ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

קלאר האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה


וואס טוט אלף
וואס טוט דרור
וואס טוט מן המיצר
וואס טוט שלום אסריך

אזויפיל ארגעזאציעס אין די זעלבע לייין אין דער עולם איז נישט באקאנט געהעריג וואס זיי טוהן

אלע זענען קריטיש וויכטיג!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

עזר ליולדת, פרישע עסן פאר קימפעטארנס
א גוטע זאך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שעפטל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה


וואס טוט אלף
וואס טוט דרור
וואס טוט מן המיצר
וואס טוט שלום אסריך

אזויפיל ארגעזאציעס אין די זעלבע לייין אין דער עולם איז נישט באקאנט געהעריג וואס זיי טוהן

אלע זענען קריטיש וויכטיג!

און די משפחות וואס האבן איינער וואס זיצט ל"ע זאגן אז עס איז נישט דא גענוג ארגעניזאציעס וואס העלפן זיי.....
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דער אמת איז אזוי, רוב מאל וועלן די פשוטי עם הנאה האבן פון א געפעכט פון צוויי ארגאנעזאציעס.

נעמט א שטייגער ווי עסן אין שפיטעלער.
יעדער ווייסט אז ביקור חולים ד'סאטמאר, נתייסדה ע"י הרבנית הצדיקת מרת אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה איז געווען דער ערשטער מיט דעם. זיי פלעגן האבן וואולאנטירס (בעיקר פרויען) וואס זענען ארומגעלאפן א גאנצען טאג אין די שפיטעלער און געטראגן עסן פאר חולי ישראל.
מיט די צייט זענען אויפגעקומען גאר וויכטיגע און חשוב'ע נייע ביקור חולים'ס און אנדערע ארגענעזאציעס און אויך אנגעהויבן צוצושטעלן די סערוויסעס.
די ווייטאג איז נאר אז ס'איז געווארן א קאמפעטישען, נישט ווער ס'קען געבן בעסערע און מער עסן (דעס איז למעשה יא געשעהן, אבער שפעטער) נאר ווער ס'קען אינטערהאקן און ארויסווארפן יענעם.
היינט איז דא לכה"פ פיר ארגאניזאציעס (אויב מער, שריייבט) ביקור חולים ד'סאטמאר, ביקור חולים ד'ראקלענד קאונטי/חסד ד'שיכון סקווירא, חי לייפליין, יד אפרים, וואס שטעלן צו עסן. און די עיקר געראנגלענישן קומען פאר ביי "פארוועם ס'געהערט ס'ביקור חולים שטיבל".
איז דעס נישט נאריש? קינדיש?

אז כ'רעד שוין פון דעם, וויל איך אבער ארויסברענגן אז לא אלמן ישראל! זייענדיג אמאל אין שפיטאל מיט איינעם איז מיר אויסגעקומען צו טרעפן אפאר אינגעלייט וואס גייען ארום צוצושטעלן געוויסע זאכן ווי ליין מאטריאל און נאך אין אלע ביקור חולים/שבת שטובער, און זיי געהערן נישט צו קיין איין ארגאנעזאציע (האבן ניטאמאל קיין נאמען) נאר זיי סערוויסן דעם עולם בלי שום פרסום.

מ'קען איבער די און נאך ענליכע זאכן שרייבן בלעטער אויף בלעטער, נאר וואס וועלן מיר האבן דערפון? אויב אן ארגאנעזאציע וועט שוין יא ליינען וואס מ'שרייבט דא וועט ער סייווי טראכטן, אדער אז זיין קאנקורענץ האט עס געשריבן (און אפשר וועט ער גאר דארפן אויפנעמען א קאווע שטיבל שרייבער אפצוענטפערן) אדער וועט ער טראכטן אז "וואס ווייסט יענער?"
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

מיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

גלות יוד האט געשריבן:מיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.

דעיס איז נישט אזוי געפערליך, קליינע קינדער גייען ארום אין שיל פלעין מיט די הענט נאך געלט פארוואס זאלען זיי נישט האבען א פושקה? אין מיינע צייטען אויב א אינגעל האט נישט געהאט א פישקע וואס איז געשטאנען דערויף פארוועים דו געלט גייט האט אים קיינער נישט געגעבען קיין געלט היינט פראבור נאר צו פרעגען א אינגעל פארוועים ער גייט נאך געלט ביסט שוין א קארגער..... וכו' אלע שיינע טיטלען
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

ממך ילמדו וכן יעשו.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

איך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י

דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווי גייט נאר די מעשה?
א איד פלעגט אלע יארן געבן פאר א משולח $1,000.
איין יאר קומט יענער נאכאמאל און דער איד געט אים $990 .
פרעגט אים דער משולח "וואס איז געשעהן? ביזסט א יורד? די צעהנער וועט דיך אויסמאכן?"
זאגט אים דער עושר: "איך בין געווען אין אר"י און כ'האב מיך נאכגעפרעגט און קיינער האט פון אזא מוסד נישט געוואוסט צו זאגן, איך וואלט געזאגט אז ס'עקזעסטירט בכלל נישט!"
דער משולח ווערט רויט און פרעגט אזוי פארשעמטערהייט: "נא פארוואס געסטו מיר יא די 990?"
זאגט דער עושר, דיין אפיציעלע קאמישען וויל איך דיר נישט אוועקנעמען..."

די מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל האט געשריבן:די מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...


בעיסד אן עי טרו דזשאוק, כצ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משכיל האט געשריבן:איך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י

דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט

די מעשה גייט נאך ווייטער. די שיינע ווילא און לוקסוס אויטא מיט וועלכן ער פארט ארום וועלכע ער האט פארדינט מיגיע כפיו (שנארן ביי די אמעריקאנער סאקערס). פון דעם רעדט מען נישט. מעשה שהי'. אין אייראפע פאר די וועלט מלחמה. א אידל איז ארומגעגאנגען שנארן "פאר אן אלמנה מיט יתומים" ביז איינער האט איהם געפרעגט ווער זענען זיי. האט ער געענטפערט "מיין ווייב און קינדער" ווען מען האט איהם פארגעהאלטן אז ער איז א שווינדלער האט ער געענטפערט "וואס אהרט דיך אז איך לעב?"
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל


ווען איך זעה א אינגל ארום גיין אן קיים שום צעטל, שטעל איך עס אויף די חזקה אז ער נעמט דאס געלט פאר זיך, און איך גיב אים א קוואדער, אדער א דיים, אזויפיל קען איך באשטיין צו געבן פארן אינגל פערזענליך. אויב גייט ער שוין פאר א מוסד, דארף איך מחליט זיין צו איך וויל געבן פאר דעם מוסד, אבער פאר דעם אינגל אליינס, פארוואס נישט.
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

רבותי לאמיר נישט ווערן פארפירט, די בעסטע מיטל צו אנהעצן מענטשן איז אז מען העצט, דו ווייסט, יענער מאכט מעלאנעס, דער קנאי פון לאנדאן וואס איז א קנאי פון געפיל אויס האט געשריבן אז דער פראבלעם פון חינוך העצמאי איז אז די אנשי האגודה שטאפן זיך אן מיט די געלטער פון די רעגירונג, אויך ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבען אלע העצערס געהעצט, מען מאכט מיליאנען, מען נוצט עס נישט פאר די קראנקע קינדער, בלא בלא בלא. איך מיין דער עולם דארף אויסהערן דשיגאן וויאזוי ער רעדט זיך אפ אז זיינע חברים זענען אים מקנא און עס קומט צו לאכן ווייל דאס איז די פשוט'ע מציאות וואס פראסקעט אין פנים.

טייערע ניקס, לאמיר זיך פארגינען איינער דעם צווייטען ( אפי א לייק...) יענער האט א שיינע קאר? ער האט געארבעט דערפאר און עס כשר פארדינט, און אפי' דו געפינסט אדער טרעפט א גרויסע מציאה נוץ עס געזונטערהייט! און עס טאר דיר נישט באדערן פ"וו יענער זיצט ביים שיסל און רוקט אריין סחורה, דו וואלסט נישט בעסער געווען, ווייל יעדער איינער ווייסט אז א קעכער וואס איז ביים שיסל איז פעט, און געווענליך ווען איינער האט טענות אז איינער פאקט זיך אן מיט די גרינע און ליארעמעט איבער די שרעקליכע גניבות און אז ס'איז על חשבון הציבור איז זיין טענה הלמאי ער זיצט נישט ביים שיסל, און עס גייט אים גאנץ ווינציג אן די גניבות.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

גוטזאגער, אפשר געווענליך זאגסטו גוט, אבער נישט דאס מאל. ווען איינער שאפט געלט פאר צדקה, ווייל ער האט צו דעם א געפיהל, ווייל ער האט רחמנות אויף יענעם, ווייל ער וויל טוהן דעם רצון ה', און ער טוט עס באמת ובאמונה, און ער נעמט אויך פאר זיך אראפ, אפילו ער נעמט א שיינעם פארציע, פיל איך אז עס קומט אים געזונטערהייט. אבער ווען א מענטש וויל האבן אסאך געלט, און דעריבער הייבט ער אן שנארן אויף תולה ארץ, און די גאנצע וועלט איז אים שולדיג, און ער טרעפט שוין דארט עפעס א סיבה אדער צוועק פארוואס און פארוועמען צו שאפן געלט, און דער סוף פסוק איז אז אכציג פראצענט געלט גייט פאר אים אין טאש און אביסעלע טיילט ער פאר צדקה אויך, ווייל ער מוז דאך האבן וואס צו ווייזן, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

און עס האט נישט צו טאהן מיט נישט פארגינען. איך האלט עס איז גניבה, אונאת דברים און פלעין פשוט נישט אויסגעהאלטן. און איך וויל פאר אזא זאך נישט געבן קיין פרוטה. איך גיב ענדערש דעם פרענק שנארער וועלכער קומט פאר הכנאסאט קאלא, אדער דעם ירושלים'ער איד וועלכער גייט פאר א שווערער מאצאוו, אדער פאר דעם קליינעם אינגל וועלכער לויפט ארום אין שוהל נאך געלט אן קיין צעטל, און נעמט דערנאך די פאר קאוודערס און קויפט א סאדע אדער דעניש אין ווענדינג מאשין.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נאך א פוינט, גוטזאגער.
האסט געזען איינעם זיך אפרעדן אז יענער מאכט געלט? האט איינער געהאט טענות אויף איינער וואס האט א לעגאטימע ביזנעס און מאכט א מאיאנטעק?
די אישו וואס דר'עולם האט דא איז אז יענער קומט וויינען מיט קראראדיל טרערן וועגן זיין וויכטיגע צוועק בשעת ער זיצט על סיר הבשר, ער איז א בנין אב -בויעט הייזער - פאר אלע זיינע קינדער און לעבט א רייכע לעבן אויפן חשבון פונעם עולם'ס רחמנות געפיעלן.
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? :lol:
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

berlbalaguleh האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל

און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? :lol:


הוא אשר דיברתי...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר

און ביקור חולים דב"פ ווייסט מען יא? חוץ די קאלירפולע בראשורן מיט די פיקטשערס פון אפיסעס מיט פיילינג קעבינעטס גארנישט.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

כ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער האט געשריבן:געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב

איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר

און אהערצושטעלן די טשיז בלינצעס קאסט נישט קיין געלט? דו האסט נישט געהערט אז די פרייז פון טשיז איז לעצטנס גאר שטארק ארויף? די סיבה איז צווייפאכיג. איינס, ווייל פאר האריקעין סענדי איז געווען א טריקעניש , דראו"ט בלע"ז און מ'האט געדארפט קויפן ארטיפישל גראז פאר די קוען. אוון נאכ'ן האריקעין האט מען נישט געקענט צו קומען צו דעליווערן די גראז.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מ'דארף איין זאך וויסן, ווילאנג דער עולם האט הנאה גיט קיינעם נישט אן אז מ'מאכט געלט. איינמאל דער עולם איז נישט נהנה, אדער זיי בלאקן א צווייטן זענען זיי קרימינאלן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט