א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

שליחה דורך גאלד »

מעשה שהי' כך הי'

בשנת תשס"ג האט א שכיב מרע א רב (ר' יוסף זינגער) אין ברוקלין געשריבן א ענדיגליטיגער צוואה פאר זיין זוהן (עלעקזענדער) און טאכטער (וויוויען) איבער זיין ירושה,
אינעם צוואה שרייבט דער רב אז ער שפירט א אויסעגעווענליכער הכרת הטוב פארן טאכטער פארן זיך אפגעבן מיט איהם בלב ונפש,
אשר ע"כ געבט ער פארן טאכטער זיין הויז אין ברוקלין, פלאס $200,000 מזומן,
די איבעריגע נכסים זאל מען זיך טיילן שוה בשוה,
דער רב האט אבער חושש געווען אז דער זוהן וואס איז אויך אן אדוואקאט וועט דאס נישט אזוי גרינג דורכלאזן,
האט ער ציגעשריבן א סיעף אינעם צוואה דירעקטירט צום זוהן,
און ער שרייבט איהם אזוי, מיין זוהן! השמר והיזהר צו טאן דאס מינדעסטע שריט צו מערער זיין אויף מיין צוואה,
איר זאלט זיך נישט דערוואגן צו תובע זיין מיין טאכטער נישט בערכאות און אויך נישט צו דין תורה,
אויב ביסטו עובר אויף מיין באפעל דאן נעם איך צו פון דיר די ירושה וואס איך האב דיר יא ציגעטיילט און דו באקומסט גארנישט.
עד כאן הצוואה.
א יאר שפעטער בשנת תשס"ד האט דער רב מחזיר געווען נשמתו ליצרו לדאבון לב משפחתו, מכיריו, ותלמידיו. הוא הלך לעולמו ואותנו עזבו לאנחות
דער טאכטער, מיטן פולן קאנפידענטס באוואפענט מיט די צוואה איז געגאנגען איינקאסירן וואס געהער ערליך פאר איר.
דא קומט אבער דער זוהן און זאגט, האלט! נישט אזוי שנעל!
ער שיקט א הזמנה בערכאות צו דעם אדוואקאט פונעם פארשטאבענעם רב (מארק קעטס), ער זאל עדות זאגן אונטער א שבועה דברים כהוויתן וואס פונקטליך און אונטער וואסערע אומשטענדן דער טאטע האט געשריבן די צוואה,
דער טאכטער'ס אדוואקאט שיקט א שטערענגע בריוו צום זוהן ער זאל בעסער חוזר זיין פון דעם אקט ווייל דאס העט איהם קאסטן זיין ירושה,
אבער דער זוהן לא שת לבו בכל זאת, האלט זיך ביי דאס זייניגע און שטעלט דעם רב'ס אדוואקאט פאר א קרייץ פארהער אונטער א שבועה,
נאך חקירות ודרישות קומט דער זוהן צו די החלטה אז ער האט נישט וואס צו מערער זיין און איז מסכים צום צוואה,
דא קומט אבער דער טאכטער און שרייט א מין הפקר וועלט מ'האט דיר געווארנט נישט צו עובר זיין אויף די צוואה, ממילא האט איר פארלוירן אלעס,
דער זוהן שרייט אבער איך האב גארנישט עובר געווען, דאס גאנצע וואס איך האב געטאן איז חוקר זיין צו דערגיין דעם אמת, און איך האב קיינמאל אפציעל מערער געווען,
דער טאכטער לויפט בערכאות, צו א סאראגעט דשאדש, (א געריכט געווידמעט נאר אויף ירושה ענינים) אז מ'זאל זאפארט אלעס צונעמען פונעם ברודער,
דער טאכטער זיגט אינעם סאראגעט קארט, און דער זוהן בלייבט מיט גארנישט, נקי מכל
דער זוהן אפעלירט צום אפעלאט און דער טאכטער זיגט נאכאמאל,
דער זוהן אפעלירט צום העכסטן געריכט און ניו יארק סטעיט,
און ענליך בשנת תש"ע האט דער העכסטער געריכט צוריק געדרייט די פסק פון די צוויי נידעריגע געריכט און געגעבן פולער רעכט פאר זוהן.

עד כאן המעשה

זעה דא די ארעל ארגומענטן פון די העכסטע געריכט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TzsbEFiCBYk[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

שליחה דורך קל וחומר »

נאכנישט געזען דעם קליפ, אבער בפשטות איז ער הונדערט פראצענט בארעכטיגט צו מאמת זיין די צוואה. הערסט א מעשה, זי העט אויפמאכן א צוואה, און טאמער פראבירסטע צו דערגיין אויב ס'איז קראנט פארלירסטע אלעס...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ס'איז אינעטרסאנט אז ער האט געוואונען.

איז דאס טאקע די spirit פון די clause וואס די טאטע האט געמיינט ? איך מיין....

אגב, דער זוהן'ס אטוירני האט א מיליאן מאל בעסערע דעליווערי סקילס ווי די טאכטערס, (איך ווייס נישט וויפיל דאס מאכט באמת אויס)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך נישט געזעהן די קליפ, אבער לויט ווי גאלד דערציילט די מעשה איז זיכער די זוהן גערעכט. א מין כלב'טע זי.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דאס איז לכאורה די שטערקסטע טענה פונעם טאכטער,
אז דער מציאות איז אז זי האט געדארפט דורכגיין שוועריקייטן א דאנק דעם זוהן'ס פעולות,
איינס, אז דאס באקומען איר ירושה איז פארשלעפט געווארן מיט א יאר,
צוויי, די לעגאלע קאסטן,
דריי, די אפקומעניש פון די קריגערייען,
און דאס פונקטליך האט לכאורה דער פארשטארבענע טאטע געוואלט פארמיידן פאר אלע קאסטן, מיט דעם סיעף צום זוהן (clause)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין, טאר מען טאקע נישט רעדן פאר'ן הערן פינקטליך די אלע פרטים.

און די אמת איז אויך אז מ'דארף וויסן ווי שטארק ביים זינען די טאטע איז געוועהן. אויב יעדער וואס האט אים געקענט האט געוויסט אז ער איז געוועהן כאחד האדם, און די זוהן האט נאר געוואלט פארדרייען א קאפ, איז די טאכטער גערעכט. אבער אויב איז טאקע געוועהן רגלים לדבר אז ער איז אפשר נישט געוועהן אינגאנצען ביים דעת איז א אנדערע מעשה.
#דארףמעןוויסן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שוין, האב איך יעצט געענדיגט דעם גאנצן קליפ, און דער עיקר האט מען לדעתי ווייניג אדרעסירט, ווי חתם סופר שרייבט, די גאנצע קעיס וואלט זיך ווען געדארפט דרייען צו דער זוהן האט טאקע געהאט לעגיטימע סיבות צו דרייען א קאפ, אדער האט ער פרובירט זיין מזל.

מיר קוקט אויס אז די שופטים האבן -ווי א יעדע הויפט געריכט טוהט - ענדערש גענומען די 'געזעץ' חלק אין באטראכט, ווי די פאקטן פון די ספעציפישע מעשה וואס דארף ווען אפעקטירן די תוצאות פון די ספעציפישע קעיס.

עניוועי, ווער בין איך אומעדיוקעיטעד חרידי זיך חולק צו זיין מיט די געערטע דזשעדזשעס ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער קען אפשר ברענגען די לשון פון די סעיף וואס די טאטע האט געשריבן צום זוהן?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

לאמיר זאגן אז דער ברודער איז געווען א חי' מיטן אנמאכן צרות,
מסכים
אבער רבוש"ע! האסטעך באקומען דאס דייניגע!

just move on

קריגט מען זיך פאר נאך 5 יאר!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

лпم iοوԴ האט געשריבן:איינער קען אפשר ברענגען די לשון פון די סעיף וואס די טאטע האט געשריבן צום זוהן?

[left]I specifically direct that my son, Alexander I. Singer, not contest, object to or oppose this Will or The Joseph Singer Revocable Trust Agreement, or any part of my estate plan or any gifts made by me, and I specifically direct that my son not take my daughter, Vivian S. Singer, to a Bet Din (religious court) or to any other court for any reason whatsoever; and I specifically direct that if my son takes any such action or brings on any such proceeding, neither my son nor any of his issue shall receive any share of my estate, whether passing under this Will, under The Joseph Singer Revocable Trust Agreement or otherwise.[/left]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדער קען מען זאגן א דריטע צד, אז די טאטע האט דאס געשריבן באופן לכתחילה צו מונע זיין די זון פון נעמען שריט, אבער לאחר המעשה און ער האט פאלוירן אולי וואלט די טאטע עם נישט מונע געווען די ירושה.

#כרחם אב על בנים
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

שליחה דורך קל וחומר »

אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך האלט אז דער טאטע וואלט געגעבן א געזונטן זעץ אין די ציין פארן טאכטער פארן שלעפן אין געריכט נאך 5 יאר, נאכן באקומען דאס איריגע, דאס איז זיכער נישט געווען אין די spirit of the clause
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

גאלד האט געשריבן:...און ער שרייבט איהם אזוי, מיין זוהן! השמר והיזהר צו טאן דאס מינדעסטע שריט צו מערער זיין אויף מיין צוואה,
איר זאלט זיך נישט דערוואגן צו תובע זיין מיין טאכטער נישט בערכאות און אויך נישט צו דין תורה...

גאלד האט געשריבן:...דא קומט אבער דער זוהן און זאגט, האלט! נישט אזוי שנעל!
ער שיקט א הזמנה בערכאות צו דעם אדוואקאט פונעם פארשטאבענעם רב (מארק קעטס), ער זאל עדות זאגן אונטער א שבועה דברים כהוויתן וואס פונקטליך און אונטער וואסערע אומשטענדן דער טאטע האט געשריבן די צוואה...

#ביןאיךדעראיינציגסטער וואס זעה נישט ווי ער איז עובר אויף די צוואה?

דער טאטע האט צוויי באזונדערע סעיפים
א. נישט מערער זיין אויף די צוואה.
ב. נישט תובע זיין די טאכטער בערכאות או בדין תורה.

אויף אות ב' איז דאך פשוט אז ער האט איר נישט גערופן אין ערגעץ נישט; נאר דעם לויער האט ער גערופן.

אות א' איז אביסל מער האקל, אבער כאטש ער טאר נישט מערער זיין אויף די צוואה, קען מען טייטשן אז עס ווערט א פאקטישע צוואה נאר איינמאל עס איז פעסטגעשטעלט. חוץ איב זי וויל טייטשן אז דער טאטע האט טאקע געמיינט צו לאזן א פאראדאקס צוואה.

דיסקלעימער: איך האב נישט גע'וואטש'ד די ווידיא.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז אינעטרסאנט אז ער האט געוואונען.

איז דאס טאקע די spirit פון די clause וואס די טאטע האט געמיינט ? איך מיין....

אגב, דער זוהן'ס אטוירני האט א מיליאן מאל בעסערע דעליווערי סקילס ווי די טאכטערס, (איך ווייס נישט וויפיל דאס מאכט באמת אויס)

יעקב מענטש: איך בין מסכים מיט דיר 100%. דעם זוהנ'ס לויער, מר. פריעדמאן האט גערעדט צו דער זאך. און ער האטציך נישט פארלוירן אינמיטן טענה'ן. ער האט געוויזן אז ער איז בקי אין די גאנצע קעיס און די געזעצן ארום דעם. משא"כ די טאכטער'ס לויער האטציך פארלוירן אינמיטן טענה'ן. ער האט נישט געכאפט די כוונה פון די דזשאדזשעס ווען זיי האבן געפרעגט א וויכטיגע רעטארישע שאלה.
דרך אגב. מ'קען זיך ליידער אראפלערנען א וויכטיגע זאך פון דעם חילוק פון די סופריעם קאורט ביז להבדיל (דאס שרייב איך אין א נעגאטיוון וועג) די התאחדות הרע-בנים. איך בין אנוועזנד געווען ביי א ..."דין תורא" ביי די התאחדות הרע-בנים. ס'איז צוגעגאנגען ווי פאלגנד: די בי"ד איז באשטאנען פון 2 אלטע באטשי'ס מיט איין יונגערמאן. וועם איך קען פון זעהן אין טאהשער ביהמ"ד אין בארא פארק.גלייך ביים אנהויב פון די אזוי-גערופענע דין טוירעה, האט דער טוען מצד השני אנגעהויבן צו פיליבאסטער'ן, חוץ ווען ער האט געבראקט שקרים און עמי הארצות אין טעכנישע, פאקטישע עניינים. ער האט אנגעהויבן מיט אפליינען א יעדן סעיף קטן פון דעם סטאנדארטן געפרינטן ליעס. אינצווישן האבן די אלטע באטשי'ס (זאללן זיין געזונט) געדרימלט. נאר דער יונגערמאן איז געווען ביי די חושים. ווען דער טוען דער שקרן איז צוגעקומען צו וואו ס'שטייט געפרינט אינ'ם ליעס אז מ'טאר נישט אריינלייגן א וואש-מאשין אין אפארטמענט אן א געשריבענע הסכמה פונ'ם לענדלארד האט ער אנגעהויבן צו ליינען בקול רם. געכאפט דעם טאטער. ווייל מ'האט נישט געהאט קיין רשות בכתב האט מען עובר געווען אויף דעם ליעס. און דער ליעס איז בטל. האטציך אנגערופן דער יונגערמאן (וואס ד"א האביך קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א רב. זעהט אויס אז אותו יום מינוהו)..."וואו זאללן זיי גיין וואשן די וועש, ביי דיר...?!
שוין געניג געווען מיט דעם ליצנות און קאמעדי שאו וואס רופטציך דין תורה ביי די'סאכדעס...
יעצט לאמיר צוריקגיין וויאזוי די סופריעם קאורט ריכטערס האבן זיך אויפגעפיהרט. זיי זענען אלע געווען 100% וואך. און האבן מיטגעהאלטן דעם קעיס. א יעדער פון די דזשאדזשעס האט געפרעגט ביי די לויערס פארשידענע שאלות וועלכע זענען וויכטיג פאר די קעיס. און זיי האבן געוואלט דערגיין דעם אמת.
דא איז ליידער מקויים געווארן וואס רש"י הק' זאגט אין פ' משפטים..."ואויבנו פלילים"...אז ביי די גוי'שע געריכט איז דא דער אמת. און ביי די אידישע בי"ד איז עס א שטיק ליצנות...היש לך חילול השם גדול מזה...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש האט געשריבן:שוין, האב איך יעצט געענדיגט דעם גאנצן קליפ, און דער עיקר האט מען לדעתי ווייניג אדרעסירט, ווי חתם סופר שרייבט, די גאנצע קעיס וואלט זיך ווען געדארפט דרייען צו דער זוהן האט טאקע געהאט לעגיטימע סיבות צו דרייען א קאפ, אדער האט ער פרובירט זיין מזל.

מיר קוקט אויס אז די שופטים האבן -ווי א יעדע הויפט געריכט טוהט - ענדערש גענומען די 'געזעץ' חלק אין באטראכט, ווי די פאקטן פון די ספעציפישע מעשה וואס דארף ווען אפעקטירן די תוצאות פון די ספעציפישע קעיס.

עניוועי, ווער בין איך אומעדיוקעיטעד חרידי זיך חולק צו זיין מיט די געערטע דזשעדזשעס ?

יעקב מענטש: לויט ווי איך האב ארויסגענומען פון די טענות, אז די דזשאדזשעס האבן אויך געהאלטן אז ס'איז דא צייטן ווען א מענטש האט א רעכט אויסצופארשן צו די צוואה איז לעגיטים. און צו ס'איז נישט דא א מציאות וואו ער ווערט בא'עוולה'ט. זייער שאלה איז נאר געווען אויב די פעולות וואס דער זוהן האט געטון איז געווען לעגיטים אדער ער האט שוין איבערגעטרעטן דעם גרעניץ. און עובר געווען אויף דעם טאטנ'ס צוואה...!
ועוד יש לומר. טאקע ווייל ס'איז אן אפעלאט געריכט האבן זיי נישט אזוי שטארק געפאוקוסט אויף די עצם פאקטן. ווייל דאס האבן דאך שוין געטון די קלענערע געריכטן. דער תפקיד פון אן אפעלאט געריכט איז הויפטזעכליך צו קוקן אויב די קלענערע געריכטן האבן גוט געמשפט אדער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:אדער קען מען זאגן א דריטע צד, אז די טאטע האט דאס געשריבן באופן לכתחילה צו מונע זיין די זון פון נעמען שריט, אבער לאחר המעשה און ער האט פאלוירן אולי וואלט די טאטע עם נישט מונע געווען די ירושה.

#כרחם אב על בנים

אבער גיי פרעג איהם...!
פארשפארט