מיין אינערליכע קוואל פון לעבן
טוט אלס צו טיפקייט שטרעבן
עס וויל זיך באהעפטן ווי איין
צו דעם כוח וואס מאכט אלס שטיין
עס איז בעסער ווי דער בעסטע וויין
פארוואס ווייס איך נישט אליין
אויף ליבשאפט איז נישט דא קיין מיין
אהן דעם קען איך פון דא שוין גיין
איך ווייס נישט וואס דו ביסט
אבער דיין שמעק צו מיר עס גיסט
אין מיר עס טוט ציען און טוליען
צו דעם זיסער פארבארגענע זיך שלענגלען
הייב מיר ארויס פון מיין לאך
נאר לויפן צו דיר וועל איך דאך
ארומגענומען מיט פיהלע שטרעבען
אבער גליק האב איך נאר אין דיין וועזן
דער גליק איז נישט געוואנדען אין זאכן
וואס צום ענדע וועל איך קענען טאפן
נאר ריינע גראדע ליבע
וואס האט נישט קיין ענדע און אייביג א טיפע
איך בין טאקע שמוציג ביז גאר
פון דערויסען פיהל מיט האר
אבער אינערוויניג בין איך לויטער
נאר פארדעקט מיט אסאך אייטער
איך בין פארנומען מיט די פעלדער
מיט די יאגעניש און געפילדער
צוליעב דעם פארגעס איך צומאל
צו באוואסערען מיין אייגענע טאל
זאג מיר ווי דו לאזט אפדרוקען
גרויסע קליינע אדער נאר פלעקן
אזוי וועל איך קענען זוכען
און נישט ארומוואנדערען ווי א בלינדען
די בעסטע וואס איך קען דיר פיהרן
ווי דו קענסט זעהן מיינע שפיערען
איז מיטן באטראכטן דיינע גלייכען
דער שיין וואס טוט דוירעך זיי ארויס לייכטען
קוק אריין אין א יעדע מענטש
ווי טיעף און טייער עס איז געבענטשט
אין די אלע בין איך באהאלטען
טרעפן וועסטו מיר און מער נישט שיידען
געבויעט טיילווייז אויף שיר השירים פסוק א-ח לויטן פירוש פונעם מלבים
מיין ליבע געזאנג
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל