דאגה נישט!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

דאגה נישט!!

שליחה דורך דער דאס »

שוין חדשים גרייט זיך נחום, אויף די 'ביזנעס טריפ' , ער גייט זיך טרעפן, מיט די ריכטיגע חברה, וואס גייען אים העלפן, ארויף ארבייטן זיין נייע ביזנעס, זיין גאנצע עתיד ווענדט זיך אין דעם נסיעה, אויב אלעס גייט ווי גע'פלאנט, קען ער שיין פארדינען.

די טיקעט'ס האט ער שוין באשטעלט, ביי זיין חבר א טרעוול עידזשענט, אפאר חדשים פריער, ווען די גרויסע טאג איז אנגעקומען, האט ער איינגעפאקט א קליינע רענצל מיט די וויכטיגסטע, אביסל וועש, כשר עסן, טלית און תפילין, עפעס צו ליינען, עטליכע מאל איבער געקוקט, צו מאכן זיכער ער האט זיין פאספארט, באשטעלט א טעקסי, און זיך ארויס געלאזט צום לופטפעלד.

נאכ'ן דורך גיין שבע חקירות, צו ער האט אליינס אריין געלייגט זיין אינטערוועש אינעם זאטשקע, און אויפגיבן א מים אחרונים סייז פלעשל וואסער, האט ער זיך ענדליך דערזען אויפ'ן פליגער, יעצט א פרישע צרה, די חברה זענען מסביר מיט די הענט און די פוס, וואס צו טוהן אין פאל פון עמערדזשענסי, ווער האט נערווען פאר דעם? ס'איז קיינמאל נישט נוגע סייווי, טראכט נחום, נאך צוואנציג מינוט, האט זיך דער פליגער אין א מזל'דיגע שטונדע, געהויבן.

ער פרובירט דאס בעסטע זיך צו מאכן באקוועם, ווען ער באמערקט אינדערזייט פון אים זיצט א קינד, בערך אכט ניין יאר אלט, אליינס אן קיינעם, ס'איז געווען מאדנע, ווער שיקט אזא קליין קינד אליינס אויף א רייזע איבער'ן ים, ער איז אבער צו פארטראכט אין זיינע אייגענע זאכן, צו קענען קוקען אויף יענעם, אביסל שפעטער טיילט מען די עסן, א גרויל כאפט אים אן, ביים עפענען זיין 'קאושער מיעל' די אלטע שטיקל טשיקן, וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן, פארקניפט מיט דורכזיכטיגע רייז, פון אזויפיל מאל איבער ווארעמען, האט בכלל נישט געשמייכלט צו אים, ער נעמט ארויס אפאר קרעקער'ס, ויקרא שמו נאכטמאל, און זיכט א באקוועמע פאזיציע צו כאפן א דרימל.

ער כאפט זיך אויף, דער פליגער טרייסלט זיך... די באאמטע בעטן מ'זאל זיך אראפזעצן, און צובינדן די סיט בעלט'ס, זיי מעלדן אז דער פליגער איז פארכאפט אין שרעקליכע ווינטן.. וואס א מינוט שפעטער, איז די מצב געווארן ערגער, דער פליגער ווארפט זיך געפערליך.. און פאלט אוט אוו קאנטראל.. צום ערשט האבן נאר עטליכע פרויען שטילערהייט געוויינט, נאך אפאר מינוט זענען די קולות געווארן העכער, ס'קוקט אויס ווי ס'איז דערנאך.. נחום זאגט שטילערהייט א תפילה, די מצב איז שרעקליך, יעדער שרייט און פארפירט, ער קוקט ארום פארלוירן, באמערקט ער דאס קינד נעבן אים, זיצט רואיג ווי גארנישט האט פאסירט..

נאך א לאנגע צייט, האט זיך די מצב בארואיגט, און דער עולם האט אפגעאטעמט, ווען ער איז אביסל צו זיך געקומען, דרייט זיך נחום אויס צום קינד, און פרעגט, ווי אזוי האסטו געקענט זיצן אזוי רואיג? בשעת יעדער איז דערשראקן צום טויט, און ס'קוקט אויס ווי דער פליגער גייט פאלן, דאס קינד שמייכלט און ענטפערט גארנישט, ווען דער פליגער האט געלאנדעט בשלום, בעט ער פונעם קינד, זיי אזוי גוט, זאג מיר ווי אזוי האסטו דאס באוויזן? מיט א שמייכל זאגט ער, הער מיך גוט אויס, די פיילאט איז מיין טאטע.. ווי לאנג ער פירט מיך, בין איך העכסט רואיג, אז איך גיי אנקומען אהיים, געזונט און שטארק...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

דאגה נישט!!

שליחה דורך דער דאס »

ווען א איד האלט דעם כלל פאר די אויגן, די הייליגע באשעפער איז מיין טאטע! ער פירט מיך, איך פארלאז מיך נאר אויף אים.

אפי' כ'בין פארכאפט אין שרעקליכע ווינטן.. מיין פליגער ווארפט זיך געפערליך.. איך פאל אוט אוו קאנטראל.. ס'קוקט אויס ווי ס'איז שוין דערנאך.. די מצב איז שרעקליך.. יעדער שרייט און פארפירט.. דאך געדענק איך, מיין טאטע פירט מיך.

ווען מ'לעבט מיט דעם, איז אסאך גרינגער דאס לעבן, נישט אז מ'האט נישט קיין שוועריקייטן, נישט אז מ'האט נישט קיין דורכפעלער, ס'איז אבער אסאך אסאך גרינגער, עס דורך צו גיין, מ'קען האבן אזא געשמאקע לעבן, דא אויף דעם עולם השקר, ווען מ'לעבט מיט דעם.

דאגה נישט! איינער פירט אונז...
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שטיינער »

זייער זייער שיין אראפגעלייגט. ווי וואנט מאר
פארשפארט