'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטיסל, דו ביזט אנביליוועבל. א פריקן גוטע לץ א שפראך וואס יואב קוקט שוין דערויף מיט קנאה.

קיפ איט אפ!


און אז מ'רעדט שוין, אפשר שיקסטו אריין אן ארטיקל צום וועקער?... :D
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]וואס טוט זיך מיט "דער וועקער" #3?![/center]


א גוטע וואך, א גוטן חודש.
אופס, "א גוטן חודש"?! וואו איז 'דער וועקער' פאר חודש אב?

לאמיך ענק געבן צו פארשטיין: אינעם היינטיגן אכשר דרא'דיגן וועלט, האבן מיר שווערליך געקענט אויפקומען מיט עפעס א נייע פרומקייט אויף יענעמ'ס חשבון. אבער חפץ ה' בידינו הצליח, און מיר האבן מחליט געווען, אז וויבאלד 'דער וועקער' ברענגט א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אירע לייענער, איז דא א שטארקע פראבלעם דאס ארויסצוגעבן אין די ניין טעג, ווען מ'איז זיך מתאבל אויפן חורבן, און דערפאר וועט עס נישט ערשיינען ביז נאך תשעה באב [שנדחה]. אזוי וועט איר זיך האפנטליך ריכטיג מתאבל זיין, וואהר?

[center]***[/center]

אקעי, לאמיר נישט טרייבן קאטאוועס פונעם עולם, כ'וועל ענק מגלה זיין א סוד מופלא רום מעלה, פון הונטער די קוליסן: די מערכת פון "דער וועקער" ארבעט ביטער אויף צוויי 'וועקער'ס' בבת אחת. פרעגט איר פארוואס? אוי, כ'ווער שוין משוגע פון די אלע שאלות, מ'צאלט מיר דען פער שעה? אקעי, כ'וועל נאכגעבן.

צוליב א געוויסע סיבה וואס איז נישט נוגע פארן ציבור, וועט די מערכת נישט קענען ארבעטן רוב חודש אב, אויפן פערטן וועקער [לחודש אלול], אלזא האבן מיר זיך דערזען מיט צוויי מעגליכקייטן: א' - ארויסגעבן איין גאר-גרויסע 'וועקער' וואס זאל דעקן צוויי חדשים, אזא אב-אלול וועקער, ב' - זיך מוטשענען גאר שטארק צו ארבעטן אויף צוויי וועקער'ס אויף איינמאל, כדי מיר זאלן קענען ערשיינען אום אלול מיט א שפאגל נייעם וועקער.

נאך א לענגערע דיסקוסיע מיט די חברים, אהין און צוריק, איז געבליבן אז וויבאלד 'דער וועקער' איז נאך היבש יונג, ווילן מיר נישט 'קאטן קארנער'ס', און מיר וועלן ערשיינען באזונדער אום חודש אב און באזונדער אום חודש אלול. דאס מיינט אז מיר ארבעטן גאר העפטיג, שעות ארוכות, אויף צוויי באזונדערע פראיעקטן, און דערפאר שלעפט זיך אביסל די ארבעט. דאס מיינט אויך, אז אויב איינער וויל אריינשיקן אן אשכול לכבוד חודש אלול, זאל יענער זיך מזרז זיין און עס אריינשיקן נאך די וואך. נאך תשעה באב, וועט די מערכת שוין נישט קענען אריינלייגן ארטיקלן אינעם פערטן וועקער, און עס וועט מוזן צואווארטן אויפן פיפטן וועקער [חודש תשרי].

פארט קענען מיר מעלדן פאר די חשוב'ע חברים, אז מיר האפן נאך ארויסצוקומען מיטן דריטן וועקער אין די ערשטע האלב פונעם וואך, און אלס קאמפענסאציע [קאמפענסאציע? איינער צאלט אונז דען אלפים פאר יעדן זשורנאל אז מיר זאלן זיך אזוי פארענטפערן? שוין, שטיסל ציהט מיר ביים ארבל, און רוימט מיר אריין אין אויער: מיסטער שש, ס'סאונדט נישט פראפעשינעל] וועלן מיר מאכן דעם יעצטיגן זשורנאל נישט ווייניגער ווי 70 בלעטער, מלא מדע וחכמה.


א לענגערע דעטאלירטע אפדעיט איבער וואס די דריטע וועקער וועט אנטהאלטן, וועט אי"ה נאכפאלגן זונטאג.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אלול אן א וועקער, וואסארא מעשה שטן דאס ???

גאנץ אלול איז א שטיק וועקער! כמה שנאמר עורו ישנים משינתכם !!!

אה ב"ה די גזירה איז אפגערופן געווארן !

נו תשובת המשקל ביתר שאת וביתר עוז.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך א איד »

דער שטיסל איז ווערט קעש, ווער גייט פאר א פעטיציע, שטיסל זאל אריינלייגן א סטעדי קאלום אינעם וועקער.....
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]מ׳גייט צום דריק מארגן בחצות היום שרייט [tag]אדנירם[/tag] ,[tag]פיקאסא[/tag] לייגט אריין אומערמידלעכע כוחות אז דאס זאל צושטאנד קומען. סיריעסלי בשעת אונז האמיר אלע געלייגט מיילידזש אויפן קישן נעכטן נאכט האט פיקאסא אריינגעלייגט קאפ און מח אז דער וועקער נומער דריי זאל זיין א א כלי מפואר.

גייענדיג צום דריק איז אריינגעקומען א מאסיווע ארטיקל פון ידידינו הרב [tag]פליקער[/tag], כדרכו בקודש איז עס באשריבן זייער רייך מיט א געוואלדיגע היקף. ווי איך פארשטיי וועט עס ווערן צוטיילט און צוויי חלקים.

וועקער נומער פיר איז שוין מער ווייניגער גרייט, ווער עס וויל זיך נאך משתתף זיין מיט א ארטיקל ווערט געבעטן דאס אריינצושיקן נאך די וואך. ס׳איז ערווארטעט אז [tag]הוגה[/tag] זאל עפעס אריינשיקן.

שרייבענדיג די דאזיגע שורות איז שוין באשטעלט געווארן א׳ אובער צו גיין צום דריק, (אונז האמיר גענומען די אפשען פון אובער פול, איר קענט נאך זיין אין די זעלבע קאר ווי אונז. #גילו) דער דריקער קלאפט שוין צוזאם די פארעמעס, ([tag]berlbalaguleh[/tag] גיי זיי מסביר פאר די יוגענט וואס דאס איז... וואס ווייסן זיי...) מ׳גיסט שוין די טינט און די וואקס, און אט אט האלט איר אין אייער האנט דער וועקער נומער דריי. [tag]געוואלדיג[/tag] האט מיר שוין מודיע געוועהן אז ער זיצט פארענט אין די אובער, איך פיל ווי די זוטעל דא אין אפיס, אבער דאנט ווארי, איין טאג גיי איך נאך לויפן פאר סי אי או פון ׳דער וועקער ענד קא׳.

שש האט מודיע געוועהן אז אויפן וועג מאכט מען א סטאפ אין פינטער׳ס אויף פיקן אביסל שמות, איך זעה שוין פאהר א וועלט מלחמה צווישן רב פירטה מיט שש, אפשר וועל איך מאכן דערפון א ארטיקל פאר וועקער נומער פיר.[/justify]
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פארוואס? פארוואס? פארוואס?

ענדליך איז דער טונקל-הויטיגער-אפריקאנער-אמעריקאנער-פונעם-אראבישן-אפשטאם-און-מוחמד-גלויביגער דרייווער אנגעקומען, און וואס מיינט איהר אנשטאט צו האבן א רוהיגע רייזע אויפן וועג צום דריק טרעפן מיר דארט זיצן במנוחה נכונה נישט קיין אנדערער ווי אונזער אלעמען באקאנטער [tag]שטילע אינגערמאן[/tag], ער איז פאניע בראט מיט אובער און זיי אנגעזאגט אז ווען מען באשטעלט א מיני ווען צום דרוק זאלן זיי איהם אומבאדינגט מיט נעמען, **ט....
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטיגער אפדעיט איבער "דער וועקער" #3.[/center]


די לעצטע פאר טעג איז די רעדאקציע פונעם 'וועקער' אריבער א טורבעלאנס, ארטיקלען זענען געפלויגן פון אלע ריכטונגען, געוויסע זענען אריין אינעם וועקער #3, געוויסע זענען ארויס פון דעם וועקער און וועלן מוזן צואווארטן אויפן וועקער #4. הכלל, אפאר גוטע אנגעצויגענע טעג זענען פארריבער, און מיר האפן אז יעצט וועט די וועטער צוריק זיין א זומערדיגע, א שמייכלדיגע, א זוניגע...

לאמיר אדורכגיין די רשימה פון ארטיקלן, וואס גייען אי"ה למעשה אריין אינעם וועקער נומער דריי.


1. "דער וועקער" #3, באשטייט פון גאנצע פערצן ארטיקלן. דער זשורנאל פארנעמט ארום 76 בלעטער [דאס מיינט, א גאנצע דריטל מער ווי דער ערשטער וועקער]!!! מיר האפן בעז"ה ארויסצוקומען אין די נעקסטע 48 שעה מיטן דריטן וועקער.


2. דער מדור 'מן הגנזים' באשטייט פון דריי ארטיקלן:
א' - א קאפיטל היסטאריע, מעשי ידי החכם [tag]ממי_שאמרו[/tag] ז"ל.
ב' - א ביאגראפיע 'אנשי שם', מעשי ידי החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].
ג' - א פרק רפואה, מעשי ידי החכם [tag]הערשי[/tag] ז"ל.


3. דער מדור 'חדשים גם ישנים' באשטייט פון פינף ארטיקלן.
די פאלגענדע האבן באשטייערט די ארטיקלן:
החכם [tag]געוואלדיג[/tag], החכם [tag]רויטע וואנצעס[/tag], החכם [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] [צוויי ארטיקלן], ואני הקטן.


4. דער מדור 'חדשות אני מגיד' באשטייט פון זעקס ארטיקלן:
א' - בריוו צו די רעדאקציע, אריינבאקומען בליץ-פאסט פון די גאס.
ב' - לענגערע ארטיקל/עדיטאריעל/משל ונמשל, פון אני הקטן.
ג' - הומאריסטישע ארטיקל מיט מוסר השכל, א טיפישע שטיקל פון החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].
ד' - הערליכער ארטיקל געווידמעט צום היינטיגן צומישטן המון עם, פון החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
ה' - 'טאגבוך פון א פאציענט'ס זון' - ערשטע אין א סעריע ארטיקלן איבער די ביטערע מחלה 'קענסער', פון החכם [tag]פליקער[/tag].
ו' - הויפט ארטיקל פונעם וועקער, מעסער-שניידנדע חשבון הנפש איבערן היינטיגן מהלך החינוך, באקומען פון א חכם גדול פון גאס, וואס וועט האפנטליך אויפשאקלן די גאס [צוליב די לענג פונעם ארטיקל, ומחוסר מקום, מוזן מיר לייגן די 'חלק ב' אינעם קומענדיגן וועקער].


5. מיר ארבעטן אויך אויפן וועקער נומער פיר, וואס איז שוין אויך 80% פארענדיגט. ווער ס'וויל נאך אריינשיקן אן ארטיקל פאר חודש אלול, זאל עס טון במשך די וואך!


6. ווער עס קען זיך משתתף זיין מיט די הוצאות, ווערט העפליך פארבעטן עס צו טון. החכם [tag]פיקאסא[/tag] ארבעט אריין אזויפיל, אז דאס ביסל וואס מיר קענען טון איז צו אנערקענען זיין ארבעט דורך אריינשיקן אפאר דאלער, זאל זיין אלס אות הכרת הטוב.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איזהו חכם? הכותב ארטיקל לעתון דער וועקער!

שש, קענסט עס צולייגן צו פרקי שש....

בקיצור, כ'קעניש ווארטן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פיקאסא »

מיין פאון האט זיך צופיפען היינט פארטאגס אויף הויכע טענער אהן קיין שום רחמנות! ס'פייפט און פייפט אהן קיין אויפהער. געמיינט האביך אז דאס איז מיין טעגליכע אלארם קלאק, אבער די סנוז קנעפל איז נישט ארויפגעקומן. ס'פייפט און פייפט און ס'פייפט נאך אלס. מה קרה?

מ'האלט שוין אפאר טעג אריין און חודש אב און "דער וועקער" איז נאך נישט ארויס לאור עולם. דער עולם האלט עס נישט אויס.. דער עולם איז בייז.. דער עולם פארלאנגט צוריק זייער געלד וואס זיי האבן אינוועסטעד.. און דער עולם אישי'ד מיר אריין א גאנצע צייט פרעגען "ווען דאס קומט שוין ארויס" .. דאס איז שוין איינמאל זעכער, אז דער וועקער האט מיר געוועקט כפשוטו מיט די פייפעראציעס אהן אויפהער..

דער אמת איז אז מצדי איז דער וועקער שוין לאאאאנג גרייט.. אבער דער @שש איז נאך נישט צופרידען פון דעם. די ארטיקלען זענען דאך נישט דא סתם צו אנפילן בלעטער. ס'מוז זיין טאפ טאפ סחורה. ווילאנג ס'נישט דא גענוג העכסט אינטערעסאנטע סחורה גיימער נישט צום דרוק. איך סטראשע שש אז איך גיי עס שוין ארויפלייגען אהן זיין רשות אבער שש זאגט מיר גאנץ אפען אז "דער וועקער" איז זיין נאמען און אויב וויל איך עס רופן אויף דעם נאמען מיז עס זיין אפ טו דער סטענדערד..

און גלייב מיר, ער האט שוין איינמאל אויסגעפירט! און בגדול. רבותי! ס'קומט בעזרת השם יתברך א וועקער וואס איהר האט נאכנישט געזעהן. סיי די גרעפיקס איז עטוואס בעסער, אבער העיקר אז די תוכן איז אויסער געווענליך. הן די נייע ארטיקלען איז נושאים וואס זענען סאך מער נוגע אונזער טאג טעגליכע לעבן, נושאים וואס וועט אויפרודערען דער דעת הקהל. א צופעדיגע חשבון הנפש. א זייער אימאשענאל ארטיקל וואס וועט אייך ברענגען טרערן. א הומאריסטישע ארטיקל צום פינטל און צום שמייכלן. א הערליכע שטיקל פאזיע. און וואס נישט?! ס'האט זיכער געלוינט דאס ווארטן.

ווי דער עולם זעהט איז דער חודש צו געקומען א פרישע רוח צו די מערכת, ה"ה די אויסגעשפרכענע לץ, וואס האט שוין זוכה געווען צו משמח זיין טויזענטער אחינו בני ישראל על טהרת הקודש, משמח אלוקים ואנשים, וידוע לכל מיט זיין געוואלדיגע עבודת האכילה ה"ה הרב שלום שטיסל שליט"א פון ירושלים עיה"ק ומצודתו פרוסה על כל רחבי תבל. ווי באקאנט איז ער א מורא'דיג מחנך וואס שם'ט אין די גאנצע וועלט מיט זיין איינגארטיגע שיטות ומהלכים, וכידוע מאכט ער א לשם יחוד מיט כוונה רבה פארן שטראפן א קינד, דערפאר איז עס א כבוד אין א שטאלץ איהם צו האבן אן בורד.

אבער ווי ערווארטעט איז ער עפעס שרעקליך קליין קעפיג, ער טראכט נאר חינוך חינוך חינוך א גאנצע טאג. פאריגע וואך דארנעשטיג קומט ער אריין צו לויפן אין אפיס מיט זיין בלויזע לאנגע ר"ת גאטשעס און קורצע אינטער העמעד, און נעמט זיך מאכן יאמערליכע קולות מיט זיין גראבן שטימע אז ער לאזט נישט די וועקער גיין צום דרוק! בשום פנים ואופן. ווילאנג עס איז נישטא עפעס א נארמאלע ארטיקל אויף חינוך איז נישטא וואס צו רעדען. און נאכמער פון דעם, דער חינוך ארטיקל מיז גאר זיין די מעין ארטיקל, און ס'זאל אן ארטיקל וואס זאל אפקלינגן אין די גאנצע וועלט, און יעדער זאל איינזעהן אז ער נעמט באמת חינוך זייער ערנסט.. אומר ועושה, גייט ר' שלום אויפן גאס און טרעפט די אלמנה פונעם מנהל ע"ה און זי זאגט איהם אז אין די אלטע לעדלעך זיינעם איז דא עפעס פארשטויבטע כתבים וואס קוקט אויס צו זיין א באמבע ארטיקל!

ר' שלום איז געווען אין זיבעטן הימעל אויף דעם חינוך אוצר. ער האט איהר געקושט.. חתונה געהאט.. ג'גט וכו' וכו' איך גיי נישט אריין דא אין די גאנצע מעשה באריכות.. הנוגע לעינינו, ס'קומט א מעכטיגע שטיקל אויף חינוך וואס איז באמת א מעסיוו פיעס. כ'בין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, און וועט האפענטליך דאס פארשפרייטן פאר אלע ידידים וקרובים וכו' וכו'

כ'האף דער עולם קען נאך צו ווארטן א פאר שעה, כ'דארף נאך איבערגיין מיט @שש די גאנצע מעשה, רבותי! זאגסט א קאפיטל תהלים פאר מיינעט וועגן ער זאל מיר זיין אין א גוטע מוט, טאמער נישט איז צרות ווי א בארג..

האטס מיר און זייטס מיר,
ידידכם עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שטיסל איז טאקע אינוואלוו"ד? איך האב געמיינט אלס איז ליצנות מרישא עד גמירא.
דער אמת איז אז איך קען נישט דער טיווי שוי וואס ער און זיין ניק זענען מרמז דערצו, דעריבער פארשטיי איך נישט אלס וואס טוט זיך. מ'דארף תשובה טוהן און קוקען א פאר מאווי"ס, נישט בלייבען א ישיבישע שלעפער און א חילול ה'.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אט האט איר א בילד פונעם דעקל פון "דער וועקער" נומער דריי:
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

שש ביסט פיינע נייעס! יושש מאכסטו מיך אנגעצויגן! ווי לאנג נאך? כ'האב שוין א לאנגע ליין, וואס ווארטן צו ליינען 'דער וועקער' אזוי ווי איך ענדיג ליינען!

איך ווייס וויפיל כוחות די לייגסט אריין, א גרויסן יישר כח!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]קרישקעלעך...[/center]


די נייע וועקער שטייט שוין גרייט צום ערשיינען אט אט...

סטעי טונד!


1. חברה, ס'גייט זיין סאך שענער, סאך גרעסער, און סאך מער ארטיקלן. די ענטגילטיגע בילד איז 76 בלעטער, און ווי געמאלדן אין לעצטן אפדעיט.

2. די הויפט ארטיקל איז אזוי לאנג, אז נאר האלב גייט אריין דאס מאל, די צווייטע האלב וועט אי"ה נאכפאלגן אין קומענדיגן וועקער.

3. מיר הייבן אן א 'סעריע' איבערן ביטערן מחלה - קענסער ה"י, וואס גייט אי"ה אנהאלטן לכה"פ א האלבע יאר צייט! וואו מ'גייט מיטהאלטן די גאנצע היסטאריע, די רפואות, און אלסדינג איבערן מחלה.

4. צוועלף שעה נאכן ערשיינונג פונעם זשורנאל, וועט עס שוין זיין צו באקומען אויף עמעזאן אי"ה.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך אבי גערעדט »

נו געב אהער, מיין ריפרעש אייקאן איז שוין אויסגעריבן פון טשעקן יעדע 5 מינוט אויב ס'איז ערשינען. אהער דערמיט. יעצט.

Sent from my SM-N920P using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דריטע זשורנאל פון "דער וועקער" - שוין ערשינען![/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:[center]פרישע אפדעיט איבער "דער וועקער" #3.[/center]

מיר קענען דא מעלדן פארן עולם, אז דער קומענדיגער "וועקער" רוקט זיך פאראויס מיט גיגאנטישע טריט. מיר האבן א ריזן אויסוואל פון ארטיקלן, הערליך שיינע אינהאלטסרייכע סחורה, הגם מיר האבן נאכנישט קיין פונקטליכע פלאן וואס צו לאזן פארן דריטן וועקער, און וואס איבערצולאזן אויף א קומענדיגע געלעגענהייט. די פאלגענדע רשימה איז נאר בערך'דיג, געוויסע פרטים קענען זיך נאך טוישן:


ג' - א טיפע שטיקל שמועס וואס החכם [tag]אבטולמוס[/tag] האט אפגעהאלטן מיטן העלד פונעם פריערדיגן וועקער - דר. ירמיהו ענגלאנד.

אדנירם.

@שש די נייע וועקער קוקט אויס געוואלדיג אויפן ערשטע בליק, יישר כח.
איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויף @אבטולמוס'ס שמועס מיט הרב ירמיהו,
איך פארשטיי אז פרטים האבן זיך געטוישט, מיין פראגע איז צו עס איז גענצליך ארויסגעפאלן אדער גייט דאס אריינגיין אין חודש אב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חודש אב איז יעצט.
ס'גייט אי"ה אריינגיין אין קומענדיגן חודש'ס אויסגאבע, חודש אלול.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]"דער וועקער" נומער פיר גייט ארויס אין וועג![/center]

ב"ה מיר האלטן שוין נאכן מאכן 'חזקה', מיטן ערשיינונג פון די ערשטע דריי "וועקער'ס", כולם שוים לטובה. אין די ערשטע זשורנאלן האבן מיר בארירט פארשידענע וויכטיגע נושאים, וואס זענען ליידער אפטמאל טאבו אין היימישע אויסגאבעס, בבחינת בת היענה, נישט כאפנדיג אז די היינטיגע דור פאדערט נייע געדאנקען, מהלכים, און אויפטוען.

מיר האלטן שוין טיף אינמיטן ארבעטן אויפן פערטן וועקער, און אויף אן אומגלויבליכן פארנעם האלטן מיר שוין יעצט ביי א גרעסערע זשורנאל ווי די פריערדיגע זשורנאלן, און מיט מער נייע עקסקלוסיווע ארטיקלן ווי ביז יעצט.

דער וועקער נומער פיר, האט אסאך המשכים פון די פריערדיגע וועקער. לפחות דריי ארטיקלן זענען המשכים פון ארטיקלן וואס זענען ערשינען אין וועקער נומער דריי. און חוץ מזה, האט דער נייער וועקער נאך אפאר פרישע עקסקלוסיווע ארטיקלן.


מיר פלאן בקרוב צו אפדעיטן דעם עולם וואו דער נייער וועקער האלט שוין. און פארט, ווער עס קען אריינשיקן נייע ארטיקלן און ווער עס קען זיך משתתף זיין בממון, זאל דאס טאקע טון, וייש"כ.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

ס'גייט ווייטער לויפן די המשך פון 'דער ראדימנער פראצעס'?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אפדעיט איבער "דער וועקער" #4.[/center]

ווי שוין געמאלדן איידערן ערשיינונג פונעם דריטן 'וועקער', האבן מיר געארבעט אויף צוויי באזונדערע פראנטן אויפאמאל, נעמליך, די דריטע/פערטע וועקער. נאכן אומערמידליכער ארבעט פון די מערכת, האלטן מיר שוין כמעט לקראת הסוף, מיט א פרישע מעכטיגע זשורנאל, פרי עמלם פון די קאנאנען פון ק"ש.

אלזא, לאמיר אדורכגיין אביסל וויאזוי עס זעט יעצט אויס, הגם היסטאריע האט דערווייל געוויזן, אז זאכן קענען זיך טוישן אין די לעצטע מינוט:


1. כמעשהו בראשונה, בשניה, ובשלישית, האלטן מיר אין איין אפצייכענען א רעקארד, ווען לויטן יעצטיגן חשבון גייט דער פערטער וועקער אנטהאלטן אין זיך גאנצע 80 בלעטער! און א ריזן חלק דערפון איז עקסקלוסיוו ארטיקלן צום נייעם 'וועקער'. אלעס צוזאמען האלט דער יעצטיגער חשבון ביי צוועלף ארטיקלן.


2. מדור 'חדשים גם ישנים' נעמט דערווייל אריין איין ארטיקל, ממני הקטן. מדור 'מן הגנזים' נעמט אריין צוויי ארטיקלן, א לענגערע קאפיטל היסטאריע פון החכם [tag]ממי_שאמרו[/tag] ז"ל, און א לענגערע שטיקל איבער סייענס פון החכם [tag]יידל[/tag] ז"ל.


3. מדור 'חדשות אני מגיד' האט אריינבאקומען אן אומגלויבליכע מאס פון מעכטיגע עקסקלוסיוו ארטיקלן צום 'וועקער'. די ארטיקלן - נישט ווייניגער ווי ניין אין צאל - באשטייען פון די פאלגענדע חברים: אני הקטן, החכם [tag]אבטולמוס[/tag], החכם [tag]קל וחומר[/tag], החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], החכם [tag]העניך[/tag], החכם [tag]פליקער[/tag], החכם [tag]ונבנתה העיר[/tag], א ריזן המשך פונעם חינוך ארטיקל פון חכ"א אין גאס, און שיינע לענגערע בריוו צום רעדאקציע באקומען פון גאס. די נושאים איבער וואס די ארטיקלן רעדן, וועט אי"ה געמאלדן ווערן אין א צווייטע געלעגנהייט.


4. מיר בעטן שטארק אלע חברים צו שרייבן ארטיקלן, און זיך נישט פארלאזן אויפן לעצטן מינוט. מיר האבן נאך געוויזע גראנדיעזע פלענער [חלומות...], פון ארויסקומען מיט א ספעציעלן זשורנאל לחודש תשרי [וועקער #6], וואס זאל אדער זיין פיל דיקער, אדער באשטיין פון צוויי חלקים - א ספעציעלן יו"ט אויסגאבע. דאס ווענדט זיך אבער נאר אין די חברים, און אין די מאס ארטיקלן וואס קומען אן צום רעדאקציע ווי אמשנעלסטן. דערפאר זאל יעדער פארשטיין אז אין הדבר תלוי אלא בי, און לויט די רעאקציע פונעם ציבור וועט מען קענען אויסרעכענען די ווייטערדיגע פראיעקטן.


5. צו די זעלבע צייט, בעטן מיר יעדער וואס קען צו באשטייערן מיט געלט למען הוצאת ה'זשורנאל. אפילו מינימאלע סומעס זענען באגריסנד, און צייגט אויף השתתפות. מיר שטעלן אונזער חבר המערכת החכם [tag]געוואלדיג[/tag] זיך אפצוגעבן דערמיט. דאס זעלביגע לענין באשטייערן מיט ארטיקלן, שטעלן מיר אונזער חבר המערכת החכם [tag]שמעקעדיג[/tag] זיך אפצוגעבן דערמיט, בעטן חברים צו שרייבן, דערמאנען צו שרייבן, א.א.וו.


6. ווי פארשטענדליך איז דא די פלאץ אויסצודריקן א דאנק פאר די חברי המערכת, די אויבנדערמאנטע חכמים שמעקעדיג און געוואלדיג, החכם [tag]שלום שטיסל[/tag], החכם אבטולמוס, און ווי פארשטענדליך - החכם [tag]פיקאסא[/tag]. אן ענק וואלט איך עס נישט געקענט באווייזן, ויישר כוחכם!



אייער פריינט,
אדנירם.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך א איד »

דער דאס האט געשריבן:ס'גייט ווייטער לויפן די המשך פון 'דער ראדימנער פראצעס'?

גם אני למטרף לדבריו
דער געוואגטער אינגל ביטע ממשיך זיין.....
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרישע אפדעיט איבערן וועקער #4.

ב"ה דער פערטער וועקער ריקט זיך מיט 'דזשייענט סטעפס', און שטייט שוין אט אט גרייט ארויסצוקומען ברוב פאר והדר. אלזא, לאמיר אדורכגיין אביסל די לעצטיגע אפדעיטס, וואו מיר האלטן יעצט:


1. די ארטיקלן זענען שיין און לאנג, און דערפאר גייט דער פערטער וועקער אנטהאלטן אין זיך גאנצע 80 בלעטער! און א ריזן חלק דערפון - די ערשטע 55 בלעטער! - באשטייען פון עקסקלוסיווע ארטיקלן צום נייעם 'וועקער'. אלעס צוזאמען האלט דער יעצטיגער חשבון ביי צוועלף ארטיקלן.


2. מדור 'חדשים גם ישנים' נעמט נאר אריין איין ארטיקל, ממני הקטן. און מדור 'מן הגנזים' נעמט אריין צוויי ארטיקלן, א לענגערע קאפיטל היסטאריע פון החכם [tag]ממי_שאמרו[/tag] ז"ל, און א לענגערע מעכטיגע שטיקל איבער סייענס פון החכם [tag]יידל[/tag] ז"ל.


3. מדור 'חדשות אני מגיד' האט אריינבאקומען אן אומגלויבליכע מאס פון מעכטיגע עקסקלוסיוו ארטיקלן צום 'וועקער'. די ארטיקלן - נישט ווייניגער ווי ניין אין צאל - באשטייען פון דאס פאלגענדע:
א. שיינער עדיטאריעל פון אני הקטן.
ב. א המשך פונעם שמועס מיטן וויסנשאפטלער 'ירמי' ענגלאנד', פון החכם [tag]אבטולמוס[/tag].
ג. וויאזוי צו ארבעטן מיט א פארמאכט קינד, פון החכם [tag]קל וחומר[/tag].
ד. המשך פונעם שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן, פון החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
ה. וואס מיר קענען זיך לערנען פון א וועלט בארימטער אלימפיקס שפילער, פון החכם [tag]העניך[/tag].
ו. 'וואס איז דאס קענסער?!', פון החכם [tag]פליקער[/tag].
ז. נשמה געזאנג/פאעזיע, פון החכם [tag]ונבנתה העיר[/tag].
ח. המשך פונעם חינוך ארטיקל, און יעצט: 'וואס קענען מיר טון צו פארבעסערן די צוקונפט פון אונזערע קינדער', פון חכ"א אין גאס.
ט. אפאר שיינע לענגערע בריוו צום רעדאקציע באקומען פון גאס, וחברים מק"ש.


4. מיר בעטן פארט שטארק פון אלע חברים צו שרייבן ארטיקלן, און זיך נישט פארלאזן אויפן לעצטן מינוט. מיר האבן נאך געוויסע גראנדיעזע פלענער פון ארויסקומען מיט א ספעציעלן זשורנאל לחודש תשרי [וועקער #6], וואס זאל באשטיין פון צוויי חלקים - דער רעגולערער וועקער, און א ספעציעלער יו"ט אויסגאבע. דאס ווענדט זיך אבער נאר אין די חברים, און אין די מאס ארטיקלן וואס קומען אן צום רעדאקציע ווי אמשנעלסטן. דערפאר זאל יעדער פארשטיין אז אין הדבר תלוי אלא בי, און לויט די רעאקציע פונעם ציבור וועט מען קענען אויסרעכענען די ווייטערדיגע פראיעקטן.


5. צו די זעלבע צייט, בעטן מיר יעדער וואס קען צו באשטייערן מיט געלט למען הוצאת ה'זשורנאל. אפילו מינימאלע סומעס זענען באגריסנד, און צייגט אויף השתתפות.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך א איד »

וואס גייט זיין מיטן ראדימנער פראצעס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט