פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
בן אדם האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען, 'זעצט אייך אוועק' אדער 'זיצט אייך אוועק' אדער 'נעמט אייך א זיץ' (אדער 'נאט אייך א זיץ') ?
איך מיין אז "זעצט אייך אוועק" איז ריכטיג ווי איידער "זיצט אייך אוועק", ווייל "זיצט" איז א לשון הווה. "נעמט אייך א זיץ" איז אפשר מער ראטזאם ווען יענער דארף גיין ברענגן א בענקל און עס איז נישט גרייט.
"נאט אייך א זיץ" דערמאנט מיך פון "נאט אייך א זעץ"...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
כוכב האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ענדליך ווי "ער איז ענדליך צו זיין טאטע" און וויאזוי שרייבט מען "ענדליך איז ער אנגעקומען"? זענען ביידע געשריבן די זעלבע?
Similar versus finally
ענליך צו זיין טאטע, ענדליך אנגעקומען.
שכוח. אבער מ'זאגט "ער ענדלט צו זיין טאטע"?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביליג האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען זומער אדער זוממער
אפשר קומט די דאפעלטע מ' פון ענגליש summer
ביליג: כ'מייין אז ס'קומט פון דייטש...Sommer...! א שטיקל ראיה קענמען ברענגען פון דעם אז די ישיבות און קהילות וועלכע שטאמען פון דייטשלאנד/עסטרייך/בעהמען, שרייבן אין זייערע מודעות/הודעות דאס ווארט מיט 2 מם'ס...!
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
berlbalaguleh האט געשריבן:ביליג האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען זומער אדער זוממער
אפשר קומט די דאפעלטע מ' פון ענגליש summer
ביליג: ניין. ס'קומט פון דייטש...Sommer. די מענטשן וועלכע האבן א נטייה צו שרייבן יעקיש-דייטש שרייבן טאקע זוממער...!
דאפעלט איז שטערקער
(אדער איז עס נאר די אלטע דרעפט ?)
ביליג איז טייער...
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
ביליג האט געשריבן:שאנק שראנק אדער שאפע ?
? ווי אזוי שרייבט מען ?
ביליג איז טייער...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:שאנק אדער שאפע
כוכב: ס'איז א רעגיאנאלע אויסדרוק. אין אונגארן/רומעניע זאגט מען..."שאנק"...אין פוילן/גאליציע זאגט מען ..."שאפע"...!
ריכטיג, אזוי ווי שטוב און צימער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
פון ווי קומט שראנק ?
איך האב געזען אסאך אין אלטע אידיש געשריבעריי
איך האב געזען אסאך אין אלטע אידיש געשריבעריי
ביליג איז טייער...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביליג האט געשריבן:פון ווי קומט שראנק ?
איך האב געזען אסאך אין אלטע אידיש געשריבעריי
ביליג: דאס איז מסתמא א שיבוש הלשון. אדער אפשר גאר א שיפור הלשון. מ'רופט עס אויף ענגליש א פיללער. אזוי ווי ס'דא מענטשן וועלכע זאגן נאך א יעדן 2'טן ווארט...לייק... אדער די איזראעלישע איינוואוינערס האבן ליעב צו זאגן ביי אן אינטערוויו נאך א יעדן ווארט...עעהה...כן...עה...איפה אתה גר...עה...בתל אביב...עה...יש לך עבודה...עעהה...כן...עעהה...ו-עעהה...!
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
אין אידיש איז דא סיילענט אותיות
אזוי ווי אין ענגליש? (למשל knife)
אזוי ווי אין ענגליש? (למשל knife)
ביליג איז טייער...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביליג האט געשריבן:אין אידיש איז דא סיילענט אותיות
אזוי ווי אין ענגליש? (למשל knife)
ביליג: אויב דו מיינסט אותיות וועלכע זענען נישט געפינטלט. נאר פארן מיט מיט די אנדערע. דאס איז דא בשפע. אבער עכט סיילענט אותיות וועלכע מ'שרייבט נאר און מ'זאגט נישט ארויס. מייניך אז נישט. משא"כ אין ענגליש. נעם למשל דעם ווארט ..."קני"...דער קרי (היינטיגע צייטן) איז "ני". און דער כתיב איז "קני". ווייל אין אלט ענגליש, וועלכע שטאמט פון אנגלא-סאקסאניש, האט מען יא ארויסגעזאגט דעם "קוף". נאר מיט די צייט האט מען עס געלאזט פאללן. אבער די ספעללינג איז געבליבן די זעלבע. צו למשל אין פראנצויזיש איז דא זייער א סאך סיילענט לעטטערס אין כמעט א יעדן ווארט. נאר די חכמי הלשון (כ'ווייס נישט ווער זיי זענען) האב דאס אויסגערייניגט און ארויסענימען די מערסטע סיילענט לעטטערס. ס'איז נאך געבליבן. למשל דער ווארט ..."האספיטאל"...האט מען אמאל געשריבן מיט א סמך און ארויסגעזאגט אן א סמך. היינט. אין מאדערן פראנצויזיש ספעללט מען עס און מ'זאגט עס ארויס אן א סמך...!
אבער אין אידיש, וועלכע איז באזירט אויף דייטש (אוי וויי) זאגט מען ארויס אלע ווערטער אזוי מ'שרייבט זיי...! כנלפענ"ד. אדער אפשר גאר א גרויסער פראפעסאר זאגט עס. ווייל וואס א בעל עגלה זאגט איז דאך מלכתחילה נישט אינטרעסאנט. ביי געוויסע הויכגעשעצטע , זעלבסט-אויפגעקלערטע אינטעלעקטואלן...
- לאשיצער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל
[tag]berlbalaguleh[/tag] זייער א פיינע תשובה!
א קורצע הערה'לע:
זייער אפט ווען דער זעלבער אות קומט צוויי מאל נאכאנאנד רעדט מען אים ארויס נאר איינמאל, למשל: פארריכטן, אויפפירן, אויסשפילן
(וועגן דעם לעצטן ביישפיל: די קלאנגען ס' און ש' זענען אזוי ענליך, אז מע רעדט נאר ארויס דעם ש' [אוישפילן])
פאראן א צווייטער כלל פון אידישן ארויסרעד/הברה (ס'איז אביסל קאמפליצירט...) וואס צוליב אים רעדט מען ארויס די אלע ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט "אפגע-" אזוי ווי זיי וואלטן געווען געשריבן "אגע-", למשל: "ניין אזייגער האב איך אפגעדאוונט" (געוויינליך: "אגעדאוונט" אז מע רעדט שנעל און נאטירליך, איא?)
מע דארף אויך דערמאנען דעם אלף אנהייב ווארט: איבער, אונגארן, אייז (דאס איז דאך דער "שטומער אלף")
(פאקטיש קומט דער שטומער אלף נישט נאר אנהייב ווארט, אבער אויך אנהייב שורש: "די פאראייניגטע שטאטן" רעדט מען ארויס "פארייניגטע". ס'קלינגט דאס זעלבע ווי "פאררייניגט", דהיינו, ריין-געמאכט)
און אין געוויסע דיאלעקטן איז דער קאנסאנאנט [ה] שטום. "מיר האבן" קלינגט ווי "מיר אבן"

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל