מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.

הוגה האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:א ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...

דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.

לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אז מען רעד שוין פון ליטווישע..
איינער האט אמאל געזען ווי א ליטווישע קטן'ט אריין און א שמות טראק, פרעגט ער דעם ליטוואק ביזט מעשיגע געווארן ? דו שעמסט זיך נישט? ענפערט אים די ליטוואק איך האב יעצט גענדיגט עסן שמיטה פירות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער וואס מאכט א סיום איז חשוד אז ער לערנט בקיאות

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:א "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.

הוגה האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:א ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...

דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.

לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד ;)

האסט אפשר פארגעסן אז אין די ניין טעג בלאנגט די סיומי מסכת אויסדריקלעך פאר די חסידים?
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

דער רב זיצט ביי זיך אין ספרים שטוב, און איז פארטיעפט אין טיפע זאכן, ווען ס'הערט זיך א קלאפ אין טיר, אויף די אנדערע זייט שטייט פרוי זעגלבוים, נישט באקאנט אלס די קליג'סטע, ערענסט באזארגט, לייגט זי פאר איר שאלה, אויפן פלאם קאכט א טאפ הינדל זופ, שמעקט א מחי' ממש א ברכה צו מאכן, די קינדער עסן פרישטאג, אזוי שמירענ'דיג די פוטער אויף די ברויט, האט אין טאפ געלאנדעט אביסל פונעם פוטער.. אוי א שרעק.

דער רב פרעגט איר אויס, פונקטלעך וויפיל זופ, וויפיל פוטער, מאכט די קאלקעלעישאן, בטל בששים, מ'קען רואיג סערווירן דעם געשמאקן זופ.

געציילטע וואכן פארביי, זעגלבוים איז צוריק, נאך א שאלה? פרעגט דער רב, ניין ניין אלעס איז קלאר, כ'וויל זיך פשוט באדאנקן, זייט איך לייג צו די בטל בששים, האט די זופ אלע טעמים..
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג האט געשריבן:א "ביטער" געלעכטער (אין די זייט), ווי די מעלות איז זיך נוהג צו שרייבן אין די אב אויסגאבעס.

הוגה האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:א ליטוואק איז אריין אין שאוער, אין די ניין טעג, מיט א גמרא.. ער האט מסביר געווען, כ'האב געמאכט א סיום...

דער דזשאוק מאכט א סאך מער סענס אויף א חסיד ווי אויף א ליטוואק.

לאו דוקא, ווייל די ליטוואקעס מאכן ענדערש א סיום מסכת ווי א חסיד ;)

נע, אפשר דורכאויס דעם יאר, און אויך נאר אויב זיי ענדיגן דעם מסכת. אז זיי לערנען מער דאס ווייס איך, אבער ענדיגן מסכתות איז לכאורה נישט פון זייערע סארט אקטיוועטיס. ווילאנג זיי קריכן ארויס פון איין ר' חיים קען נעמען ניין חדשים, נישט ניין טעג.

דאס איז ארום דעם יאר. אין די ניין טעג איז דאס מסתם נאך ווייניגער אמת. נישט אז איך ווער בשמחה ווען איך עס א טשיקן-באדדעם, אבער די ליטוואקס עז פאר עז איי קנאוי טהעם זענען די לעצטע צו זוכן מהלכים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז זיי מאכן ניטאמאל קיין עירוב תבשילין. און פארוואס זאל זיי דען שטערן אבילות?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יואב האט געשריבן:אבער די ליטוואקס עז פאר עז איי קנאוי טהעם זענען די לעצטע צו זוכן מהלכים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז זיי מאכן ניטאמאל קיין עירוב תבשילין. און פארוואס זאל זיי דען שטערן אבילות?


דארפסט טאקע נישט מורא נישט האבן ווייל זי שפילען נישט אויס די סיסטעם. אז מ'קויפט טעיק אט פאר שבת אין יום טוב דארפען זיי נישט די עירוב תשילין
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער סהאט פארגעסען צו מאכן די בעט נעכטן נאכט וועט מוזן ווארטן ביז זינטאג נאכט ווייל היינט נאכט און תשעה באב טאר מען נישט מאכן די בעט...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

זונדל קומט אהיים נאך א שווערע טאג אין געשעפט, קוים וואס ער קען זען, שטערנ'ס שפרינגען אים פאר די אויגן, ער שלעפט אראפ די שיך, הענגט אויף ס'רעקל, און קריכט אריין אין קיך, ער פאלט אריין אין די נאנטסטע בענקל, און אטעמט אפ.

נאך א קורצע ווערטער אויסטויש, ווי אזוי איז געווען דיין טאג? ווי אזוי איז דורך מיין טאג! פרעגט ער זיין אשת חיל, זאג רויזא זיסקייט, וואס איז היינט פאר נאכטמאל? גארנישט! מורמלט זי.
אבער שיינקייט דאס האסטו שוין געמאכט נעכטן..?
ס'נאך געבליבן אביסל פון דעם פאר היינט..
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מעשה שהיה.

כ'בין געווען ביים כותל, ביי שחרית אינמיטן הויך שמונה עשרה, קומט צו מיר א בחור'ל, היות ער איז א כהן, און ער וויל בענטשען דעם ציבור, אויב איך וואלט אים געבארגט מיין טלית.

צווישן אזא עולם כ"י, האב איך פארשטאנען אז די שאנסן צוריק צו זען מיין טלית, זענען נענטער צו נול.. מ'קען דאך אבער נישט אפזאגן, האב איך אים געבעטן צו האלטן זיין שיך..
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מענין לענין כמעט באותו ענין.

כ'האב געבעטן א ברכה, ביי איינער פון די באקאנטע באבא'ס, האט ער פארלאנגט א גרויסע סכום, כ'האב גע'טענה'ט צו אים, היתכן, די כהנים בענטשן בחנם?

דערפאר טאקע האבן זיי נישט קיין שיך..
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך ביליג »

דאס דארף מען אריינלייגן אין אידישע חכמות און פקחות
ביליג איז טייער...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מיט פחד און ציטער, שטייט אנטשיל ביים טיר פון די הייליגע .... צווישן א גרויסע עולם ווארט ער אויף זיין רייע, אריינצוגיין צום הייליגען .... נאך עטליכע שעה ווארטן, עפענט זיך די טיר, דער גבאי ווייזט אויף אנטשיל'ן, דער רבי רופט.

ער מאכט זיך צורעכט ס'היט, מיט גע'מאסטענע טריט, טרעט ער אריין אין צימער, ס'איז שא שטיל, דער רבי זיצט אויף זיין קעניג'ליכע שטיל, מיט א לייכטע שמייכל אויפן פנים, אנטשיל דערלאנגט די קוויטל, דעם רבי'ן אין האנט, אינטער דעם ליגט א פדיון פון אכטצען גלאטע הונדערטער'ס! דער רבי פארטראכט זיך, נאך עטליכע לאנגע סקונדען, זאגט ער הויך, 'אנטשיל ביסט א געהאלפענער' א קוש דעם רבי'ן אין האנט, און רוקוועג'ס גייט ער ארויס פון צימער, ס'הארץ פיל מיט פרייד.

שפעטער גייען דער רבי מיט'ן גבאי איבער די חשבונות פון די טאג, ווען זיי באמערקען, פון אנטשיל'ס פדיון, איז איין באנקנאט פאלש.. זאל איך אים נאכלויפן? פרעגט דער גבאי, ס'הייסט, ער האט אונז אפגע'נערט מיט הונדערט דאלער.

זארג נישט, ענטפערט דער רבי, מיט אזא שמייכל, לויף נישט אין ערגעץ, ס'איז גוט, אונז האבן אים אפגע'נערט מיט זיבעצען הונדערט דאלער...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

גרויס שמחה הערשט ביי די איינוואוינער פון סאמעריין, ווען די ידיעה ווערט פארשפרייט, אז דער צדיק וקדוש איז מסכים, אוועק צוגיבן פון זיין הייליגע צייט, און קומען אריין שיינען, פון זיין הייליגע ליכט, אין די צובראכענע הערצער, ס'שטאט פארט אויף רעדער, א קליינעקייט? דער הייליגע רבי קומט צו פארן! פראווען א שבת מיט אונז, ס'נישט אזא פשוטע זאך.

די אכסני' וואו דער צדיק גייט זיין, איז באהאנגען מיט ליילעכער, אנגעשמירט מיט לאזונגען ווי, זה השער לה' וכו' צדיק כתמר וכו' מיט ווייסעך וואס נאך, רייסער'ס קומען און גיין, בקיצור ס'איז הויך יום טוב.

די גרויסע טאג איז אנגעקומען, דער קדוש ערשיינט מיטן פולען פראכט, א הייליג ציטער הערשט, צווישן די מאסן וואס זענען ארויס געקומען, מקבל זיין פני צדיק הדור, שלעפט זיך אויך קלמן, באקאנט אלס נישט א גרויסע חכם, און נישט א קליינע נער, מיט גרויס התרגשות, בעט ער דעם רבי'ן, ער וויל האבן די זכי' אז כבוד קדושתו, זאל קומען צו אים און שטוב, פאר תפלת שחרית.. פאר א פדיון גיבט ער פיר מאל ח"י.. כנגד די ארבע אמהות!

דער קדוש עליון, מאכט צו די הייליגע אויגן, נאך א וויילע, זאגט ער מיט א שמייכל, איי קלמן קלמן, פאר די סכום, קום איך צו דיר אויף 'הכנות' פאר'ן דאווענען....
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

א אידל ליגט אין שפיטאהל און די מצב איז שמאהל. הערט ער ווי זיין זוהן רופט זיך אן צו די אנדערע קינדער, עס איז יעצט מוצאי ש"ק אויב דער טאטע שטארבט יעצט וועט מען אפי' נישט דארפען נוצען מארגען די דער גרויסע צימער אין דער טשאפעל ווייל עס איז די וויקענד.

רופט זיך אן דער טאכטער פארוואס דארף מען רופען פרעמדע מענטשען, עס איז זייער נישט אנגענעם צו ווייענען פאר פרעמדע מענטשען, לאמיר עס מאכען נאר פאר אונזער משפחה.

רופט זיך אן דער אינגסטער זוהן אויב אזוי איז דאך אסאך בעסער אויב מען מאכט אינגאצען נישט קיין לוי', נאר לאמיר גיין גלייך פון דא צום בית החיים און אזוי וועט מען זיך שפארען צייט, געלט און עגמת נפש.

רופט זיך אן דער טאטע, קינדעליך קאן מיר איינער פון ענק מיר ביטע ברענגען מיינע הויזען און מיר רופען א קאר סערוויס.

טאטע ווי גייסטו? פרעגען די קינדער

איך גיי אליין אין בית החיים איך וועל זיך אליינס באגראבען איך וויל ענק נישט שטערען.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מזל טוב! מזל טוב! האסט געהערט די נייעס? הערש מיילך איז א חתן.. די שמחה איז גרויס.

צוויי וואכן נאך די גרויסע חתונה, קלינגט די טעלפאון ביי די עלטערן אין שטוב, אויף די אנדערע זייט איז ש'מיילך אליינס.

א גוטן, ווי אזוי גייט עס? איז אלעס אקעי? אלעס קלאפט? הערש מיילך, אנשטאט ענטפערן, לאכט און לאכט און קען נישט צום ווארט קומען, פון גרויס געלעכטער, נאך אפאר מינוט בארואיגט ער זיך, און הייבט אן פארציילן, די מוזט הערן א פאני זאך, מיין ווייב איז אזא בטלן! עסט נישט גלייבן, כ'קום אהיים פון 'כולל' (פון ווי דען?) זע איך אויפן פריזשדער א צעטל, 'כ'זע אז ס'ארבייט נישט, איך גיי צוריק צו מיין עלטערן'

וואאאאאס? שרייט זיין מאמע, וואס מיינט דאס? וואס איז געשען? וואס.. זארג דיך נישט, האקט ער אריין, זי איז אזא... כ'האב יעצט גע'טשעקט די פריזשדער, ס'ארבייט זייער גוט...
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

בערל רופט אן זיין שותף וואס איז פונקט געוועהן אויף וואקאציא...

האלא, משה? עס איז ביטער

וואס איז געשעהן? פרעגט דער שותף

מען האט אונז באגנב'ט, עס פעלט 20 אלפים פון די סעיף

ענטפערט דער שותף... מאך זיך נישט נאריש, לייג עס שוין צוריק!
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

משה זאגט צו זיין ארבייטער, כ'הער אז לעצטענס נעמסטו פון די קאסע.

פון ווי דען זאל'ך נעמען? אויב נישט פון די קאסע...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

מלמד: קינדערלעך, ווער ווייסט וואו דער באשעפער איז?

איין קינד שרייט אויס: 'אין שאוער'

מלמד: פון ווי נעמסטו דאס.

קינד: יעדע פרייטאג פאר'ן זמן, שטייט מיין מאמע ביי די שאוער, און שרייט, רבונו של עולם! קום שוין ארויס....
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

ריזיג
ק/פ
A woman in a hot air balloon realized she was lost. She lowered her altitude and spotted a man in a boat below. She shouted to him,

"Excuse me, can you help me? I promised a friend I would meet him an hour ago, but I don't know where I am."

The man consulted his portable GPS and replied, "You're in a hot air balloon, approximately 30 feet above ground elevation of 2,346 feet above sea level. You are at 31 degrees, 14.97 minutes north latitude and 100 degrees, 49.09 minutes west longitude.

She rolled her eyes and said, "You must be a Republican.

"I am," replied the man. "How did you know?"

"Well," answered the balloonist, "everything you told me is technically correct. But I have no idea what to do with your information, and I'm still lost. Frankly, you've not been much help to me."

The man smiled and responded, "You must be an Obama-Democrat."

"I am," replied the balloonist. "How did you know?"

"Well," said the man, "you don't know where you are -- or where you are going. You've risen to where you are, due to a large quantity of hot air. You made a promise you have no idea how to keep, and you expect me to solve your problem. You're in exactly the same position you were in before we met, but somehow, now it's my fault."
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

זייער גוט. שוין געהערט אין קלינטאן (דער זכר) צייטן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

צוויי שותפים זיצן צוזאמען ביים ביעטש אין פלארידע,
אינמיטן רופט זיך יענקל אהן : אוי וויי משה איך מיין אז איך האב פארגעסן צוצושפארן די סעיף,
ענטפערט עם משה : נא וואס האסטו מורא דו ביסט דאך דא !
איזהו גיבור ?
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

פאר קיין שום איד געדאכט, קומט צו מיר א חבר, באלד נאך מעריב, קוים וואס ער שטייט אויף די פוס, ווארפט זיך ווי א לולב הושענה רבה, ער קען נישט קומען צום ווארט.

וואס גייט פאר? פרעג'ך אים, אינגאנצן באזארגט, וואס איז געשען? פון זיינע האלבע ווערטער, פארשטיי'ך, אז ס'מאגן זיינע מאכט פראבלעמען, נו ס'דאך מוצ"ש, נישט יעדער איז אקעי יעדע וואך אזא צייט, מ'האט שוין געהערט אזאנס, אבער אזוי צו פארפירען?

הייב'ך אן איבערגיין מיט אים, ס'קען זיין די טשאלענט? נע דאס עס'ך יעדע וואך,
אפשר די צוויבל קוגל? לכאורה נישט,
וואס איז מיט אלע דיפ'ס? קען נישט זיין,
עפעס אנדערש פון יעדע וואך? זאגט ער יעדע וואך עס'ך איין סארט פיש, לכבוד שבת נחמו, איז געווען פארשידענע ערליי סארטן, אה, דא ליגט די סוד, צדיקים ווערן מגלגל אין פיש, מוז זיין האסט געגעסן פון צוויי ברודער, און זיי קריגן זיך אין דיינע געדערים..
פארשפארט