שושן פורים האט געשריבן:דער חכם מכל אדם רבינו משה בן מימון ז"ל אין זיין הקדמה צו שמונה פרקים להרמב"ם אויף אבות וויל אונז טאקע באווארענען קעגן דעם שרייבענדיג "ושמע את האמת ממי שאמרה" קוק נישט וואס נאך יענער שרייבט, פון וואו ער קומט אדער אין וועלכע דירעקציע ער גייט, ער זאגט א פוינט באצי זיך דערויף, "אטאקיר נישט דעם מעסענזשער".
און ניין, האקן איז קיינמאל נישט רעספעקטירט, אפילו אויב לשיטתך וויל יענער בלויז האקן, צו וואס זיך לאוערן צו יענעמ'ס לעוועל?
כ'גיי נאך איינמאל פרובירן צו ענטפערן דיין ערשטע פונקט, בעפאר איך זאג נואש: איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן מעסעדזש. גראדע האב איך ליב די טשאלענדזש, און ווען א צווייטער - וועם איך בין אויך נישט חושד אז ער וויל טאקע 'וויסן' - עפנט אזא אשכול, וואלט איך עס מעגליך אפילו דעבאטירט. אבער ווען איינער זוכט ניטאמאל קיין מעסעדזש, און ער האט גאר אן אנדערע מעסעדזש וואס באגלייט אים איבעראל, דער איז א טראלל כמו שכתוב בתורה ובשטאטוטן שבק"ש. ער האט נאר איין נקודה וואס חזר'ט זיך כסדר איבער, און כ'וויל אזא איינעם אפילו נישט אויסהערן, נאר פארשטאפן דאס פיסק.
דאס אהערברענגען דעם 'שמע את האמת ממי שאמרו' איז אבסורד, און א ליגנט. שמע את האמת ממי שאמרו באציט זיך אויף א מענטש וואס איז זעלבסט נישט ראוי מוסר צו געבן, אדער ער איז נישט אין דיין דרגה 'דיך אריינצופליקן'. אבער ווען די מדובר איז אט דאס, אז דער מענטש נערווערירט יעדן איינעם, הער איך ניטאמאל וואס ער זאגט. 'ער' איז די פראבלעם.
אויב דו ווילסט'ך ווייטער דינגען, הרשות נתונה. איך גלייב אז דער חזו"א איז גערעכט מיטן זאגן אז מענטשן טוישן זיך נישט די דעות דורך וויכוחים, און איך שטעל מיך פאר אז דו האסט נישט געטוישט דיין דעה, און איך וועל אויך נישט טוישן מיין דעה. אלזא, אונזער ויכוח איז א שאד די צייט, און שפייעכץ פון ווירטואלע טינט עלי נייר דבית הקפה.
דיין צווייטע פונקט, איז אויך נישט ריכטיג. איך וויל נישט אראפגיין צו זיין לעוועל, אבסעלוט נישט. אבער כ'וויל נאך ווייניגער זען אזעלכע טרינצדע אשכולות און תגובות וואס שפראצן ווי אייטער אויף א מצורע. דערפאר שרייב איך שארף, און אויב די אנדערע וועלן טון דאס זעלביגע, וועט די פלאץ אויסזען נארמאלער.