ווער זענען אונזער עסקנים?
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
ווער זענען אונזער עסקנים?
לעצטענס אין אן אנדערע פורום האבן מיר געהאט א לענגערע שמועס איבער די היינטיגע עסקנים איבער זייערע פעולות, כוונות, און מאטיוון. די רעדע איז געווען איבער די לעצטע ארטיקל פון געבען מעדצינען פאר מאסטרובאציע אדער פאר אן איבערפלוס פון תאות המשגל, בעידוד עסקנים אין די חסידישע געמיינדע.
דארט אויפן פורום האט רוב עולם פארדאמט די ארטיקל מיטן טענה אז דאס געשריבן בייעסד, און עס מאלט אראפ די חסידישע געמיינדע אין אירע עסקנים מיט איבערגעטריבענע שווארצע פארבן, כאילו איר עסקנים זענען דא צו דאמאנירן און טעראזירן דעם המון עם- די וואס גייען נישט אין שפאן, מיט אומאחריות'דיגע און רשעות'דיגע שריט.
זיי האבן געטענה'ט אז אויף אן אמת איז דא א וועלט מיט וואוילע איבערגעגעבנע קאמפעשענדע עסקנים וואס זענען זיך גרייט מקריב פאר א צווייטן, וואס מען טרעפט נישט כמעט אין די גאנצע וועלט. און אזוי ווי אין א יעדע פראפעסיע איז אויך דא פארהאן א פאר פארפוילטע עפעלך, און עס איז א געמיינהייט פונעם זשורנאליסט אראפצומאלן א בילד כאילו דאס איז די נארמע און די פעלד.
למעשה זענען די אויגן דארט אויפן פורום געווען אביסל געוואנדען צו מיר, צוליב זייענדיג דער כמעט איינציגסטער חסיד אויף'ן פורום. זייער פראגע איז געווען וואס איך זאג צו דעם? און צו איך בין מסכים מיט זייער ווערדיקט אז דער ארטיקל איז היבש איבערגערטיבן און מלא בייעס? צו זייער גרויס אנטריסינג האב איך געגעבן פול רעכט פארן שרייבער פון די ארטיקל. לויט מיין מיינוג האב איך ערקלערט איז אן עסקן בדרך כלל איינער וואס האט נישט קיין זשאב, האט נישט קיין שלום בית און האט נישט קיין קאמפעשן פאר א יומען ביאינג.
פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי.
די סבה פארוואס איך זאג אזוי איז ווייל איך רעד פון מיין עקספיריענס (נישט פערסאנעל, ב"ה), איך קען מער ווי אפאר אידן וואס זענען מיאוס אפגעריבט געווארן דורך זייערע מעשה תעתועים, שלום בית'ער וואס זיי האבן חרוב געמאכט און אינגעלייט וואס זיי האבן מסדר געווען אויף שענדליכע אופן. נאך מער, ווען איך קוק מיך איין ווער די עסקנים זענען, זע איך איינער א ביי פאלער ליידענדער, א צוויטער ADHD וואס נעמט נישט זיינע פילן, און א דריטער וואס זוכט צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען אין שטוב, הצד השוה שבהן וואס ווען נישט זיי זיי האבן זיך דערקלערט אז זעלבסט געקרוינטע עסקנים וואלט זיך א נארמאלע מענטש נישט דורכגערעדט מיט זיי ניטמאל אזא טריוויאלע זאך ווי וועלכע נאווע לאקס איז בעסער גאלדען טעסט צו טוב טעם.
לאחר הדיון האב איך מיר געטראכט צו מיר עס איז נישט קיין יושר דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים וואס איך בין אריינגעלאפן אין. איז וואלט איך געוואלט הערן פון דעם עולם דא צו איינער האט געהאט אן אנדערע עקספיריענס? און צו איך טרייב איבער.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
חייקל האט געשריבן:"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר
זע דא
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
פאריגע וואך איז געווען א ארטיקעל וועגען היימישע עסקנים וואס נעמען קעיר פון יונגעלייט אין עניני קדושה
סשטעלטצעך אויף די האר פין קאפ וואס זיי טוען, זיי צווינגען יונגעלייט צו מודה זיין אז זיי זענען **** עדיקטס, צו גיין צו עדיקשען גרופס, צו נעמען שאטס און פילען אפצושוואכען די תאווה, און האבען א ריזען השפעה אויף דאקטורים (דורך ביזנעס וואס זיי ברענגען זיי, וואס איז אסאאאאאך געלט) אז די דאקטורים זאלען זיי שרייבען פעסקריפשענס
אויסער די רציחה שבו, און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ, סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'
די גוטע נייעס איז אז די עולם ווערט אויפגעקלערט, מיר האבען א הייליגע אינטערנעט, און דע חברה קומען אן אין דזשעיל איינס ביי איינס

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
קרעקער האט געשריבן: און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ
מן הסתם איז דא אזאלעכע אויך
קרעקער האט געשריבן:סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'
???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
חייקל האט געשריבן:"אין אן אנדערע פורום..." קענסט מיר פליז פראוויידען מיט א לינק צו דעם אנדערען פוראם? יישר
עס איז א פריוואטער פורום.
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען נישט זייער אסאך עסקנים (נאר אפאר), כן יעזור ה' להלאה, אבער לאמיר צוקומען צו די שפיץ נקודה וואס עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, וועלכע נאווע לאקס איז טאקע בעסער?.
פארוואס ברוכסטו אייביג מאכן ליצנות פון יעדע ערנסטע שמועס? אבער אז די פרעגסט שוין ס'ווייב טענה'ט אז גאלדען טעסט איז פיל בעסער און עס האט ווייניגער חזעריי אריינגעמישט, אני כשלעצמי עס נאר וויינבערגערס.
שמעקעדיג האט געשריבן:(כ'פלעג אמאל עסן נאווע לאקס אלס חמין במוצ"ש, אבער היינט האט יענער סערווירט טועמיה אנשטאט).
אין די זומערדיגע קורצע מוצאי שבתים און לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס איז וויכטיגער טועמיה ווי חמין במוצא שבת.
קרעקער האט געשריבן:פאריגע וואך איז געווען א ארטיקעל וועגען היימישע עסקנים וואס נעמען קעיר פון יונגעלייט אין עניני קדושה
סשטעלטצעך אויף די האר פין קאפ וואס זיי טוען, זיי צווינגען יונגעלייט צו מודה זיין אז זיי זענען **** עדיקטס, צו גיין צו עדיקשען גרופס, צו נעמען שאטס און פילען אפצושוואכען די תאווה, און האבען א ריזען השפעה אויף דאקטורים (דורך ביזנעס וואס זיי ברענגען זיי, וואס איז אסאאאאאך געלט) אז די דאקטורים זאלען זיי שרייבען פעסקריפשענס
אויסער די רציחה שבו, און די מעניפעלעישען וואס זיי לייגען ארויף צו קאנטראולען דע יונגערמאנס לעבען, קומט עס קלאהר פון פארפוילטע תאוות וואס זיי האבען אליינטס, און געבען זיך אויס די תאוות דורכען קערען יענעמס שמוץ, סאיז א גרעסערע און מער גרויליגע תאווה צו קעיר נעמען פון יענמס שמוץ ווי גיין אליינס זינדיגען מיט א פרוי, כידוע'
די גוטע נייעס איז אז די עולם ווערט אויפגעקלערט, מיר האבען א הייליגע אינטערנעט, און דע חברה קומען אן אין דזשעיל איינס ביי איינס
על זה אנו דנים צו די פאסירונגן אויף וואס דער ארטיקל באצוהט זיך איז א פרט היוצא מן הכל על הכלל כולו, יצא אדער איז דאס א פרט על עצמו יצא.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך האב דא אמאל באשריבן דעם אייראפעיאישער בארימטער עסקן הרב ר׳ שלום ווייסמאן שליט"א, האט אדנירם פארפירט אז מען זאל עס פארמעקן און די הנהלה האט עס תיכף פארמעקט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים.
עסקנות איז נישט קיין פראפעשן, דאס איז א טיטל וואס עקזיסטירט נישט אין קיין איין רעספעקטפולע קאמיוניטי.
עס קען אמאל זיין א גוטהארציגער מענטש וואס האט ליב צו העלפן אנדערע, וואס זאל טאקע העלפן. אבער איינער וואס לויפט נאך זאפטיגע קעיסעס פאר זיין אייגענע הנאה, וועט געווענליך זיך אפשאקלען פון די קעיס ווען די פאון ענדיגט זיך, איבערלאזנדיג די באטרעפנדע זאלן זיך אליינס אפלעקן די וואונדן.
זאלן מיר אפשר מאכן קורסעס פאר עסקנות, און מען וועט דארפן לייסענס דערפאר?
אין - כי הכל הבל
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ווט"ה מיט דעם פריקן לאקס? מ'רעדט פון עסקנים דא.
אז מ'רעדט שוין פון עסקנים און לאקס, עסקנים זענען אזוי ווי לאקס. ס'איז דא פון א סך פירמעס, אלץ האט אבער כמעט דעם זעלבן טעם, ס'האט זייער א גוטן נאמען, ס'הייסט א חשוב'ע זאך; ס'איז אבער רוי, נישט אויסגעקאכט, קאסט טייער, האט א שלעכטן גערוך, מאכט בויך-וויי, ווערט שנעל פארדארבן, און צו אלץ וואס זיי רורן נאר צו, קלעפט זיך אן א שטינק פון וואס ס'איז שווער פטור צו ווערן. (אה, און אויך לויט דער גמרא איז עס א סכנה ווען מ'מישט דאס מיט פלייש.)
נב. מלך הים האט דער בעסטער לאקס, האט אינגאנצן אן אנדערן טעם ווי ממש אלע פון די לאקס אין היימישע געשעפטן. בבחינת אן עסקן מיט א גוי'אישן געשמאק.

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אין אמת'ן אריין איז די טיטל רעלאטיוו ניי, מען האט גענומען די מענטשן וואס גלייכן צו העלפן אנדערע אדער די ריכטיגע שתדלנים און זיי אנגערופן עסקנים, די נעקסטע שטאפל איז געווען אז יעדער וואס זארגט עס זאל זיין גענוג געשניטענע פאפיר און לוח הציבור'ס אין ביהכ"ס ווערט שוין באטיטלט עסקן, עסקן איז איינער וואס טוהט ווער עס טוהט איז א עסקן, און כמובן זענען דא צווישן זיי בעסערע און ערגערע, גוטע און שלעכטע, אזעלכע וואס מיינען נאר איך מיך און זיך און אזעלכע וואס מיינען אויך השי"ת,
סא די שאלה ווער זענען אונזערע עסקנים האט נישט קיין עכטע ענטפער ווייל יעדער פון אונז קען ווערן באטיטלט מיט דעם, דער גרינדער פון ק"ש מיט אלע מיטהעלפער זענען עסקנים, די שרייבער זענען עסקנים, די אויסגאבע ארויסגעבער זענען עסקנים, און די גארבטיש קאלעקטערס זענען אויך עסקנים, די וואס זוכן א צענטער זענען עסקנים, און די מיטדאווענערס זענען עסקנים, בקיצור אויב האסטו שוין עפעס געטוהן פאר א צווייטן פארגין זיך דער טיטל עסקן...

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
איך מיין אז עס איז היבש קלאר אז מען רעדט נישט דא פון זעליג מענדלאוויטש אדער אברהם סלונים סטייל עסקנים
מען רעדט דא פון ספעציפישע באשעפענישען וואס וועלן מכלומרשט קעגן זייער ווילן ליידער ווערן אריינגעשלעפט אין יעדע שלום בית וואס מען קען מישען אין די בלאטע פארן באשעפערס וועגן

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
אן עסקן איז דער וואס דער עסקנות האט איבערגענומען. ד.ה. ער האט רעכטען אלס אן עסקן, זיין מיינונג איז עפעס ווערט ווייל ער איז דאך אן עסקן, מ'דארף איהם מער היטען צו העלפען ווייל ער איז אן עסקן, זיין זינד ווערט גיכער פארווישט צוליעב'ן זיין אן עסקן.
די אלע חברה זענען די נושא. איינער וואס עפענט א קאוועשטיבעל אבער ווערט נישט אן אנדערע מענטש צוליעב דעם איז נישט אין די רשימה.
דו"ק היטב.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:אין אמת'ן אריין איז די טיטל רעלאטיוו ניי, מען האט גענומען די מענטשן וואס גלייכן צו העלפן אנדערע אדער די ריכטיגע שתדלנים און זיי אנגערופן עסקנים, די נעקסטע שטאפל איז געווען אז יעדער וואס זארגט עס זאל זיין גענוג געשניטענע פאפיר און לוח הציבור'ס אין ביהכ"ס ווערט שוין באטיטלט עסקן, עסקן איז איינער וואס טוהט ווער עס טוהט איז א עסקן, און כמובן זענען דא צווישן זיי בעסערע און ערגערע, גוטע און שלעכטע, אזעלכע וואס מיינען נאר איך מיך און זיך און אזעלכע וואס מיינען אויך השי"ת,
סא די שאלה ווער זענען אונזערע עסקנים האט נישט קיין עכטע ענטפער ווייל יעדער פון אונז קען ווערן באטיטלט מיט דעם, דער גרינדער פון ק"ש מיט אלע מיטהעלפער זענען עסקנים, די שרייבער זענען עסקנים, די אויסגאבע ארויסגעבער זענען עסקנים, און די גארבטיש קאלעקטערס זענען אויך עסקנים, די וואס זוכן א צענטער זענען עסקנים, און די מיטדאווענערס זענען עסקנים, בקיצור אויב האסטו שוין עפעס געטוהן פאר א צווייטן פארגין זיך דער טיטל עסקן...
פיין. און א רבי מיינט איינער וואס האט נאר אמאל אויסגעלערנט א הלכה פאר א צווייטן, איינער וואס ווישט קליינטשיגע מחילות אין קינדערגארטן, ר' נחמן מברסלב און ר' יהודה הנשיא. למעשה הייסט היינט רבי יעדער איינער וואס זיין זיידע האט נאר גע'שחט'ן הינער אדער באקוקט שמאטעס אין שטעטלעך מיט מאדנע נעמען. מ'איז דא נישט דן איבער טיטול'ן, מ'רעדט איבער דעם פענאמען פון עסקנים. איך, דו און יעדער דא ווייסט מ'רעדט נישט פון איינעם וואס שנייד טוילעט פאפיר און מעלדט איבער קומענדיגע יארצייטן. מ'רעדט פון אזאנע וואס אונטער דעם מענטל פון "העלפן" מענטשן, פאטשקענען זיי אין פראבלעמען פון אנדערע. איז אזא באשעפעניש גוט אדער שלעכט, דאס איז מען דא דן.
אין מיין אפיניען איז אוודאי נישט קיין יושר צו גענעראליזירן סיי וואס, ס'איז לכאורה דא גוטע עסקנים. מ'רעדט אבער אין אלגעמיין. אין אלגעמיין זענען פאליטישאנס ליגענער, אין אלגעמיין זענען מלמדים בהמות, און אין אלגעמיין זענען עסקנים מענטשן וואס בענדשאמין האט דיסקרייבד. כ'וויל זען עסקנים וואס שאפן געלט פאר טערעפי וכדו', העלפן מענטשן זיך העלפן. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי, זאל ארויסשטיין פון יענעמ'ס פראבלעמען.
דער עולם האקט
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
סארא נארישע רשעותדיג אשכול.
קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?
כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.
רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.
דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.
קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?
כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.
רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.
דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:סארא נארישע רשעותדיג אשכול.
קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?
כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.
רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.
דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.
ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.
בענדשאמין האט געשריבן:
"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:27 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: ווער זענען אונזער עסקנים?
איך האב א קשי עס איז דא יונגעלייט וואס זיי באקמען די נאמען עסקן ער זיצט און כולל האט נישט וואס צו טון און ער פארשטייט און האט ארויס די קעסעס און די שטינקערי איז ער וואס דרייט אן אבער צום סוף ווען מען דערף איינער זאל טאקע העלפן איז ער נישט דא די גרויסע עסקן אויב די פארשטייסט טאקע עפשר גיי לערן דיך צו זיין א סאשעל ארבעטר נעם ליסענס נאר דאס האלטסטו נישט דערביי נאר צו האבען אביסעל פאן
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
יואב האט געשריבן:שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:סארא נארישע רשעותדיג אשכול.
קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?
כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.
רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.
דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.
ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.בענדשאמין האט געשריבן:
"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."
יואב טייערע, איך רעדט אויך נישט פון קיין אפציעלע עסקן מטעם א מוסד אדער א ארג.
איך רעדט דייקא פון א אינגערמאן פריוואט וואס לוופט ארום טוען חסד אן זיין אינטער עני אויפציעל ארג גראפע.
יעצט טראכט אריין א רגע, ווי הייסט דער אשכול??? ״ווער זענען אונזע עקסנים״, כאילו אלע אדער רוב עסקנים וואס זענען נישט אונטער א אפציעלע ארגנעזאציע זענען חיות אין בלוט פרעסער.
אזוי ווי שיך מאכער איז דא גוטע אין שוואכע אזוי אויך עסקנים.
נו זאל איך יעצט עפענען א אשכול ווער זענען אונזער שיך מאכער?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
לאמיר נישט אויסמישן צווישן בעל חסד און עסקן.
איך האב צוויי חילוקים: בעל חסד איז איינער וואס טוט טובות וואס דארף נישט קיין לייסנס אדער קאמפליצירטע טובות מיט לייסנס, און עסקן איז איינער וואס טוט אין זאכן וואס געהערן צו פראפעשאנלס אדער ממונים מטעם, אן קיין לייסנס.
א צווייטער חילוק, וואס דאס איז דאכט זיך מער אקוראט איז: בעל חסד טוט טובות פאר איינעם לטובת דעם יחיד, און דער עסקן טוט טובות פאר דיר לטובת דעם ציבור.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.