הרה"ק ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל מסקולעני זצ"ל כ"ט אב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז דאס טאקע אז מ'שרייבט "מ'סקולעני"? אויפן מציבה זעה איך שרייבט ער (די רבי האט געמאכט די נוסח המציבה) אויפן טאטע'ן "הרב דק"ק סקוליען" און היינט איז די יו"ד פארלוירן געווארן אינמיטן און געריקט געווארן צום סוף...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

סקוליען איז די ריכטיגע וועג פון שרייבן, אזוי האט רא"ז געשריבן. סקולען איז לכאורה א טעות פון דער איד אדער דער בלאט ממילא שגור הוא צווישן דעם ציבור. סקולעני איז ווען מ'זאגט אין לשון קודש אז איינער איז פון סקוליען, אזוי ווי למשל ירושלמי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זאגסטו מ'דארף אנהייבן שרייבן הרה"ק מ'טאהשי זי"ע?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אן אינטערעסאנטע אויפמערקונג, אויף זיין מצבה שטייט סקולענער רב הנקרא סקולענער רבי.

נאך איז אינטערעסאנט אז ער שרייבט כמעט נישט אויף זיך, אבער דאס יא "התחרט על חטאיו".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רב שטייט אויף זיין טאטע, רבי שטייט אויף איהם.
אבער איינער זאגט מיר אז א סך עלטערע אידן רופן איהם טאקע בלויז סקולענער רב, און דעם טיטל רבי איז טאקע געווארן נחלת הכלל א דאנק די מצבה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:מער באקאנט אלץ ר' משה בטלן. א סקווירא חסיד.

אדער, ווי א טייל מענטשן האבן איהם געקענט אלס ר' משה קאלאראאש'ער. ווייל ער איז געקומען פון די שטאט קאלאראש. אויך הרהצה"ק ר' יעקב יוסף מ'סקווירא זצוק"ל איז געווען באוואוסט אלס "קאלאראש'ער רב"...!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מער באקאנט אלץ ר' משה בטלן. א סקווירא חסיד.

אדער, ווי א טייל מענטשן האבן איהם געקענט אלס ר' משה קאלאראאש'ער. ווייל ער איז געקומען פון די שטאט קאלאראש. אויך הרהצה"ק ר' יעקב יוסף מ'סקווירא זצוק"ל איז געווען באוואוסט אלס "קאלאראש'ער רב"...!


ר' בערל
כבר הקדמתי בזה
עי' בעמוד הקודם.. וקצרתי שם
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מער באקאנט אלץ ר' משה בטלן. א סקווירא חסיד.

אדער, ווי א טייל מענטשן האבן איהם געקענט אלס ר' משה קאלאראאש'ער. ווייל ער איז געקומען פון די שטאט קאלאראש. אויך הרהצה"ק ר' יעקב יוסף מ'סקווירא זצוק"ל איז געווען באוואוסט אלס "קאלאראש'ער רב"...!


ר' בערל
כבר הקדמתי בזה
עי' בעמוד הקודם.. וקצרתי שם

וכל מאמינים שהוא שומר הברית והחסד. התם ומתמם עם תמימים: עיינתי בעמוד הקודם וראיתי שכבודו קיצר מאוד בדבריו הקדושים. ולא נשאר לי אלא להודות לכבודו הרמה ולומר בקול רם ובשמחה רבה את ברכת ..."ברוך שכיוונתי לדעתו הקדושה"...
אכן מאז שהייתי ילד בן חמש שנים, (שבטוח אני שזה היה קצת הרבה לפני שכבודו הרמה בא לעולם השפל הזה, בגילגול הנוכחי) היכרתי את ר' משה בטלן/חניוק/גבאי/וכו' בתור ר' משה קאלאראש'ער. וגם חיברתי (אז) את הפיוט הקצר הזה, כדלהלן..."מאי ר' משה כל הרעש'ע...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אין יונגען עלטער פון בלויז אכטצן יאר! נאכן פטירה פון זיין גרויסן טאטן אין תרע"ה איז ער געווארן אויפגענומען אלטץ רב אין שטאט סקולען, דארט האט ער גאר שטארק געהויבן דעם שטאט וואס איז געווען גאר בשפל המצב ווי עס איז כמעט נישט געווען קיין שמירת שבת כשרות וכו. שפעטער האט אים דער וויזשניצער דמשק גערופן קיין טשערנוביץ ארויס צו העלפן לטובת אגודת ישראל, דארט האט ער זיך עטוואס אנגעקערט א שייכות לבית וויזניץ, וואס אגב, איז דא כמה וכמה ניגונים בבית וויזניץ וואס זענען במקורו סקולענער ניגונים, דאס איז ווייל ער פלעגט כסדר שוקען ניגונים (משלוח מנות) צום דמשק אדער דער אמרי חיים, למשל דער ניגון "חכו ממתקים" און נאך.

וועלכע נאך? איך ווייס נאר פון צוויי ניגונים, די "חכו ממתקים" וואס דו דערמאנסט טאקע און די גאר באוואוסטע וועלטס ניגון וואס מ׳זינגט אין וויזניץ נאך כל מקדש, אוי שבת שבת קודש! וכו׳.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מער באקאנט אלץ ר' משה בטלן. א סקווירא חסיד.

אדער, ווי א טייל מענטשן האבן איהם געקענט אלס ר' משה קאלאראאש'ער. ווייל ער איז געקומען פון די שטאט קאלאראש. אויך הרהצה"ק ר' יעקב יוסף מ'סקווירא זצוק"ל איז געווען באוואוסט אלס "קאלאראש'ער רב"...!


ר' בערל
כבר הקדמתי בזה
עי' בעמוד הקודם.. וקצרתי שם

וכל מאמינים שהוא שומר הברית והחסד. התם ומתמם עם תמימים: עיינתי בעמוד הקודם וראיתי שכבודו קיצר מאוד בדבריו הקדושים. ולא נשאר לי אלא להודות לכבודו הרמה ולומר בקול רם ובשמחה רבה את ברכת ..."ברוך שכיוונתי לדעתו הקדושה"...
אכן מאז שהייתי ילד בן חמש שנים, (שבטוח אני שזה היה קצת הרבה לפני שכבודו הרמה בא לעולם השפל הזה, בגילגול הנוכחי) היכרתי את ר' משה בטלן/חניוק/גבאי/וכו' בתור ר' משה קאלאראש'ער. וגם חיברתי (אז) את הפיוט הקצר הזה, כדלהלן..."מאי ר' משה כל הרעש'ע...!


אגב דער אלטער סאטמערע רב זצ''ל האט שוין געזאגט די מליצה פאר דער אלטער סקווירא קאלאראשער רבי נאך בעפאר דער מלחמה בעת שמחת החתונה פין בנו של הרה''ק רבי פיניעלע מאוסטילא מיט זיין ברידער דער עצי חיים מסיגעט אין עס איז געוועהן א גאנצע מדובר איבער דער חתן מאהל וואס אין סיגעט איז כידוע געוועהן דערקעגן משא''כ אין טשערנאביל איז געוועהן גאר העיליג אין דער סקווירא קאלאשער רבי זצ''ל זייעדיג א איידעם ביים הייליגער אוסטילא זי''ע שטארק ארום פארפירט האט איהם דער סאקמירער רבי זצ''ל געפרעגט בלשון מליצה מה כ"ל הרע''ש הזה.... ודברי פי חכם חן הוא

מען קען אסאך שרייבן ארום דער פרשה אבער יעצט האב איך נישט קיין צייט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

התם: עפעס קענט איר, און עס האט זיך טאקע געטון אביסל ביים חתונה מיטן עצי חיים תרפ"ח (ער האט שוין נישט געלעבט) און זיין שווער ר' שלום אליעזר ראצפערטער האט געפירט די חתונה מצד הכלה,

אבער לאמיר אייך אויסבעסערן אביסל, די מליצה פון "מאי כל הרעש" איז בכלל נישט געווען דעמאלדס, עס איז געווען בשנת תרצ"ב ביים חתונה פון החתן דוד טווערסקי הי"ד מיט ר' נפתלי ט"ב דער נירבאטורער רב, ווי עס איז בכלל נישט געווען קיין עסק וועגן אפרעכטן א חתן מאהל, און געזאגט דער מליצה האט ר' שלום אליעזר'ל --וואס איז דארט געווען אלטץ א מחותן פונעם אוסטילער רב-- בשעת מען האט מכבד געווען דער קאלעראשער רבי מיט א כיבוד ביים חופה,

ר'שלום אליעזר'ל האט שוין געקאנט דעם אינגען רבי'ן נאך ביים אנקומען בשנת תרפ"ח צום חתונה אין סיגעט האט אים ר' שלום אליעזר געשוקט לאדענען אויף א באזוך צו אים, ווי ער האט זיך געוואלט באקענען מיט אים, און גאר שטארק האט עס געוואלט זיין רעבעצין שרה מרים ע"ה, (טאכטער פונעם הורנסטייפלער בעל עמק שאלה/חכמה) ווי זי האט געוואלט שמועסן מיט אים, זי איז געווען א קרוב צו אים, שרה מרים איז געווען באוואוסט אלטץ א גרויסע בעלת דעת, (ווי דער קולעראשער האט שפעטער איבער פארציילט איבער איר באזוך, זי האט איבער געזאגט שטיקער 'מאור ענים' אויפן לשון! מען האט איר נישט געקענט כאפן ביי א שטיקל וואס זי האט נישט געקענט...)


שפעטער ביים חתונה אין נירבאטור, נאכן חופה ווי אלע רבנים ואדמור"ים זענען אריבער נעמען שלום פון ר' שלום אליעזער'ל האט ער געזאגט "דער אינגערמאן געפעלט מיר נאך די מערסטע פון אלע". און ער האט דערנאך צוגעשיקט זיין טאכטער נעמען א ברכה פונעם קאלעראשער.

דעמאלדס ווען הגה"צ ר' מנחם בראדי מקאלוב האט אים געזען ביי איינע פון די שבע ברכות, האט ער דאן געזאגט: ער איז כולו רחניות, כולו רוחניות! (מובא בספר באר מנחם=קאלוב)


און אז איך רעדט שוין פון די חתונה, וועל איך פארציילן אן עפיזאד וואס איך האב געהערט פון מו"ה יושע (הנקרא זיגעלע) יאקאבאוויטש לאויוש"ט וואס ער האט בייגעוואוינט דעמאלדס. אויפן וועג צום חתונה האט דער רבי זיך אפגעשטעלט אין נירעדהאז ביים אכסניה פון ר' יעקב יאקאבאוויטש ווי עס איז איינגעשטאנען זיין שווער דער אוסטילער רב זצ"ל, תיכף נאך מעריב האט ער געבעטן מען זאל אים צו ווייזן זיין שטוב ווי ער קען זיך גיין לייגן, נאך א וויילע האט דער בעל אכסניה באשלאסן אריין צו בליקן ביים שליסל לאך, און 'נישט מער און נישט וויינבערגער' ער שטייט מיט א דיקן בבא מציאה און בבא קמא גמרא און האנט (די אמאליגע גמרות פלעגן זיין די צוויי מסכתות אין איין באנד) איין פיס שטייעדיג און איין פיס אויפן בענקעל, פארטיפט איבערן גמרא זיך אפרוענדיג פונעם רייזע... דער בעל אכסניה האט גלייך אויפגעוועקט זיינע קינדער ובתוכם ר' יושע הנ"ל פשוט זיי צו ווייזן ווי אזוי א איד ריעט זיך אפ נאכן רייזן דריי טעג מיטן באן! און ער לערענט שוין עטליכע שעה רצופות. דער נעקסטער טאג האט דער בעל אכסניה צוגעגאנגן צו ר' פניע'לע זאגענדיג: דער וועטשערע האט ער נישט צוגערירט, די נייע בעט וואס איך האב געקויפט לכבודו האט ער נישט צוגערירט, נאר ער איז געשטאנען ביז אינדערפרי מיטן גמרא אין האנט פארטיעפט אין א סוגיא...האט אים דער אוסטילער רב געזאגט: יא יא, ביי מיר איז דאס קיין חידוש, אזוי טוט ער, און דאס איז ער...
(ר' יושע פארמאגט היינט די גמרא ביי זיך, ווי ער שטאלצירט זיך דערמיט, געהערט פון ר' יושע)

------------
ולך הרב [tag]אדנירם[/tag] שליט"א, וועגן דיין שאלה לגבי דער שטעפענעשטער איז אזעי, ראשית כל גלייב איך אז די קענסט אלע דעטאלן איבערן פאלטעווע שוחט ווי א מומחה... קענט איר מן הסתמא די רוסישער מענטאליטעט! במילא ער איז ניט געפארן צום שטיפענעשטער אלטץ א מורה דרך וכו. ער איז יא געווען צוויי מאל ביי אים אויף א באזוך, דאס צוזאמען טרעף איז געווען ווען ער צוריק געקומען פון די אויבנדערמאנטע חתונה אין נירבאטור איז ער דורך געפארן די שטאט יאס, האט ער דאן פארברענגט מיט הרה"ג ר' נחום ליבערזאהן ע"ה דער קלישקאוויצער רב, ומגדולי חסידי שטעפענעשט (לאחר פטירת רבו איז ער צווישן פולע אנדערע אריבער מקבל מרות זיין פונעם קאלעראשער רבי'ן) נאכן הערן אז דא געפונט זיך א רעכטער אייניקל פונעם ריזשענער זצ"ל, איז ער אריין אין שטאט אויף א באזוך צו אים,

שפעטער איז ער געווען נאך איין מאל ביי אים אויף א באזוך, ולמעשה האט דער שטעפענעשטער ארויס געשוקט דעם גאנצן ציבור מיט די גבאים, (לויט ווי עס האבן איבערגעגעבן די אנוועזענדע ר' בנציון גאלדבערג און זיין ברודער ר' חיים פייוויש דער משב"ק ביים שטעפענעשטער,) און פארפירט א לענגערע שמועס אינטער פארמאכטע טירן, דערנאך האט דער שטעפענעשטער זיך אויפגעשטעלט (ער איז שוין געווען אריבער די 85! און ער קארגע דרייסיג) און אים ארויס באגלייט ביז אינדרויסן...
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

טייערע געוואגטער יונגעלע
געוואלדיג איך האב אויך געהערט פין דער דשיגעלע דער גאנצע מעשה מיט די גמרא מיט די חתונה וכו'

אבער עס איז ביי מיר ברור כשמש אז דער סאטמערע רב האט געזאגט דער מליצה ביי דער ערשטע חתונה איך האב געהערט פין אסאך יודן די מעשה...

בנוגע די צווייטע חתונה האב איך געהערט פין דשיגעלע אז פארשטייט זיך נאך דער סיגעטער חתונה האט ר' פיניעלע מער נישט געוואלט משדך זיין מיט גזע בית סיגעט מחמת די גאנצע געראשקע וואס איז פארגעגאנגען
איז ביי די זוהן רבי דוד האט דער נירבאטער זייער שטארק געוואלט א שידוך טוהן מיט רבי פיניעלע אבער עס איז געשטאנען א וואנט רבי פיניעלע האט נישט געוואלט הערן דערפין איז זיין טאטע רבי יענקעל נידערהאזער געגאנגען צום נירבאטער רב אין איהם מסביר געוועהן די סיבות פארוואס רבי פיניעלע וויל נישט א שידוך טוהן אין טאמער איז ער גרייט מוותר צו זיין אין מסכים צו מאכן א חתן מאהל געהעריג וועט ער פראבירן צו ערלעדיגן דעם שידוך דער נירבאטער איז איינגעגאנגען דערויף אין רבי יענקל נידערהאזער [יעקבוביץ] געפארן צו רבי פיניעלע אין דערציילט אז דער נירבאטער איז אויף אלעס מסכים אין וכך הוה דער שידוך איז געווארן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די וויזניצע רביצין סימא מירל ע״ה טאכטער פון הרה״ק ר׳ יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל האט אמאל געזאגט פאר מיין טאטע אז זי האט אלץ קינד אינדערהעים געזעהן ווי דער ריבניצער און ר׳ משה בטלן זענען געקומען צו איר טאטן און זיי זענען געזיצן אנגעשפארט א גאנצע נאכט און מ׳האט געקענט הערן ווי זיי האבן זיך מפלפל געוועהן אין לערנען, צופרי זענען זיי אלע ארויסגעקומען פון צימער פארשוויצט מיט רויטע פנימער און זיך געגרייט צו גיין דאווענען שחרית, אבער איך בין נישט זיכער צו הרה״ק מסקלען איז אויך דארט געוועהן, לכאורה נישט, אבער ס׳איז זיכער אז די סקלענער רבי זצ״ל איז געוועהן גאר נאנט מיט די ריבניצער זצ״ל הרה״ק מסקווירא זצ״ל און ר׳ משה בטלן זצ״ל,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
איצטערט אזוי, סקולענער רבי איז געווען קודם ביים בהושער דערנאך ביים פאשקאנער און אויך ביים שטעפענעשטער און נאך אים האט ער זיך די מערסטע מקשר געווען צו ר' יעקב יוסעלע פון אלע אנדערע אדמור"ים אין יענע תקופה (איך האב עס בכלל נישט אריין געלייגט אין דעם באשרייבונג, ווייל נישט צו דעם האב איך געצילט, אבער טאמער איינער וועט זיין נייגעריג פון ווי איך נעם עס וועל איך אים צייגן בברירות) [/b]

ס'איז באוויסט אז רבו המובהק איז געווען רבי מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא, און דאס קען מען מברר זיין ביים סקולענער רבינ'ס קינדער. (אויך קען מען דאס זען און זיין ספר נועם אליעזר וויאזוי ער ברענגט עם דארט). און צום סקווערער רבי זצ"ל האט ער טאקע געהאט גאר א שטארקע הערצה, אבער דאס אז ער האט זיך מקשר געווען צום סקווערער רבי'ן, איז מסתם געבאקען געווארן אינעם גרויסן סקווערער מצה אויבן (דארט באקט מען דאך אסאך מער מצות ווי אין סקולען). אין סאטמאר האלט מען דרך אז ער האט זיך מקשר געווען צום סאטמאר רב, און אגב, דער סקולענער רבינ'ס אייניקל (נישט קיין סאטמערער) האט מיר פארציילט אז פאר דער סקולענער רבי ז"ל איז געגיינגען באזוכען סאטמאר רב אין מאנארא איז ער געגיינגען כאפן א מקוה, און דאס איז שוין נישט פון קיין סאטמערער מקור נאר פון א סקולענער מקור, אבער כ'האב נאכנישט געהערט אז ער זאל כאפן א מקוה פאר'ן זיך טרעפן מיט'ן סקווערער רבי'ן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]ארויפגעברענגט לכבוד זיין הילולא און לכבוד איר ערשיינונג אינעם וועקער זשורנאל. א גרויסן יישר כח פארן אריין לייגן אינעם פראכטפולן "וועקער זשורנאל" א באזונדערע דאנק פארן צופיצן עטליכע עקן כדי שירוץ בו הקורא. אייגענטליך איך גלייך ווען מען באקומט מיין דיירעקטע ערלויבעניש אויף אריין צו שטעלן מיינס אן ארטיקל. שוין והוא רחום יכפר...

ווער ס'האט נאך נישט געלייקט קען נאך יעצט. ווער ס'ווייסט נישט וויאזוי דער לייק פראצעדור ארבעט, קען זיך פארבינדן אין אישי פאר איסטראקציעס.

--------
יעצט שפיי איך ארויס א צוכלעפטשעטער פאר'יתום'טער דרעפט פון פאריאר:

ווי זאגט נאר דער פסוק אין דניאל: הבן בן אדם - גיי פארשטיי דעם [tag]בן אדם[/tag]... ( פארמעקט לכבודך. דאס באסיגקייט מיינע האט שוין געוועפט דורך ליגן א יאר אין דרעפט).

לכבודך האב איך זיך געזעצט דעי וואך טעלעפאנירן עלטערע אידן אין הערן וואס זיי געדענקן. נישט ווייניגער ווי אכט זקנים אין צאל (אשר שנים מהם נפטרו מאז עד עתה) האביך געקלונגען!

דאס פונעם סאדוגערער האב איך שוין געשריבן צוויי מאל אין דעם אשכול, וואס קוקט אויס איר האט נאך נישט געליינט. אולי גלייכסטו צו שיסן בליציג אז נאר. וואס איך האב געזאגט לגבי התקשרות, האט געזאגט זיין זון דער היינטיגער סקולענער, און פארציילט האט עס אדער רב יוסף מיסקי, אדער ר' בנציון פעלדמאן שליט"א.

לידיעתך, דער סקולענער רבי פלעגט שוין אינדערהיים אין בוקארעסט, דאווענען כמעט יעדע וואך שבת ביים קאלעראשן רבי, און ער פלעגט אריין גיין כסדר מיט א קוויטל, ווי ער פלעגט מיטברענגן זיינע יתומים'לך, און זיי אויך אריין שרייבן אינעם קוויטל, און ער פלעגט יעדעס מאל עקסטער גיין אין מקוה איידערן אריין גיין. זיין תלמוד ר' בנציון פעלדמאן שליט"א פארציילט אז ער האט אמאל געדארפט עפעס אויפפיקן פון אים, האט ער אים געזאגט: איך בעט דיך, ביטע ברענג מיר עס ארויס אינדרויסן פון שטעטל, ווייל אז איך פאר אריין אין שטעטל, וועל איך מיזן אריין גיין מיט א קוויטל, און דאס גייט נישט אויף איין פיס, עס פאדערט זיך א גאנצע הכנה דערויף, און איך בין נישט גרייט.

א פלא איז באוואוסט איבער דער סקולענער רבי, ווען ער האט זיך אויפגעהויבן אין אן ערב שבת, זאגענדיג פאר זיין הויז בחור הרב שטראהלי (משב"ק ב'באבוב) אז ער וויל שוין פארן קיין סקווירא אויף שבת, אל אף זיין רעבעצין (אם המעכעליסטער) האט זיך איינגעבעטן אז זי האט שוין אלטץ אנגעגרייט פאר שבת, אבער והוא בשלו: "איך וויל שוין פארן אויף סקווער". ולמעשה איז עס געווען די לעצטע שבת עלי אדמות. גאר אסאך איז דא צו פארציילן פון זיינע פולע שבתים וויילנדיג ביים אלטן און ביים נייע רבי אין סקווירא, ובפרט נאך פונעם אויבנדערמאנטע שבת.

דא לייג איך דיר א בריעף וואס ער שרייבט צום גבאי, אז ער זאל אים מזכיר זיין ביי כ"ק אדמו"ר צדיק יסוד עולם וכו. און דאס אז ער גלייבט באמונה, אז חוץ ליינען אלעס אין א קוויטל, קען ער ליינען אפי' א ליידיג שטיקל פאפיר.

Skulen Skver.JPG


דא לייג איך דיר זיינס א בקשה- שרואים כאן גודל ענותנותו- (געברענגט בספר 'גשמי ברכה' פון ר' שמעון הירשלער שליט"א פון לאנדאן, מחסידי וויזניץ ומ'מקרבי הרה"ק מסקולען.) לגבי זיין מקום מנוחה לאחר פטירתו.
כמדומה אז איך פארמאג ערגעץ די פולע נוסח פון די צוואה.

סקולען.JPG


יעצט, לידיעתך, דער אלטער סקולענער איז מער ווי איין און מער ווי צווייי שבתים געקומען מיט האלטן ביים היינטיגן רבי שליט"א, יא יא, דער קץ משיחיה'ניק, און איך זאג דיר עס יעצט, אז די זאלסט נאך קענען פרעגן מענטשן אשר אתנו חיים, און נישט קומען מיט קיין פאנטאזיעס אין צוואנציג יאר פון יעצט. ווי דער ציבור ובתוכם חלק ידידים שלי וואס זענען נישט קיין סך עלטער פון מיר, געדענקן גאר גוט יענע שבתים.

אגב, פאסירט האט איין מאל א קאמישע אינצידענט, געווען איז עס ווען ער האט געדאוונט קבלת שבת פארן עמוד, און ווי באקאנט פלעגט ער ליינען קרי"ש כמעט א האלבע שעה, למעשה דער אדמו"ר שליט"א האט ארויס געקלאפט פון שטוב, און דער סקלענער האט געהערט אז דער רבי קלאפט ארויס, האט ער שנעל געגעבן א ענדיג אפ, למעשה ווען דער רבי האט צוריק געהערט האט עס אים באנק געטון, און דאס נעקסטע מאל ער איז געווען אויף שבת, האט דער רבי שוין געווארט גאר לאנג מיטן ארויס קלאפן, אבער ווי מאדנע איז געווען, ווען דער סקולענער האט דאס מאל געענדיגט קרי"ש אין מינוטין, און ער האט געווארט גאר א לאנגע צייט אויס צו פירן.

און יא, ער פלעגט צו אים אויך אריין גיין מיט א קוויטל הערשט נאר נאכן גיין אין מקוה און זיך אנטון בגדי שבת...

לגבי מקום מנוחתו איז א זכות פאר זיין נשמה אז ער ליגט נישט אין סקווער.[/justify]
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ווי דערציילט באלד ביים אנהייב איז ער געגאנגן צום לובאוויטשער רבי'ן צו פאברענגענס, אבער [tag]געוואלדיג[/tag]שרייבט אז ער איז משום כבודו געגאנגען אהן דעם שטריימל.

וואס הייסט? ער פלעגט נאר גיין אין דערוואכן? פלעג ער שבת גיין און לאז די שטריימל אין דערהיים? פלעגט ער שבת אנטוהן דעם הוט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירח בן יומו האט געשריבן:ווי דערציילט באלד ביים אנהייב איז ער געגאנגן צום לובאוויטשער רבי'ן צו פאברענגענס, אבער [tag]געוואלדיג[/tag]שרייבט אז ער איז משום כבודו געגאנגען אהן דעם שטריימל.

וואס הייסט? ער פלעגט נאר גיין אין דערוואכן? פלעג ער שבת גיין און לאז די שטריימל אין דערהיים? פלעגט ער שבת אנטוהן דעם הוט?

ירח בן יומו: איך ווייס נישט פונקטליך (און נישט פונקטליך אויכעט נישט) פון וואס דו רעדסט. ס'איז אבער דא א זמן ווען מ'גייט אין בגדי שבת און מ'מעג פארן מיט א קאר. מוצש"ק. און חול המועד...!... :lol:
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:ווי דערציילט באלד ביים אנהייב איז ער געגאנגן צום לובאוויטשער רבי'ן צו פאברענגענס, אבער [tag]געוואלדיג[/tag]שרייבט אז ער איז משום כבודו געגאנגען אהן דעם שטריימל.

וואס הייסט? ער פלעגט נאר גיין אין דערוואכן? פלעג ער שבת גיין און לאז די שטריימל אין דערהיים? פלעגט ער שבת אנטוהן דעם הוט?

ירח בן יומו: איך ווייס נישט פונקטליך (און נישט פונקטליך אויכעט נישט) פון וואס דו רעדסט. ס'איז אבער דא א זמן ווען מ'גייט אין בגדי שבת און מ'מעג פארן מיט א קאר. מוצש"ק. און חול המועד...!... :lol:

אויף די פריעדיעגע בלאט ברענגט געוואלדיג אזוי:
דארט אין קראונהייטס פלעג ער אויך גיין צום ליבאוויטשער רבי, צו התוודות'ער איז ער כסדר געקומען (ער פלעג נישט גיין מיטן שטריימל, בפשטות משום כבוד האדמו"ר) ער איז אויך כסדר אריין אויף יחידות צו איםץ

ביי א התועדות אין ליבאוויטש רעכטס אינטער'ן רבי'ן.

באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ירח, נתחלף לך פעמיים בין געוואגטער לגעוואלדיג, והוא רחום יכפר.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לחיים טובים ולשלום...
זכותו יגן עלינו.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

געוואלדיג האט געשריבן:ירח, נתחלף לך פעמיים בין געוואגטער לגעוואלדיג, והוא רחום יכפר.

ברוך שם... יא, טאקע עס איז די [tag]געוועאגטער יונגעל[/tag] וואס האט אונז דא דערליווערט אזא הערלכיע ארבייט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כבין נייגעריג די צוויי שבתים וואס דער סקלענער צדיק איז געוועהן אין סקווירא ווי איז דעמאלסט געוועהן דער ברייער דער משמש בקודש?.


די סקלענער זצ״ל האט זיך מכניע געוועהן פאר יעדעם אפילו פאר א קליין קינד, און טאמער איז ער געפארן קיין סקווירא איז עס נאר געוועהן לכבודו פון זיין טאטען די אלטע סקווירא רבי זצ״ל וואס ער איז געוועהן זייער נאנט מיט אים בחייו, ער איז נישט געקומען קוקן ר׳ דוד׳ל מלוכה מיט זיינע טשערי לעיטס, ער איז פונקט אזוי געקומען קיין סאטמאר, און קיין וויזניץ, ווען ער האט גערעדט מיט ר׳ מאטעלע אויפן טעלעפאן האט ער זיך אויפגעשטעלט אפילו ער איז געוועהן דרייסיג יאהר יונגער פון אים, דעס איז געוועהן א חלק פון זיין גרויסקייט, מאך נישט דיין רבי גרויס אויפן חשבן פון א עניו, דעס אז די אלטע סקלענער רבי זצ״ל איז געפארן שבת קיין סקווירא ווייזט אויף סקלענע רבי׳ס גדלות און ענווה און ס׳ווייזט נישט קיין שום גדלות אויפן סקווירער מיט זיין ריזיגע פעלץ און זיינע טשערי לייטס, מיט זיינע פייערצינדערס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט