ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

שליחה דורך טרויבן88 »

בילד

ליינענדיג דער איד די וואך זע איך א מעשה איבער א חבירים מיטגליד וועלכער האט באקומען א טיקעט אויפן פאליסעדס פארן אויסהעלפן א מענטש מיט א צובראכענע קאר, די ארטיקל איז באגלייט מיט מעשית איבער די אגענטור איבער זייערע מעשים און אז זיי רעכענען זיך נישט מיט מינאריטעטן איז אז אפילו די שווארצע ליידן אויך ( קוק וועלכע פריינד מיר האבן געטראפן און די מערכה) איינע פון די פונקטן וואס די ארטיקל פרובירט צו טענען איז, אז וויבאלד מען נעמט נישט קיין געלט פאר די סערוויס דעריבער מעג די מעמבער יא פיקסן א קאר אינמיטן די שאססיי אדער אינמיטן וועג... הקיצור די ארטיקל שוימט,
צים סויף ענדיגט די ארטיקל אז מען פארשט אויס די אינצידענט (פארשטייט זיך...) אבער אן אפיציר זאגט אז די געזעץ איז אז מען טאר נישט מאכן קיין ריפעירס אינמיטן וועג, אן זיין לייסענסט, און דאס האט נישט ציטון צי מען נעמט געלט צי נישט.... און ער זאגט אז חברים זאל מאכן א לייסענס.
איז איך פארשטיי נישט (חוץ אויב עפעס איז ראנג מיט מיר) וואס איז די פראבלעם אז חברים זאל גיין און מאכן א לייסענס??? מיז דא בלייבן אזוי ווי אפגאניסטאן אץווי סנישט דא קיין געזעץ? ווען וועט מען זיך אויסלערנען אז עס איז דא אזא זאך ווי געזעץ? די חברים ווייסט אז אז די פאליסעדס האט אזא געזעץ! איז פארוואס מיז מען בלייבן פרימיטיוו? האסט א פראבלעם מיט די געזעץ? גיי אין לאבי נוי דזערסי דינג פריעדלענדער צי מבטל זיין די געזעץ... און מיש אונז נישט אריין און די געפעכט...
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר