town1 האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דיין זיידע זאגט, איך ווייס אז א יעדע איד איז מחיוב צו גלייבן יעדן טאג אז משיח (גייט)[קען]היינט קומען,
מען האפט אויף היינט
קאמענטירער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:דאס איז פארגעקומען אין בורמא. זיי טענה׳ן אז זיי האבן זיך געמוזט פראטעקטן פון די מוסלעמענע פליטים וועלעכע זייען אן חורבן וואו זיי גייען
בודהאיסטן האבן אין די היסטאריע געהארגעט ווייניגער מענטשען ווי עני אנדערע רעליגע וואס איז נאר פארהאנען, בודהא לערנט אז מ׳טאר אפילו נישט הארגענען קיין פלוג, ער איז געוועהן ׳דער ערשטער׳ פאר 2500 יאהר צוריק צוזאגן אזא זאך וואס איז בכלל נישט געוועהן פאפיולער אין די דעמאלסטיגע פרימיטיווע קולטור, און סאיז געוועהן א ריזיגע חידוש אין יענע צייטן, אז איינער הארגט איז ער נישט קיין בודהאיסט ווייל די בודהא׳ס פונדעמענטלע לערונגען איז קעגן יעדע פארום פון רציחה, פון אויסהערן די לערנונגען פון די Dalai Lama קען מען נישט קיין רוצח ווערן, מ׳קען נאר ווערן א בעסערע מענטש און לעבן א פאזיטיווע פרייליכע לעבן. טעמו וראו כי טוב!
ראשית כל סאיז באמת אשאד אז אינפארמאציע דארף קומען אין פארעם פון ארגומענטן, אזויווי סקוקט אויס הרב שבת אז דו ביזט אביסעל באקאנט מיט בודא אדרבא שרייב אן ארטיקעל אביסעל איבער זייער היסטאריע אביסעל איבער זייער קולטור אפשר וועט מען זיך לערנען פון זיי, און מוועט עפעס מער אנקומען ווי פירען וויכחים.
שנית איז מיר אינטערסאנט אויב אזא גאלדענע אידיאל עקזיסטירט שוין אזויפיל יארען, פארוואס זענען נאך דא מענטשען וואס ווערן גע'הרג'עט? פארוואס נעמט עס נישט איבער די וועלט? נאר קאמפיוטערס קען איבערנעמען די וועלט אין א גאלדענע לייף סטייל נישט? לכוארה פעלט דא עפעס
סתם אינטערסאנט פון דיין זאץ:אז איינער הארגט איז ער נישט קיין בודהאיסט ווייל די בודהא׳ס פונדעמענטלע לערונגען איז קעגן יעדע פארום פון רציחה, פון אויסהערן די לערנונגען פון די Dalai Lama קען מען נישט קיין רוצח ווערן, מ׳קען נאר ווערן א בעסערע מענטש און לעבן א פאזיטיווע פרייליכע לעבן. טעמו וראו כי טוב!
אזוי טענה'ן די חרדישע אידען, אז ווער סטוט מעשים תעתיעום איז נישט קיין חרדי, איינער וואס הארעוועט און תורה ויר''ש קען נישט מאלעסטען וכדו'..
שלום שטיסל האט געשריבן:מיסטער שבת אחים ווען יעדער איז ווען צעפרידן מיט קאמעניזם און די גאנצע וועלט זעהט די גרויסע טובה דערפון און פאלט כורעים צו סטאלין וואלט אויך געוועהן א עולם התיקון, נאך סך מער ווי ווען די גאנצע וועלט איז בודאהיסטן.
און ווען די גאנצע וועלט איז ווען תורה טרייע אידן ווי משה רבינו וואלט אויך נישט געוועהן קיין הריגות און גניבות, און וואלט געארבעט בעסער ווי ווען יעדער איז ליבראלען .
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:מיסטער שבת אחים ווען יעדער איז ווען צעפרידן מיט קאמעניזם און די גאנצע וועלט זעהט די גרויסע טובה דערפון און פאלט כורעים צו סטאלין וואלט אויך געוועהן א עולם התיקון, נאך סך מער ווי ווען די גאנצע וועלט איז בודאהיסטן.
און ווען די גאנצע וועלט איז ווען תורה טרייע אידן ווי משה רבינו וואלט אויך נישט געוועהן קיין הריגות און גניבות, און וואלט געארבעט בעסער ווי ווען יעדער איז ליבראלען .
שלום שטיסל: די נפקא מינה איז (לפי שיטת שבת) אז אויב די גאנצע וועלט זענען בודהיסטן אדער קאמוניסטן, וואלט מען געקענט עסן א געשמאקע מילכיגע אייזקריעם נאך א פעטן טשאלנט...אה...ביי קאמוניזם אין רוסלאנד וואלט מען געמעגט, אבער מ'האט נישט געהאט...
סימפל האט געשריבן:ראביי וואלערסטין רעדט וועגן די קליפ נעכטן תשעה באב.
https://youtu.be/g07pL4JTr8I
עס האט מיר דערמאנט, אביסל ענדליך צו וואס דער דאללאס פאליס טשיף האט געזאגט נאך דער שיסעריי בנוגע די פראטעסטערס. האסט א פראבלעם מיט די פאליס, "Be a part of the solution", "We’re hiring", “Get out that protest line and put in an application. We'll put you in your neighborhood and help you resolve some of those problems".
https://youtu.be/5F2SIVh0uEY
שבת אחים האט געשריבן:זיידי, טענו לו בחיטן והודו לו בזכר קדשו, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז א אט״ד קען מעהר ווי א צושטרויבעלטע בארד, כהאב ניטאמאל דערמאנט די ווארט אט״ד, וואס איך האב געזאגט איז אז ס׳איז העכסט צייט פאר אלע רעכטע אידיאטן צו אנערקענן די ריזיגע חילוק פון סאושליזים ביז קאמיוניזים און נישט צאמישן די צוויי זאכן און איינמאל פאר אלעמאל לערנטס ענק אויס די חילוק פון קאמיוניזים און דעמקראטישע סאושליזים, דאס אלעס.
קנאק-יענקל האט געשריבן:שוין אפשר אביסל שפעט, אבער בעסער ווי קיינמאל.
קען איינער ביטע ארויפלייגן אן אוידיא פון די הערשי-דייטש-ווייטאג?
אדער מיר שיקן אין אישי?
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: ייש,כ. איך הער און דערהער דעם פיין און צער פון זיין נשמה (הערשי דייטש) וועלכע רעדן ארויס פון איהם. אבער איך בין נישט מסכים מיט אלעס וואס ער זאגט. למשל, ער קאמפלעינט אז מענטשן זאגן אז מ'דארף אנהייבן מער צו רעדן וועגן מענטל אישוס אין אונזער קאמיוניטי. זאגט ער (ה.ד) אז דאס איז ראנג. מ'דארף נישט רעדן איבער מענטל העלטה אישוס. איז ער אבער זייער ראנג. אמת, אז די פראבלעם פון מאלעסטעישן און די קאווער-אפ איז זייער א גרויסע פראבלעם. אבער דאס איז נישט די איינציגסטע פראבלעם. די מענטל העלטה אישו האט גארנישט צו טון מיט מאלעסטעישן. נאר דער פאקט אז מענטשן שעמען זיך און באהאלטן דעם פאקט אויב ס'איז ח"ו דא איינער אין זייער משפחה אדער נאנטער קרייז וועלכער האט א מ.ה. אישו. און זיי גייען נישט נאך הילף.
זיין 2'טע קאמפלעינט אז מ'זעהט א סאך אויסגעהונגערטע קינדער, וועלכע זענען אונטער-נעעהרט/נאורישט. און קיינער קוקט נישט אויף זיי. די באשטימונג איז זיכער ראנג. ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז אויב ס'איז דא א קליין קינד, אדער א גרעסער יונגל/בחור אדער מיידל וועלכע האבן פאר סיי וועלכע סיבה נישט קיין געהעריגע נעהרונג וועט זיך איינער אריינמישן און זעהן אז דער מצב זאלל פארראכטן ווערן. דאס האט גארנישט צו טון מיט מאלעסטעישן.
די פראבלעם איז אז ס'איז הימל און ערד און מאלעסטעישן. ס'זענען פארהאן א סאך אנדערע פראבלעמען אויך. וועלכע דארפן פארראכטן ווערן. מ'קען נישט מאכן א קוגל אויסמישן אלעס אין איין טאפ. און מ'קען אויכעט נישט מגזים זיין (או.קעי. מע-גא-זעם. אויף די היימישע שפראך). ווייל אז מ'באשולדיגט אלץ און אלעמען אין איין פראבלעם פארלירט מען די קרעדיביליטי. און מ'האט אזא פנים ווי נחום ראזנבערג. וואס ער האט לכתחילה אנגעהויבן מיט א גוטע כוונה. און ער האט טאקע עפעס אויפגעטון. אבער זיין צוגאנג איז נישט גוט. ממילא האט ער פארלוירן זיין באגלייבטקייט. און מ'נעמט איהם נישט ערנסט...!
שלום על ישראל האט געשריבן:קנאק-יענקל האט געשריבן:שוין אפשר אביסל שפעט, אבער בעסער ווי קיינמאל.
קען איינער ביטע ארויפלייגן אן אוידיא פון די הערשי-דייטש-ווייטאג?
אדער מיר שיקן אין אישי?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_jMUXUCPulY[/youtube]
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: דו ביסט מפרש זיינע ווערטער אז ער מיינט אז די מענטל העלטה אישו קומט אויסשליסליך פון מאלעסטעישן. אט דאס איז דאך מיין טענה צו איהם. אמת, אז אין א סאך פעלער פון מאלעסטעישן וואס איז נישט גענומען קעיר ברענגט דאס צו מענטל העלטה אישוס. אבער דאס איז נישט אייביג די סיבה פון די פראבלעימען. און ווען מ'רעדט איבער די מענטל העלטה אישו מיינט מען דווקא דאס. אפגעזעהן פון די סיבה, און נישט דווקא קיין מאלעסטעישן. כמו שאמרתי...!
moshav zekeinim האט געשריבן:מען דארף נישט מפרש זיין זיינע ווערטער, ער ברענגט ארויס זיין פוינט זייער קלאר, אז מען זאל נישט פראדיצירן פראבלעמען וואס זענען גורם צו מענטל העלט אישוס. און ווי ווייט איך פארשטיי רעדט ער לאו דוקה פון מאלעסטעישן, נאר פונעם גאנצן חרדישן התנהגות וואס שפייט אויס שטיקער מכלל החיים.
און איך זעה נישט אז ער זאל רעדן פון אונטערנערונג. אפשר האב איך עפעס פארפעלט?
berlbalaguleh האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:מען דארף נישט מפרש זיין זיינע ווערטער, ער ברענגט ארויס זיין פוינט זייער קלאר, אז מען זאל נישט פראדיצירן פראבלעמען וואס זענען גורם צו מענטל העלט אישוס. און ווי ווייט איך פארשטיי רעדט ער לאו דוקה פון מאלעסטעישן, נאר פונעם גאנצן חרדישן התנהגות וואס שפייט אויס שטיקער מכלל החיים.
און איך זעה נישט אז ער זאל רעדן פון אונטערנערונג. אפשר האב איך עפעס פארפעלט?
מושב זקנים: זיכער האסטו עס פארפאסט. ער רעדט קלאר וועגן הונגעריגע קינדער וועלכע דרייען זיך ארום, און גייען אין חדר/סקול הונגעריג. נאר איך האב יעצט נישט קיין נערוון דאס אויפצוזוכן...!
איבער די מענטל העלטה אישו. האביך נישט קיין כח איבערצוחזר'ן מיינע ווערטער צום דריטן מאל. אז ס'איז נישט אייביג פארבונדן מיט מאלעסטעישן. איך ווייס פון עטליכע פעלער ביי משפחות וואס ס'איז דא ערנסטע ביי-פאלאר פראבלעמען מיט עטליכע קינדער אין א משפחה. אויך עי.די.העיטש. די. איז זייער א שכיח'דיגער פראבלעם. און די אלע זאכן האבן גארנישט צו טון מיט מאלעסטעישן...!
שלום על ישראל האט געשריבן:סימפל האט געשריבן:ראביי וואלערסטין רעדט וועגן די קליפ נעכטן תשעה באב.
https://youtu.be/g07pL4JTr8I
עס האט מיר דערמאנט, אביסל ענדליך צו וואס דער דאללאס פאליס טשיף האט געזאגט נאך דער שיסעריי בנוגע די פראטעסטערס. האסט א פראבלעם מיט די פאליס, "Be a part of the solution", "We’re hiring", “Get out that protest line and put in an application. We'll put you in your neighborhood and help you resolve some of those problems".
https://youtu.be/5F2SIVh0uEY
ער האט אויסגערופן א וויי-געשריי פון אלע עקן איבער זיינע אומסענסיטיווע לצנות אין א טאג וואס מען דארף ספעציעל זיין אויפמערקזאם איבער אהבת ישראל.
יעצט איז ער פיינעלי ארויסגעקומען מיט א אויסקלארונג ווידיא, ווי ער רעדט שוין אסאך בעסער.
א שאד ס'האט אים נישט געפאסט צו זאגן "איי עם סארי". ווען ער זאגט ווען יא און רעכניץ זאגט ווען נישט, וואלטן ביידע געווען מיינע היראָס...
סימפל האט געשריבן:ער איז ארויסגעקומען מיט א נייע קליפ ווי ער אנטשולדיגט זיך יא. https://youtu.be/gTtD5CMVj8E