שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:יואב האט געשריבן:שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:סארא נארישע רשעותדיג אשכול.
קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?
כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.
רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.
דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.
ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.בענדשאמין האט געשריבן:
"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."
יואב טייערע, איך רעדט אויך נישט פון קיין אפציעלע עסקן מטעם א מוסד אדער א ארג.
איך רעדט דייקא פון א אינגערמאן פריוואט וואס לוופט ארום טוען חסד אן זיין אינטער עני אויפציעל ארג גראפע.
יעצט טראכט אריין א רגע, ווי הייסט דער אשכול??? ״ווער זענען אונזע עקסנים״, כאילו אלע אדער רוב עסקנים וואס זענען נישט אונטער א אפציעלע ארגנעזאציע זענען חיות אין בלוט פרעסער.
אזוי ווי שיך מאכער איז דא גוטע אין שוואכע אזוי אויך עסקנים.
נו זאל איך יעצט עפענען א אשכול ווער זענען אונזער שיך מאכער?
קודם אז דו ווילסט, עפען וועלכן אשכול ס'געפעלט דיך. ס'וואלט מיך גראדע געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'זענען אונזערע שיך מאכער. כ'פארשטיי אבער נישט וואס דיר באדערט. ער שרייבט דאך ארויס ברחל בתך הקטנה אז ער מיינט דווקא אזאנע וואס מישן זיך יענעמ'ס פראבלעמען, ווייטער שרייבט ער אז מיינט נישט אזאנע וואס לויפן אין שפיטעלער. וואס האקסטו א קאפ? און בכלל, ווער זאגט אז יענער איז אן עסקן, אפשר איז ער סתם אזוי א גוטער איד? כ'מיין, וואט דע העק, על מה יצא הקצף? דער theme פון אשכול, אויסער לאקס, מיין איך איז גאנץ קלאר פאר יעדן וואס האט אויגן. ס'קעפל באדערט אייך?