מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]איר ווייסט דאך אוודאי אז איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער אנדערש ווי מאנכע האבן געמיינט - בין איך ח"ו נישט קיין סאטמארער מתנגד. אין פאקט, האלט איך שטארק פון סאטמאר אלץ קהילה, און פון סאטמארער רב זצ"ל אלץ איר מייסד ומנהיג.

היינט בין איך געווען אין קרית יואל ביים ציון פון סאטמארער רב [גראדע נישט דאס ערשטע מאל], וואו איך האב געזאגט תהלים און מתפלל געווען פאר אלדאס גוטס, ויה"ר אז מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס בתוך שאר עמו ישראל.

איך האב געקלערט אראפצושרייבן פארשידענע אינטרעסאנטע אבזערוואציעס וואס איך האב געזען אין שטעטל קרית יואל, לאו דוקא די 'הימלישע אטמאספערע' אינעם אוהל וכדומה, וואס איך לאז איבער פאר חסידים צו דערציילן און קייען. איך וויל זיך דווקא אפשטעלן און באשרייבן אינטרעסאנטע אנעקדאטן, קרישקעלעך, און זאכן וואס זענען אייגנארטיג מיטן זיין אינעם שטעטל 'קרית יואל' ביומא דהילולא פון סאטמארער רב.

א בליק פון א 'דרויסנדיגער':


[center]1.[/center]
מיין טאג האט זיך אייגנטליך אנגעהויבן אין 'גרויסמעדריש' [קרית יואל-סאטמארער רבי], וואו איך האב גע'מקוה'ט, געדאוונט, גע'לעקיך-בראנפנ'ט, און געפרישטאגט. פאר ווער ס'איז נישט באקאנט: די מקוה אין קרית יואל איז א ברכה צו מאכן. די בור האט געהאט שמוציגע וואסער אז נאר, אבער כ'בין עס תולה אינעם פארפלייצונג פון מענטשן וואס זענען אהינגעקומען לרגל כ"ו אב. די האנטוך איז קוים בכדי לכסות בשר ערוה, אבער כ'בין פארט מוותר. די שויער'ס זענען עפעס הימליש! קאכעדיגע וואסער, גוטע שטראם - נישט געקארגט, זייף/שעמפו צוגעשטעלט ביים שויער זעלבסט. א געשמאקע מקוה געווען...


[center]2.[/center]
די מנין שחרית איז א חידוש. במחילת כבוד באבוב, וויזניץ, און נאך מקומות וואו כ'האב שוין געדאוונט. אין סאטמאר גייט דאס דאווענען מיט א משונה'דיגע ערנסטקייט. קודם כל, רוב עולם קומט אן צו הודו, נישט אינמיטן הללוקה'ס. צווייטנס, די הויכע דאווענען, אמן'ס, א.א.וו. האט מיך צוריק דערמאנט פון ישיבה. דריטנס, מ'כאפט נישט און מ'איילט נישט אין ערגעץ, ס'איז זייער רואיג און א ריכטיגע כבוד בית הכנסת. קודאס פאר סאטמאר! [גראדע אין סאטמאר 52 אין ב"פ, זענען די נקודות עפ"ר אויך ריכטיג].


[center]3.[/center]
מילא די 'לחיים' נאכן דאווענען איז אויפן העכסטן קאליבער, נו, עפעס אנדערש וואלט געווען א פגיעה אין סאטמאר'ס ארויסגערופענע ברייטקייט, אבער די פרישטאג? ס'איז נישט קיין וויץ, מ'שטעלט צו פרישטאג פאר לכה"פ טויזנט מענטשן וואס עסן דארט ביומא דהילולא. ניין, נישט סענדוויטשעס און געגאנגען ווייטער. מ'געבט ברויט און טאוסט, אייער און טונא, גרינצייג סאלאט און קעזן אפאר סארטן, מאראנצן זאפט און קאווע, אלעס בחינם. סאטמאר בתפארתה! א איד זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און טאקע בחינם.


[center]4.[/center]
היידא, געגאנגען צום ציון. אבער ס'גייט נישט אזוי שנעל, מ'דארף יעצט באווייזן אויסצוקרויזן די אומגלויבליכע מאס צדקה גייער'ס, וואס זענען אין א געפעכט מיט די פיס גייער'ס, ווער ס'וועט זיך ברעכן ערשט... אנצוקומען צום ציון אן 'צאלן' א פרייז, איז א טשאלענדזש וואס איך גלייב שווער אז איינער באווייזט. די געמישעכץ פון קולות דערמאנען אינעם בעפאר סוכות סעזאן אויף 13'טע עוועניו, ווען סוחרים ממולחים פרובירן איבערצושטייגן דעם צווייטנס קול, אריינצוכאפן דעם קאסטומער ביי זיך. הצד השוה פון די שנארערס, אז רובא דרובא באשטייען פון בחורים, און דייקא מחוצפים. מחוצפים זאג איך? ריכטיגע סאטמארע תלמידים, וואס מאכן זיכער אז סאטמארער רב'ס שפתיים זענען דובבות בקבר, לאמר: כזה ראה וקידשתי. סאטמארער רב האט אוועקגעשטעלט א גווארדיע פון זעלנער וואס גייען נאך זיינע פיסטריט מיט די בארימטע עזות און חוצפה [רוף עס עזות דקדושה], זיך נישט צו לאזן און נישט צו שעמען פון אנדערע, נאר טון וואס מ'האלט אלס ריכטיג. יעצט דארף קרן הצלה געלט, און כ'וועל דיר אריינשטעקן די הענט אין דיין נאז אז דו זאלסט זען אז איך בין דא פאר א דאלער...


[center]5.[/center]
ווען איך באטראכט די שנארער און צדקה זאמלער למיניהם, טראכט איך צומאל: דא שטייען נאראנים וואס טוען אלעס וואס די פארטיי באפעלט אן טראכטן. וועלן זיי נאך אמאל אויסוואקסן? אבער במחשבה שניה, זע איך דארט א צוקונפטיגער יאיר, יואב, שמערל, שמעקעדיג, גראדעמעכעלע, שלום שטיסל, יואליש, און-ווער-ווייסט-וויפיל-נאך [וסליחה אם טעיתי באיזשהו זהות]. דאס קומען פון סאטמארע טשולענט איז גראדע בעסער ווי קומען פון א צווייטע טשולענט, בתנאי אז מ'קריכט טאקע ארויס דערפון... במחשבה שניה קלער איך אז אפילו יעצט קען ישראל קאפקא נאך שטיין דארטן און שנארן געלט פאר נטרונא, און קאך לעפל קען נאך יעצט שטופן מענטשן צו שטיצן דעם רבינ'ס צדקה קאסע. חכמה און פארטיי מוזן נישט זיין קיין סתירה, פינטל.


[center]6.[/center]
אריין אין אוהל. איי, ס'איז הייס. אבער סאטמאר שטעלט כאטש צו לופט ברענגער, אז אטעמען זאל מען קענען. די געדרענג איז גרויס, אבער ניין, ס'איז נישט מירון. הגם א געמישעכץ פון אלערליי סארטן אידן טרעפט מען יא דארט, אבער 95 פראצענט איז קלאר סאטמאר. איך בין מתפלל, רוב תהלים אויסגעזאגט, און די ביינער זאגן מיר 'גענוג'. א רגע בעפאר'ן ארויסגיין, כ'שטופ מיך צו צום ציון זעלבסט, א קורצע תפילה, און ארויס צו די פרישע לופט, און... "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס, שטיצט מוסדות - - -".


[center]7.[/center]
אויסגעטריקנט און אויסגעדרעשט ווי א זית, גיי איך צוריק אראפ צום צענטער פון סאטמאר'ס לאגא: 'חסד'. עסן און טרינקען, דאס שענסטע און בעסטע, איי איי איי, קיינער - אבער קיינער - האט נאכנישט באוויזן וואס סאטמאר באווייזט. פון א פרעמדער'ס בליק, איז עס צום שטוינען. צווישן די ספרים וואס מ'קען זיך איינהאנדלן און די מאכל ומשתה, האט מען טעכניש וואס צו טון א גאנצע טאג...


[center]8.[/center]
יעצט דארף איך מחליט זיין ביי וועלכע פון די דריי פראקציעס איך זאל אנטיילנעמען אין די יארצייט סעודה. ווייסט איר וואס? מוחל טובות פון זיי אלע. איך קען אליינס פראווען, און דא האב איך אקארשט געענדיגט זאגן תורה. לחיים, לחיים טובים ולשלום. זאל דער רבי זיין א מליץ יושר, אפילו פאר די וואס גייען נישט אין זיין אויסגעטרעטענעם וועג, נאר גלייבן אינעם שיטה הקדושה פון אנדערע גדולי ישראל.



[center]זכותו יגן עלינו.[/center][/justify]


----
נ.ב. איר קענט דא צולייגן אייערע אבזערוואציעס.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

כ'בין נישט אנגעקומען היי יאר, אבער אין די פארגאנגענהייט האב'ך שוין געזען גרויסע ישועות ביים מתפלל זיין אין ק"י ביים ציון.

זי"ע
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געחלומ'ט פון עפענען אזא אשכול פאראיאר'ן און איך האב זיך געפוילט. שש האט געטוהן די ארבעט בעסער ווי איך האב געקענט.

א פאר הערות:-

באטראכט'ס די אלע דורכגייער'ס, רוב געבען נישט קיין פרוטה פאר די בחורים. זיי האלטען נישט אז דו דארפסט געבען. ער מוז שרייען און דו גיי ווייטער. מ'דארף זיך גארנישט שרעקען פון זיי, ובפרט ווען מ'בעט פאר נטרונא מיט נאך אזעלכע חשובע אינסטיטוציע'ס. און טאמער דו קענסט באווייזען עפעס אנדעריש צו טוהן, ווי למשל רעדען אויפ'ן טלפון צו אנכאפען א קינד'ס האנט, נאך בעסער. אפשר זאל מען עפענען א ביזנעס פארדינגען קינדער צו כאפען די הענט.

איינער פון מיין קינדער האט געטענה'ט אז די פערפעל פון פאראיאר'ן האט געהאט א בעסערע טעם ווי היי יאר, די אנדערע דינגט זיך שטארק. וואס האלט די עולם?

איך בין אנגעקומען ווען דער קאידלאק פון די רעבע פון די זאלי פארטיי איז געווען דארט, כמעט, אבער נישט אינגאנצען, ליידיג, מיט נאר א רעבע דארט אינעווייניג. ווען די קאר'ס האבען גענומען פייפען און רודערען מיט זייער גאנצע שווארצקייט, זע איך א קיפקע בחורים לויפט נאך די שיירא. טאקע רוב בחורים האבען ווייטער אריינגעשויפעלט פערפעל מיט פארווע טשולענט (און א פיקעל אויף די זייט), אבער כאטש פופציג בחורים זענען געלאפען. רבונא דעלמא כולא, וואס לויפען זיי? ער האט זיי עפעס געגנב'ט און זיי ווילען עס צוריק (פלניא גזלנא הוא!) זיי האבען א פארמעסט ווער קומט אן ערשט?

ווער און וויאזוי איז מען מחליט וויפיהל וואסער באלאנגט אין די פאנטש? וויאזוי קען מען וויסען פאראויס צו היי יאר וועט זיין א פארוואסערטע צו א זיסע? ווען איך האב געזען א קראן מיט א טאוועל'קאלט וואסער', האב איך זיך געפרייט און צוגעגאנגען נעמען. ערשטוינטעהייט האט ארויסגערינען קאלירטע טרינקאכץ. ער האט זיך אויך אביסל געשעמט און ער איז געווארען רויט, אבער וואסער איז עס נישט געווען.

איך האב מיר אביסל אונטערגעהאלטען הערענדיג די בחורים שמיעסען צווישען זיך צו מ'זאל שפעטער גייען צו עפעס א בית המדרש ווי מ'צאלט פינעף דאללאר פאר דער וואס לערנט אביסל על הגאולה אין יענעם דערהויבענעם טאג.

די ביה"כ אין בית החיים וואלט מען עפעס געקענט מאכען (no pun intended). כ'מיין, מ'שטייט אין רייע צו קטנ'ן!?

איך האב נישט געדאווענט שחרית אין מאנרא און נישט זוכה געווען צו אומזיסטע פת שחרית, דעריבער האב איך נישט וואס צו זאגען אויף דעם.

וועגען די יארצייט סעודות, וויל איך טאקע וויסען. ווען קומען זיי פאר? ביי וועמען ציט מען דאס ווייניגסטע? ווער שטעלט צו דער נארמאלסטע? איך מיין נישט גוטע עסען, איך מיין מסודר, ריין און מיט א שמייכעל.


איך גיי נישט אלס חסיד, מיין קינדער בעטען זיך ביי מיר צו פארען דריי שעה צום פערפעל, און דאס איז דער וואקאציע פאר זיי אין זייער בין הזמנים.

פועל'ט אלס גוטס!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

היינט געוואויר געווארן אז יואב מיט יאיר זענען סאטמורים... פשש א חידוש...
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

אדנירם. ריזיג אראפגעלייגט. עך האב זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט איך קען שמייכלען פון איינעמס באזיך אין א ביה"ח
זאלסט האבן געפועלט אלעס גיטס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שש קאם אן, יו סקיפד די קאלעי וואסער, ווי קען מען שרייבן פון כ״ו און ארויסלאזן די קאלעי? געב איבער דיין באריכט אויף היכל רז״ב.... אפשר קומט גאר א עקסטערער אשכול דערויף.

ענדערשט לאמיר מאכן א געהעריגער אינטערוויו. גרייט? גרייט! 123 גאו...
א גוטן הרב שש, אלעמען ערשטן שטייצעך זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.
וואס האט דיר געברענגט צו מאכן די רייזע ארויף קיין מאנרא?
וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די ביזט אריינגעקומען אין אוהל?
ווי האט דיר געכאפט א התעוררת?
וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די האסט געזעהן אפאר הונדערט בחורים קאלעקטען דאללערס?
פארוואס האסטו געטראכט אז די מוזט זיין ביים ציון?
האסט געוויס אינזין געהאט גאנץ קאווע שטיבל, פאר וועלכער ניק האסטו די מערסטע איינגעריסן?
וואס זאגסטו צו די עמך מאנדרא אידן מיט די לאנגע בערד? האסט פרובירט מעסטן די איי קיו?
פאר וועלכער מוסד האסטו געגעבן דיין קוואדער? (דאנט טעלל מיר פאר חכמת לב)
איז די קאלעי וואסער געווען צו זיס?
האסט באקומען א יטב לב לוח פארן נייעם יאר?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיינע תשובות זענען באלד.

שלום שטיסל האט געשריבן:שש קאם אן, יו סקיפד די קאלעי וואסער, ווי קען מען שרייבן פון כ״ו און ארויסלאזן די קאלעי? געב איבער דיין באריכט אויף היכל רז״ב.... אפשר קומט גאר א עקסטערער אשכול דערויף.
עיקר שכחתי, היכל ראזנבערג... זעסט אז אין ביהמ"ד בלא חידוש. עמיר נאך רעדן דערוועגן [עי' בסמוך].

ענדערשט לאמיר מאכן א געהעריגער אינטערוויו. גרייט? גרייט! 123 גאו...
א גוטן הרב שש, אלעמען ערשטן שטייצעך זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.
אמן, המברך יתברך.

וואס האט דיר געברענגט צו מאכן די רייזע ארויף קיין מאנרא?
כ'שטיי יעצט איין בגלילות מאנרא, איז עס געווען היבש גרינג אריינצופארן אין מאנרא צום ציון. הגם כ'בין צומאל יא ארויסגעפארן פון שטאט קיין מאנרא צום ציון, אויב כ'האב געהאט א געשמאקע חבר מיט וועם זיך מיטצוכאפן.

וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די ביזט אריינגעקומען אין אוהל?
אז איך גיי צו אן ערליכן איד'ס ציון , אזויווי למשל סקולענער רבי זצ"ל, ריבניצער רבי זצ"ל, וכו'.

ווי האט דיר געכאפט א התעוררת?
ביים פסוק (קאפיטל קיט) קראתיך הושיעני ואשמרה עדותיך, און שפעטער ביים סיום: תעיתי כשה אובד... בקש עבדך...

וואס איז געווען דיינע געפילן ווען די האסט געזעהן אפאר הונדערט בחורים קאלעקטען דאללערס?
שוין געשריבן אויבן. כ'האב אויך געשפירט עקל פון די אומאיידעלע באנעמונג, געמישט מיט שעצונג צו בחורים'לעך וואס זענען זיך מבזה און שוויצן אין די היצן פאר עפעס וואס זיי מיינען אזוי ערנסט.

פארוואס האסטו געטראכט אז די מוזט זיין ביים ציון?
כנ"ל האב איך נישט געטראכט אז איך 'מוז' זיין ביים ציון. איך בין זייער טשי"ל אין אזעלכע מצבים, האב איך מיט וועם זיך אונטערצוהאלטן אויפן וועג, איז למה לא?

האסט געוויס אינזין געהאט גאנץ קאווע שטיבל, פאר וועלכער ניק האסטו די מערסטע איינגעריסן?
כ'האב אינזין געהאט גאנץ ק"ש ביים טראכטן און אבזערווירן. די מערסטע איינגעריסן האב איך פארן ניק אדנירם...

וואס זאגסטו צו די עמך מאנדרא אידן מיט די לאנגע בערד? האסט פרובירט מעסטן די איי קיו?
זייט כ'בין איינגעשטאנען אין [tag]רויטע וואנצעס[/tag]'ס הויז אין מאנרא, מיטן לאנגן בארד, זע איך אז איי קיו מעסט זיך נישט לויטן צושטרויבלטן בארד נאר לויטן קאפ העכער דעם. [במאמר המוסגר, אין ספר בן סירא איז ער יא מפרש אז די בארד צייגט אויף חכמה וטיפשות. דאס איז די סיבה פארוואס ספר בן סירא איז אריין בכלל ספרים חיצונים, ווייל ער רעדט שטותים, עי' גמ' סנהדרין ומפרשים].

פאר וועלכער מוסד האסטו געגעבן דיין קוואדער? (דאנט טעלל מיר פאר חכמת לב)
איך פרוביר געווענליך אויסצומיידן צו געבן געלט פאר מוסדות בדרך כלל, און דין קוואדער כדין מאה דאלער. טעמי ונימוקי עמי כשיטת הערשל שרייבער [מוסדות פאלן נישט צאם, ארימע שטיבער פאלן יא צאם]. נאמן לשיטה זו געב איך געווענליך פאר יחידים, אפטמאל מאות ואלפים.

איז די קאלעי וואסער געווען צו זיס?
זייט איך שפיר די זיסקייט פון וואסער, שפיר איך אן עקל אין די זיסע קאלעי וואסער. איך ריר עס נישט צו. די פשוט'ע קאלטע וואסער איז די זיסטע זאך אין אזא הייסע טאג.

האסט באקומען א יטב לב לוח פארן נייעם יאר?
ניין, ניטאמאל געזען אז מ'טיילט עס. כ'דארף זאפארט צוריקגיין...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ס'איז א בפירוש'ע משנה. כל זמן שמזקיני"ן דעתן מיטפשת עליהן...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

די יאר כ"ו אב אין קרית יואל איז געווען עפעס מוראדיג מען האט געקענט צוקומען צום ציון, די עסן אין טרינקן איז געווען מיט א גרויסן ברייטקייט, סיי ביי די פרישטאג אין גרויסן ביהמ"ד, סיי ביים ציון, און סיי ביים יארצייט סעודה אין גרויסן ביהמ"ד, מנינים האבן זיך געשטעלט א יעדע פאר מינוט אויפן טאראסע פון די גרויסן ביהמ"ד און אויך אונטן פארן אריינגיין צו היכל ראזענבערג ווי מען איז געשטאנען איז געווען נאך א מנין מנחה אדער מעריב און צום לעצט די בשורה טובה ביים דרשה פון די רבי שליט"א איבער דיי נייע שכונת ויואל משה ווי מען גייט בויען בעזר השם 2000 דירות פאר אידישע משפחות,
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך קרישקעלעך:-

פאראיאר'ן האב איך באמערקט אז די גרעסטע בודקע איז געווען פאר'ן 'מערכה קעגען גיוס'. היי יאר זענען זיי געווען שטארק מערקבאר אין זייער אומאנגעוועזענהייט. מיין קוואדער ליגט נאך אין טאש און ערגעצוואו גייט אן אומשולדיגער מתמיד אנטוהן מונדירען פון די מדינת השמד.

חכמת לב האט פארנומען א שיינע ארט דארט. ווארשיינדליך איז עס צוליעב דער מחלוקת. אויב אזוי פרעגט זיך די פשוטע קשיא, ווי איז געווען א בודקע פאר די פראנצויזען? איך האב נישט געזען מער ווי איין בודקע פאר א מוסד אין פראנקרייך. די גאנצע קאליבער/רובי שרון ביזנעס איז דארט נישט געווען.

אדנירם טראכט עפעס אז די טרינקאכץ האט מיט זיסקייט. טרינקען פאנטש ביים רבי'ן איז פון די עבודות היום כ"ו אב, און אזוי דארף מען טוהן. נישט זיין קיין אויבערחכם און טרינקען עפעס אנדעריש.

אין יענעם טאג האב איך אריינגעכאפט דער ריבניצער רבי, דער סקולענער, ר' משה ניו יארקער און ר' מרדכי שוואב זכרון צדיקים לברכה. ווען די ישועה קומט באלד אן בעז"ה, וועל איך נישט וויסען וועמען צו דאנקען.

ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.

ובזה באתי צום נעקסטען קשיא. שרייבען ליגענט אויף א מצבה איז א סכנה צום נפטר. וואס איז די שכל אזוי אויסצורימען יעדער שמענדריק? מ'גלייבט נישט אין השארת הנפש?

נאך איין שאלה, פאר וועמען דארף מען באדאנקען פאר'ן הערליכע וועטער? פאבליק סעיפטי? א מופת פון רבי'ן? צו גראדעהייט דער באשעפער?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך קרישקעלעך:-

ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.


קענסט לאזן צוואה אויף לאחר מו"ע צו ליגן אין קרית יואל וועסטו קענען זיין דער ערשטער.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

לאמיך אביסל פארציילן די אנדערער זייט מטבע, אני ואפסי בין געווען פון די בחורים וואס זענען געשטאנען און געשנארט פאר'ן רבינס קאסע, יא, נישט מער געדאכט, סטיל האופ פאר די יומענ רעיס, לאך נישט פון קיין איין בחור וואס שטייט דארט, ער קען נאך אויסוואקסן א כוכב.

דער עיקר וואס איך וויל מיך באציען איז צו די פינאנצן. מיר זענען געשטאנען גאנצע פיר און צוואנציג שעה (יא, אריינגערעכנט א גאנצע נאכט) פיר בחורים אויף אמאל, און מ'האט זיך געטוישט משמורות יעדע עטליכע שעה, סוף טאג האט מען געהאט געלייזט 2200$, אז מ'מאכט א גלייכן חשבון קומט עס אויס צו אביסל מער ווי פינף דאלאר, פער בחור פער שעה.
אויפשטעלן א בודקע קאסט צוויי פופציג, דערצו זענען צוגעקומען הוצאות, די ישיבה האט באצאלט קאר סערוויסעס וכו'.
מיר זענען געווען א גוט גייענדע צוועק, מיט גענוג מען-פאוער און א ברייטע סטעף, אנדערע מאכן ווייניגער.
פארוואס די בחורים טוען עס? א גוטע קשיא! איך האב עס געטון בעיקר אלס געפיל פאר די ישיבה, יעדער בחור האט דאך פארשידענע התחייבות'ער וויפיל ער גייט אריינברענגען, כהאב מיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט, און כהאב געוואוסט אז ווען מיין טאטע וועט מיך חתונה וועל איך ווי א טאטעלע זיך שטעלן אין די רייע און "נעמען" פון די קאסע, האב איך מיט דעם יוצא געווען, ווייל ס'איז גרינגער דורכצושטופן א נאכט ווי גיין נאך געלט בין הזמנים.
כ'האב עס אבער למעשה אינזשויט, אפילו ס'האט גערעגנט. דאס נאכלויפן מענטשן אויף אזא צוגיינערישן אופן איז פשוט געווען קאמיש, און מיר האבן געלאכט פון זיך זעלבסט.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז שש און ליטוואק קומען צום ציון,
זעט אויס אז זיי זענן מבינים אויף א צדיק אמת

זאלט עטס האבן געפויעלט אלעס גוטס
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז צו באמערקען אז יעדעם אין קרית יואל'ער בית החיים איז געווען א תלמיד חביב צו מובהק לרביה"ק. קיין איין פלעינער מענטש ליגט נישט דארט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


נישט אמת, אסאך שטייט נאר אז ער איז געווען דבוק ומקושר

ביי מיין טאטע'ן ע"ה שטייט דאס אויך נישט, כאטש למעשה איז ער געווען
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לדעתי איז די טיטל 'תלמיד חביב' זייער פאסיג פאר סאטמארער רב'ס תלמידים. אפגעזען צו מ'איז געווען א מקורב אין שטוב, איז יעדער תלמיד זיינער געווען זיינס א תלמיד חביב. ער איז געווען אן עקספערט אין זיין פריינדליך און ליבליך צו זיינע תלמידים פון יעדן גיל, און זיינע תלמידים זענען באמת געווען חביב בעיניו און דאס זעלבע פארקערט.

ווען מ'האט געשפירט כ"ו אב אין סאטמאר אז 'די וועלט גייט אונטער', איז עס נישט נאר געווען אדאנק די פראפאגאנדע איבערן רבי'ן, נאר אויך צוליב די פריוואטע הרגשה ביי יעדן אז זיי האבן פארלוירן זייער טאטע - בנוסף צו רבי. א גוטע דוגמא פון א לעצטיגע גדול בדומה לזה, איז געווען הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל. ער איז אויך געווען א ליבליכע טאטע צו זיין עדה [מ'קען זען די קליפס פון יחידים אריינקומען, עפעס איידל און ליבליך שלא מעלמא הדין], און דערפאר האבן די ספרדים אים באוויינט בפטירתו פונקט ווי די פארלוסט פון א טאטע.

דא איז פאסיג דער טיטל 'תלמיד חביב'.


אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:לדעתי איז די טיטל 'תלמיד חביב' זייער פאסיג פאר סאטמארער רב'ס תלמידים. אפגעזען צו מ'איז געווען א מקורב אין שטוב, איז יעדער תלמיד זיינער געווען זיינס א תלמיד חביב. ער איז געווען אן עקספערט אין זיין פריינדליך און ליבליך צו זיינע תלמידים פון יעדן גיל, און זיינע תלמידים זענען באמת געווען חביב בעיניו און דאס זעלבע פארקערט.

ווען מ'האט געשפירט כ"ו אב אין סאטמאר אז 'די וועלט גייט אונטער', איז עס נישט נאר געווען אדאנק די פראפאגאנדע איבערן רבי'ן, נאר אויך צוליב די פריוואטע הרגשה ביי יעדן אז זיי האבן פארלוירן זייער טאטע - בנוסף צו רבי. א גוטע דוגמא פון א לעצטיגע גדול בדומה לזה, איז געווען הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל. ער איז אויך געווען א ליבליכע טאטע צו זיין עדה [מ'קען זען די קליפס פון יחידים אריינקומען, עפעס איידל און ליבליך שלא מעלמא הדין], און דערפאר האבן די ספרדים אים באוויינט בפטירתו פונקט ווי די פארלוסט פון א טאטע.

דא איז פאסיג דער טיטל 'תלמיד חביב'.


אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.

ובפרט ביי די וואס זענען רח''ל געבליבן נאכן שואה אן עלטערן איז די רבי געווען א טאטע און א מאמע פיגור.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך שמערל »

דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מיין עלטער שווער איז אוועק, האט מען איהם באשריבען אין דער איד. מ'האט געשריבען אז ער איז געווען דבוק ומקושר בלאה בלאה בלאה. כפי אונזער ידיעה, איז זיין שייכות מיט סאטמאר אז מ'האט געטראפען בריווען ביי איהם ווי מ'האט איהם געבעטען זיך אריינצומישען אינ'ם בערגער מחלוקת. פון דארט האט זיך אנגעהויבען און ביז דארט האט זיך גע'ענדיגט זיין שייכות.

א חבר זאגט מיר אז זיין זיידע, א נאנטע תלמיד פונ'ם פריערדיגען סאטמאר רב דער בעל קרן לדוד, האט מען אויך באשריבען אלס אדוק ומקושר.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

נו, ליובאוויטש בתפארתה... :D
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מיינע אבזערוואציעס: כ"ו אב אין קרית יואל

שליחה דורך שמערל »

אין סאטמאר האט עס גענומען אפאר וואכן, ליובאוויטש איז קיינמאל נישט צו זיך געקומען...

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:

אגב, כ'האב אויך אן עלטער זיידע און באבע וואס ליגן אין ביה"ח אין קרית יואל. דער עלטער זיידע איז געווען א הייסע סאטמארע חסיד. כ'געדענק נישט אויב אויפן מצבה שטייט 'תלמיד חביב', 'אדוק ומקושר', אדער ביידע נישט. כ'בין אבער זיכער ביי מיר, אז ער האט זיך געשפירט בחייו פאר א 'תלמיד חביב אדוק ומקושר' צום סאטמארן רב.


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מיין עלטער שווער איז אוועק, האט מען איהם באשריבען אין דער איד. מ'האט געשריבען אז ער איז געווען דבוק ומקושר בלאה בלאה בלאה. כפי אונזער ידיעה, איז זיין שייכות מיט סאטמאר אז מ'האט געטראפען בריווען ביי איהם ווי מ'האט איהם געבעטען זיך אריינצומישען אינ'ם בערגער מחלוקת. פון דארט האט זיך אנגעהויבען און ביז דארט האט זיך גע'ענדיגט זיין שייכות.

א חבר זאגט מיר אז זיין זיידע, א נאנטע תלמיד פונ'ם פריערדיגען סאטמאר רב דער בעל קרן לדוד, האט מען אויך באשריבען אלס אדוק ומקושר.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מיין זיידע (פון מיין מאמעס זייט) איז אויך געווען אדוק ומקושר צום רבי'ן, אבער ער ליגט נישט אין ק"י. און מיין אנדערע זיידע כאטש ער ער איז נישט געווען קיין סאטמארער האט ער געהאט א געוואלדיגע הערצה פאר סאטמאר און ער פלעגט כסדר קומען דארט צו די יארצייט סעודות און לחיים'ס. מיין טאטע איז געווען א גבאי ביים רבי'ן (ער'ט מיר אליין געזאגט) ביז די סטראוק.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמערל האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשפירט אז דער וועלט גייט אינטער, איז געווען ווייל רובא דרובא חסידי סאטמאר האבן זיך אין לעבן נישט געחלומ'ט אז זייער רבי גייט אמאל שטארבן. עס איז אפשר שווער עס היינט צו גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.
כ"ו אב איז נישט געווען אזוי ווייט א טרויער טאג נאר פשוט א שאק. עס האט גענומען פאר מענטשן אפאר וואכן צו קומען צו זיך און צוריקגיין צו די טעגליכע רוטינען.

איך קען א איד וואס האט געכאפט א נערווען בראך יענע טאג. אייגענטליך נישט איינס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

אבני חסד
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פארשפארט