מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
[tag]אדנירם[/tag], דאס איז א שיינע מספר.
נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו)
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
[tag]אדנירם[/tag], דאס איז א שיינע מספר.
נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.
א. מה ענין "מי"ם אצל קאווע?
ב. מה ענין "מנוחה" אצל "וועקער"
ג. די ציפערן ווייזען איין זאך, אז דארט פאר יעדעם גליון האבען זיי מזהיר געווען נאר ארום צושיקען די לינק, אבער ח"ו א בלויזען פי. די. עף. איז אסור, און די עולם פאלגט. דא האט מען געבעטען אז מ'זאל מפיץ זיין בכל אופן דאפשר, סיי אימעיל, טעלעגראם, וואטס עפפ וכו', זעט מען בלויז די ציפערן פון די וואס האבען דאונלאודעד אויפען סייט.
ד. דער ציבור שותי מי מנוחות, זענען בדרך כלל משומרים (מיט צוטריט בלויז צו copy.com וכו'), איז דארט די חידוש א פי. די. עף. פון א זייטעל וואס זיי האבען צוטריט צו, כמים כרים. משא"כ דא איז די חידוש די תוכן (וואס און פארשידענע פלעצער וואלט מען דאס דן געווען לשריפה אלס קאנטראבאנד).
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
רענזאציע אויפן וועקער נומער 3
צוואנציג זאכען וואס איך האב נישט געוויסט פאר איך האב געליינט דער וועקער 3
א. אז שש'ל קען אראפ לייגען ווי בעטעמ'ט ראטן פלייש איז פאר קליינע קינדער.
ב. אז איך מוז פטור ווערן ווי אומשנעלסטען פון מיין נייע פאר עס. עי. עס. שיך.
ג. אז כ"ק אדמו"ר מ'יעדעם' האט די מערסטע נאכפאלגער.
ד. ווי שטעכעדיג און שפיזיג עס הערט זיך פון שייטעל מאכער "עס גייט אויסקוקען הערליך שיין"
ה. אז חוץ פון די ווייטאגען וואס א יענע מעשה פאציענט מאכט מיט, קומט צי די ווייטאג פון די סטיגמא.
ו. אז די זיידע "וואנצעס", גרייט זיך רואיג אויסצוהויכען די, ווארעם די "פליקער" קינדער ווארטן מיט אנגסט צו הערן ווי עס האלט די מחלה וואס ברענגט אפט צו צום ביטערען סוף.
ז. אז מאנכע באניצען זיך נאך מיט די לאזונג 'מסורה', אבי נישט זיך נישט צו דארפן זיך ארויסרוקען פון זייער קאמפארט זאון
ח. אז ביי אונז און די מוסדות, קען א צען יעריג יונגעל פיר שפראכען (יודיש, ענגליש, לשון קודש און אראמיש), און פיר מינע אותיות (עי. בי. סי., א'ב', רש"י אויתיות, און יודיש שרייבען אויתיות).
ט. אז א סיסטעם מוז כסדר אינסטאלען נייע אפדעיטס.
י. אז א שטיקעל פאעזיע פונעם כעלעמער מגיד, דארף מען א לאנגע שבת נאכמיטאג צו פארשטיין, אבער א זיסע שטיקעל פיקציע זיינעם, ליינט זיך כהרף עין.
יא. אז איך קען נאך אויף שטיין פון די בום, בום קולות אונמיטען די נאכט.
יב. אז משלים מאכען פשוטע זאכען קאמפליצירט, און קאמפליצירטע זאכען פשוט.
יג. אז איך ווער איבערגענומען פון די רואיגקייט פון די טויטען בעט.
יד. אז געוואלדיג האט איינגענארט דעם ציבור צו ליינען זיין פאליטישער ארטיקל.
טו. אז מיטעל יעריגע יודען בלייבען סטאק פאר יארן, וועגן געשיכטעס וואס האבען זיך אפגעשפילט צענדליגער יארן צוריק.
טז. אז האדמו"ר מסקולען ז"ל פלעגט זיך באטייליגען ביי טישען פון א צווייטע אדמו"ר אן א שטריימעל.
יז. אז מען קען אפלערנען אזא טרוקענע (?) סוגיא פון הקזת דם מיט אזא לומדות.
יח. אז די רויטע ליניעס אויפען 'בארבער סלופ' האט א טיפע באדייט.
יט. וואס גלחים האבען געטוהן אלס פאר קאנטראל.
כ. און צום לעצט, אז א גרופע פון גוטע יודען האבען מקדיש געווען אזוי פיל שעות אז ס'זאל ארויס קומען א דבר השלום.