אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:בהתחננו אלינו ולא שמענו און די שבטים האבען דן געווען יוסף למיתה על פי הלכה.

אלא מאי?

ב.ד.וו., זינט עס איז מער-ווייניגער רעטאריש, ווילסט זיין פרומער ווי די שבטים? :)

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:וואס א נפקא מינה ווי שולדיג ער איז; א איד בעט א וועג ארויס פון גיא צלמות

בעושה מעשה עמך...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אויפריכטיג גערעדט, איז עס נישט קיין חילול השם אויב די גוים זעהן אז יודן נעמן זיך אהן פאר פארברעכער, נאר דערפאר ווייל ער איז א יוד?

אוודאי איז פארהאן א טוויסט אז מיר זענער ברידער, אבער דאס איז ווען מיר מאכן חתונה א אידישע יתום, און אפילו דאן קען מען (א זעלבס-העסענדע יוד \ אנטיסעמיט) טענה'ן אז עס איז ראסיסטיש.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל האט געשריבן:אויפריכטיג גערעדט, איז עס נישט קיין חילול השם אויב די גוים זעהן אז יודן נעמן זיך אהן פאר פארברעכער, נאר דערפאר ווייל ער איז א יוד?

אוודאי איז פארהאן א טוויסט אז מיר זענער ברידער, אבער דאס איז ווען מיר מאכן חתונה א אידישע יתום, און אפילו דאן קען מען (א זעלבס-העסענדע יוד \ אנטיסעמיט) טענה'ן אז עס איז ראסיסטיש.

שלום על ישראל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך ווייס אז ס'איז נישט ..."פאליטיקלי קארעקט"... פון א היימישן שטאנדפונקט. אבער ביי מיר איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם קעיס פון ר' שלום מרדכי רובאשקין און ר' מרדכי יצחק סאמעט. אין רובאשקין'ס פאל איז עס געווען אן אגענדא. די רעגירונג האט געפיהרט א מערכה אקעיגן איהם. צו דער מאטיוו איז געווען אנטיסעמיטיזם, אדער סתם קנאה און אומ-פארגינערישקייט פון די לאקאלע באפעלקערונג וועלכעס האט צוגעברענגט די רעגירונג אין פארם פון די פעדעראלע דזשאדזש און דזשורי איהם צו פארמשפט'ן אויף לאנגע יארן תפיסה. אנע אריינגיין אין די פרטים פון די קעיס קענמען זאגן אז ער איז אומ-יושר'דיג פאראורטיילט געווארן. משא"כ ביי סאמעט. ער האט געטון אומלעגאלע זאכן. און אפילו זאכן וועלכע קענען שטעללן מענטשליכע לעבנס אין סכנה. שוין אפגערעדט פון אומגעהויערע פינאנציעלע שאדנס וועלכע ער האט גורם געווען אין די מיליאנען דאללארס. אין רוסלאנד און פוילן וואלט מען פארמשפט' צום טויט אויב מ'כאפט מיט אזאלכע עבירות...!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שלום על ישראל האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:סא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?

פילייכט נישט. פון מיינע ווערטער קוקט אויס אנדערש?

יואליש האט געשריבן:זיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.

דו ברענגסט אויף די ארגומענט אז וואסע-קאלער פארברעכער זאלן נישט אפזיצן לענגערע טערמינען. כ'בין מסכים, כאטש ס'איז א אלטע פאליטיק. אבער דאס האט נישט מיט זיין רעליגיע

און דאס זאג איך טאקע.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ס'איז ידוע די ווארט פון בעש"ט: ה' צילך, פונקט ווי א שאטן טאנצט נאך א מענטש, אזוי אויך פירט זיך גאט מיט א מענטש אזויווי ער איז דן א צווייטן.
ביים דאווענען בעט מען סלח לנו אבינו כי חטאנו. דניאל האט געזאגט: לא על צדקותינו אנחנו מפילים תחנונו לפניך כי על רחמיך הרבים.
לאז זיין ר' סאמעט איז שולדיג. מ'בעט דען פאר אן אפיעל? איינער טענה'ט ער איז נישט יושר'דיג פאראורטיילט געווארן? אנטיסעמיטיזם? וואס עפעס?
וואס איז דען א באגנאדיגונג? מ'ווארפט זיך צו די פיס און מ'בעט רחמנות. מ'שרייעט, הושענו אדוני המלך! ס'קומט אונז נישט גארנישט. נאר דערבארעם זיך אויף א נשמה שוין פארשווארצט פון שמאכטן. ביטע!
קען דער מה יפית נישט פועל'ן ביי זיך צו טון נאר דאס. למה יאמרו הגוים, זיי וועלן נאך טראכטן מיר זענען חלילה טרייבל, שבט'איש געשטימט. מיר קימערן זיך וואס אונזערע ברידער מאכן. דער שווארצער מעג שרייען בלעק לייווס מעטער! נאר מיר טארן נישט שתדל'ן מיט שייינעם פאר אונזערס א ברודער? אבאמא פארשטייט דאס נישט?
הלמאי מיר נעמען זיך אן פאר קרימינאלן? נעמען מיר זיך דען אן? מיר אפעלירן פאר רחמנות. פארוועם דען זאלן מיר בעטן? א נישט קרימינאל זיצט דאך נישט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שלום על ישראל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב

זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?

נישט אז כ'זיך א גאנצע דיסקוסיע איבער זיינע צדקות, איז עס נישט סתם א נארישע גניבה. ער האט גע'גנב'ט זייער אסאך געלד פון זייער אסאך מענטשן, און דערנאך זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן יוסטיץ סיסטעם. נישט אז די יוסטיץ סיסטעם מעג זיך נוקם זיין, אבער עכ"פ קען מען פארשטיין אז זי ווייזט נישט קיין רחמנות פאר אזא איינעם.

אלס יודען, מעג מען אויך דערמאנען וויפיהל יודן ער האט אריינגעלייגט אין פעקל.

שוין אסאך מאל געטראכט די זעלבע ועוד הרבה יש להאריך אבער כ'האב מורא אז מאנכע וועלן נישט פארשטיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך ווייס אז ס'איז נישט ..."פאליטיקלי קארעקט"... פון א היימישן שטאנדפונקט. אבער ביי מיר איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם קעיס פון ר' שלום מרדכי רובאשקין און ר' מרדכי יצחק סאמעט. אין רובאשקין'ס פאל איז עס געווען אן אגענדא. די רעגירונג האט געפיהרט א מערכה אקעיגן איהם. צו דער מאטיוו איז געווען אנטיסעמיטיזם, אדער סתם קנאה און אומ-פארגינערישקייט פון די לאקאלע באפעלקערונג וועלכעס האט צוגעברענגט די רעגירונג אין פארם פון די פעדעראלע דזשאדזש און דזשורי איהם צו פארמשפט'ן אויף לאנגע יארן תפיסה. אנע אריינגיין אין די פרטים פון די קעיס קענמען זאגן אז ער איז אומ-יושר'דיג פאראורטיילט געווארן. משא"כ ביי סאמעט. ער האט געטון אומלעגאלע זאכן. און אפילו זאכן וועלכע קענען שטעללן מענטשליכע לעבנס אין סכנה. שוין אפגערעדט פון אומגעהויערע פינאנציעלע שאדנס וועלכע ער האט גורם געווען אין די מיליאנען דאללארס. אין רוסלאנד און פוילן וואלט מען פארמשפט' צום טויט אויב מ'כאפט מיט אזאלכע עבירות...!

מאה אחוז! הימל און ערד די צוויי. הערשט לעצטענס קומט ארויס וואס דארט איז פארגעקומען.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל: ייש"כ. איך וויל נאר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער געוויסע פרטים פון סאמעט'ס קעיס. די עצם זאך פון פעלשן לעגאלע און פינאנציעלע דאקומענטן (טאקע, זייער אויטענטיש אויסזעענדיג) ברענגט דאך אומגעהוירע געלט שאדנס. ווייל א סערטיפיקעיט אוו דעפאזיט, אדער אנדערע בעירער פינאנציעלע דאקומענטן זענען דאך זאכן וואס הייסט אפן גזל. און פעלשן דאקומענטן וועלכע געבן צוטריט צו רעגירונגס אפיסעס קען דאך אריינברענגען די גרעסטע רוצחים און טעראריסטן וועלכע קענען אנזייען טעראר און רציחה איבעראל...!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

שליחה דורך קלוגע יודל »

וואס איז סאמעטס עבירה?
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

שליחה דורך ביליג »

ער האט געקניפט ציצית...
ביליג איז טייער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פארקערטע וועג
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

שליחה דורך קלוגע יודל »

ביליג האט געשריבן:ער האט געקניפט ציצית...

אן קיין פערמיט?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

קלוגע יודל האט געשריבן:
ביליג האט געשריבן:ער האט געקניפט ציצית...

אן קיין פערמיט?

צו סאך פערמיטס
דאס מענטשעלע שפילט........
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

town1 האט געשריבן:מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,

און דער טאטען פון צען קינדער, בשעת ער האט אפגעטון וואס ער האט געטון האט נישט געטראכט פון די אלע עבירות וועלכע ער איז עובר. (נישט נאר ציונות איז אן עבירה). ווי מרידה במלכות. גניבה. גזילה. מביא יהודים לידי סכנה. חילול השם. ועוד...! און די יארן פון דעם בחור וועלכער איז אומווילנדיג אריינגעצויגן געווארן אין זיין נעץ, וועלכע ער האט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה. ווער איז אחראי אויף דעם...?! ווער וועט באצאלן פאר דעם...?!
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

.
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

berlbalaguleh האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט

און דער טאטען פון צען קינדער, בשעת ער האט אפגעטון וואס ער האט געטון האט נישט געטראכט פון די אלע עבירות וועלכע ער איז עובר. (נישט נאר ציונות איז אן עבירה). ווי מרידה במלכות. גניבה. גזילה. מביא יהודים לידי סכנה. חילול השם. ועוד...! און די יארן פון דעם בחור וועלכער איז אומווילנדיג אריינגעצויגן געווארן אין זיין נעץ, וועלכע ער האט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה. ווער איז אחראי אויף דעם...?! ווער וועט באצאלן פאר דעם...?!

כהאב גערעדט מיט 3 יודען וואס זענען געזיצען א דאנק איהם און זיי אלע שרייען אז מען דארף איהם ארויסלאזען
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:מען זעט דא ווי מען טענהט זיך ווי קליינע קינדער מיט קליינע שכל איז ר' מרדכי יצחק גענוג געזיצן, צו איז ער נישט גענוג געזיצן, קומט אים אזויפל יאר תפיסה צו נישט, קאם אן וואקסט אויף דא רעדט מען פון א טאטע פון צען קינדער וואס מען קומט זיך בעטן צו פרעזעדענט אבאמא ער זאל אים שענקן א באגינידיען,
טייערע אידן איר קענט מקיים זיין אין אפאר מינוט וואס די הייליגע רמב"ם פסקנט אז עס איז נישט דא א גרעסערע מצוה ווי פדיון שבוים,
די דיין אין קרית יואל פסקנט אז עס ליגט א חוב אויף א יעדע איד צו נעמען א טייל אין די ריזיגע מצוה זעה בייגעלייגט

און דער טאטען פון צען קינדער, בשעת ער האט אפגעטון וואס ער האט געטון האט נישט געטראכט פון די אלע עבירות וועלכע ער איז עובר. (נישט נאר ציונות איז אן עבירה). ווי מרידה במלכות. גניבה. גזילה. מביא יהודים לידי סכנה. חילול השם. ועוד...! און די יארן פון דעם בחור וועלכער איז אומווילנדיג אריינגעצויגן געווארן אין זיין נעץ, וועלכע ער האט פארלוירן זייענדיג אין תפיסה. ווער איז אחראי אויף דעם...?! ווער וועט באצאלן פאר דעם...?!

כבין נייגעריג צו ר' משה לייב סאסובער האט געמאכט אזעלעכע חשבונות? וועסטו טענה'ן אז דו ביזט נישט אויף רמ''ל סאסובערס מדריגה לאמיר די פרעגן א פרזענליכע שאלה, ביזט שוין אמאל געווען באזוכען איינעם וואס יושב'ט? כפרעג ווייל כזעה אז עפעס ביזטו זייער רואיג צו געבן אזאג אז זאל יענער שמאכטען סקומט זיך אים
...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאמענטירער: איך האב אויכעט נישט געזאגט אז ער זאלל ווייטער שמאכטן אין תפיסה. כ'האב נאר ארויסגעברענגט די נקודה אז ער האט אפגעטון זייער הארבע זאכן. און גורם געווען זייער א סאך שאדן פאר זייטיגע מענטשן. און אז ער זיצט נישט פאר גארנישט. לעומת אנדערע קעיסעס.
אויף די צווייטע שאלה. צו איך בין שוין געווען איינעם באזוכן אין תפיסה. די ענטפער איז, יא. ביי ..."הרב"... שלמה העלבראנץ. נאך פאר ער איז געווארן ידוע לשימצה מיט אלע זיינע קרימינעלע שטיק. האט ער געמאכט א רושם פון אן ערליכן וואוילן איד וועלכער איז איינגעשפארט געווארן ווייל ער האט געהאט מסירת נפש פאר אידישקייט. איך בין אויך געווען עטליכע מאל אין קאורט אין דאונטאון ברוקלין, וואו זיין משפט האט זיך געפיהרט. נאר דא ביי ר' מרדכי יצחק סאמעט האביך געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער זיינע אקטיוויטעטן, נאך פאר די רעגירונג האט געלייגט א יד אויף איהם. און דער עולם האט געשמועסט אז ער לייגט זיך און אנדערע אידן אריין אין א גרויסע סכנה...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

berlbalaguleh האט געשריבן: נאר דא ביי ר' מרדכי יצחק סאמעט האביך געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער זיינע אקטיוויטעטן, נאך פאר די רעגירונג האט געלייגט א יד אויף איהם. און דער עולם האט געשמועסט אז ער לייגט זיך און אנדערע אידן אריין אין א גרויסע סכנה...!

אויף דעם האב איך מרמז געווען אין מיין פריערדיגע תגובה וכדאמרינן יש להאריך הרבה בנקודה זו און אלעס ארום. ובעיקר צו ווארענען אנדערע שלא תשב כדרך שיושב סאמעט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויף די צווייטע שאלה. צו איך בין שוין געווען איינעם באזוכן אין תפיסה. די ענטפער איז, יא. ביי ..."הרב"... שלמה העלבראנץ. נאך פאר ער איז געווארן ידוע לשימצה מיט אלע זיינע קרימינעלע שטיק. האט ער געמאכט א רושם פון אן ערליכן וואוילן איד וועלכער איז איינגעשפארט געווארן ווייל ער האט געהאט מסירת נפש פאר אידישקייט. איך בין אויך געווען עטליכע מאל אין קאורט אין דאונטאון ברוקלין, וואו זיין משפט האט זיך געפיהרט.

Wow! אפשר פרציילסטו אביסל?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

זאג נאר הרה"ק ר משה לייב סאסובער זצ"ל וואלט אויך געמאכט אזעלעכע חשבונות ????????????
הגאון הצדיק די דיין פון קרית יואל פסקנט אז א יעדע איד וואס איז מחיוב אים ארויסצוהעלפן זעה בייגעלייגט
פארשפארט