די האלאקאוסט - ביז ווי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך קאמענטירער »

און אונזער קאמינוטי איז מען זייער שטארק פארנומען אז מדארף אראפשרייבען לדורות די ווייטאג און ליידען וואס אונזערע זיידעס זענען אריבערגעגאנגען אין די ביטערע מלחמה יארן, און וואס אלטס זיי האבען זיך צוזאמגעליטען פון דעם דייטש, און יעדע עלטערע מענטש וואס האט געהאט א פען און פאפיר אויף די פלייצע האט באשריבען זיינע אלע מיטמאכענישן, אז חלילה די יונגע דור זא נישט פארגעסן וואס זייי זענען אלטס אריבער, און אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס זענען פארהאן צענדליגע קאלומס געווידמעט פאר די פאר קורצע און בלוטדורכגעווייקטע יארען און סאיז גאנץ גאנגבאר זיך צו באנוצען מיטען פסוק זכר את אשר עשה לך עמלק,

איך וועל מיך אבער דערוואגען און פרעגן: מילא די דור פון איבערלעבערס וואס זיי האבען פרזענליך מיטגעמאכט די מלחמה אויף די אייגענע ביינער איז איין זאך, אבער צו וואס דארף איך וויסען פון די אלע גרויליגע און אכזריות'דיגע מעשים? פארוואס דארף איך מיר אנליינען מיט בארבארישע און סאטדיסטשע פיינונגס מיטלען? צו וואס פעלט עס מיר אויס צו זען אן אומשולדיג קינדיש פנים ווערנדיג געפירט צום שחיטה? מקען עפעס פארדינען דערפון? איז דא א נוצען פון זיין אויסגעקאכט אין די ביטירע מלחמה? אדער איז ענדערש עס צו פארגעסן און אנגיין מיטן לעבן?
...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

history repeated, כדי צו זעהן די פעטטערן דארף מען וויסן די עבר, נאר ווען מען ווייסט און געדענקט די מעשי רשע האט מען עפעס א טשענס צו דאס אפהאלטן פונעם עתיד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אפשר אז מיר זאלן געדענקען אז מישן מיט די גוים, זיך עדיקעטן ווי זיי א.א.וו. העלפט גארנישט אין די לאנג ראָן?
אפשר זיך צו דערמאנען אז מיר זענען אין גלות?
אפשר צו זעהן דעם עשו שונא ליעקב קלאר?
אפשר צו מערקן די שטארקייט פן יענע דור?
אפשר דו זאלסט פילן גליקלעך מיט אלץ וואס דו פארמאגסט?
אפשר זאלסטו שפירן אז דו מיזט ניצן יעדע מינוט פון לעבן לטובה?
אפשר כדי דו זאלסט ריכטיג שעצן דיין זיידע. באבע?
אפשר צו פילן אביסעלע צער, צו ברענגען משיח אינגיכן?

ספוילד יונגערמאן, וועק זיך אויף פון דיין סעלפישע טראכט ווינקל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

געוואלדיג האט געשריבן:history repeated, כדי צו זעהן די פעטטערן דארף מען וויסן די עבר, נאר ווען מען ווייסט און געדענקט די מעשי רשע האט מען עפעס א טשענס צו דאס אפהאלטן פונעם עתיד.

גראדע גלייב איך נישט, אז מען קען צוריקהאלטן רשעות.
.I got voices in my head.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

קאמענטירער האט געשריבן:און אונזער קאמינוטי איז מען זייער שטארק פארנומען אז מדארף אראפשרייבען לדורות די ווייטאג און ליידען וואס אונזערע זיידעס זענען אריבערגעגאנגען אין די ביטערע מלחמה יארן, און וואס אלטס זיי האבען זיך צוזאמגעליטען פון דעם דייטש, און יעדע עלטערע מענטש וואס האט געהאט א פען און פאפיר אויף די פלייצע האט באשריבען זיינע אלע מיטמאכענישן, אז חלילה די יונגע דור זא נישט פארגעסן וואס זייי זענען אלטס אריבער, און אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס זענען פארהאן צענדליגע קאלומס געווידמעט פאר די פאר קורצע און בלוטדורכגעווייקטע יארען און סאיז גאנץ גאנגבאר זיך צו באנוצען מיטען פסוק זכר את אשר עשה לך עמלק,

איך וועל מיך אבער דערוואגען און פרעגן: מילא די דור פון איבערלעבערס וואס זיי האבען פרזענליך מיטגעמאכט די מלחמה אויף די אייגענע ביינער איז איין זאך, אבער צו וואס דארף איך וויסען פון די אלע גרויליגע און אכזריות'דיגע מעשים? פארוואס דארף איך מיר אנליינען מיט בארבארישע און סאטדיסטשע פיינונגס מיטלען? צו וואס פעלט עס מיר אויס צו זען אן אומשולדיג קינדיש פנים ווערנדיג געפירט צום שחיטה? מקען עפעס פארדינען דערפון? איז דא א נוצען פון זיין אויסגעקאכט אין די ביטירע מלחמה? אדער איז ענדערש עס צו פארגעסן און אנגיין מיטן לעבן?

ח"ו. די לעססאנס פון די האלאקוסט זענען ריזיג פאר'ן מענשהייט און ספיציעל פאר אידען. דער פרומער עולם איז זייער אונטערשטעליג אין דעם ענין לעומת דער פרייער און מאדערנער סאסייעטי. איינע פון די סיבות איז אז מיר זענען צו נאענט צום ערשטען און צוויטען דור און די וואונדען האבען זיך נאך נישט אינגאנצען געהיילט. מיר לעבען אויך אזא מין לעבען וואס מיר פראבירען נאך צומאכען דער פרי-מלחמה אייראפעישען קולטור וואס דאס גיט צו צום אום-פארשטענדעניש פון די גאנצע תקופה.
די עפפעקטס אויף אונז איז באין שעור. למשל רוב בעיבי באאמערס אין אונזער ציבור ליידען פון געזונט און נערווען פראבלעמען וואס איז א דירעקט ריזאלט פונעם אויף וואקסען אין די פאסט מלחמה יאהרען מיט דיפרעסטע, געשלאגענע עלטערען און מלמדים.
אונזערע קולטור איז אויך עקסטרים אין פארשידענע ערטער ווייל די ריספאנס פון אונזערע אידען זיך נוקם צו זיין אין היטלער ימ"ש איז געווען "מיר וועלען זיך נישט לאזען, מיר וועלען צוריק שטעלען דער היימישען געזעלשאפט גענוי אזוי ווי אינדערהיים" . דער פראבלעם איז אז מיר האבען אויך מיט גענומען די חסרונות און שטותים, און מיר וויסען נישט באמת וואס און ווען האט זיך געטוען אינדערהיים. אזוי האבען מיר געשאפען אנן עקסטרים ריעליטי וואס וויל זיך נוקם זיין דורך צוריק אוף בויען א צובראכענעם פארפרומטען סיסטעם.
אויב וועלען מיר בעסער פארשטיין דער געזעלשאפט פון פאר'ן קריג מיט איהרע חסרונות, מעלות וכדו' וועלען מיר , דער דריטער דור קענען אוועקשטעלען א פיוטשור וואס איז מער נארמאל און בעלענסד אהן א סענס פון נקמה און חדש אסור מן התורה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ומדע: ייש"כ פאר אזוי גוט ארויסברענגען די אלע אמת'דיגע נקודות.

איך האב נאר עטליכע קליינע באמערקונגען. דער פאקט וואס אונזערע עלטערן (איך בין דער צווייטער דור פונ'ם האלאקאוסט. מיינע עלטערן זענען געווען סוירווייווערס.) און רבי'ס האבן זיך טייל מאל באנומען מיט אכזריות אדער לאמיר זאגן מיט נישט רעכענען זיך מיט די געפיהלן פון די קינדער, איז נישט דווקא געווען א רעזולטאט פון זייערע ייסורים וואס זיי זענען אדורכגעגאנגען. נאר דאס איז געווען די אלגעמיינע, אנגענומענע מיינונג אז מ'טאר נישט ספוילן די קינדער. און די השגות אין חינוך וואס מחנכים און עלטערן האבן היינט זענען נאך בכלל נישט געווען גאנגבאר אין יענע תקופה. אויך זענען נישט געווען די אלע פראטעקשנ'ס פאר קינדער'ס וואווילזיין און רעכטן ווי היינט. ביי מיר אינדערהיים איז בדרך כלל געווען א רואיגע אטמאספער. מיין טאטע האט נישט געשריגן און געפראסקעט מדי יום ביומו. און מיין מאמע איז נישט געזיצן און באוויינט איהר גורל און וואס זי איז אדורך אין האלאקאוסט. מ'האט געטרייט צו געבן א נארמאלן לעבן פאר די קינדער. נאר, פארשטייצעך מיט א ביסל שטרענגקייט.

אין חדר איז אויך געווען אן ענליכער מצב. מיין געווענליכער רבי/ס זענען געווען בדרך כלל גוטע מענטשן. נישט קיין אכזרים און סאדיסטן. נאר ווען ס'איז געקומען אמאל א סאבסטיטוט. דארט איז שוין געווען אן אנדערע מעשה. ער האט געהאט שפיציגע שיך. און ער פלעגט צו קומען צו א יינגל'ס דעסק, אויב ער האטציך עס פארדינט. און געשטויסן מיט זיינע פיס. אני הקטן בין געווען א גוטער קאסטומער פאר זיינע שטויסן. ווען מיין מאמע האט מיר אמאל געהאלפן נעמען א באד, און זי האט געזעהן די בלעק-ענד-בלו מארקס, האט זי געפרעגט ווער ס'האט עס געטון צו מיר. ווען איך האב איהר געזאגט אז מיין רבי האט עס געטון, איז זי נישט געווארן ווילד און געלאפן אין חדר און געסטראשעט מיט פאליס און טשיילד עביוז רעפארטינג. נאר זי האט געזאגט מיט א שמייכל אז איך האב עס מסתמא פארדינט...!

נאך א זאך. דער עולם איז נישט געווען אזוי אבסעסס'ד ווי היינט. למשל, ווען מיין רבי האט אין א גוטע שטימונג אמאל געמאכט א ווערטל ווען מ'האט געלערנט דעם פסוק אין חומש..."איש לפי אכלו תכוסו"...האט די רבי געזאגט אז דאס איז טייטש אז א יעדער איינער האט א ישבן (מחילה) לויט וויפיל מ'עסט. און אונז האבן איבערגעזאגט די רבי'ס ווערטל אינדערהיים. ווען א מלמד זאלל היינטיגע צייטן זאגן אזא זאך, איז ער ביז 5 מינוט מער נישט אין די קלאס...!
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

עס איז די זעלבע סיבה פארוואס מען לערנט היסטאריע בכלל.
“Those who forget the past are doomed to repeat it”
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

עס איז די זעלבע סיבה פארוואס מען לערנט היסטאריע בכלל.
“Those who forget the past are doomed to repeat it”
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ייש"כ פאר אזוי גוט ארויסברענגען די אלע אמת'דיגע נקודות.

איך האב נאר עטליכע קליינע באמערקונגען. דער פאקט וואס אונזערע עלטערן (איך בין דער צווייטער דור פונ'ם האלאקאוסט. מיינע עלטערן זענען געווען סוירווייווערס.) און רבי'ס האבן זיך טייל מאל באנומען מיט אכזריות אדער לאמיר זאגן מיט נישט רעכענען זיך מיט די געפיהלן פון די קינדער, איז נישט דווקא געווען א רעזולטאט פון זייערע ייסורים וואס זיי זענען אדורכגעגאנגען. נאר דאס איז געווען די אלגעמיינע, אנגענומענע מיינונג אז מ'טאר נישט ספוילן די קינדער. און די השגות אין חינוך וואס מחנכים און עלטערן האבן היינט זענען נאך בכלל נישט געווען גאנגבאר אין יענע תקופה. אויך זענען נישט געווען די אלע פראטעקשנ'ס פאר קינדער'ס וואווילזיין און רעכטן ווי היינט. ביי מיר אינדערהיים איז בדרך כלל געווען א רואיגע אטמאספער. מיין טאטע האט נישט געשריגן און געפראסקעט מדי יום ביומו. און מיין מאמע איז נישט געזיצן און באוויינט איהר גורל און וואס זי איז אדורך אין האלאקאוסט. מ'האט געטרייט צו געבן א נארמאלן לעבן פאר די קינדער. נאר, פארשטייצעך מיט א ביסל שטרענגקייט.

אין חדר איז אויך געווען אן ענליכער מצב. מיין געווענליכער רבי/ס זענען געווען בדרך כלל גוטע מענטשן. נישט קיין אכזרים און סאדיסטן. נאר ווען ס'איז געקומען אמאל א סאבסטיטוט. דארט איז שוין געווען אן אנדערע מעשה. ער האט געהאט שפיציגע שיך. און ער פלעגט צו קומען צו א יינגל'ס דעסק, אויב ער האטציך עס פארדינט. און געשטויסן מיט זיינע פיס. אני הקטן בין געווען א גוטער קאסטומער פאר זיינע שטויסן. ווען מיין מאמע האט מיר אמאל געהאלפן נעמען א באד, און זי האט געזעהן די בלעק-ענד-בלו מארקס, האט זי געפרעגט ווער ס'האט עס געטון צו מיר. ווען איך האב איהר געזאגט אז מיין רבי האט עס געטון, איז זי נישט געווארן ווילד און געלאפן אין חדר און געסטראשעט מיט פאליס און טשיילד עביוז רעפארטינג. נאר זי האט געזאגט מיט א שמייכל אז איך האב עס מסתמא פארדינט...!

נאך א זאך. דער עולם איז נישט געווען אזוי אבסעסס'ד ווי היינט. למשל, ווען מיין רבי האט אין א גוטע שטימונג אמאל געמאכט א ווערטל ווען מ'האט געלערנט דעם פסוק אין חומש..."איש לפי אכלו תכוסו"...האט די רבי געזאגט אז דאס איז טייטש אז א יעדער איינער האט א ישבן (מחילה) לויט וויפיל מ'עסט. און אונז האבן איבערגעזאגט די רבי'ס ווערטל אינדערהיים. ווען א מלמד זאלל היינטיגע צייטן זאגן אזא זאך, איז ער ביז 5 מינוט מער נישט אין די קלאס...!

ריכטיג. אבער דער פאינט איז אז דער האלאקאסט האט געהאט א מעידזשער אימפעקט אויף די צורת החיים פון אונזער היינטיגער געזעלשאפט מיט אלע איהרע פראבלעמען. אפילו מיר זענען שוין 70 יאהר דערנאך. דער טעם פון דעם איז אין איין ווארט "נקמה". מען דארף זיך נוקם זיין און ווידער אויפבויען. דער פראבלעם איז אבער אז מיר בויען אןיף פעס וואס האט שוין דעמאלטס נישט געטויגט למחצה לשליש ולרביע.
טערארעטיש גערעדט, אויב וואלט די האלאקאוסט נישט פאסירט וואלטען די היינטיגע מוסדות אלע אויסגעזען ווי תורה ודעת אדער YU.קיינער וואלט נישט געגאנגען קיין שטריימל וכו וכו'. וויל דער עקסטרימיזם קומט פון נקמה נעמען און זיך נישט לאזען.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך יהושע חיים »

אויב איך מעג עס פרעגן אביסל אנדערש

וואס איז די שואה אנדערש ווי ת"ח ת"ט אדער גירוש ספרד אדער מסע הצלב
מען דארף געדענקן יצ"מ פסח און חורבן הבית ת"ב אבער חוץ פון די צוויי זעה איך נישט קיין נפ"מ
(אולי קען מען זאגן אז דאס איז א שטיקל ציונות וואס ליגט אביסל באהאלטן אין יעדער איינער וד"ל)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

טאקע נישט אנדערש, דריי הונדערט יאר ארום וועט מען ביידע געדענקען די זעלבע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יהושע חיים האט געשריבן:אויב איך מעג עס פרעגן אביסל אנדערש

וואס איז די שואה אנדערש ווי ת"ח ת"ט אדער גירוש ספרד אדער מסע הצלב
מען דארף געדענקן יצ"מ פסח און חורבן הבית ת"ב אבער חוץ פון די צוויי זעה איך נישט קיין נפ"מ
(אולי קען מען זאגן אז דאס איז א שטיקל ציונות וואס ליגט אביסל באהאלטן אין יעדער איינער וד"ל)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk



two wrongs don't make one right

די צווייטע וועלט מלחמה (שואה? ביזט פארכאפט אין ציונות ר"ל?..) איז וויכטיג ארויס צו האבען און אזוי אויך אלע אנדערע היסטארישע הריגות און פארטרייבונגען. סיי צו שטודירען צו פארשטיין די עבר און סיי צו דן זיין און זיך לערנען על העתיד. ווען מ'וואלט אויסגענוצט די שעה ענגליש פאר קינדער אביסעל צו לערנען היסטאריע פון די וועלט וואלט זיי אפשר בעסער פארשטאנען די קאנטעקסט פון יודישע היסטאריע און מ'וואלט זיך בעסער פארשטאנען אין די עכטע לעבען דורך זען די ביג פיקטשער ווי אזוי סאסייעטיס ארבעטען
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'דארף לערנען וועגן די האלאקאוסט אז מ'זאל וויסען וויאזוי צוריקצופייטען און זיך נישט לאזן פירן כשה לטבח אזוי ווי דעמאלטס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ומדע: לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער זאגסטו אז וואס ס'האט געטריבן און מאטיווירט דעם שארית הפליטה נאך די צווייטע וועלט מלחמה צו בויען נייע מוסדות און א נייעם לעבן איז געווען נקמה. און אלס רעזולטאט זענען מיר געווארן עקסטרעמיסטן. דו ביסט טיילווייז גערעכט מיט דעם. אבער דער עקסטריעמער חלק איז צו פארדאנקען א געוויסן גרויסן רעבי'ן און צדיק, וועלכער איז אויטאמאטיש ארויפגעקוקט געווארן דורך די דאמאלס'דיגע יתומים און יתומות ווי א טאטע פיגור. און וואס ער האט געזאגט איז געווען קדשי קדשים. אזוי דארף טאקע צו זיין. אבער ביי געוויסע נקודות און זמנים איז זיין מעסעדזש נישט קלאר פארשטאנען געווארן. ווייל די היינטיגע משוגעת'ן און אכשר דרא'דיגע פאררוקטקייטן און די אזוי-גערופענע מלחמה אקעגן ציוניזם ווי די היינטיגע תינוקות שנשבו פראקטיצירן דאס, איז זיכער נישט געווען זיין רצון. און דער רצון ה'. און מ'דארף געדענקען אז א סאך זאכן האבן זיך געטוישט לטובה זייט די גרינדונג פון מדינת ישראל אין 1948. דאמאלס זענען געווען צענדליגע טויזנטער איינוואוינערס אין ארץ ישראל וועלכע האבן באקומען דייקא אן אנטי-רעליגיעזן חינוך. און זייער לעבן איז געווען איינגעשטעלט צו קעמפן אקעיגן יעדן זכר פון אידישקייט. און די מערכות וואס די ערליכע אידן איבער די וועלט האבן געפיהרט זענען געווען נוגע נישט נאר פאר סאטמאר. נאר סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געשטאנען אין שפיץ פון די מערכות. די גאנצע לאנד איז געווען איינגעשטעלט אויף א סאציאליסטישע, אטעאיסטישע עקאנאמיע. משא"כ היינטיגע צייטן איז ב"ה אכשר דרא אין א פאזיטיוון וועג. ערשטנס. אפילו די נישט-רעליגיעזע זענען נישט דאגמאטיש אנטי-רעליגיעז. זיי זוכן צו האבן א באקוועמען עולם הזה'דיגן לעבן. און וואס די ערליכע אידן טוען גייט זיי ווייניג אן. און די אמאליגע ציונים זענען נישט קיין ציונים. די גאנצע אידעאלאגישע מלחמה האט זיך אויפגעהערט. און ס'איז שוין לאנג צייט פאר סאטמאר איינצופאקן און גיין ווייטער. בעסער זיך קאנצענטרירן אויפ'ן חינוך אין די אייגענע רייען. און אויסמענטשלען דעם עולם אין אלע בחינות. די זאכן וואס שטייען אויפ'ן סדר היום היינט אין ארץ ישראל איז נישט מאכן צוועקלאזע און אומ'נוצליכע הפגנות יעדן שני וחמישי. נאר זעהן וויאזוי די ערליכע אידן קענען האבן א תורה'דיגן לעבן. און די גאנצע אנטי-ציוניסטישע אידעאלאגיע וואס סאטמער פיהרט היינט אן איז פוסט און צוועקלאז. מ'פרעגלט איין שנאה צו אנדערע אידן אין די קליינע קינדער.זיי רעדן פון די אלע שיינע זאכן ווי התגרות באומות. בשעת אין אייגענעם הויף און שטעטל פראקטיצירט מען פונקט אויף אזא אופן ווי זיי באשולדיגן די אזוי-גערופענע ציונים...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בן אדם האט געשריבן:מ'דארף לערנען וועגן די האלאקאוסט אז מ'זאל וויסען וויאזוי צוריקצופייטען און זיך נישט לאזן פירן כשה לטבח אזוי ווי דעמאלטס.


דער מונקאטשער רב ז"ל האט א געוואלדיגע מאמר וועגען דעם און בינת נבונים און בשעתו האט ער שטארק געהאלטען אזוי נאר די אזוי גערופענע מבינים האבען בעסער פארשטאנען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:מ'דארף לערנען וועגן די האלאקאוסט אז מ'זאל וויסען וויאזוי צוריקצופייטען און זיך נישט לאזן פירן כשה לטבח אזוי ווי דעמאלטס.


דער מונקאטשער רב ז"ל האט א געוואלדיגע מאמר וועגען דעם און בינת נבונים און בשעתו האט ער שטארק געהאלטען אזוי נאר די אזוי גערופענע מבינים האבען בעסער פארשטאנען.

און הרב הצדיק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט אויכעט געהאלטן אזוי. אבער ליידער מ'האט איהם נישט געניג שטארק אויסגעהערט. און ער איז געווען א קול קורא במדבר. און דאס האט איהם גורם געווען א סאך הארץ ווייטאג...!
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

יהושע חיים האט געשריבן:אויב איך מעג עס פרעגן אביסל אנדערש

וואס איז די שואה אנדערש ווי ת"ח ת"ט אדער גירוש ספרד אדער מסע הצלב
מען דארף געדענקן יצ"מ פסח און חורבן הבית ת"ב אבער חוץ פון די צוויי זעה איך נישט קיין נפ"מ




צענדליגע חילוקים וואס איז נוגע למעשה פאר אונז צו נעמען לעסאנס להבא ווי אנדערע האבן שוין געשריבן,
למשל די שואה איז נישט געווען קיין מלחמה קעגן יודישקייט נאר קעגן יודנטום, דאס הייסט די גיין און אויפזוכן א פאלק, נאכגיין אין וועמענס אדערן רינט יודיש בלוט און דאס וועלן אויסרייסן אז עס זאל חלילה נישט בלייבן קיין זכר, אהן א מעגליכקייט צו זיך אפקויפן דורך זיך שמד'ן וכדו', דאס האט נישט קיין משל און א נמשל אין די וועלטס היסטערי,
אבער אסאך מער ווי דעם: דורך וועמען ? ווער זענען די רוצחים ? נישט אפאר אפגעריסענע פאנאטישע פויערן וואס די גלח האט זיי געהייסן הארגענען און זיי פאלגן עס ערליך אויס, נאר די מאדערענסטע פאלק די ציוויליזירסטע פאלק, וואס גלייבט נישט אין גלחים אדער רעליגיעס, מענטשען נארמאל אויפגעוואקסן פארוואנדלט אין בלוטיגע רוצחים, לאוולי מענער און גוטע טאטעס וואס קישן די קינדערלעך ווארעמערהייט ווען זיי גייען שלאפן אבער יעצט אהיימגעקומען פון די ארבעט וואס איז שיקען יודען צום טויט דורך אלע מיתות משונות,
די ערשטע מאל אין היסטאריע זייט המן און אחשוורוש וואס א גזירת שמד אויף יודען איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א רעגירונג, דורך געזעץ,
האסט א אהנונג וויפיל מיטינגס די נאצישע פארטיי האט געמאכט מיט די יוסטיץ דעפארטמענט אויסצוארבעטן די נירונבערג געזעצן, אז עס זאל שטימען און קענען אריינגיין און די דייטשע ספר החוקים

צו קענען פרעגו וואס עס איז אנדערש ווי גירוש ספרד וואס מען האט פארטריבן די יודען פון איין לאנד און געהארגעט ווער עס האט זיך געשמאדט, אדער מסעי הצלב ווי מען האט טאקע געהארגעט און געשאחטן אבער דורך פויערן און נישט קיין גאווערמענטס, ווי די ביטערסטע קאפיטל אין כלל ישראל, ווייזט נאר ווי וויכטיג עס איז צו וויסען די האלאקאוסט היסטערי צו קענען פארמיידן אסאך שאדן אין די צוקונפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיבור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איזהו גיבור ?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך קל וחומר »

געווען אמאל א גרופע לייבן וואס פלעגן זיך מוטשענען צו כאפן און פארציקן זעברעס ווייל ווי נאר זיי פלעגן קומען אביסל נאנט האבן די זעברעס באמערקט און געמאכט פליטה, ויהי היום איז געקומען דער ראש המשפחה פון די לייבן און האט צאמגערופען אלע משפחה מיטגלידער צו א גאר וויכטיגער צאמקום, ווען אלע זענען אנגעקומען האט דער ראש המשפחה פארגעלייגט זיין פלאן צו קענען כאפן זעברעס גרינגערהייט; מען וועט נעמען די הויט פון געשטארבענע זעברעס און זיך פארשטעלן דערמיט ווי זעברעס אזוי וועלן די זעברעס נישט וויסן צו אנטלויפן און מ'וועט זיי קענען גרינג כאפן! פארשטייט זיך אז זיי האבן זיך קודם צוגעוואוינט צו קענען שפילן ווי א 'זעברע' אז מ'זאל זיי נישט פארדאכטן, ווי נאר זיי האבן אנגעהויבן מיט דעם מהלך האבן זיי פארציקט גאנצעטע סטאדעס פון זעברעס טאג טעגליך!
אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א היבשע תקופה ביז די אנדערע חיות האבן אנגעהויבן מורא צו האבן אז מארגן וועט זיי פארגיין די אפעטיט פון זעברעס און זיי וועלן טוהן די זעלבע שפיצל מיט אונזער מין, זענען זיי זיך צאמגעקומען און דערקלערט קריג מיט דעם לייבן משפחה, נאך שווערע שלאכטן האבן זיי באוויזן צו באזיגן און פארניכטן דעם משפחה. זיי האבן אבער געוואוסט אז אנדערע לייבן משפחות האבן שוין געהערט פון דעם טריק, און מורא געהאט אז אפשר וועלן זיי איין טאג אויך וועלן פראבירן די זעלבע, האבן זיי זיכער געמאכט איבער צו געבן פאר די קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן אויך ווייטער איבערגעבן אז נישט יעדער וואס קוקט אויס גלאטיג איז תוכו כברו. היט אייך אפ פון פרעמדע און האלט אייך שטענדיג צוזאמען און געטרוי נישט יעדעם. ווייל כך וכך היה המעשה. ע"כ המשל.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך א איד »

והנמשל מובן מאליו
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך שמערל »

צו געדענקן אז אויב איז מען עובר אויף די שלש שבועות, גייט גאט אריין אין א גרימצארן, און ער מארדעט אויס זעקס מיליאן פון זיין אויסדערוועלט פאלק, אינקלודינג א מיליאן קליינע קינדערלעך.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך קל וחומר »

אפילו נאר פארן טראכטן פון עובר זיין...
און אפילו ווען אסאך פוסקים נעמען בכלל נישט אהן די ג' שבועות להלכה. (חוץ פון דריי וואכן און ג' שבועות משביעין אותו)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד האט געשריבן:והנמשל מובן מאליו

א איד: א יעדער האט אן אנדער'ן אויסטייטש פאר'ן נמשל. פרעג מיך נישט וויאזוי איך טייטש אויס דעם נמשל... :roll:
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

ר' בערל, איך מעג פרעגן ווי אזוי די טייטש אויס די נמשל?

ס'זעט מיר אויס אינטרעסאנט.
פארשפארט