הוציאה ממסגר נפשי (וועקער #4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

הוציאה ממסגר נפשי (וועקער #4)

שליחה דורך קל וחומר »

עס איז גאנץ אן אפטע ערשיינונג וואס מען זעהט א קינד וואס איז נאר אפן צו איינע פון די עלטערן און נאר מיט יענעם טיילט ער מיט זיינע געפיהלן און איבערלעבענישן, און פארן צווייטן ווייזט ער ארויס א קאלטקייט און וועט זיך שטענדיג ארויסדרייען פון האבן א נאנטע קשר מיט יענעם. דאס ווייזט נישט קיין שום חסרון כלפי יענעם און עס איז נישט דא קיין סיבה צו ווערן געבאדערט דערפון.

עס איז גאנץ מעגליך אז מיט וועם ער איז מער באהאפטן טיילט מיט ענליכע תכונות הנפש וואס איז גורם א נאנטשאפט פון נאטור אויס. די עיקר אז דאס קינד איז כאטש נאנט מיט איינע פון זיינע עלטערן, די אנדערע זאל ווייזן פארן קינד אז ער איז צופרידן פון דעם וואס ער טיילט מיט זיינע געפיהלן פארן אנדערען און ער איז נישט געבאדערט דערפון. ער קען אים זאגן 'טאמער פיהלסטו סיי ווען אז דו ווילסט מיט מיר מיטטיילן סיי וואס וועל איך זיין מער ווי פרייליך דיר אויסצוהערן און שטיין ביי דיין זייט ווי ווייט מעגליך'.

עס זענען פארהאן קינדער וואס זענען אינגאנצן פארמאכט און פארשפארט, זיי טיילן נישט מיט גארנישט פון זייערע געפיהלן און מיטלעבענישן מיט קיינעם, עס קען זיין אפאר סיבות צום ערשיינונג, אסאך מאל קומט דאס מכח וואס איינע פון די עלטערן איז אויך אזוי בטבע און דאס גייט אריבער די די ען עי, צומאל קען עס קומען פון א טראומע וואס דאס קינד האט אמאל בייגעוואוינט, אדער אנדערע סיבות.

נישט משנה וואס די סיבה איז, איז קלאר אז יעדעס קינד האט געפיהלן און מיטלעבענישן וואס מאכן אים פרייליך/טרויעריג/גערעגט וכדו', און עס איז זייער וויכטיג אז ער זאל דאס מיטטיילן מיט אנדערע, 'געפיהלן וואס בלייבן אינעווייניג וועלן איין טאג אויספלאצן אויף גאר אומאיינגענעמע אופנים', די עלטערן ברויכן דאס אבער טוהן שטייטליך און זיין געווארענט פון צו לייגן דרוק אויפן קינד וואס איז געווענליך גורם דאס פארקערטע און ווען דאס קינד פיהלט זיך געדרוקט וועט ער זיך מער פארמאכן.

עס איז כדאי אז די עלטערן זאלן רעדן מיטן קינד וואס מער, אים מיטטיילן מיט זאכן וואס זיי טוען, ערקלערן בטו"ד וויזוי זאכן ארבעטן, (לדוגמה: טאמער האסטו א געפיהל צו קארס, זיי אים מסביר די חילוקים און איינגענארטיגקייטן פון יעדע קאר וכדו') וכמים פנים לפנים דאס עצם רעדן אסאך צום קינד וועט געווענליך גורם זיין אז דאס קינד זאל אויך אנהייבן צו רעדן. אזוי אויך איז וויכטיג אז עלטערן זאלן מיטטיילן מיטן קינד זייערע הרגשים וואס זיי פיהלן אין אלע סארט מצבים דאס וועט גורם זיין אז דאס קינד זאל אנהייבן לייגן געוויכט אויף זיינע אייגענע הרגשים און זיי מיטטיילן מיט די עלטערן, פארשטייט זיך אז מען זאל זיך אינטערסירן אין די הרגשים פונעם קינד, לדוגמה אים זאגן: 'איך זעה אז דאס מאכט דיר פרייליך' אדער, 'איך מערק אין דיין שטימע אז עפעס באדערט דיך' וכדו', דאס וועט צוברענגן אז דאס קינד זאל רעדן דערפון.

עס איז אויך געזונט אז עלטערן זאלן מפעם לפעם מיטטיילן מיטן קינד זייערע ספיקות און דילעמעס מיט וואס זיי ספראווענען זיך, אדער מיט שוועריגקייטן וואס זיי גייען אריבער מען קען זיי אויך צומאל פרעגן אן עצה און איר וועט זיין איבעראשט צו הערן אסאך מאל קלוגע עצות פון אייער קינדער.

דאס אלס פארשטארקערט די קשר צווישן די עלטערן מיטן קינד, אז א קינד פיהלט אז די עלטערן זענען גענוג נאנט מיט אים אויף מיטצוטיילן מיט אים זייערע פריוואטע ענינים און זענען אים מחשיב אויף צו הערן זיין דעה ברענגט דאס א שטארקע קירבה און קשר. נאך א מעלה ווען מען טיילט מיט מיטן קינד שוועריגקייטן וואס מען גייט אריבער זעהט די קינד אז ער איז נישט די איינציגסטער וואס האט פראבלעמען אין לעבן. און דאס לערנט אויך דעם קינד אז מען טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין און מיט סייעתא דשמיא קען מען אלעס אדורך מאכן בשלום. ווי פארשטענדליך איז נישט אלעס פאסיג אויף מיטצוטיילן מיטן קינד, מען דארף האבן שכל און אפילו וואס מען טיילט יא מיט זאל מען נישט גורם זיין חלילה א פאניק ביים קינד.

אסאך מאל איז די סיבה צום פארמאכטקייט פונעם קינד מחמת בושה, ער פיהלט אז טאמער וועט ער מיטטיילן זיינע הרגשים און מיטלעבענישן וועט מען אים אנקוקן קינדיש. עס וואלט געווען ראטזאם אין אזא פאל אז די עלטערן זאלן מיטטיילן זייערע ענליכע הרגשים וואס זיי האבן געהאט אלס קינד אזוי ארום וועט דאס קינד איינזעהן אז ער איז בארעכטיגט מיט די הרגשים און דאס וועט אוועקנעמען זיין בושה און ער וועט זיך מער עפענען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קל וחומר האט געשריבן:עס איז אויך געזונט אז עלטערן זאלן מפעם לפעם מיטטיילן מיטן קינד זייערע ספיקות און דילעמעס מיט וואס זיי ספראווענען זיך, אדער מיט שוועריגקייטן וואס זיי גייען אריבער מען קען זיי אויך צומאל פרעגן אן עצה און איר וועט זיין איבעראשט צו הערן אסאך מאל קלוגע עצות פון אייער קינדער.

דאס אלס פארשטארקערט די קשר צווישן די עלטערן מיטן קינד, אז א קינד פיהלט אז די עלטערן זענען גענוג נאנט מיט אים אויף מיטצוטיילן מיט אים זייערע פריוואטע ענינים און זענען אים מחשיב אויף צו הערן זיין דעה ברענגט דאס א שטארקע קירבה און קשר. נאך א מעלה ווען מען טיילט מיט מיטן קינד שוועריגקייטן וואס מען גייט אריבער זעהט די קינד אז ער איז נישט די איינציגסטער וואס האט פראבלעמען אין לעבן. און דאס לערנט אויך דעם קינד אז מען טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין און מיט סייעתא דשמיא קען מען אלעס אדורך מאכן בשלום. ווי פארשטענדליך איז נישט אלעס פאסיג אויף מיטצוטיילן מיטן קינד, מען דארף האבן שכל און אפילו וואס מען טיילט יא מיט זאל מען נישט גורם זיין חלילה א פאניק ביים קינד.

זייער א תוכן'דיגע ארטיקל, אבער מיט טיילן מיט קינדער שוועריקייטן וואס מען גייט אריבער איז קיינמאל נישט קיין גוטע איידיע עס איז אליה וקוץ בה, בעפאר אלס ברויכן קינדער שפירן זיכער אז זיי זענען סעיף און אין גוטע הענט, אין אז זיי זענען אונטער קאנטראל פון עלטערן וואס ווייסן וואס זיי טוען.
א בעסערע געדאנק איז מיטיילן מיטן קינד פראבלעמן און דילעמעס וואס מען האט געהאט אינעם עבר און ווי אזוי מען האט עס געסאלוואד, דאס איז אן אליה אן דעם קוץ בה.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: הוציאה ממסגר נפשי (וועקער #4)

שליחה דורך קל וחומר »

יש, ויש.
'איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן פארן לענדלארד' ברויך (טאר) מען נישט מיטטיילן.
'איך ווייס נישט ווער עס גייט וואטשן באבי ביי שבת שבע ברכות' קען מען יא מיטטיילן.

(א קינד דארף וויסן אז עלטערן זענען נישט קיין מאשינען וואס האבן אלס א באלדיגע לעהזונג אויף אלעס. דאס איז פאלש און וועט מאכן די קינד פיהלן כאילו ער איז פון אן אנדערע סארט בריה ווי די עלטערן. עלטערן זענען פארשטייט זיך מער ערפארן, און אין די הינזיכטן וואס זיי זענען ערפארן 'ווייסן' זיי. אבער נייע סארט שוועריגקייטן הקטן כגדול יהיה, נאר נישט אלעמאל איז א גוטע עצה צו מיטטיילן וכדאמרן.)

ויפה עשית שציטטת המשך דבריי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בעפאר אלס ברויכן קינדער שפירן זיכער אז זיי זענען סעיף און אין גוטע הענט, אין אז זיי זענען אונטער קאנטראל פון עלטערן וואס ווייסן וואס זיי טוען.

בענדזשאמין, עס מאכט א דיפערענץ אין די עידזש? מיט א 15 יעריגן בחור'ל מעג מען יא אויסשמועסן? מיט א 17 יעריגן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אויסער געווענליך גוטע ארטיקעל און זייער גוט און קלאר אפגעשריבען.

די געדאנק איז זייער וויכטיג און נישט קאמפלצירט צו אריינעמען און קאפ מ'דארף פשוט זיין aware פון דעם און נישט פארגעסען. אנדערש ווי אלע אנדערע חינוך ארטיקלען איז דאס א פראקטישע ארטיקעל נישט א בחינה פון סומכין על הנס וואס מ'ווארט ביז די סיסטעם וועט זיך טוישען. דאס איז עפעס וואס מ'קען טוהן מיט די אייגענע הענט אן קיינעם'ס טובות.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בעפאר אלס ברויכן קינדער שפירן זיכער אז זיי זענען סעיף און אין גוטע הענט, אין אז זיי זענען אונטער קאנטראל פון עלטערן וואס ווייסן וואס זיי טוען.

בענדזשאמין, עס מאכט א דיפערענץ אין די עידזש? מיט א 15 יעריגן בחור'ל מעג מען יא אויסשמועסן? מיט א 17 יעריגן?

אודאי מאכט דאס א דיפרעננס, כלל זה נקוט בידך ווי עלטער דאס קינד ווערט אלעס ווייניגער אנגעוויזן איז ער אויף זיינע עלטערן, און אלס ווייניגער ווערט ער צושאקעלט ווען ער ווערט געוואויר אז זיינע עלטערן האבן אייגענע פראבלעמען און זיי זענען נישט די אלץ ווייסער און אלץ קענער וואס ער אלעמאל געמיינט אז זיי זענען.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
פארשפארט