.און ווען אונז פרירן אוועק, און מ'דארף שארן א סאך שניי, בראט מען זיך ביי ענק...! פסח גייט מען דיקע סוועטערס. און סוכות ליגט מען אויפ'ן ביעטש (ר"ל)... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביבער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:דיין אויספיר איז אומריכטיג פון א היסטארישע פרעספעקטיוו. רוב ניקס האבן נישט פארלאזט צוליב נעסטי שפראך, איך בין געווען בקשר מיט רוב פון זיי און דאס איז נישט די סיבה. אזוי אויך, דורכליינענדיג אלטע אשכולות [פון וואו איך האב דיך - אגב - אויך ארויס] זעט מען אז די בייסיגקייט איז געווען פילפאכיג ערגער אמאל.

און די איפכא מסתברא איז זועק עד לב השמים: די נעסטי שפראך פון איין ניק דא, איז דער גורם צום כעס אויסברוך איינמאל נאכן צווייטן. צו נעמען דער וואס ענטפערט יענעם אפ, און רעדן וועגן 'זיין' נעסטי שפראך, איז בערך ווי די משל פונעם לייב וואס האט געטראפן די עבירה פון שעפעלע וואס האט גע'גנב'עט שטרוי פונעם בעה"ב. אגב, דער וואס איז פון די מערסט-בייסיגע ניקס היינט צוטאגס, איז דער וואס האט דיר געגעבן די לייק. עודך, עולם הפוך ראיתי.

איבער דיין עצם שרייעריי, איז מיר א חידוש בעיני די כח פון א ניק צו פארדייען און פארטייטשן אומריכטיג וואס איך האב געזאגט. אין אזא פאל איז א שאד ממשיך צו זיין זיך אויס'טענה'ן, און איך וועל מיך פארלאזן אויף די אנדערע ניקס, וואס קענען מיין היסטאריע, זיין היסטאריע, און די היסטאריע פון ק"ש ניקס, צו זען ווער עס איז גערעכט. אין ערגסטן פאל, קען מען פשוט איבערליינען דעם אשכול, און זען וואס איך זאג און וויאזוי דו און דיינס גלייכן אקצעפטירן עס.

נ.ב. דו פארשטייסט אז כ'האב 'עפעס ערהארבן' 12 אלפים לייקס. דו פארשטייסט אבער נישט אז די 'עפעס' איז נישט געווען צוליב זיין נעסטי, נאר צוליב זיין נארמאל און מחיה זיין אנדערע.

און נאכאמאל זייער זייער ראנג. ס'איז ראנג אז צו סטעריאטייפן א "ניק" לויט זיינע תגובות ובפרט אויף אלטע תגובות, מענטשן טוישן זיך יעדן טאג. ס'איז ראנג פאר א אינטלעקטועלע פארום די סטעיטמענט "א בייסיגע ניק האט דיר געגעבן א לייק". און יא ס'איז ראנג געווען צו אטאקירן יענעם אפילו מ'האט א מיליאן לייקס, ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן.

כ'וועל פארשטיין אז דו באזירסט דיינע ווערטער אויף א 'אופן כללי', און כ'וועל אננעמען אז דו האסט נישט דורכגעקוקט די לעצטיגע היסטאריע פונעם נידון דא, אלעס כדי דיר דיין צו זיין לכף זכות וויאזוי דו קענסט רעדן זאכן וואס זענען אזוי מנותק מן המציאות.

אזוי צו אזוי, די כח פון פארדרייען פאקטן איז נישט מאסנגעבנד, ווען איינער ליינט אדורך די אשכול מתחילה ועד סוף, אלזא, פארלאז איך מיך אויפן אינטעלעקט פון די ליינער אז זיי וועלן מחליט זיין ווער עס איז גערעכט. כשלעצמי עמדתי לא זזתה ממקומה, ועמדתך לא זזתה ממקומה, און מיר האבן ביידע געוואוסט פון פריער אז דאס וועט פאסירן. מכאן ואילך, רעד צו דיינס גלייכן: שושן פורים, boxcover, און שמערל. זיי נעמען אן די זעלבע מהלך.
פארשפארט