נשתכח דרך ויואל משה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

נשתכח דרך ויואל משה

שליחה דורך קלינג »

דער סאטמארער רבי זצ"ל האט זיך צום מערסטנס באקאנט געמאכט מיט זיין שיטה קעגן ציונות און האט מחבר געווען צוויי ספרים וואס זענען ספעציעל געווידמעט פאר די טעמע. התנגדות צו ציוניזם איז נישט קיין סאטמארער ערפידונג. רוב פון די וועלט וואס איז נאך די מלחמה מגלגול געווארן אין די היינטיגע חרדי'שע וועלט זענען געווען קעגן ציונות, וואס האט אין יענע צייטן אראפגעפירט טויזענטער אידן פונעם דרך הישר. דער סאטמארער רבי איז אבער געווען באזונדער בארימט מיט זיין אויסגעשפראכנקייט קעגן יעדע זאך מיט די מינדעסטע שייכות צו ציוניזם, אפילו מענטשן און זאכן וואס האבן געוואלט אויפטאן פאר אידישקייט ווי למשל די אגודת ישראל.

אינגאנצן עטליכע צענדליגער יאר שפעטער איז די שיטה פון ויואל משה פארגעסן געווארן. סאטמאר האט שוין זוכה געווען עובר צו זיין אויף כמעט יעדע עבירה וואס זיי האבן גענוצט צו בארעכטיגן די שיטה פון זייער רבי'ן. התגרות באומות? מדינת ישראל קען זיך קומען לערנען ביי סאטמאר וויאזוי אפצולערנען די סוגיא הלכה למעשה. איין טריפ קיין קרית יואל אדער וויליאמסבורג וועט קלוגער מאכן די ציונים און זיי ווייזן אז זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי עובר צו זיין די עבירה מיט אלע מפורשים.

צה"ל איז טמא, ווייל ס'איז דער סימבאל פון די התגרות באומות, די חברה שומרים איז אבער א געוואלדיגע זאך און יעדער סאטמארער יונגעל חלומ'ט צו ווערן א שומרים ווען ער גייט זיין א טאטע. כח הפועל בנפעל איז אויך נישט קיין כלל און אזוי לאנג ווי דער נפעל איז נישט קיין מוסד אין ארץ ישראל איז עס א געוואלדיגע זאך. אין סאטמאר שטייט מען היינט מיט אפענע הענט צו כאפן יעדע פעני פון סיי וואו. די איינציגע תנאי וואס זיי האבן איז אז יענער זאל זיין גרייט צו געבן. אויב יענער וויל געבן וועט סאטמאר פאר א פאר מינוט פארשפארן דעם ויואל משה אין שאנק און נעמען ווי עס דארף צו זיין. פארקערט: דער געבער וועט באקומען כבוד מלכים ביים נעקסטן דינער מחזק צו זיין די ריינע חינוך על דרך הסלולה להם ולא לנו.

די מדינה הטמאה איז איין שטיק כפירה ומינות ווייל דארט גלייבט מען אין כוחי ועוצם ידי. אין סאטמאר ווייסט מען פון אזא זאך נישט צו זאגן. דארט גלייבט מען אז א מענטש דארף פשוט טאן אביסל השתדלות, ווייל אלעס איז סיי ווי באשערט און א איד דארף לעבן מיט אמונה, אנדערש ווי די פארשאלטענע ציונים, וואס מיינען אז ווי מער מען טוט, אלס מער וועט מען מצליח זיין.

דער כוחי ועוצם ידי האט אויך אנגעברענגט א נייע זאך, פון וואס מ'האט קיינמאל נישט געוואוסט ביי אידן: ווען עמיצער טשעפעט אדער שלאגט דיר, טארסטו זיך נישט פארטיידיגן ווייל אויב יא וועסטו עובר זיין אויף די מצות עשה ולא תעשה בבת אחת פון כוחי ועוצם ידי. די כופרים ופוקרים בארה"ק, וועמענס איינציגסטער שטרעבן איז ככל הגוים בית ישראל, האבן אריינגעברענגט ביי כלל ישראל א נייע באגריף פון זיך נישט לאזן און פון נקמה. די פנים האט געפלאמט פאר בושה ווען די בילדער און ווידיאס פון די טעגליכע ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי געשלעגן אויף רחוב רודני אין ירושלים דארץ ישראל זענען פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט. ערליכע אידן האבן זיך געריבן די אויגן און געפרעגט: הזאת נעמי? צוליב פאליטישע חשבונות און נארישע קריגערייען פון מי בראש גייט מען בשאט נפש עובר זיין אויף חילול השם און כוחי ועוצם ידי? אבער יעדער האט אויך געוואוסט דעם תירוץ: כח הפועל בנפעל! דאס פאסירט אויב מען נעמט געלט פון טריפה'נע מקורות.

עבירה גוררת עבירה, די חרדי'שע פארטייען למיניהם זענען פאלנע שותפים אין אלע מעשים תעתועים פון די ציונים. לא די אז זיי האבן זיך געמאכט א ווילעדזש פאר די צייט, שלאגן זיי זיך נאך מיט די גוי'אישע שכנים און מאכן א חילול השם וואס איז נישט געזען געווארן מעת היתה מדינת ישראל לגוי. זייערע מרידה באומות האט אויפגעפלאמט די שנאת ישראל אויף א שרעקליכן פארנעם, און אפילו יעדער זעט שוין קלאר די קאנסעקווענצן זענען זיי ווייטער עומד במרדם. ס'איז באקאנט די מעשה מיטן פארברעכער וואס האט אונטערגעצינדן א הויז און נאכדעם אנגעהויבן שרייען אז מען דארף אויסלעשן דער פייער, והנמשל מאליו מובן.

אידן האבן אייביג געוואוסט אז מיר זענען אין גלות, מיר זענען אנגעוויזן אויף די חסדים פון די פעלקער וואו מיר וואוינען. וועגן דעם האבן אידן קיינמאל נישט אויפגעהויבן דעם קאפ און זיך חלילה גערייצט מיט די גוים. זענען געקומען די ציונים און אנגעהויבן פירן מלחמות מיט גוים וואס האבן זיך געוואגט צו קומען וואוינען אין אונזערע געגענטער. חוץ מזה וואס דאס איז א התגרות באומות אויפן שרעקליכסטן פארנעם, איז עס אויך א חוצפה זיך אויפצוהייבן דעם קאפ און עובר זיין אויף דעם "למה תתראו" קעגן די אומות העולם.

די ציונים זענען אזעלכע רשעים און עוקרי הדת אז זיי טרעטן בשאט נפש נישט נאר אויף די תורה נאר אויך אויף די שיטה הקדושה. ערליכע אידן, די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הכסף והכבוד, וועלן אבער ממשיך זיין אויסצושרייען דעם דבר השם און מוחה זיין קעגן אזוי גערופענע "ראשי ישיבות" ווי דער באקאנטער מהרס "הרב" שטיינמאן. מיר וועלן אויך ממשיך זיין אויסצופירן רצון קדשו פונעם רבי'ן זי"ע דורכן פארשפרייטן די ריינע דעת תורה פאר די גוים און באצאלן פאר אנאנסן אין די צייטונגען און אויף די ראדיא מסביר צו זיין פאר די אומות העולם דעם חומר הענין פון נעמען בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס אינעם טמא'נעם צה"ל, וואס איז אזא דבר פשוט אז אפילו א גוי פארשטייט עס, נאר ליידער ישראל כשיורדין יורדין עד לתהום און זיי רייסן אוועק אומשולדיגע צאן קדשים פון די ערליכע ריינע גאס צו די הפקרות'דיגע כוחי ועוצם ידי מיליטער, וואו די ערשטע זאך נאכן איינגעשוואוירן ווערן איז צו טרעטן דריי מאל אויף א סידור כפתור ופרח.

אונזערע אומאפהענגיקע ארגאנען וועלן ווייטער משמיע זיין דעת תורתנו הק' און אפענטפערן דעם צד שכנגד און זיך נישט שרעקן פאר די ציונים, וואס גלייבן ווי גולמים יעדע ווארט וואס זייערע טריפה'נע רעליגיעז ציוניסטישע צייטונגען קארמען זייער ציבור וואך איין וואך אויס.

היינט זעט שוין די גאנצע וועלט איין דעם אמת און אפילו די מזרחיסטן זענען שטילערהייט מודה אז די ציונים ווילן גארנישט עפעס אנדערש ווי עקירת הדת. לפנים מאכן זיי נאך דעם אנשטעל ווי די ציונים שטיצן מוסדות און פארקויפן זיך אזעלכע פרעכע שקרים אז העלפט פונעם טמא'נעם צה"ל זענען שומרי תורה ומצות, בשעת יעדער בר דעת ווייסט קלאר אז דאס איז שקר וכזב און די איינציגע סיבה פארוואס די ציונים האבן געדארפט א לאנד איז נאר געווען כדי זיך צו קענען איזדיעקעווען אויף ערליכע אידן. ווען זיי זענען אבער אליין פארשפארט אין א צימער וואו קיינער זעט און הערט נישט, זענען זיי אבער מודה אז דער רבי איז געווען גערעכט!

עוד לה אבדה תקותנו להיות עם חפשי אינעם הייליגן שטעטל ובארץ ציון וירושלים דאמעריקע.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר