היסטאריע קרישקעלעך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
היסטאריע קרישקעלעך
איך שרייב כסדר צו מיינע פריינד דא און דארט עפעס א שטיקל היסטאריע איבער פארשידנס, האב איך געקלערט זיי צוזאמענצוקלויבן און זיי אהער ברענגען:
בורגאנדיע איז געווען אן אלטער דייטשע מלוכה, וואס איז שפעטער נתהפך געווארן צו נעדערלאנס. שארל האט בורגאנדיע געמאכט פאר די שטערקסטע מדינה אין אייראפע, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, און אינאיינעם מיט זיין מעכטיגקייט איז די גאנצער לאנד געפאלן.
אבער די סוחרים פונעם לאנד זענען נישט געפאלן, און הונדערט יאר שפעטער האבן זיך די 17 פראווינצן פונעם אמאליגן בורגאנדיע צוזאמענגעשטעלט און געבויט דארט די גרעסטע ביזנעס אימפעריע אין די ביז דעמאלסדיגע היסטאריע, וואס דאס איז דער האלאנדישער רעפאבליק וואס האט אנטהאלטן בעלגיע מיט לוקסעמבורג.
***
אז דו וועסט שטודירן קארלוס דער פיפטער, וועסטו אטאמאטיש קענען א סך פונדאמענטאלע היסטאריע:
1) האבסבורגער בית המלוכה - ער איז געווען דער מעכטיגסטער מלך לבית האבסבורג הידוע. ער האט געוועלטיגט איבער די דייטש רעדנדע מדינות, און איבער די נידערלענדער, איבער א טייל איטאליע, איבער גאנץ שפאניע און איבער די א גרויסער טייל פון די נייע מדינות אין אמעריקא. זיין אימפעריע האט געהייסן דער אימפעריע וואו דער זין גייט נישט אונטער.
2) נעדערלאנדס (האלאנד בעלגיע לוקסעמבורג) היסטאריע - ער איז אויפגעוואקסן אינעם שטאט גענט, אשר בבלגיה מארצות השפלה. און ער האט זיך שטענדיג פאררופן אלס פלעמער, און זיין פאלאץ אין שפאניע איז דערפאר געווען פיל מיט פלעמישע שרים. גערעדט האט ער אבער פון שטענדיג אן פראנצויזיש וואס איז געווען די עליטע שפראך און נישט פלעמיש וואס איז געווען די פאלק'ס שפראך. ער פלעגט זאגן: שפאניש רעד איך צו גאט, איטאליעניש רעד איך צו פרויען, פראנצויזיש רעד איך צו מענער, און דייטש-פלעמיש רעד איך צו מיין פערד... ער האט פארגעטערט פאריז (טראץ וואס ער האט מלחמה געהאלטן מיט פראנקרייך) זאגנדיג אז דאס איז נישט בלויז דער גרעסטער שטאט, נאר עס איז די גאנצע וועלט.
3) א פרק אידישע היסטאריע בתחילת ימי האחרונים - ער איז געווען א שונא ישראל און אוהב ישראל בבת אחת. בעת ער האט געשטיצט די אינקוועזיציע אין שפאניע, אמעריקא, און אין נעדערלאנדס, און פאר'משפט שלמה מלכו מיט דוד הראובינו, איז ער צו די דיידטשע אידן געווען גאנץ גוט, ער האט גע'אסר'ט עלילות דם, און געהאלטן גוטע באציאונגען מיט ר' יוסלמאן פון רוסהיים.
4) זיין מלחמה מיט זיין גרעסטער קאנקורענץ, דער אטאמאנישער טערקישער אימפעריע, וועלעכע האט אנטהאלטן די נייע ספרדישע צענטערן.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
נישטא נאך אזא פאלק וואס פארמאגט אזויפיל פאנטאסטישע פאלקס מעשיות אזויווי די גריכן.
דער בילד מאלט אפ וויאזוי דאדלוס (געלעבט בימי הנביאים) מיט זיין זון פליען מיט פויגלישע פליגל וואס ער האט אליין צוזאמענגעשטעלט פון פעדערן באהאפטן מיט וואקס.
דאדלוס מיט זיין זון זענען געווען גרויסע חכמים און זענען געפאנגען געווארן דורך א קעניג, אין א טארעם אויף אן אינזל, דער קעניג האט געוואלט אז די צוויי חכמים זאלן בלויז קענען ארויס געבן זייערע סודות פאר אים.
וואס דער קעניג האט אבער נישט געוויסט איז אז אזעלעכע חכמים וועלן מיט זייער חכמה טרעפן דעם וועג ארויס פונעם טורעם.
דאדלוס האט באטראכט די פליענדע פויגל פונעם דאך פונעם טורעם, און א געדאנק איז אים אריין אין קאפ, אז ער וועט זיך מאכן פויגל פליגל און מיט זיי ארויס פליען פונעם אינזל.
דאדלוס האט אנגעהויבן צוזאמענקלויבן פעדערן פון פויגל, און מיט די וואקס פון די ליכט האט ער זיי צוזאמענגעקלעבט. און ווען די פליגל זענען פערטיג געווארן האט ער זיי אנגעטון אויף זיך און אויף זיין זון און זיך גיגרייט צום ארויס פליען צום פרייהייט.
"ווייל דו ביסט יונג און לוסטיג -האט דאדלוס געגעבן זיינע לעצטע פלי אנווייזונגען פאר זיין ענערגעטישער זון - "וועסטו אודאי וועלן פליען אין די הויעכן, וויל איך דיר דערפאר ווארענען אין נאמען פון זעאוס אז דו זאלסט נישט פראבירן צו פליען צו הויעך, ווייל אז דו פליגל וועלן נאנט זיין צום זין וועט די וואקס זיך צושמעלצן און דו וועסט אראפ פאלן ביגן שאולה!"
די צוויי האבן געגעבן א שפרונג פונעם דאך און די פליגל האבן זיי געפירט על כנפי רוח צווישן די בערג צו זייער ציל ארויס פונעם אינזל זיך דערנענטערנדיג צום ים.
מיט גרויס ליסט האט דער יונגער בחור אויסגענוצט דאס פליעריי, און האט נישט געקענט איינהאלטן זיין פאטערס אנזאג, און ער האט זיך געהויבן העכער און העכער אין די הויכע ספערן, אראפ קוקענדיג צום אינזל און די בערג און ים מיט גרויס געלעכטער און פרייד. דער הייסער זין האט געגלעט די הערליכע גיגאנטישע פויגל פליגל און אנגעהיצט די וואקס וואס האט צו זאמען געהאלטן די פעדערן און שטיקער פעדערן האבן אנגעהויבן זיך אפצוטיילן פון די פליגל, און פלוצלינג האו האו האו... דאס בחור'ל האט אנגעהויבן טראסקענען אינעם תהום אריין.
מיט א שטארקער טרויער האט דער פאטער דאדלוס אפיר געזיכט דעם פארלוירענעם קערפער פון זיין ליסטיגן זין וועלעכער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין אנזאג, און נאך א וויילע איר געפונען, און אפגעראכטן א שטילע באגרעבעניש צערעמאניע צווישן די שטילע בערג.
לזכר דעם סיפור ווערן אלע היינטיגע פליגער וואס קען פליען מיט מענטשליכע כח אנגערופן על שמו פון דאדלוס דער מיטאלאגישער פליער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
חניבעל דער פירער פונעם לאנד קרתגו הצידוני (א פארצייטישער צידונישער [פאניקיער] קאלאני אין צפון אפריקא) וואס האט געלעבט בימי מתיתיהו החשמונאי, האט איינגענומען די שטחים וואו עס געפונען זיך היינט די לענדער שפאניע, פארטוגאל, דרום פראנקרייך, און חלקים פון איטאליע, און חלקים פון די באלקאן לענדער און גרויסע אינזלען אינעם מערב מיטללענדישן ים.
זיין עיקר מלחמה איז געווען מיט רוים, דער ניי אויפגעקומענער מאכט. אבער טראץ זיין מעכטיגער אימפעריע און זיינע אויסגערופענסטע מלחמה סטראטעגיעס, האט ער נישט געקענט באווייזן איינצונעמען אזא קאמפס גרייטע לאנד ווי רוים, וואס טראץ זי איז נאך דאן געווען יונג, איז זי שוין פארט געווען פון די שטערקסטע מדינות אין די וועלט.
אבער אלס א גאונישער סטראטעגיסט וואס האט איינגענומען ריזיגע שטיקער מיטלענדישע לענדער און פאר א קורצע וויילע אפילו טיילווייז איינגענומען אזא מאכט ווי רוים, און אלס פירער פון דער מעכטיגסטער און גרעסטער מלחמה אין די אלטע צייטן וואס האט געטוישט די מאפע און פאליטישע סיסטעם פון די מערב מיטלענדישע לענדער אויף אייביג, און ווי אויך אלס גאר באלערנדער כאראקטער, ווערט דערפאר חניבעל ערנסט שטודירט ביי היינטיגע מלחמה פירער און היסטאריע חוקרים, גלייך ווי מען שטודירט יוליאוס קייסר, נאפאליאן, און אלקסאנדער.
***
מאקסימיליאנאו" דער מעקסיקאנער קייסער.
מאקסימיליאנאו איז אבער גארנישט געווען אזוי מעקסיקאניש. געווען איז ער א ווייסער אייראפייער פונעם אסטרייכישן בית הבסבורג וועלעכער איז געשיקט געווארן דורך'ן פראנצויזישן פרעזידענט און קייסר "נאפאליאן דער דריטער" צו געוועלטיגן איבער מעקסיקא טראץ די קעגנערשאפט פון רוב פון אירע בירגער.
"מאקסילימיאנאו" וועמענס דייטשער-עסטרייכישער נאמען איז געווען "מאקסימיליאן", איז געבוירן אין עסטרייך און געווען א יונגערער ברודער פונעם אלעמען באקאנטן פראנץ יאוסעף, און אן איידעם ביים ערשטן בעלגישן קעניג לעאפאלד דער ערשטער.
מאקסימיליאנאו'ס חתונה איז טאקע פארגעקומען אין בריסל, און זיין בעלגישער ווייב (שוועסטער פון לעאפאלד דער צווייטער דער מאסן מערדער) איז געשטארבן אין בעלגיע. מאקסימיליאנאו אליין איז געהארגעט געווארן אין מעקסיקא, און באגראבן געווארן אין ווין מיט א מעקסיקאנער מציבה איבערן קאפ.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
און אז איך האב פריער דערמאנט דער איינציגסטער בית המלוכה אינעם מאדערנעם צפון אמעריקא, לאמיר אויך דערמאנען דער איינציגסטער בית המלוכה אינעם מאדערנעם דרום אמעריקא.
נו, וועלעלעכער לאנד קען עס דען זיין אויב נישט דער עקזאטישער בראזיל.
בראזיל איז א לאנד וואס איז מלא טעם, מיט אן אויסנאמליכער עקזאטישקייט, חיות און קולטור מיט אן ערב רב פון פארצייטישע שבטים לצד מאדערנע סטרוקטורן, מיט וואס ווייניג לענדער קענען זיך פארמעסטן, און ווי אויכעט איז עס אנגעפילט מיט א גאר רייכער באדייטפולער און קאלירפולער היסטאריע, וואס קען זיך פארגלייכן מיט אייראפע און אפילו מער פון דעם. נישט בחינם ווערט בראזיל אנגערופן ביי טייל "דער אינדיע פון אמעריקא".
אלזא, בראזיל האט צום גאנצן קאלירפולקייט וואס זיי האבן, אויך פארמאגט א קייסערליכער דינאסטיע, וואס איז באשטאנען פון קארגע צוויי דורות:
1) פעדרא דער ערשטער (דער זון און יורש פונעם פארטוגעזישן קעניג, אבער דער מלוכה איבער פארטוגאל האט ער אויפגעגעבן).
2) פעדרא דער צווייטער, א זין פון פעדרא דעם ערשטן וועלעכער האט איבערגעגעבן די מלוכה בחייו. זיין יונגערער ברודער מיגעל איז געווען דער מלך פארטוגאל און א מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי ברודער, דער מלך פארטוגאל און דער קייסר בראזיל.
דער בירת המלוכה האט זיך געפונען אין ריאו דע דזשינעראו, ושם בסמוך מקום קבירת מלכי בראזיל.
אויפן בילד: פעדרא דער צווייטער, דער לאנג יעריגער מלך בראזיל.
נו, וועלעלעכער לאנד קען עס דען זיין אויב נישט דער עקזאטישער בראזיל.
בראזיל איז א לאנד וואס איז מלא טעם, מיט אן אויסנאמליכער עקזאטישקייט, חיות און קולטור מיט אן ערב רב פון פארצייטישע שבטים לצד מאדערנע סטרוקטורן, מיט וואס ווייניג לענדער קענען זיך פארמעסטן, און ווי אויכעט איז עס אנגעפילט מיט א גאר רייכער באדייטפולער און קאלירפולער היסטאריע, וואס קען זיך פארגלייכן מיט אייראפע און אפילו מער פון דעם. נישט בחינם ווערט בראזיל אנגערופן ביי טייל "דער אינדיע פון אמעריקא".
אלזא, בראזיל האט צום גאנצן קאלירפולקייט וואס זיי האבן, אויך פארמאגט א קייסערליכער דינאסטיע, וואס איז באשטאנען פון קארגע צוויי דורות:
1) פעדרא דער ערשטער (דער זון און יורש פונעם פארטוגעזישן קעניג, אבער דער מלוכה איבער פארטוגאל האט ער אויפגעגעבן).
2) פעדרא דער צווייטער, א זין פון פעדרא דעם ערשטן וועלעכער האט איבערגעגעבן די מלוכה בחייו. זיין יונגערער ברודער מיגעל איז געווען דער מלך פארטוגאל און א מלחמה האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי ברודער, דער מלך פארטוגאל און דער קייסר בראזיל.
דער בירת המלוכה האט זיך געפונען אין ריאו דע דזשינעראו, ושם בסמוך מקום קבירת מלכי בראזיל.
אויפן בילד: פעדרא דער צווייטער, דער לאנג יעריגער מלך בראזיל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
און יעצט צו די גאלדענע שנים עשר מלכי בית עלי פון די שאאיטישע מיסלעמענער.
בעת די סוני מיסלעמענער זענען לרוב קאלטע טריקענע פאליטישע שטאטוטיסטן, אן צופיל הרגש, זענען די שאיטן זייער ספיריטואל מלא רגש וגעגועים און אויכעט מיסטיקל און ספוקי, בדומה צו א טייל אידישע אגדות און (להבדיל) קריסטליכע.
די שאאיטן פארמאגן א כעין מלכות בית דוד. עלי דער איידים פון מוחאמאד הנביא וואס איז געווען דער פערטער פאליטישער חאליף פון אלע מוסלעמענער, איז דער ערשטער הייליגער "אימאם" ביי די שאאיטן (וואס ביי די שאאיטן איז א אימאם נישט סתם דער רב העדה אזויווי עס באדייט ביי די סוניס, נאר דער הויפט חכם כהן ונביא פון אלע מוסלעמענער אין די וועלט, גלייך צו א פויפסט). די פריערדיגע חאליף'ס ווערן נישט פאררעכנט אלס חליפי קודש, גלייך ווי די מלכים פאר דוד המלך ובמיוחד פאר שאול (אבימלך בן יריבעל) ווערן נישט פאררעכנט אלס הלכה'דיגע מלכים.
אפילו די סוני'ס וועלעכע האבן נישט איינערקענט אין די אטעריטעט פון די יוצאי חלצי מוחמד, גלייבן אבער אויך אז זייער משיח וועט שטאמען מבני בניו של מוחמד. די שאאיטן דערקלערן אז דער משיח מבני בניו של מוחמד דארף זיין א אימאם מבית עלי ואשתו פטימה בת מוחמד.
דארף דאך דער משיח זיין עפעס א דראמאטישער מיסטעריעסער פיגור. איז ווער קען עס זיין אויב נישט איינע פון די אימאם'ס יורשי עלי וועלעכער איז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן, און כידוע אז איינמאל מען ווערט משיח זאל אריבער גיין צעהן אלף השישי'ס ווערט מען נישט אויס, איז אלזא פארהאן א מחלוקה ווער משיח איז, ווייל מער ווי איינער איז פארשווינדן געווארן. דער אנגענומענסטער משיח ביי רוב שאאיטן איז דער צוועלעווטער אימאם וואס איז אלץ פונעף יעריגער אינגל פארשווינדן געווארן, וואס זיין נאמען איז ווי דער נאמען פון זיין עלטער זיידע מוחמד הנביא. דער קליינער פארשווינדענער אימאם ווערט דעריבער אנגערופן מוחמד מהדי (מוחמד דער משיח).
ואלו שמותם של מלכי בית עלי ופתימה אשתו בת מוחמד הנביא שממנו יצא משיח:
1 עלי בן אבי טאלב
2 חסן בן עלי
3 חוסיין בן עלי אחי חסן
4 עלי אבן חוסיין
5 מוחמד אל-באקר
6 ג'עפר א-צאדק
7 מוסא אל-כאט'ם
8 עלי א-רידא
9 מוחמד א-תקי
10 עלי אל-האדי
11 חסן אל-עסכרי
12 מוחמד (אל-מהדי)
גלייך ווי אין חב"ד האט מען נאכן זיבעטן נשיא המשיח מער נישט אויפגענומען קיין נשיא, ווארטנדיג אויף דעם לעצטנס צוריק קער, אזוי האט מען ביי די שאאיטן נאכן צוועלעווטן פארשווינדענעם אימאם מער נישט אויפגענומען קיין אימאם עד התגלות מוחמד המהדי באחרית הימים.
איין קליינער טייל איז נאך עד היום ממשיך ממנה צו זיין אימאם'ס מבית עלי. דאס זענען די תימן'ער ייסידיס. אבער רוב שאאיטן באטראכטן זיי אזויווי מיר וואלטן באטראכט א גרופע אידן וואס זענען נאך עד היום ממליך א קעניג ממלכות בית דוד.

ר' משה חיים לוצטו איז געבוירן אין פאדאווא (אינעם ווענעציאנער רעפובליק) צו דעם סוחר און ת"ח יעקב לוצאטו און צו זיין מאמען דיאמנטא. משה חיים האט יונגערהייט געלערנט פלייסיג נגלה און נסתר ביז ער האט זיי געקענט בעל פה. און אויך האט ער שטודירט אינעם פאדאווער אוניווערסיטעט (דער צווייט עלסטער אין אייראפא, געגרינגעט געווארן באמצע ימי הראשונים) וואו עס איז געווען א אפטיילונג עקסטער פאר אידן. דארא האט ער געלערנט כל ערליי חכמות.
זיין עיקר רבי איז געווען רבי ישיעהו באסאן וועלעכע האט אים זייער מחבב געווען. ווען משה חיים איז געווארן פופצן איז זיין רבי ר'' ישיעהו אוועק פון פאדאווא, צו דינען אלס רב אינעם נישט ווייטן שטאט רידזשו. משה חיים איז שוין דאן געווען מלא וגדוש, און מחליט געווען ממשיך צו זיין אליין בלימידיו ביי זיך אין שטוב. ער האט זיך אריין געלאזט אין שרייבעריי, און געשריבן חיבורים בתורה, בקבלה, בפילוסופיה, ובחכמת כלליות. אויך האט ער פארפאסט פיוטים און אפילו טעאטער שפילן.
א סודות'דיגער חבורה האט זיך אנטוויקלט אין פאדאווא פון יונגע ענערגישע יונגעלייט -א טייל פון זיי אויסלענדישע סטודענטן- וועלעכע האבן זיך אריין געלאזט אין לימוד קבלה אינאיינעם, דער חבורה האט זיך גערופן מבקשי ה'. דער צוואנציג יעריגער משה חיים האט זיך צו זיי צוגעשטעלט, דארט האט ער אינאיינעם מיט די בני חבורה געהארעוועט אין קבלה א גאנצן טאג, אבער ר' משה חיים איז נישט געבליבן שטיין ביי דעם. חזיונות און התגליות האט ער אנגעהויבן ביי צו וואוינען אינמיטן לערנען, ער האט אראפ געלייגט דעם קאפ פאר א וויילע וואס די חברים האבן באטראכט ווי דרימלען, און ווען דער מלאך איז אוועק האט ער ממשיך געווען מיטן לערנען.
א יונגערמאן פון ווילנא מיטן נאמען יקותיאל גארדאן, האט אויפגעפאסט אז עפעס אומגעווענליך קומט פאר מיט משה חיים, און עס האט נישט געדויערט לאנג ביז ער האט דעם סוד ארויס באקומען פון משה חיים. יקותיאל איז ארויס פון די כלים פון משה חיים גילויים און ער האט דאס מפרסם געווען צווישן די בני חבורה. משה חיים האט דאן פארפאסט די ק"ן מזמורים, און זיין אייגענער תיקוני זוהר, און עס פארגעלערנט פאר די בני חבורה וועלעכע זענען געווארן זיינע אנהענגער. יקותיאל גארדאן אלץ הייסטער אנהענגער פון משה חיים'ען האט פארשפרייט זיין נאמעו אין די לענג און אין די ברייט און אפילו געשיקט א בריוו צו א וויענער פריינד זיינער אים מיטצוטיילן די חיבורי פלאות, און עס האט נישט געדויערט לאנג און דער נאמען פונעם נייעם קוריאזער דמות איז אנגעקומען ביז ארץ ישראל.
ר' משה חגיז פון ארץ הקודש איז געווען דער וואס איז ארויס מיט די גאנצער שארפקייט קעגן דעם קאנטערווערסואלער יונגער שטערן, אים רופענדיג שבתאי, אדער נביא שקר, און דאן געווען זיינע חיבורים לשריפה.
דאס התנגדות האט דערגרייכט פאדאווא, און די רבני העיר האבן אים געצווינגען צו שווערן אז ער וועט זיינע מאדנע חיבורים גונז זיין. און זינט דאן האט זיך דער רמח"ל בעיקר אפגעגעבן מיט מחבר זיין ספרי פילאסאפיע. אבער ווען ער איז (שוין נאך זיין חתונה) דורך געפארן פראנקפורט זייענדיג אויפו וועג קיין אמשטערדאם צו דריקן זיין ספר חוקר ומקובל, האט אים ר' יעקב כ"ץ דער פראנקפורטער רב פארגעהאלטן היתכן ער איז מפיר זיין שבועה מיט דרוקן דעם חוקר ומקובל. ר' יעקב האט זיך נישט באגניגנט מיט דעם, נאר ער האט אויף אים געלייגט דרוק אז ער זאל זעהן אהער צו שיקן זיינע אלע כתבים, און ווען די כתבים זענען אנגעקומען האט עס ר' יעקב שטרענג גונז געווען.
ר' משה חיים האט אבער ממשיך געווען זיין נסיעה קיין אמסטערדאם, און דארט האט ער מחבר געווען די ספרים דרך ה' און מסילת ישרים. און א בריוו האט ער געשיקט צו זיין בני חבורה אז מען דארף נישט זיין צובראכן פון דער גניזה, כי מה' יצא הדבר.
זיין לעצטער וועג איז געווען אינאיינעם מיט זיין משפחה צום ארץ הקודש בעיר עכו. דארט איז ער גערוידעפט געווארן, אבער מצד שני געהאט כבוד מלכים דורך די טערקישע באערנדע. נפטר שם בצעירתו ממגפה זמן קצר אחרי בואו לארץ.

ר׳ שלמה מוסיאוו ז"ל, זאמלער פון חפצי מלכים.
ר' שלמה מוסיאוו איז געווען א בוכארישער רב און א בקי בתורת הנסתר, ער איז געווען פון די הופט גרינדערס פון שכונת הבוכרים אין ירושלים. ער האט געזאמלט אנטיק אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם און געווען אן אויסגערופענער מבין בבגדי ותכשיטי מלכים.
ר' שלמה האט געהאט אן אייניקל וועלעכער האט אויך געהייסן שלמה מוסיאוו וועלעכער האט גע'ירש'נט דעם זיידן'ס טאלאנט און מבינות אין קעניגליכע בגדים ותכשיטים, און נתעשר געווארן.
ער האט זיך פון ארץ ישראל אריבער געצויגן קיין ענגלאנד, אינאיינעם מיט זיין טאכטערל דורית, און ער איז געשאצט געווארן צו זיין פון די רייכסטע מענטשן אין ענגלאנד.
"אולפאר רעגנער גרימסאן" דער איסלאנדישער פרעזידענט, איז אן איידים ביי דעם גביר שלמה מוסיאוו נכד החכם המקובל ר' שלמה מוסיאוו זצ"ל.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: איך וויל דיך עפעס פרעגן. אזוי ווייט איז דיין נאציאנאלע שטאלץ אלס זיין געבוירן צום אידישן פאלק געפאללן. איך רעד שוין נישט פון די רעליגיעזע זייט. די אמונה בהשי"ת...! אלס היסטאריע ביסטו נישט שטאלץ מיט די אידישע היסטאריע באשריבן אין תנ"ך...?! אז דו דארפסט אנקומען צו די לעגענדארע, אויס פאנטאזירטע מעשיות פון די גריכן ימ"ש. יא. כ'זאג נאכאמל ימח שמם וזיכרם. ווייל זיי זענען די גרעסטע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל אויף די וועלט. איך בין טאקע נישט אזוי אויפגעקלערט ווי דו מיינסט אז דו ביסט. אבער איך בין געווען א ביסל ..."עראונד"...איך מיין אז איך וואלט מיך געקענט פארמעסטן מיט דיין און אנדערע (אויבער) חכמים'ס אויפגעקלערטקייט. אז דו ווילסט, קען איך דיר ברענגען 20 דיקע בענדער מיט אויספאנטאזירטע מעשיות.
ס'איז געווען אמאל א מעשה אין א גרויסן און פראמינענטן אוניווערזיטעט, ביי די גראדיועישן צערעמאניע, ווען אן אויסגעצייכנטער, אבער אסימילירטער סטודענט פון אידישן אפשטאם מיט'ן נאמען ..."עדוארד"... האט געזאגט זיין ספיעטש. ווען ר'האט געענדיגט האט דער דיען (ראש ישיבה. פאר די צווישן אונז וועלכע ווייסן נישט) געפרעגט ביי דעם סטודענט אזוי, דרך אגב. וואס זיין אידישער נאמען איז. האט דער סטודענט שטילערהייט ארויסגעמורמלט..."דעיוויד"...האטציך דער פראפעסאר אנגערופן צו איהם. אריינגעבנדיג א פארציע מוסר...דו שעמסט דיך נישט אזוי צו האנדלען. דו באהאלטסט דיין אידישן נאמען. א נאמען וואס דו וואלסט געדארפט צו זיין שטאלץ דערמיט. דו הייסט נאך קינג דעיוויד פון תנ"ך. און דו באהאלטסט עס...!
ס'איז געווען אמאל א מעשה אין א גרויסן און פראמינענטן אוניווערזיטעט, ביי די גראדיועישן צערעמאניע, ווען אן אויסגעצייכנטער, אבער אסימילירטער סטודענט פון אידישן אפשטאם מיט'ן נאמען ..."עדוארד"... האט געזאגט זיין ספיעטש. ווען ר'האט געענדיגט האט דער דיען (ראש ישיבה. פאר די צווישן אונז וועלכע ווייסן נישט) געפרעגט ביי דעם סטודענט אזוי, דרך אגב. וואס זיין אידישער נאמען איז. האט דער סטודענט שטילערהייט ארויסגעמורמלט..."דעיוויד"...האטציך דער פראפעסאר אנגערופן צו איהם. אריינגעבנדיג א פארציע מוסר...דו שעמסט דיך נישט אזוי צו האנדלען. דו באהאלטסט דיין אידישן נאמען. א נאמען וואס דו וואלסט געדארפט צו זיין שטאלץ דערמיט. דו הייסט נאך קינג דעיוויד פון תנ"ך. און דו באהאלטסט עס...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
לעאפאלד דער צווייטער האט פארוואנדלט בריסל און אסטענדע פאר הערליכע שטעט, און די ארדענען'ס פאר פראכטפולע רעזארט שטעטלאך. דאס אלס האט ער געטון מיט די געלט וואס ער האט געמאכט דורך'ן פארקויפן גומי וואס די קאנגא שבטים האבן אים צוגעשטעלט.
א ריזיגער שטח מיט טראפישע געוואוקסן אין צענטער פון אפריקא האט לעאפאלד געקרוגן פון די גרויסע מלכי אירופה, דורך פארשידענע הסכימים. אט דער שטח האט געהייסן קאנגא און איז געווען באוואוינט מיט צענדליגע מיליאן שווארצע האלב נאקעטע וואלד מענטשן.
אין די ערשטע יארן איז לעאפאלד באלויבט געווארן דורך אלע אייראפייער. ער האט געגעבן בעלגיע א פנים, און ספעציעל אז לעאפאלד האט געזאגט אז זיין עיקר מיסיע אין קאנגא איז צו העלפן אירע שווארצע איינוואוינער.
עטליכע יאר איז אריבער, און די וועלט איז געוואויר געווארן סיי וויאזוי בעלגיע שאפט אזויפיל גומי פאר אזוי ביליג, און סיי וואס לעאפאלד'ס עיקר מיסיע איז, ווייל דאס האט איין תשובה, נעמליך, לעאפאלד האט אנגעזאגט פאר זיינע מענטשן, אז יעדער נאטיווער וואלד מענטש וואס שטעלט נישט צו די נויטיגע מאס גומי א טאג זאל נענש ווערן מיט דעם אז זיין רעכטער האנט פלאך זאל אראפ געשניטן ווערן.
קרוב צו א מיליאן הענט זענען אראפ געשניטן געווארן אויפן באפעל פונעם געלט גייציגן לעאפאלד דער צווייטער, און איבער צעהן מיליאן קאנגאו לעבן'ס זענען פארשניטן געווארן ביי די עבודת הפרך!!!
א גרידער איז אנטשאנען אין די ציוויליזירטע לענדער, און גרויס דרוק איז געלייגט געווארן אויף לעאפאלדן אז ער זאל אויפהערן. און ווען לעאפאלד איז שוין געווען זקן ושבע ימים האט ער טאקע אויפגעהערט. קאנגא איז ארויס פון זיין פריוואטער רשות און געווארן א טייל פון גאנץ בעלגיע.
וויפיל מענטשן אין די היסטאריע קענסטו וואס האבן געהארגעט איבער צעהן מיליאן מענטשן? איך קען דערווייל בלויז צוויי, היטלער און סטאלין.
א ריזיגער שטח מיט טראפישע געוואוקסן אין צענטער פון אפריקא האט לעאפאלד געקרוגן פון די גרויסע מלכי אירופה, דורך פארשידענע הסכימים. אט דער שטח האט געהייסן קאנגא און איז געווען באוואוינט מיט צענדליגע מיליאן שווארצע האלב נאקעטע וואלד מענטשן.
אין די ערשטע יארן איז לעאפאלד באלויבט געווארן דורך אלע אייראפייער. ער האט געגעבן בעלגיע א פנים, און ספעציעל אז לעאפאלד האט געזאגט אז זיין עיקר מיסיע אין קאנגא איז צו העלפן אירע שווארצע איינוואוינער.
עטליכע יאר איז אריבער, און די וועלט איז געוואויר געווארן סיי וויאזוי בעלגיע שאפט אזויפיל גומי פאר אזוי ביליג, און סיי וואס לעאפאלד'ס עיקר מיסיע איז, ווייל דאס האט איין תשובה, נעמליך, לעאפאלד האט אנגעזאגט פאר זיינע מענטשן, אז יעדער נאטיווער וואלד מענטש וואס שטעלט נישט צו די נויטיגע מאס גומי א טאג זאל נענש ווערן מיט דעם אז זיין רעכטער האנט פלאך זאל אראפ געשניטן ווערן.
קרוב צו א מיליאן הענט זענען אראפ געשניטן געווארן אויפן באפעל פונעם געלט גייציגן לעאפאלד דער צווייטער, און איבער צעהן מיליאן קאנגאו לעבן'ס זענען פארשניטן געווארן ביי די עבודת הפרך!!!
א גרידער איז אנטשאנען אין די ציוויליזירטע לענדער, און גרויס דרוק איז געלייגט געווארן אויף לעאפאלדן אז ער זאל אויפהערן. און ווען לעאפאלד איז שוין געווען זקן ושבע ימים האט ער טאקע אויפגעהערט. קאנגא איז ארויס פון זיין פריוואטער רשות און געווארן א טייל פון גאנץ בעלגיע.
וויפיל מענטשן אין די היסטאריע קענסטו וואס האבן געהארגעט איבער צעהן מיליאן מענטשן? איך קען דערווייל בלויז צוויי, היטלער און סטאלין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: ייש"כ. ס'איז זייער שיין און לערנבאר צו באוואונדערן ווי דו רעכנסט אויס דעם גאנצן ייחוס לבית מוהאממעד...וואס זאלל איך שרייבן...זיכרונו לברכה...זיכרונו לקללה...שליט"א...זכר צדיק לברכה...נשמתו עדן...אדער ימח שמו וזיכרו...סארי. איך קען שוין נישט אזויפיהל קללות אויף אויסנווייניג. כ'מוז מיר בארגן א פאר זאפטיגע קללות ביי ר' סענדער דער דייטש אדער זיינע חשוב'ע נאכפאלגערס ווי הרב ישראל מ. סופר אדער הרב ש.ב. מרגליות.
עניוועי. איך בין אלד-פעשיאנ'ד, און נישט אויפגעקלערט. ווען איך וויל נאכקוקן דעם ייחוס פון די בני עשיו אדער די בני ישמעאל, קוק איך אריין אין חומש...!
עניוועי. איך בין אלד-פעשיאנ'ד, און נישט אויפגעקלערט. ווען איך וויל נאכקוקן דעם ייחוס פון די בני עשיו אדער די בני ישמעאל, קוק איך אריין אין חומש...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
" בַּעֲלֹתִי הָהָרָה לָקַחַת לוּחֹת הָאֲבָנִים לוּחֹת הַבְּרִית אֲשֶׁר כָּרַת ה׳ עִמָּכֶם וָאֵשֵׁב בָּהָר אַרְבָּעִים יוֹם וְאַרְבָּעִים לַיְלָה לֶחֶם לֹא אָכַלְתִּי וּמַיִם לֹא שָׁתִיתִי.
מיט פופצן יאר צוריק איז דאס לאנד נעפאל געווען אויף מיט א יונגער בחור'ל מיטן נאמען "ראם באהאדור ראמדזשין" וואס האט זיך געזעגנט מיט זיינע עלטערן כדי צו מאכן א גאר געהויבענער התבודדות ועלית נשמה פאר א לאנגער תקופה כדי ער זאל זוכה זיין צו דערגרייכן די מדריגה פון זיכוך הגוף ונשמה אזויווי די לערע פון "דיילאלאמא" דער גרינדער פונעם בודהיסטישן יאוגא-זיכוך הנשמה טעקניק.
דער ערשטער בודהא "דיילאלאמא" דער גרינדער פון דעם געהויבענעם בודהיסטישער יאוגא שיטה, מיט א צוויי טויזנט יאר צוריק, האט דערגרייכט זיין מדריגה נאכן זיצן אונטער א בוים פאר א משך פון דריי יאר. דעריבער -כדי צו דערגרייכן צו א ריכטיגער זיכוך ודביקות עילאה עד כדי מדריגת סידהארטא גאוטאמא דער פאטער פון בודהיזם - האט דאס יונגער בחור'ל "ראם באהאדור ראמדזשין" געפלאנט צו גיין אויף די שפיצן פון א בארג בארץ לא עבר בה איש, און פארברענגען דארטן אליין אן עסן און טרינקען פאר א משך פון זעקס יאר!!!
ראם באהאדור האט זיך ארויס געלאזט אין וועג אריין אן קיין צידה לדרך, ער איז אוועק פונעם ישוב האדם אין א ווילדער דזשונגל, און ארויף געקראכן אויף א הויכער בארג, און דארטן אונטער א ברייטער בוים וואס האט געענדלט צו סידהארטא׳ס התבודדות בוים, האט דער יונגער נביא ראם באהאדור געפלאנט זיך אריין צולאזן אונעם ענדלאזן עלית נשמה וועג.
אריבער זענען אפאר וואכן, און ראם'ס ברודער האט מחליט געווען לאמיר גיין זעהן מה שלום אחי. וואוסנדיג בערך צו וועלעכער ריכטונג ראם האט געצילט, האט ער זיך ארויס געלאזט אויף יענעם ריכטונג מיט א טרעקל, ער איז ארויף געפארן דעם גרויסן פארכטיגן בארג אינעם דזשונגל און נאך געציילטע טעג זיכן האט ער געפונען ביים שפוץ בארג ווי עימיצער דרייט זיך ארום א גרויסער בוים. ער האט באלד דערקענט זיין ברודער וואס איז יעצט געווען אויסגעטון פון די וועלט. ער האט נישט געוואגט מבלבל צו זיין זיין ברודער,ס מוחין, אבער זינט דעמאלץ איז ער יעדן טאג געקומען קוקן וואס זיין ברודער מאכט.
איין טאג זעהט ער ווי ראם אנשטאט זיך דרייען ארום דעם בוים, זיצט ער אונטערן בוים אן זיך גיבן א ריר. ער באטראכט דאס וואונדערליכע פאר עטליכער שעה, און ווען דער מראה האט זיך איבערגע'חזר'ט יעדן טאג, האט ער דאס דערציילט פאר זיינע פריינד, און גאר שנעל איז דאס פארשפרייט געווארן איבערן לאנד, און פון אלע זייטן האבן מענטשן אנגעהויבן קומען זעהן דעם וואונדער ווי א מענטש זיצט אויף איין פלאץ אן עסן און טרינקען פאר גאנצעטע וואכן. דער פארשטיפטער ווינקל איז פארוואנדלט געווארן אין א טימלדיגער פלאץ, אזש דער ברודער אויס זארג אז מען זאל נישט שטערן דעם יונגן ראם וואס איז אויפן וועג צו דערגרייכן מדריגת בודהא, האט ער געבויט א צוים ארום אים.
אויך דער מידיא איז דא אנגעקומען, און דער אומבאוועגליכער פאזיציע איז רעקארדירט געווארן פאר איבער א וואך צייט. ראם איז פארוואנדלט געווארן אין א וועלטס סענזאציע, סייענטיסטן האבן אים שטודירט וויאזוי דורך שטארקע יאוגא טעכניקן עס זאל זיין מעגליך איבערצולעבן טאטאלער פאסטונג פאר אזויפיל חדשים, און ווי אויך זיין מעגליכקייט צו איבערלעבן ביסן פון בעלי חיים און אפילו גיפטיגע שלענג וואס ער האט כסדר געכאפט.
צווישן די פגעי המדבר וואס ראם האט איבערלעבט אן קיין קרעכץ איז געווען א פייער וואס האט אנגעכאפט די צווייגן ארום אים, והיה לפלא, סיי דער מיסטעריעזער פייער און סיי וואס ער האט עס איבערלעבט.
א האלבער יאר איז ראם אזוי געזעסן אונטערן בוים, ביז ער האט זיך פלוצליג אויפגעהויבן און מחליט געווען צו פארלאזן דאס פלאץ. ווען זיין ברודער האט עס געזעהן האט ער דעם צוים געעפנט. ראם האט אים אזויפיל געזאגט, אז דער גרידער איז אים מבלבל, און ראם איז פארשווינדן געווארן פאר נאך עטליכע יאר פארטיפערענדיג זיין התבודדות.
ויהי היום, אין איין שיינעם טאג האט זיך ראם באוויזן צווישן מענטשן. ער האט אבער גארנישט אויסגעזעהן די זעלבע ווי אמאל. לויטער און הייליג און זיין פנים און געשטעל געווען. ולא יכלו לראות בפני ראם כי קרן אור פניו. זיינע לאנגע שווארצע האר ווי אבשלום בזמנו און זיין אצילות'דיגער געשטעל און הייליגער געזיכט, האט עלעקטערזירט אלע וואס האבן אים געזעהן.
ווי אימער ראם איז געגאנגען האט ער כבוד מלכים געקריגן, און לאנגע רייעס זענען דורך געגאנגען דעם שטיין אויף וואס מען האט אים געזעצט צו קריגן זיין ברכה. ומכל ארצות הסבובות זענען מענטשן געקומען הערן זיינע דברי נביאה.
ראם ווערט אבער נישט פארלוירן פאר די כבוד. זיין פנים שוועבט אין העכערס, און פון זיין אצילישער טריט דערקענט זיך אז ער איז אין אן אנדער עולם. מיט א ציטערידיגער נידריגער שטימע גיט ער איבער דעם דבר ד' איבער אחדות ושלום, קוקענדיק צום האריזאנט מיט א ערנסטער ליכט.
סיפורים ואגדות דרייען זיך ארום זיין יוגנט. ווען זיין מוטער האט געשוואנגערט מיט אים, האט זי פלוצלינג געשפירט אז זי קען קיין פלייש נישט עסן. און ראם האט פון יונגווייז אן זיך מתבודד געווען און צומאל גארנישט געגעסן, זאגנדיג כסדר אז ער וויל גרייכן העכערס, ווי א בודהא.

ר' שלמה הבבלי הפייטן וועלעכער האט איבערגעלעבט די מהומות בימי חזקיה ראש הגולה הי"ד האט אימיגרירט קיין איטאליע און געשריבן יוצרות געבויט אויף שיר השירים אריין פלעכטנדיג דערביי זיינע שווערע איבערלעבענישן אין בבל און זיין ערווארטונג אויף די גאולה. ברח דודי איז איינס פון זיינע יוצרות. רש"י אין שמות כ"ו-ט"ז דערמאנט א לשון פון איינע פון זיינע פסח'דיגע פיוטים:
עשית את הקרשים - היה לו לומר ועשית קרשים, כמה שנאמר בכל דבר ודבר, ומהו הקרשים, מאותן העומדין ומיוחדין לכך. יעקב אבינו צפה ברוח הקדש ונטע ארזים במצרים, וכשמת צוה לבניו להעלותם עמהם כשיצאו ממצרים, אמר להם, שעתיד הקב"ה לצוות אתכם לעשות משכן במדבר מעצי שטים, ראו שיהיו מזומנים בידכם. הוא שיסד הבבלי בפיוט שלו טס מטע מזורזים קורות בתינו ארזים, שנזדרזו להיות מוכנים בידם מקודם לכן.
דא איז דער באקאנטער פיוט, וואס שפיגלט אפ זיינע איבערלעבינישן אין זיינע הרגשים לאור דער מצב (אויף וואס דער רוזשינער מוניש חזן האט פארפאסט א ניגון).
בְּרַח דּוֹדִי עַד שֶׁתֶּחְפָּץ אַהֲבַת כְּלוּלֵינוּ. שׁוּב לְרַחֵם כִּי כִלּוּנוּ. מַלְכֵי זֵדִים שׁוֹבֵינוּ תוֹלָלֵינוּ. הֲרוֹס וְקַעְקֵעַ בִּצָּתָם מִתִּלֵּנוּ. הָקֵם טוּרָךְ נַגֵּן שְׁתִילֵנוּ. הִנֵּה זֶה עוֹמֵד אַחַר כָּתְלֵנוּ:
בְּרַח דּוֹדִי עַד שֶׁיָּפוּחַ קֵץ מַחֲזֶה. חִישׁ וְנָסוּ הַצְּלָלִים מִזֶּה. יָרוּם וְנִשָּא וְגָבוֹהַּ נִבְזֶה. יַשְֹכִּיל וְיוֹכִיחַ וְגוֹיִם רַבִּים יַזֶּה. חֲשֹוֹף זְרוֹעֲךָ קְרוֹא כָזֶה. קוֹל דּוֹדִי הִנֵּה זֶה:
בְּרַח דּוֹדִי וּדְמֵה לְךָ לִצְבִי. יִגַּל יִגַּשׁ קֵץ קִצְבִי. דַּלּוֹתִי מִשְּׁבִי לַעֲטֶרֶת צְבִי. תְּעוּבִים תְּאֵבִים הַר צְבִי. וְאֵין מֵבִיא וְנָבִיא. וְלֹא תִשְׁבִּי. מְשַׁוִּי מְשִׁיבִי. רִיבָה רִיבִי. הָסֵר חוֹבִי וּכְאֵבִי. וְיֵרֶא וְיֵבוֹשׁ אוֹיְבִי. וְאָשִׁיבָה חוֹרְפִי בְּנִיבִי. זֶה דּוֹדִי גּוֹאֲלִי קְרוֹבִי. רֵעִי וַאֲהוּבִי. אֵל אֱלֹהֵי אָבִי:
בִּגְלַל אָבוֹת תּוֹשִׁיעַ בָּנִים. וְתָבִיא גְּאֻלָּה לִבְנֵי בְנֵיהֶם:
עשית את הקרשים - היה לו לומר ועשית קרשים, כמה שנאמר בכל דבר ודבר, ומהו הקרשים, מאותן העומדין ומיוחדין לכך. יעקב אבינו צפה ברוח הקדש ונטע ארזים במצרים, וכשמת צוה לבניו להעלותם עמהם כשיצאו ממצרים, אמר להם, שעתיד הקב"ה לצוות אתכם לעשות משכן במדבר מעצי שטים, ראו שיהיו מזומנים בידכם. הוא שיסד הבבלי בפיוט שלו טס מטע מזורזים קורות בתינו ארזים, שנזדרזו להיות מוכנים בידם מקודם לכן.
דא איז דער באקאנטער פיוט, וואס שפיגלט אפ זיינע איבערלעבינישן אין זיינע הרגשים לאור דער מצב (אויף וואס דער רוזשינער מוניש חזן האט פארפאסט א ניגון).
בְּרַח דּוֹדִי עַד שֶׁתֶּחְפָּץ אַהֲבַת כְּלוּלֵינוּ. שׁוּב לְרַחֵם כִּי כִלּוּנוּ. מַלְכֵי זֵדִים שׁוֹבֵינוּ תוֹלָלֵינוּ. הֲרוֹס וְקַעְקֵעַ בִּצָּתָם מִתִּלֵּנוּ. הָקֵם טוּרָךְ נַגֵּן שְׁתִילֵנוּ. הִנֵּה זֶה עוֹמֵד אַחַר כָּתְלֵנוּ:
בְּרַח דּוֹדִי עַד שֶׁיָּפוּחַ קֵץ מַחֲזֶה. חִישׁ וְנָסוּ הַצְּלָלִים מִזֶּה. יָרוּם וְנִשָּא וְגָבוֹהַּ נִבְזֶה. יַשְֹכִּיל וְיוֹכִיחַ וְגוֹיִם רַבִּים יַזֶּה. חֲשֹוֹף זְרוֹעֲךָ קְרוֹא כָזֶה. קוֹל דּוֹדִי הִנֵּה זֶה:
בְּרַח דּוֹדִי וּדְמֵה לְךָ לִצְבִי. יִגַּל יִגַּשׁ קֵץ קִצְבִי. דַּלּוֹתִי מִשְּׁבִי לַעֲטֶרֶת צְבִי. תְּעוּבִים תְּאֵבִים הַר צְבִי. וְאֵין מֵבִיא וְנָבִיא. וְלֹא תִשְׁבִּי. מְשַׁוִּי מְשִׁיבִי. רִיבָה רִיבִי. הָסֵר חוֹבִי וּכְאֵבִי. וְיֵרֶא וְיֵבוֹשׁ אוֹיְבִי. וְאָשִׁיבָה חוֹרְפִי בְּנִיבִי. זֶה דּוֹדִי גּוֹאֲלִי קְרוֹבִי. רֵעִי וַאֲהוּבִי. אֵל אֱלֹהֵי אָבִי:
בִּגְלַל אָבוֹת תּוֹשִׁיעַ בָּנִים. וְתָבִיא גְּאֻלָּה לִבְנֵי בְנֵיהֶם:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: איך האב נאר איין באמערקונג איבער דיין לעצטן קאמענטאר. איך בין ממש שאקירט. אפילו פון דיר. דו קוואוטסט א פסוק און דו שרייבסט ארויס דעם שם הוייה במילואו אן קיין שום קווענקלעניש אדער הארץ קלאפונג. דו ביסט מסתמא אויף די זעלבע מדרגה ווי דב אלבוים. וועלכער איז א געוועזענער ישיבה בחור. געבוירן אין מאה שערים. ער האט א פראגראם וואס הייסט ..."קבלת שבת" עם דב אלבוים. ער האט אייביג אנדערע געסט פאר אן אינטערוויו. און ער זיצט דארט מיט'ן הוילן קאפ און ער זאגט ארויס דעם שם השם וואס ער ליינט אפ פון א פסוק אין חומש. ווי גלייך ס'וואלט געווען א (להבדיל) א פעידזש אינ'ם צייטונג ידיעות אחרונות...! אפילו פון דיר איז עס אויך צו פיהל...הגזמת...! דו האסט מע-גא-זעם געווען. אויף די היימישע שפראך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: ייש"כ פאר פאררעכטן. אדערווייז זענען דיינע מאמרים זייער שטארק באלערנד און אינטרעסאנט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
הגאון הפוסק הגדול הרב יוסף משאש זצ"ל ממאקנאס ובסוף ימיו שימש כרב הראשי של חיפה.
ער האט זיך געדרייט בארמונות מלכים אין מאראקא, און פארמאגט אן ארטיסטיש נפש. עס זענען פארהאן פון אים שירים, און הערליכע שער-בלאט מאלערייען.
כדרך רבותיו אין מאראקא, האט ר' יוסף אנגענומען א מילדע מהלך אין יהדות, אבער ער האט זיי איבערגעשטיגן מיט זיין דורך ברעכן אלטע נארמעס אן קיין פחד ווען ער האט איינגעזעהן פאר ריכטיג, זיכנדיג התירים אויף סיי וואס מעגליך און ח"ו נישט מדחה זיין קיין חוטא לפי רוח הזמן, און ווארעם אויפגענומען מאדערנע מנהגים און טעכנאלאגיע לתוך היהדות.
-ער האט מתיר געווען צו פייערן א סעודת בר מצווה בעפארן דאווענען.
-ער האט מתיר געווען אייגענע האר ביי נשים נשיאות, מיט די טענה אז היינט ווען אפענע האר איז די נארמע איז דער איסור נישט שייך.
-ער האט מתיר געווען זיך צו פארלאזן אויף כשרות פון מחללי שבת בפרהסיה, טענה'נדיג אז ווען רוב אידן זענען מחללי שבת הייסט עס נישט פורצי גדר.
-ער האט מתיר געווען צינדן חנוכה ליכט מיט לעקטעראניק, זאגנדיג אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אויך צינדן אזוי.
-ער האט געהאלטן אז מען דארף היינט נישט גיין קיין קאפל.
-ער האט זיך ארויס געשטעלט קעגן חזרת הש"ץ.
-ער האט געהאלטן אז מען טאר נישט צוריק געבן שטחים.
-ער האט געהאלטן אז אום יום העצמאות דארף מען זאגן הלל.
ער האט זיך געדרייט בארמונות מלכים אין מאראקא, און פארמאגט אן ארטיסטיש נפש. עס זענען פארהאן פון אים שירים, און הערליכע שער-בלאט מאלערייען.
כדרך רבותיו אין מאראקא, האט ר' יוסף אנגענומען א מילדע מהלך אין יהדות, אבער ער האט זיי איבערגעשטיגן מיט זיין דורך ברעכן אלטע נארמעס אן קיין פחד ווען ער האט איינגעזעהן פאר ריכטיג, זיכנדיג התירים אויף סיי וואס מעגליך און ח"ו נישט מדחה זיין קיין חוטא לפי רוח הזמן, און ווארעם אויפגענומען מאדערנע מנהגים און טעכנאלאגיע לתוך היהדות.
-ער האט מתיר געווען צו פייערן א סעודת בר מצווה בעפארן דאווענען.
-ער האט מתיר געווען אייגענע האר ביי נשים נשיאות, מיט די טענה אז היינט ווען אפענע האר איז די נארמע איז דער איסור נישט שייך.
-ער האט מתיר געווען זיך צו פארלאזן אויף כשרות פון מחללי שבת בפרהסיה, טענה'נדיג אז ווען רוב אידן זענען מחללי שבת הייסט עס נישט פורצי גדר.
-ער האט מתיר געווען צינדן חנוכה ליכט מיט לעקטעראניק, זאגנדיג אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אויך צינדן אזוי.
-ער האט געהאלטן אז מען דארף היינט נישט גיין קיין קאפל.
-ער האט זיך ארויס געשטעלט קעגן חזרת הש"ץ.
-ער האט געהאלטן אז מען טאר נישט צוריק געבן שטחים.
-ער האט געהאלטן אז אום יום העצמאות דארף מען זאגן הלל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער פותר חלומות (ונטיות) הגדול מר. שלמה פריד (זיגמאנד פרויד).
דער מענטש וואס האט אויפגעוועקט די וועלט אז יעדער נטיה ומחשבה איז א איבערטייטשונג פון עפעס אינערליכער.
דער "אינערליכער" איז ביי זיגמאנד געווען "****", און זיגמאנד האט דערפאר מעודד געווען אז די בני אנוש זאלן מאכן א לעבן עד שיפוצו מיענותך חוצה ויתפוצצו ביצותיהם. זנות מיט קאקעין איז ביי דעם מלומד געווען די דערהויבנסטער פעולות אין לעבן.
מקובלים ווילן זאגן אז ר' שלמה'לע קארלבאך איז א גילגול פון שלמה פריד החזיר הגדול והנורא...
דער מענטש וואס האט אויפגעוועקט די וועלט אז יעדער נטיה ומחשבה איז א איבערטייטשונג פון עפעס אינערליכער.
דער "אינערליכער" איז ביי זיגמאנד געווען "****", און זיגמאנד האט דערפאר מעודד געווען אז די בני אנוש זאלן מאכן א לעבן עד שיפוצו מיענותך חוצה ויתפוצצו ביצותיהם. זנות מיט קאקעין איז ביי דעם מלומד געווען די דערהויבנסטער פעולות אין לעבן.
מקובלים ווילן זאגן אז ר' שלמה'לע קארלבאך איז א גילגול פון שלמה פריד החזיר הגדול והנורא...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: איין זאך זעה איך אז דער הרב יוסף משאש איז געווען דיין טייפ אוו ראביי. אז מ'רעדט שוין. איך האב נאך א גאנצע ליסט וואס איך וואלט געוואלט אז דער רב שליט"א/זצ"ל זאלל מיר טרעפן עפעס א היתר. דערויף. כדלהלן:
1) אז איך זאלל מעגן עסן טשיעזבורגערס.
כ'האב געזעהן ערגעץ זייער א שיינע שיקסע. איך וויל מיט איהר חתונה האבן. דארף איך 2 היתרים פון רב זאלל זיין געזינט. 1) זי זאלל נישט דארפן אדורכגיין דעם אלטמאדישן פראצעס פון גיור כהלכה. 2) א היתר חתונה צו האבן מיט נאך א ווייב אויסער די ערשטע. איי די גאווערנמענט לאזט אויך נישט. עמער זיי נישט דערציילן.
3 מיין רשימה איז א לאנגע נאר כ'וויל עפעס איבערלאזן פאר אן אנדערש מאל.איך האב א לעיט מאדעל קאר וואס האט א קיעלעסס איגנישן. אויב איך מעג דרייוון די קאר אום שבת ויו"ט. איך טראג נישט מיט'ן עירוב

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ר׳ שלמה מוסייעף השני איז לעצטענס אוועק. עס איז דא אסאך צו שרייבן פון עם אליינס און פון זיינע אוצרות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך האב זיך געטראפן מיט א רעפארם ראביי אן אמעריקאנער וואס שטאמט פון זיין טאטנס זייט פון די שוועדן וועלעכע האבן קאלאניזירט דעם דעלווער לאנד צווישן ניו יארק ניו דזשערזי פענסלעוועניע, ווען די שוועדן האבן געוועלטיגט דא פאר א קורצע תקופה ביז די האלענדער האבן עס איבערגענומען.
ער זאגט מיר אז זיין משפחה נאמען "מייקלסאן" איז א סקאנדענאווישער, ווייל "סאן" איז סקאנדינאוויש, אזויווי דער איסלאנדער ווייקינג אריקסאן וועלעכער האט מיט טויזנט יאר צוריק אנדעקט וויינלאנד (ניו פאונדלאנד אין דער מאדערנער קאנאדא).
***
די פאלגענדע שפעקולאציע האב איך געשריבן צו א ידיד מיינער פון אנטווערפן:
קען מען זאגן אז דער האלאנדישער אימפעריע (לשעבר) איז די ריינסטע פון בלוט?
עס הייסט אז אנדערע אימפעריעס במשך זייער מאכט האבן געהארגעט מיליאנען.
ענגלאנד 150 מיליאן. פראנקרייך 10 מיליאן. און בעלגיע אינעם איינציגן קאנגא קאלאני בערך 12 מיליאן. שפאניע איבער הונדערט מיליאן און די זעלבע פארטוגאל און יאפאן.
אפשר שוועדן און דענעמארק וועלעכע זענען געווען קליינע בעלי אימפעריעס האבן אויך נישט צופיל בלוט אויף זיך, אבער פון די גרויסע אימפעריעס איז לכאורה האלאנד די ריינסטע.
האלאנד האט בלויז געזוכט ביזנעס. לכאורה דערפאר האבן זיי בעיקר איינגענומען האפן'ס, און נישט געזיכט ארויף צו צווינגען זייער קולטור אויף זייערע איינגענומענע פעלקער, און אויך נישט געזיכט צו שפענדן צופיל ענערגי פאר מלחמות טאמער איז עס יצא שכרו בהפסדו פאר ביזנעס. דאס איז די סיבה פארוואס די זיי זענען געווען די איינציגסטע אייראפעיער מיט וועמען יאפאן האט מסכים געווען צו האנדלען.
אגב, מען קען זאגן אז די גאנצע ביזנעס אטמאספער אין ניו יארק קומט פון נישט ערגעץ אנדערש נאר פון אנטווערפן. ווייל אנטווערפן איז קודם געווען דער הארץ פונעם האלענדישער פרייער האנדל, און נאכן שפאנישן צוריק-איינעמונג דרום נעדערלאנדס (ביי דער 80 יעריגער האלאנד-שפאניע קריג) זענען די אנטווערפענער סוחרים אריבער קיין צפון נעדערלאנד אינעם שטעטל אמסטערדאם וואס איז פארוואנדלט געווארן אין די האלענדישער ביזנעס אימפעריע.
און עס הייסט אז דער ניו יארקער ביזנעס רוח האבן די האלענדער אנטוויקלט בשעת זיי האבן עס קאלאניזירט און באהערשט במשך קרוב צו זעכציג יאר.
ער זאגט מיר אז זיין משפחה נאמען "מייקלסאן" איז א סקאנדענאווישער, ווייל "סאן" איז סקאנדינאוויש, אזויווי דער איסלאנדער ווייקינג אריקסאן וועלעכער האט מיט טויזנט יאר צוריק אנדעקט וויינלאנד (ניו פאונדלאנד אין דער מאדערנער קאנאדא).
***
די פאלגענדע שפעקולאציע האב איך געשריבן צו א ידיד מיינער פון אנטווערפן:
קען מען זאגן אז דער האלאנדישער אימפעריע (לשעבר) איז די ריינסטע פון בלוט?
עס הייסט אז אנדערע אימפעריעס במשך זייער מאכט האבן געהארגעט מיליאנען.
ענגלאנד 150 מיליאן. פראנקרייך 10 מיליאן. און בעלגיע אינעם איינציגן קאנגא קאלאני בערך 12 מיליאן. שפאניע איבער הונדערט מיליאן און די זעלבע פארטוגאל און יאפאן.
אפשר שוועדן און דענעמארק וועלעכע זענען געווען קליינע בעלי אימפעריעס האבן אויך נישט צופיל בלוט אויף זיך, אבער פון די גרויסע אימפעריעס איז לכאורה האלאנד די ריינסטע.
האלאנד האט בלויז געזוכט ביזנעס. לכאורה דערפאר האבן זיי בעיקר איינגענומען האפן'ס, און נישט געזיכט ארויף צו צווינגען זייער קולטור אויף זייערע איינגענומענע פעלקער, און אויך נישט געזיכט צו שפענדן צופיל ענערגי פאר מלחמות טאמער איז עס יצא שכרו בהפסדו פאר ביזנעס. דאס איז די סיבה פארוואס די זיי זענען געווען די איינציגסטע אייראפעיער מיט וועמען יאפאן האט מסכים געווען צו האנדלען.
אגב, מען קען זאגן אז די גאנצע ביזנעס אטמאספער אין ניו יארק קומט פון נישט ערגעץ אנדערש נאר פון אנטווערפן. ווייל אנטווערפן איז קודם געווען דער הארץ פונעם האלענדישער פרייער האנדל, און נאכן שפאנישן צוריק-איינעמונג דרום נעדערלאנדס (ביי דער 80 יעריגער האלאנד-שפאניע קריג) זענען די אנטווערפענער סוחרים אריבער קיין צפון נעדערלאנד אינעם שטעטל אמסטערדאם וואס איז פארוואנדלט געווארן אין די האלענדישער ביזנעס אימפעריע.
און עס הייסט אז דער ניו יארקער ביזנעס רוח האבן די האלענדער אנטוויקלט בשעת זיי האבן עס קאלאניזירט און באהערשט במשך קרוב צו זעכציג יאר.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: היסטאריע קרישקעלעך
האלאנד האט אסאך בלוט אויף זייערע הענט צוליב וואס זיי האבן אפגעטוהן אין אינדאניזיע, אבער מסתם טאקע נישט אזעלכע הויעכע נאבערס ווי די אנדערע עמפייערס.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
Sent from my SM-G935T using Tapatalk