איך בין (אין איז נאך) א ביבי יאזער פאר כמה וכמה שנים. אין איינע פון די מעין ריזענ'ס פארוואס איך טויש נישט איז די "שליסעל ברעטעל" (קי בארד בלע"ז)
איך ווייס נישט ווי סאך ענק טייפען א טאג אויפען פאון, אבער איך קען מיך נישט זעין טייפען גאנצעטע אימעילס אויף א טאטש סקרין מיט די שנעלקייט וואס מען קען אויף גשמיות'דיגע קנעפלעך.
נישט איבערלאזן די בלעקבערי
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
כלל ישראל האט א געוויסע שוואכקייט צו נייע זאכן. ווען אין די אלגעמיינע וועלט האט מען זיך שוין באנוצט א לענגערע צייט מיט די בלעקבעריס האט נאך רוב כלל ישראל זיך נישט געקענט שיידן פון זייער באליבטן סענטרא, ווען רוב וועלט שאקלט זיך שוין אפ פונעם בלעקבערי האלט זיך כלל ישראל פעלזן שטארק צום בלעקבערי.
דאס שוואכקייט צו נייע זאכן איז לאו דוקא ביי טעלעפאנען. נעם לדוגמא האטליינס, ווען אין די גוי'אישע וועלט האט מען זיך שוין באנוצט אין גרויסן דערמיט איז ביי כלל ישראל נאכנישט געווען אזא מושג, שפעטער ווען א יעדער וואס זוכט פובליסטי האט זיך געפענט א אייגענעם וועב זייטל האבן די וואס וואלטן וווען געדארפט פארמאגן א אייגענעם זייטל זיך געפענט א האטליין, הגם אין די גוי'אישע וועלט איז האטליינס שוין כמעט א זאך פון די היסטאריע. געב עס נאך אפאר יאר ווען וועבזייטלעך וועלן זיין אלטמאדיש, וועט א יעדער האטליין וואס איז פאראן אין כ"י טראנספארמירט ווערן צו א וועבזייטל, וכו' וכו' די ליסטע איז לאנג.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
איך בין א בלעקבערי נוצער און איך לייד אויך אויף די אלע זאכן, אבער פאקט איז אז דער קיבארד איז עולה על כולנה. איך נוץ עס פאר מיינע ביזנעס און 95% פון דער צייט ארבעט עס מענטשליך, און אז איך גיי אוועק פון אפיס האב איך אן איבעריגער באטערי אין טאש.
איך בין א שוואכער בי בי עם נוצער, און פאר אימייל איז עס גאר גוט, סיי אויף באקומען, און אויף שיקן דער גאנץ בעסטער.
איך האב אויך א געפיל פון אלקים יבקש את הנרדף, איך האב פיינט דער ע"ז פון עפל, איך דארף נישט שפילערייען און בייזע פייגל, ממילא בלייב איך מיט וואס איך בין געוואוינט, און איך האב בטחון אז זיי וועלען זיך צוריקכאפן. און אז נישט, האבן זיי אפשר 70 מיליאן נוצער, און עפעס א קאמפאני וועט זיי שוין אפקויפן און פון זיי מאכן א מענטש.

בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:39 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:לגבי עפל ביזטו אפשר גערעכט.
אבער ביי אנדרויד זענען פאראן גוטע מיט פיזיקל קיבאורדס (אזוי ווי איך האב) וואס שטייגן נאך איבער דעם בלעקבערי מכמה טעמים, סיי מיט גרעסערע קנעפלעך, און סיי מיט א באזונדערע שורה קנעפלעך פאר די נומערן (א 5-שורה קיבאורד אנשטאט א 4 שורה)
עס איז מיר א חידוש אבער יעדער איז אינטייטעלט צו זיין אפניען.
אבער מיט דעם קיבארד זענען זיי די סאמא בעסטע. עס האט נאך קיינער נישט ערצייגט דאס וואס זיי האבן ערצייגט. דאס איז נישט וואס איך האלט, דאס האלטן אלע עקספערטן נא אוודאי זענען פארהאן יחידים וואס גלייכן מער אנדערע. אבער בדרך כלל איז די דעת הרבים אז בב ערצייגט די בעסטע קיבארד.
נאר א קיבארד איז נישט אלעס
עס האט מיר איינער אמאל געזאגט די ווייסט ווי גוט די נייע ביבי איז איך קען טייפן בשעת ווען ער דרייט זיך ארום און ווען ער וועט זיך אוויפוועקן וועט ער אלעס אפשרייבן אפילו וואס איך האב געטייפט ווען ער איז געפרוירן געווען.
האב איך יענעם געזאגט אהיבי ידידי אזוי שוואך זענען זיי שוין אז אנשטאט ארבעטען אויפן פראבלעם ארבעטען זיי אז די אפעקט זאל נישט וויי טוו אזוי שטארק.
איך האלט אז דאס איז נישט א גוטע סימן..................
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
מיר בלאקבערי באנוצערס ענדלען שטארק אין יידן. מען יאגט אונז און מען טרייבט אונז, מען שלאגט אונז און מען שמייסט אונז אבער מיר האלטן זיך שטארק אין אונזערע אמונה. די אומות העולם פון אנדערע גלויבן שפעטן פון אונז, אונזערע אייגענע באשאפער געבן אונז די מערסטע מכות אבער מיר פרעגן נישט קיין קשיות און זענען אלעס מקבל באהבה. מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער אמת ליגט ביי אונז און אנדערע רעדן בלויז פון קנאה.
ביי אנדערע איז דער קיבארד היום כאן ולמחר בקבר אבער ביי אונז איז עס חי וקים. אונזערע קיבארד איז כה' אלקינו בכל קראינו אליו און אויף א בלאקבערי ווערט מקויים יעדן טאג דרשו ה' בהמצאו. ביי אנדערע איז מדוע באתי ואין איש אבער ביי אונז ברענט א פייער ווען נאר מען זוכט אונז.
מעט רייצט זיך מיט אונז אז עקאנאמיש זענען מיר טויט אבער מיר ווייסן אז לפום צערא אגרא. מיר זענען בעוקבתא דמשיחא און דאס איז אלעס חבלי משיח. ווען עס וועט אבער קומען בב10 און עס וועט זיין העשירי יהיה קודש לה וועלן אלע זען הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא.
עס איז שווערע צייטן, עס איז א הסתר בפרט ווען חושך יכסה ארץ און עס דאכט זיך אז מען טאפט א וואנט אבער די וואס גלייבן לא יחליף ולא ימיר דתו לעולמים. חדשים מקרוב באו, אויף ביביעם איז איכה ישבה בדד העיר רבתי עם און ביי די קאנטאקטן איז כל רעיה בגדו בה. אבער שחורה אני ונאוה און מיר ווייסן אז דאס איז אלעס נסיונות פטור צו ווערן די ערב רב. מיר האבן נישט קיין ספק אז בך בחר ה' כי אתם המעט מכל העמים, דער מספר קטן פון ב"ך איז ב"ב.
ווען מען איז אונז כולל מיט אנדערע גלויבונגן און מען לייגט אויף אונז אויך אן איסור ווערן מיר געטראפן. מיר ווייסן אז ביי אונז איז דרכיה דרכי נועם, מיר גנבענען נישט ביי קיינעם און גראבע עבירות איז ביי אונז נישט נישט שייך ווען די לעמפ גיין אויס דעמאלט ווען די תורה האט געהייסן.
ארום אונז שמדט מען זיך אין גרויסן ר"ל, שוואכע דורות און מען קען נישט ווארטן. מען פרעגט אונז מנן ומאן הוא רחימך שפירא בריותא ארום בגיניה ספית מדור אריותא. מיר ענטפערן אבער שטאלץ רבותכון מה חשיבא כד מטיא שעתא. אשרי המחכה ויגיע לימים אלפיים ושלוש עשרה ווען מיר וועלן זען אויף אן אמאלעד באספקלריא המאירה.
קרעדיט: קטלא קניא.