די וויסנשאפטליכע וועלט איז אויף מיט די נייעס אז עס איז געפונען געווארן א פלאנעט ארום דער שטערן וואס איז דער נאנטסטער צו אונזער וועלט - פראקסימא סענטאורי, און געפונט זיך אין דער זאנע ארום זיין זון וואו לעבן קען עקזיסטירן. די נייעס, וואס טייל באטיטלען ווי די גרעסטע אסטראנאמישע נייעס פון דער יאר-הונדערט, איז היינט באשטעטיגט געווארן דורך אן אינטערנאציאנעלער טיעם פון אסטראנאמער.
פראקסימא סענטאורי איז בלויז 4.25 ליכט-יארן אוועק פון אונזער סאלאר סיסטעם און איז דער נאנטסטער שטערן צו אונז. דער ניי-אנטדעקטער פלאנעט - גערופן פראקסימא בי - פארמאגט אן ארביט ארום זיין זון פון 11 טעג, און האט א טעמפעראטור וואס ערלויבט פלוסיג וואסער צו עקזיסטירן.
די נאנטקייט פון דעם ניי-אנטדעקטן פלאנעט מיינט אז אין דער צוקונפט וועלן מענטשן מעגליך קענען אנקומען דערצו אין א רייזע וואס וועט נעמען ווייניגער פון א מענטשליך לעבן.
אסטראנאמער האלטן שוין לאנג אז דער יוניווערס איז ווארשיינליך אנגעפאקט מיט פלאנעטן וועלכע קענען דערהאלטן לעבן, און גאנץ מעגליך אויך פילצאליגע פלאנעטן וועלכע פארמאגן טאקע לעבן אויף זיך. דער פאקט אז מ'האט געפונען אזא פלאנעט אויף דעם נאנטסטן פלאץ מעגליך צו אונזער וועלט איז א שטארקע באשטעטיגונג אז אזעלכע פלאנעטן געפונען זיך ווארשיינליך איבעראל.
איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
- העניך
- שריפטשטעלער
- הודעות: 941
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
- האט שוין געלייקט: 1242 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4540 מאל
איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
דער אשכול פארמאגט 78 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן