דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה
[justify]וויצן אין א זייט געלייגט... טראמפ שפאנט מיט גרויסע טריט אויפ'ן וועג צום ווייסן הויז. וויפיל מען האט שוין געזאגט און געשריבן, געשריגן און אויפגעוויזן, אז עס איז נאר א צייטווייליגע זאך, דער עולם איז עקסיידעט וואס דער משוגענער האט צו זאגן, אבער עס וועט גאנץ שנעל אויסוועפן; שטייט ער אבער נאכאלץ גאר שטארק אין די אנקעטעס. נישטא וואס צו רעדן, א גרויסער עולם האלט פון אים און זענען זיינע פייערדיגע חסידים.
פון די אנדערע זייט, ביי די דעמאקראטן, האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט צופיל ערנסטע קאנדידאטן. די איינציגסטע נארמאלע קאנדידאט, רביצין קלינטאן, איז פארנומען מיט'ן נישט ענטפערן אויף די הארבע פראגעס וואס די רעפארטערס פרעגן איר וועגן די באשולדיגונגען וואס זענען באקאנט געווארן איבער אירע אימעילס. חדשים לבקרים קומט יעדן טאג ארויס פרישע נייעסן איבער דעם, און ס'זעט נישט אויס ווי זי וועט טרעפן אזוי שנעל א וועג ארויס. איר קאנקורענט, סענדערס, קוקט אויך נישט אויס ווי ער וועט צופיל מצליח זיין. און דערווייל האבן די דעמאקראטן נאכנישט אהערגעשטעלט איינעם צו דער זאך.
זאכן קענען זיך נאך אסאך טוישן, אבער ווי מיר שטייען יעצט זעט אויס ווי טראמפ וועט זיך דארפן קווענקלען צו ער זאל פליען מיט'ן עיר-פארס-וואן צי ענדערש מיט'ן טראמפ-פארס-וואן, און ער וועט טאקע בויען א פרעכטיגן וואנט ארום דעם ווייסן הויז, באצאלט דורך די מעקסיקאנער.
די אנאליסטן וועלכע האבן פאראויס געזאגט אז די קאנדידאטור פון טראמפ איז נאר א צייטווייליגע און עס וועט צעבלאזן ווערן גאנץ שנעל, זענען נישט קיין נאראנים, זיי האבן דאס נישט סתם ארויסגעזויגן פון פינגער. קוקנדיג אויף צוריק, ווי אזוי פרעזידענטליכע קאמפיינס האבן זיך געפירט אלע יארן, האט טראמפ'ס באנעמונג געהאט אלע צייכענעס אז ער וועט נישט קענען אנהאלטן. צום ערשט איז ער דאך בכלל נישט קיין דיפלאמאט. מען האט אייביג געוואוסט אז א פאלאטישאן דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן, אדער בעסער געזאגט ווי אזוי צו שווייגן. ער דארף קענען דיפלאמאטיש אויסרעכענען די ווערטער אז יעדער זאל פארשטיין וואס ער האט געמיינט צו זאגן, אבער ער זאל זיך קענען ארויסדרייען אז ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט. מען האט אייביג געוואוסט אז א פאלאטישאן דארף קענען גוט דרייען מיט'ן צינג און מיט די אויגן, און רעדן האלבע ווערטער אז מען זאל עס קענען אפטייטשן אויף היבש מער ווי תרי אנפין. אויך האט מען אייביג געוואוסט אז א פאלאטישאן דארף זיך אהער שטעלן ווי א פשוט'ער עמך איד, אזא איינער וואס איז מעורב בין הבריות, ער האלט זיך נישט משכמו ולמעלה גבוה. און דעריבער האבן זיי אייביג פרובירט זיך אהערצושטעלן אז זיי האבן נישט צופיל געלט און דעריבער קענען זיי פארשטיין דעם המון. און אזוי גייט די ליסטע ווייטער און ווייטער.
מיטאמאל קומט אן א טראמפ און צעווארפט אלע קארטן. ער רעדט און רעדט און הערט נישט אויף צו רעדן. וואס ס'ליגט אים אויפ'ן הארצן מוז ער ארויסזאגן, און טאקע ברחל בתך הקטנה, אן קיין רמזים מיט ראשי תיבות און נוטריקין, און ער איז גאר דער פראנט ראנער? ער הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין גרויסן רייכטום, ווי מער מען פרובירט צו זאגן אז ער איז נישט אזויפיל ווערד ווי ער בארימט זיך, אלץ מער וועט ער דרש'ענען אז ער איז נאך אסאך מער רייך ווי מען קען זיך נאר פארשטעלן. און אנשטאט אז מענטשן זאלן שפירן פון דעם אז ער איז נישט דער פאסיגער פערזאן צו פארטרעטן די פשוט'ע מענטשן וואס מוטשען זיך על המחיה ועל הכלכלה, זעט מען גאר אין אים די ישועה פאר אמעריקע.
וואס איז טאקע פשט?
דער תירוץ איז זייער פשוט, ווי עס זעט אויס איז טראמפ דערגאנגען דעם ריכטיגן סוד ווי אזוי אפצוקויפן די הערצער פון מענטשן, ער האט פארשטאנען אז די איינציגסטע וועג צו אפקויפן מענטשן איז טאקע נאר מיט א לויזן צינג. מיט דעם וואס מרת קלינטאן וועט פארן מיט אן איינפאכע באס צו קאמפיינען, וועט זי מיר נישט אפקויפן אז זי איז אויף איין שטאפל מיט מיר, ווייל ווען א זשורנאליסט וועט זיך נאר דערוואגן איר צו פרעגן א פראגע, וועט ער זיך פלוצים טרעפן מיט זיין פנים צו איר רוקן. אבער דער טראמפ, איך פארגין אים זיין געלט מיט'ן גאנצן הארץ, ער רעדט אבער מיט מיר, ער לאזט זיך אראפ צו רעדן מיט יעדן איינעם, טאקע מיט דעם ווייזט ער אז ער האלט זיך אייניג מיט'ן המון עם. און אפילו ווען ער רעדט שארף, ער זאגט ארויס אלעס וואס ער האט אין בויך, אבער ער רעדט מיט מיר. יא, דער חכם מכל אדם האט שוין לאנג געזאגט "המות והחיים ביד הלשון", און טאקע נאר אינעם צינג ווענדט זיך אלעס, נישט אינעם טאש.
איך ווייס נישט אויב טראמפ טוט דאס בכוונה, אדער פשוט פון נאטור אויס. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז דאס אבער דער פאקט אז דוקא מיט זיין לויזן צינג קויפט ער אפ די מענטשהייט. כאטש וואס צומאל קען זיך זיין צינג צופיל צעלאזן און רעדן וואס מען דארף נישט. וועט מען אבער פארקוקן אויף דעם, ווייל עס וועט בטל ווערן אינעם גוטן געפיל אז ער איז משלנו, ער רעדט און דבר'ט כאחד האדם, ער איז אונזער גלייכן.
מיר פערזענליך אינטערעסירט גאנץ ווייניג ווער עס וועט זיין דער אמעריקאנער פרעזידענט. אויב עס אינטערעסירט מיר נישט ווער דער ראש הקהל זאל זיין אין מיין לאקאלן בית המדרש, וואס דאס קען מיר יא פערזענליך אפקעטירן, עס איז דאך בידו אויב איך זאל טרינקען די קאווע מיט קאצקע צוקער אדער מיט ספלענדע, און מיט-דעם-אלעם גייט מיר עס נישט אן. איז דאך א בן בנו של קל וחומר אז עס אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג ווער עס וועט פירן אמעריקע. דערווייל בין איך נאך קיינמאל נישט געגאנגען שטימען, דאס וואס איך האב זיך בכלל רעגעסטרירט איז אויך נאר געווען א טובה צו טון פאר דעם איד וואס האט זיך געבעטן ביי מיר אין ביהמ"ד. איך פערזענליך בין נאך דאכציך קיינמאל נישט אפעקטירט געווארן פון סיי וועלכן אמעריקאנער פרעזידענט, נישט לטב און נישט למוטב. ניטאמאל אן אבאמא-פאון קען איך באקומען, אזוי ווי די עסקנים האבן פעסגעשטעלט אז די פאונס קען מען נישט פילטערן. נו, וועט איר פרעגן פארוואס איך בין אזוי גליקליך אז איך האב אנדעקט טראמפ'ס סודות.
וועל איך אייך ענטפערן. דער סוד איז א געוואלדיגער שליסל צו יעדן מענטש'ס לעבן. דאס קען יעדער מענטש נוצן יעדן טאג מיט אלע זיינע ארומיגע, זאל עס זיין זיין ווייב אדער זיינע קינדער, זיין בעל הבית אדער זיין ארבעטער, צי סתם חבירים און באקאנטע.
אויף אפצוקויפן דאס הארץ פון א מענטש איז נאר דא איין מייסטער שליסל, וואס דאס איז דער מויל. נישט מיט געלט און נישט מיט קיין שום אנדערע וועג קען מען אפקויפן א מענטש. זאלסטו גיסן געלט אויף א צווייטן, יענער וועט דיר טאקע רעספעקטירן, אויב איז ער א נארמאלער מענטש וועט ער זיך באדאנקען און ארויסווייזן אן הכרת הטוב. אבער אז ער זאל דיר ליב האבן אין הארץ, אז ער זאל שפירן א פערזעליכע קשר מיט דיר, דאס שוין נישט. צו דעם דארף מען נאר צוקומען צום מויל.
אז דו וועסט געבן יענעם גוטע ווערטער, וועסט יענעם קאמפלימענטירן ווען עס קומט זיך אים, און דו וועסט אים אפילו קריטיקירן ווען נויטיג, אבער דו וועסט רעדן מיט אים ווי צוויי גלייכע מענטשן אויף איין שטאפל, מיט דעם וועסטו אפקויפן יענעמ'ס הארץ.
די שליסל צו שלום בית איז נאר די מויל, אז דו וועסט איר קויפן די שענסטע און טייערסטע מתנות און צירונגען, וועסטו מיט דעם נישט אפקויפן איר הארץ. אבער אז דו וועסט רעדן מיט איר ווי מער, וועסטו אפקויפן איר הארץ און זי וועט דיר ליב האבן.
און ווען איך זאג רעדן, מיין איך טאקע רעדן מיט באק ציינער, טאקע אזוי ווי אונזער טראמפ. ווען עס קומט זיך איר א קאמפלימענט געב עס איר גערן בחפץ לב., און ווען זי טוט עפעס וואס שמעקט דיר נישט, זאלסטו אויך נישט בלייבן שטיל, נאר זאלסט איר זאגן אויף א שיינע וועג אז די זאך שטערט דיר, און דו ווילסט אז זי זאל עס אויפהערן צו טון, אדער אז דו האסט חשק אז זי זאל טון עפעס וואס דו ווילסט.
דאס וואס איך האב מדגיש געווען אז מען זאל עס זאגן אויף א שינעם וועג, מיין איך בפירוש נישט מיט דעם אז מען דארף רעדן דיפלאמאטיש און מיט רמזים, דאס איז דער ארגסטער וועג פון רעדן צו א ווייב אדער צו סיי וועם. טראמפ האט אונז דאך אויסגעלערנט אז ווען מען וויל אפקויפן די מאסן טאר מען נישט רעדן דיפלאמאטיש, נאר מען ברויך ארויסזאגן קלאר און דייטליך וואס מען וויל.
עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו רעדן. מענטשן ווען זיך ענדערש עסן דאס הארץ און אויפעסן דאס געזונט איבער א געוויסע פראבלעם וואס ער האט מיט זיין ווייב אדער מיט א צווייטן, און ער וועט נישט צוגיין צו יענעם זאגן אפן וואס באדערט אים. זיי נישט קיין נאר, לאז נישט די ווייטאג זיך אנזאמלען אין הארץ, געב עס ארויס פון יענעם, וועסטו זען אז יענער וועט דיר איבערבעטן און פרובירן צו טון דיין רצון אויפ'ן בעסטן אופן.
עס איז מיר אמאל אויסגעקומען מיטצוהאלטן א שלום בית קעיס. בתוך הדברים איז אריינגעקומען א מעשה אז איין טאג איז דער מאן אהיימגעקומען און אנגעהויבן צו האקן קעבינעטס איינס נאכ'ן אנדערן, אזש די פרוי האט געקלערט אז עס האט אים געכאפט א צוזאמענברוך. דער מאן האט זיך פארענטפערט אז זיין ווייב האט א שוואכקייט אז זי לאזט אפן די טירן פון די קעבינעטס און דאס גייט אים זייער אויף די נערווען. צום ערשט האט ער פרובירט צו שווייגן און עס שלינגען און שלינגען, ווען ער האט געזען אז ער האלט עס מער נישט אויס, האט ער איר אנגעהויבן מרמז צו זיין אז עס שטערט אים, זי האט אבער נישט פארשטאנען וואס ער וויל, ביז איין טאג האט עס געקראכט, און ווען ער איז אהיים געקומען און געזען אלע קעבינעטס אפן, האט ער אנגעהויבן צו האקן די טירן מיט גרויס כעס.
"האסטו פרובירט אמאל איר צו זאגן אז דאס שטערט דיר?" – האט מען אים געפרעגט. ניין, דאס איז אים שוין נישט בייגעפאלן. ער וואלט דאך געקענט איינשפארן אזויפיל צער און עגמת נפש מיט איין קליינע אפנהארציגע שמועס וואס ער וואלט געכאפט מיט זיין ווייב. עס איז טאקע זייער שווער צו רעדן אפנהארציג, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז פיל שווערער דאס נישט צו טון.
חז"ל זאגן אז די וועלט שטייט אויף דעם וואס איז בולם פיו בשעת מריבה, אויף איינעם וואס פארמאכט זיין מויל בשעת א קריגעריי. דאס איז אבער טאקע נאר בשעת די קריגעריי, בשעת ווען מען כאפט א גוטע נזיפה פון די ווייב, דארף מען זיך האלטן שטיל און נישט צוריק שרייען, ווייל פון יעדע ווארט וואס מען שרייט צוריק וועט מען שפעטער ליידן גאר ביטער. אז מען לאזט איר אליינס שרייען, וועט זי זיך אויסבלאזן די נערווען והכל על מקומו יבא בשלום. ווידעראום אויב שרייט מען צוריק וועט זי געדענקען יעדעס ווארט וואס דו האסט געשריגן אפילו צען יאר נאכדעם וואס זי האט זיך שוין בארואיגט פון די קריגעריי.
איינמאל אבער ווען זי האט זיך שוין בארואיגט, עס קומט א שיינע לופטיגע נאכט, כאפט מען א שיינעם שפאציר אויפ'ן גאס, און מען פרובירט צו האבן אן אפנהארציגע שמועס. "דו ווייסט, דאס און דאס שטערט מיר זייער", "איך וואלט געהאט חשק דו זאלסט טון אזוי און אזוי", "ווען דו טוסט מיר ווען די זאך, וואלסטו מיר געמאכט זייער פרייליך", מיט די ווערטער געבט מען ארויס די אנגעגעסנקייט פון הארצן. אפילו אויב זי וועט עס נישט גלייך אננעמען, ווערט שוין אבער לייכטער אויפ'ן הארץ. און סוף כל סוף, אויב רעדט מען שיינערהייט פון א זאך וואס מען וויל אויספירן, איינמאל און נאכמאל, וועט מען צום סוף פועל'ן.
צי טראמפ וועט געווינען צי נישט, ווייס איך נישט. דאס ווייס איך אבער יא אז מיר האבן זיך שוין געלערנט עפעס גוטס פון אים.[/justify]

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
זייער גוט געזאגט.
וואס מ'זאל זיך אבער נישט אפלערנען פון טראמפ'ן, איז צו נעמען דיינע חסרונות ווען די ווייב האלט דיר פאר, און עס גאר אויסדרייען און מאניפולירן כאילו ס'איז א מעלה.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וועלקאם בעק ברעסלבער, הערליך שיין כדרכך בקודש ארויסצונעמען פון יעדע געלעגנהייט א מוסר השכל אויפן לעבן. שרייבסט וואונדערבאר!
אני הקטן פלעג האבן דעם פראבלעם, כ'האב געוואלט זיין "נייס" צו מיין ווייב און נישט זאגן זאכן דירעקט אין פנים אריין, כ'האב פרובירט אלע קונצן אבער ס'האט נישט געארבעט. זי האט מיר אמאל קלאר געזאגט, איך כאפ נישט קיין רמזים, ווילסט עפעס? קענסט קלאר זאגן און בעטן שיינערהייט, נישט גיין ארום די בוש (אוי, ווי קומט אריין בוש אינמיטן טראמפ? תיקו), און כ'האב מיך אויסגעלערנט טאקע אויף דעם אופן וואס דו שרייבסט.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Recent polls indicate that, despite public outcry against his incendiary comments on women and minorities, Donald Trump is still the leading Republican candidate. Here are some reasons Trump stays so popular with his supporters:
Highly relatable lack of qualifications for holding government office
Americans’ appreciation for classic underdog story of man who started with only several hundred million dollars and went on to make several billion dollars
Only candidate to publicly state willingness to make America great again
Exploits other Republican candidates’ weaknesses by allowing them to open their mouths and speak on issues
Very, very handsome
Voters eager to see presidential library with three infinity pools and rooftop driving range
Bolstered by impassioned endorsement from Donald Trump
Eccentric, megalomaniac billionaire still more relatable to average American than anyone willing to dedicate life to politics
Appeals to widespread desire to see nation implode sooner rather than later
גענומען פון דא

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער גאנצע ארטיקל זעט מיר נישט אויס צום זאך.
אז איך וואלט געגאנגען שטימען, גיי איך נישט פאר טראמפ. ווייל טאקע ער האט נאך גארנישט געזאגט אז ער וועט טוהן צו די זאך. פארוואס זאל איך חושד זיין מיין ווייב אז זי איז נענטער צום טרא"ק דרייווע"ר וואס גלייכט יא דער סארט רעדעכץ ווי צו מיר וואס איך וויל הערען קלאר און דייטליך וואס יא און וואס נישט, נישט לאזער שטותים און העצערייען?
אז איך וואלט געגאנגען שטימען, גיי איך נישט פאר טראמפ. ווייל טאקע ער האט נאך גארנישט געזאגט אז ער וועט טוהן צו די זאך. פארוואס זאל איך חושד זיין מיין ווייב אז זי איז נענטער צום טרא"ק דרייווע"ר וואס גלייכט יא דער סארט רעדעכץ ווי צו מיר וואס איך וויל הערען קלאר און דייטליך וואס יא און וואס נישט, נישט לאזער שטותים און העצערייען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: דער סוד פון דאנאלד טראמפ'ס הצלחה
https://vimeo.com/137727217
וואס האקט טראמפ א טשיינא
וואס האקט טראמפ א טשיינא
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
אדנירם האט געשריבן:און ווער ס'פארשטייט פארשטייט, אז דאס איז דער סוד פון הצלחה פון [tag]ברסלבער[/tag] אין קאווע שטיבל...
ער זאגט קלאר וואס ער האלט, ער איז זיך גוט מסביר, און האט מרומם געווען קרן חסידות ברסלב ביינונז אין שטיבל.
כה לחי! א גוטע ברוכים השבים האסטו אונז דא געמאכט!
איך 'טראמפ'ייטער פאר אונזער ברסלבער.
[center]איך זיץ און איך קלער
צו ס'איז דא א דערהער
פשט זאגן קען ווער?!
צייט לויפט מער און מער
און עס פעלט דא מרן [tag]ברסלבער[/tag]!!![/center]