דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

משכיל האט געשריבן:די גמרא זאגט מפורש אויף דף יב. או דלמא האי דלא אמרי יוצר אור משום דלא מטא זמן יוצר אור וכי מטא זמן יוצר אור הוו אמרי

כ'פארשיי, אבער לויט די צד אז ברכות אין מעכבות היינו "סדר ברכות"?
Under influence
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
--------

מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום בנו מזמור לדוד קינה לדוד מיבעי ליה אמר ר' שמעון בן אבישלום משל למה הדבר דומה וכו'.

עס איז א פלא'דיגער ענין אז דער בעל המימרא הייסט ר' שמעון בן 'אבישלום'.
.



אין מהר"ץ חיות אין ב"מ דף כג (דוכט זיך) שרייבט ער, אז די אמוראים וואס האבן נאר געזאגט איינצעלנע מימרות, זענען גערופן געווארן על שם די מימרות. ווען איך האב געלערנט די גמרא האב איך פארשטאנען אז דער בן אבישלום, איז על שם דער מימרא.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

ב"מ כה. לגבי מה שאומר הגמ' שם ר' יצחק מגדלאה והוא שעשוין כמגדלים נ"ב הרבה אמוראים אם לא נזכרו דבריהם בבית המדרש רק בהלכה אחת היו מכנים שמם בביהמ"ד בתואר שם הלכה הזאת
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אז משכיל לערנט דעם דף האביך נישט וואס אריינצורעדן....
כה לחי!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

משכיל האט געשריבן:ב"מ כה. לגבי מה שאומר הגמ' שם ר' יצחק מגדלאה והוא שעשוין כמגדלים נ"ב הרבה אמוראים אם לא נזכרו דבריהם בבית המדרש רק בהלכה אחת היו מכנים שמם בביהמ"ד בתואר שם הלכה הזאת



גערעכט, דאס האב איך געמיינט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שוין יאהרן וואס איך וואונדער זיך אויף דעם מהר"ץ חיות, ר' יצחק מגדלאה ווערט דערמאנט כמה פעמים אין ש"ס [אויב געדענק איך גוט איז איינע פון זיי אין מס' מגילה].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

חשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דף י' ע"ב:
א"ר מני גדול הקורא ק"ש בעונתה יותר מהעוסק בתורה מדקתני הקורא מכאן ואילך [נאך זמן קר"ש] לא הפסיד כאדם הקורא בתורה מכלל דקורא בעונתה עדיף.

וואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?

משכיל האט געשריבן:חשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'

די ברכה האבן די יוצאים געזאגט פאר די נכנסים, אבער די ווארט קען מען נאכאלץ זאגן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?

טאקע דערפאר איז בעונתה "עדיף" ווייל ער האט ביידע מצות.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

משכיל האט געשריבן:חשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'

בערך אזוי, באקאנט די מעשה אין יומא, שניהם שעלו בכבש. אוודאי אז א פארצוווייגטע משפחה נעמט איבער די הנהגה אין בית המקדש פאר א גאנצע וואך, שטעל דיך פאר וויפיל סייעתא דשמיא זיי דארפען אז ס'זאל זיין שלום ביניהם.
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
וואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?

טאקע דערפאר איז בעונתה "עדיף" ווייל ער האט ביידע מצות.

די גמרא זאגט דאך אז קורא בעונתה איז עדיף פון קורא בתורה, ווי קען מען זאגן אז ס'איז ווייל ער האט ביידע?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עדיף פון "נאר א עוסק בתורה".
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:עדיף פון "נאר א עוסק בתורה".

הוא אשר דברנו, די גמרא זאגט דאך נישט "נאר".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

היינט האב איך געלערנט די נעכטיגע גמרא, דף יב ע"א. אז מען איז יוצא אויב מען מאכט ברכת הלחם על תמרים. איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פון 'המוציא', און אזוי האט דער מגי"ש געזאגט. און איינער ביים שיעור האט אריינגעפרעגט ווי קומט "המוציא לחם" צו תמרים, ווי קען מען עס זאגן אויף טייטלען?


ביים דאווענען האב איך באמערקט אין ארטסקרול ווי ער ברענגט פון די ראשונים אז מען רעדט פון ברכה אחרונה, אז מען האט געזאגט 'הזן' אויף טייטלען, אנשטאט 'על העץ'.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אויב געדענק איך גוט שטייט עס קלאר אין רש"י.

זאג דעם מגי"ש אז מען דארף זיך פארקוקן מיט רש"י.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט שטייט עס קלאר אין רש"י.

זאג דעם מגי"ש אז מען דארף זיך פארקוקן מיט רש"י.



איך זעה וואסערע רש"י די מיינסט, אבער פון רש"י אליינס איז עס נישט אזוי קלאר.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ברכת התמרים על העץ ועל פרי העץ אינה עולה לברכת הלחם.

וואס איז נישט קלאר?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

דף טו עמוד א'. חסידים גלייבן נישט אין רבא?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'האב זיך היינט פארלערנט אריין אינעם מארגענדיגען דף, אפאר שורות.
גלייבט מיר איך בין נאך אלץ אויפגעשוידערט

א מורא'דיגע גמרא.
א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק"ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב "ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ה'. א"ל לא סבר לה מר כאילו טבל דכתיב ארחץ [בנקיון] ולא כתב ארחיץ [כפי]?

הייסט דאס אז חסידים וואס זענען מאריך מיט הכנות, לייגן תפילין, ליינען קריאת שמע, שמונה-עשרה, און דאך גייען זיי אין מקוה, פארוואס? זיי גלייבען נישט אין די גמרא?
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב זיך היינט פארלערנט אריין אינעם מארגענדיגען דף, אפאר שורות.
גלייבט מיר איך בין נאך אלץ אויפגעשוידערט

א מורא'דיגע גמרא.
א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק"ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב "ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ה'. א"ל לא סבר לה מר כאילו טבל דכתיב ארחץ [בנקיון] ולא כתב ארחיץ [כפי]?

הייסט דאס אז חסידים וואס זענען מאריך מיט הכנות, לייגן תפילין, ליינען קריאת שמע, שמונה-עשרה, און דאך גייען זיי אין מקוה, פארוואס? זיי גלייבען נישט אין די גמרא?

ווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

דף י"ב ע"א

שליחה דורך קורץ און שארף »

היינט האמיר געלערנט די גמרא ווי אברם איז געווארן אברהם, און יעקב איז געווארן ישראל.

יצחק האט נישט באקומען א נייע נאמען. די איינציגסטע פון די אבות. די הסבר זאגט ר' ניסים גאון [אין די זייט פון די גמרא] ווייל די נאמען יצחק האט דער באשעפער אליינס געגעבן. [און ער רעכנט אויס נאך 3 נעמען וואס דער באשפער האט געגעבן, צווישן זיי 'שלמה'].
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.

טהרה? פארוואס זענען די חסידים אזוי טמא, אז ס'פעלט זיי אויס טעגליכע טהרה?
Under influence
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

איינער וואס רופט אברהם - אברם, איז עובר בעשה וגם לא תעשה. אבער ווער עס רופט ישראל - יעקב, דאן נישט. ווי מען זעט אז דער באשעפער האט אים אליינס גערופן שפעטער יעקב. [און אזוי דערמאנן מיר זכותו אין תחילת שמו"ע, אלקי יעקב].

פארוואס טאקע נישט? פארוואס אברהם איז די אלטע נאמען אינגאנצן אוועקגעפאלן, אבער יעקב (-כ'מיין ישראל) נישט?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.

טהרה? פארוואס זענען די חסידים אזוי טמא, אז ס'פעלט זיי אויס טעגליכע טהרה?

האסט נישט פארשטאנען וואס כ'געזאגט. די סגולה פון כאילו טבל העלפט נאר פאר איינער וואס וואשט זיך לנקיון. פאר איינער וואס וואשט זיך לשם טהרה, פאר אים איז נישט כאילו טבל און דערפאר דארף ער אויך גיין אין מקוה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט