דער פראבלעם איז אז דאס חינוך זייערער מאכט זיכער אז די עולם איז סייווי אומאינטליגענט און קען ממילא נישט גיין אין קאללעדש

פלאוויוס האט געשריבן:@תורה ומדע, ס'וועט נישט בהכרח דערפירן צו א transition פון יחידים. נישט דאס האב איך געמיינט. איך גלייב אז ס'וועט דערפירן צו א טויש אינעם קאלעקטיוו. חז"ל האבן חושש געווען פון "גזירות שאין הציבור יכולין לעמוד בהן" נישט נאר ווייל ס'איז נישט עטיש צו מאכן אזעלכע גזירות, נאר אויך ווייל ס'איז נישט פראקטיש. דאס דערפירט צו א געזעלשאפט וואס זעט זיך מער נישט אין טערמינען פון רבנישער אויטאריטעט.
איך גלייב נישט אז דער דאקומענט זאל קענען אפהאלטן יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף פרנסה פון זיך איינהאנדלען א פאך אין קאלעדזש (ווער ס'האט אמאל געפילט ארעמקייט אויף דער הויט וועט אויף דעם מעיד זיין... ס'איז נישט שייך עס צו באצוימען מיט קול קורא'ס). ובכן, אפילו ווען ס'זאל שטענדיג בלייבן א גרופע וואס איז זיך מוסר נפש כדי צו פאלגן די קול קורא'ס, וועט אויסקומען אז זיי וועלן דארפן נעמען צדקה ביי די וואס האבן נישט געפאלגט די רבנים, און אזא אויסקום צעווארפט אויטאמאטיש די אלטע נארמען פון דער געזעלשאפט.
יעקב מענטש האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)
איך בין נישט אהינגעגאנגען, איך האב ב"ה פרנסה אהן גיין אין קאלעדזש, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער.
וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז, וואס פונקטליך איז יעצט געווארן אסור ?
תורה ומדע האט געשריבן:קען זיין אז עקאנאמישע פאקטארען זענען מער פאערפול. אבער די עגמ"נ פון דער טרענזישאן איז אנפורטונעטלי גאר ווייטאגליך.