ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מושב זקנים טענה'ט אז ער קומט מיט א נאבעלע ציל צו ראטעווען דער מענטשהייט פון די פראבלעם פון חרדיזם. ער איז א קלוגע דענקער וואס האט אלס דורכגעטוהן, מיט פארשטאנד און ערליכקייט און ס'איז איהם ארויס א מסקנא אז חרדיזם איז פון דער טייוויל אליינס. ער נוצט זיין קענשאפט פון דער שפראך ארויס צו געבען זיין מיינונג כדי מקרב צו זיין אידען צום אמת.
ווען ער ווייסט אז דער רושם וואס אונז האבען אויף איהם איז אלס אן אלטער זעצער אין מושב זקנים, וואס זיין קינדער ווילען איהם נישט אנקוקען און זיין מאמע האט איהם לאנג אפגעלאזט. א גרוש וואס ארבעט אין א ווערהויז און זאגט יעדער איינער אז ער האט ערגעץ א דעגרי און דעריבער איז ער בעסער ווי זיי, א זוהן פון א גביר א יורד וואס איז געבליבען נאר מיט'ן עקעלדיגקייט פונ'ם געלט אן די געלט בפועל, ווי א שיבער אין מצה בעקעריי וואס האט א מיינונג אויף אלס און יעדעם און למעשה קוקט ער אין אויווען א גאנצע טאג, ווי א משולח וואס האט שוין אויסגערעכענט די נקמה וואס ער גייט נעמען אין יעדער איינער וואס גיבט איהם נישט אין מיט'ן ק"ש ווען ער ווערט רייך, ווי א טראמפ וויילער וואס באשולדיגט דער היספאנישער אין לאס אנדזשעלעס פאר דעם אז ער האט שיכערעהייט צוקלאפט זיין קאר אין קאנזאס. ווען ער ווייסט די רושם וואס ער האט, וואלט ער פארשטאנען אז קיינער וועט איהם אזוי נישט גלויבען און קיין איין אידישע נשמה וועט ער נישט ראטעווען דערמיט.
די אשכול איז פשוט א טובה פאר איהם.
ליטוואק, נישט צו פארדרייען דעם שמועס, אבער כ'האב הנאה פון דיין תגובה... קוק נאכאמאל אדורך דיין תגובה, נאר יעדע מאל ווי דיין תגובה ענטהאלט דאס ווארט "חרדיזם" שטעל אריין "חסידות"... און אנשטאט "מושב" לייג אריין "ליטוואק"... און דערנאך קוק זיך אין שפיגל... סאונדט פעמיליער?
עניוועי, איך גיי מיך קריגן מיטן עולם, איך האב נישט אזא שלעכטן בלק אויף מושב, כאטש איך בין נישט מסכים מיט זיינע מיינונגען און זיין טראללן, פארשטיי איך אז ער איז ערגעץ אין זיין לעבן שטארק בא'עוולה'ט געווארן דורך חרדישע אידן און ער לייגט אריין אלע חרדישע אידן אונטער איין נאסן ליילעך. רויטע וואנצעס האט אים ליב אהבת נפש, איך בין נאך נישט ממש אויף דער מדריגה, אבער פיינט האב איך אים נישט, און עס באדערט מיך נישט אז מען שמועסט אויס זאכן ווי ערוואקסענע, נאר דאס טריצן און שימפן פארנעם איך נישט. און אויב צוליב דעם, זענען פאראן נאך שרייבער דא אין שטיבל וואס איך פארנעם נישט זייער בייסיגקייט און געשימפעכץ.
ס'מערסטע פונעם אינטערוויאו האב איך הנאה געהאט פונעם קעפל, אינטערוויו מיט
"חברינו היקר" מושב זקנים. קוק וויפיל לייקס דאס האט באקומען!