ווער זענען אונזער עסקנים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

ר' איד, קאלם דאון! זעצט אייך אראפ, מאכט אייך לייכט אויפ'ן קאפ, דעם קאפעליטש קענט איר זיך אויסטאן, מאכט א ברכה אויף א שטיקל לאקס, און איידער מיר גייען ביידע אריינרייסן אינעם מאטראץ, לייענט נאר עפעס וואס איר האט לכאורה פארזען אדער גאר געוואלט פארזען.

בענדשאמין האט געשריבן:

"פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי."

יואב טייערע, איך רעדט אויך נישט פון קיין אפציעלע עסקן מטעם א מוסד אדער א ארג.
איך רעדט דייקא פון א אינגערמאן פריוואט וואס לוופט ארום טוען חסד אן זיין אינטער עני אויפציעל ארג גראפע.
יעצט טראכט אריין א רגע, ווי הייסט דער אשכול??? ״ווער זענען אונזע עקסנים״, כאילו אלע אדער רוב עסקנים וואס זענען נישט אונטער א אפציעלע ארגנעזאציע זענען חיות אין בלוט פרעסער.

אזוי ווי שיך מאכער איז דא גוטע אין שוואכע אזוי אויך עסקנים.
נו זאל איך יעצט עפענען א אשכול ווער זענען אונזער שיך מאכער?

קודם אז דו ווילסט, עפען וועלכן אשכול ס'געפעלט דיך. ס'וואלט מיך גראדע געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'זענען אונזערע שיך מאכער. כ'פארשטיי אבער נישט וואס דיר באדערט. ער שרייבט דאך ארויס ברחל בתך הקטנה אז ער מיינט דווקא אזאנע וואס מישן זיך יענעמ'ס פראבלעמען, ווייטער שרייבט ער אז מיינט נישט אזאנע וואס לויפן אין שפיטעלער. וואס האקסטו א קאפ? און בכלל, ווער זאגט אז יענער איז אן עסקן, אפשר איז ער סתם אזוי א גוטער איד? כ'מיין, וואט דע העק, על מה יצא הקצף? דער theme פון אשכול, אויסער לאקס, מיין איך איז גאנץ קלאר פאר יעדן וואס האט אויגן. ס'קעפל באדערט אייך?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שלום על ישראל האט געשריבן:דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius

סאיז דא אסאך גיטע עסקנים און אסאך שלעכטע און אסאך רשעים, מיך האט מען געשיקט אין וויליאמסבורג צו איינעם וואס טוט אין שלום בית און פינף מינוט נאכן געבן שלום עליכם האט מיר פארציילט א מעשה פון א צווייטן מיט זיין פולע נאמען און ווי ער דאווענט און ער האט אריינגעווארפן דיטעילס וועגן יענעמס פערזענליכע בעדרום מעשיות און אז מ׳האט אים אראפגערופן דארט אינמיטן די נאכט, שפעטער האב איך געהערט אז ער נעמט זיך אייביג אן פאר די פרויען, און א אט״ד האט מיר פארציילט אז נאך איר גט האט דער יעניגער איר געבעטן עפעס א בגד פון איר... :roll: ווייל ער האט זיך מכלומרשט אנגענומען פאר איר, און שטייצעך ער האט איר געבעטן אז די אינטערהויזן מעשה זאל בלייבן א סוד :lol:, און ווען איך האב געזאגט פאר די אנדערע זייט אז איך בין נישט מסכים צו גיין צו אים אלץ א פארמיטלער און איך וואלט אין מיין לעבן אים נישט געטראסט מיט גארנישט האבן זיי געטעהנט אז איך מאך מיך משוגע און אז כ׳בין א שווערע מענטש... אט דאס זענען איינע פון די ״גוטהארציגע״ עסקנים מטעם די קאמיונטי, ליידער קיין איין ווארט נישט איבערגעטריבן, איך האב אויף טעיפ ווי ער פארציילט מיר א מעשה פון יענעמס פרייוואטע שלום בית וואס האט בכלל גארנישט געהאט קיין שום שיכות צו מיין קעיס און ער האט עס נאר פארציילט ווייל ״דער עסקן״ האט זיך געוואלט אויפטוהן און גרויס האלטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קודם א דאנק אייך יואב פארן נעמען די מיה צו קלאר שטעלן מיין כוונה מיט דעם אשכול אקעגן די יעניגע וואס שיסן אטאקעס בעפאר דורכליינען דעם פאסט ביזן ענדע. זאל אייך דער אייבישטער באצאלן פאר אייער "עסקנות" לשם שמים..

moshav zekeinim האט געשריבן:לאמיר נישט אויסמישן צווישן בעל חסד און עסקן.
א צווייטער חילוק, וואס דאס איז דאכט זיך מער אקוראט איז: בעל חסד טוט טובות פאר איינעם לטובת דעם יחיד, און דער עסקן טוט טובות פאר דיר לטובת דעם ציבור.

דאס איז אקוראט וואס איינער דארט האט גע'טענה'ט אויפן פורום, און איך מיין אז עס איז מער ווייניגער געווען צום פוינט און צום פינטל. יענער אן עקס חסיד'טע, באזירט אויף איר פערזענליכע עקספיריענס, זאגט אז ווען מען טרעפט זיך שוין יא אן מיט אן עסקן וואס איז נישט כולו שלעכטס נאר מיינט גוטס וועט ער בדרך כלל האבן בראש ובראשון דעם ציבור'ס און דעם קאמיונטי'ס טובה אין מיינד. דאס הייסט אזוי, דער עסקן איז דא דיך צו דינען ווילאנג עס דינט אויך די קאמיוניטי'ס אינטערעסן, ציל, אויסזען, פרעמווארק און געזעצען וכו' איינמאל דיין טובה, רצון, ציל, שטימט נישט מיטן סדום בעטל וואס די קאמיוניטי האט דיסיידעד אז די באלאנגסט, וועט דער זעלבער עסקן זיין דער וואס וועט דיר אפשניידן די פיס אדער קאפ אז די זאלסט אריינפיטן אינעם בעטל.

און צוריק צום לאקס, ווילאנג די ווילסט עסן לאקס וועט מען דיר צושטעלן סלייסעס טיט-ביטס און ספרעדס, איינמאל אבער דיר שמעקט טונא וועט מיען דיר שיקן שיפלן אויפ'ן אטלאנטיק.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שבת אחים האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.

בארויג זיך ביטע מיט דיין ׳שגץ׳ מוחאה. כ׳פארשטיי אז דו האסט א פרעזענליכע נגיעה און דערפאר זעהסטו אים נישט אין די זעלבע וועג דו זעהט אנדערע ארטאדאקסן, אבער איך האב נישט געמיינט קיין דיסרעספעקט, כ׳האב נאר קיינמאל געהערט איינעם רופן איצי אלס עסקן, האב איך געטראכט אז מ׳רעדט פון זיין חשוב׳ע פאטער וועמען איך קען זיך פערזענליך פאר לאנגע יאהרן. א איד א צדיק.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

וויבאלד די סארט עסקנות ווערט געווענליך געטאן אין געהיים, און בלויז א חלק פון די מעשיות גיסן זיך איבער אויף די גאס, אמאל וויבאלד איין צד איז אנטוישט פון די רעזולטאטן (מעגליך גערעכט און מעגליך נישט), צו אמאל ווייל דער עסקן איז פון די סארט וואס שבת אחים האט דערמאנט אדער בענדזשאמין פרענקלין האט דעסקרייבד, איז זייער שווער צו ענטפערן אזא פראגע.

איך מיין אז ס'איז ברור אז די סארט עסקנות איז קריטיש פאר אונזער קאמיוניטי, אבער צו ענטפערן אז די שלעכטע און סעלף סענטערד טיפ דאמינירט דעם מארקעט איז שווער צו ענטפערן, ווייל ס'איז נישט שייך צו נעמן קיין סטאטיסטיקס, איך ווייס פון א מעשה ווי א באווייבטער אינגערמאן איז נאכגעלאפן א בחור'ל וואס פלעגט איינשטיין ביי אים לערנענדיג אין א ישיבה (קומענדיג פון אינדרויסן פון שטאט), די 'עסקנים' האבן זיך אריינגעלייגט, מ'האט דעם קראנקן אינגערמאן אפגעשיקט צו טעראפי, ארויסגענומען דעם בחור פון דארט (קודם המעשה), די רעזולטאטן ? אפגעראטעוועט א גאנצע שטוב פון אונטערגאנג.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אודאי קען אמאל א עסקן אויפטון עפעס, אבער געווענליך איז דרכם להזיק ולא להועיל, עס איז יצא שכרו בהפסדו.

דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה. און I don't care צו זיי האבן אמאל עמיצן יא געהאלפן.

און דאס איז אויסער דעם וואס א מעשה וואו עסקנים זענען פארמישט איז ביי מיר אזוי נישט פארלעסליך, אז איך בין סקעפטיש צו דער יונגערמאן איז טאקע א מאלעסטער, אדער איז עס א בלבול צוליב וואס ער איז נישט געגאנגען אין שפאן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

moshav zekeinim האט געשריבן:דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.
וירח ה' את ריח הניחוח
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווען דער פאקט זאל ווייזן אז עס איז א מעלה דאן וואלט איך גארנישט געזאגט. וואס זאל איך אבער טון אז דער פאקט ווייזט אז אויך מיר אידן פארמאגן מענטשליכע נטיות, ולולי מוראה של מלכות איש את רעיהו חיים בלעיהו. טאמער וואלט עס נישט אזוי געווען וואלטן דאך נישט געווען די אלע האר פון קאפ אויפשטעלנדע מעשיות.

טאמער גלייבסטו נישט די מעשיות וואס מען דערציילט אויף די עסקנים, כל הכבוד, אבער עס מיינט אבער נישט אז איך גלייב נישט וואס מען דערציילט אויף זיי.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אבער שמעקעדיג, דו ביסט גערעכט אז לתועלת הסיסטעם וואס וויל אז דאס פאלק זאל האבן נאר די פראבלעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, זענען די עסקנים A1
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שלום על ישראל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:דו מיינטס "לעזער האגער".

קודם כל שייגעץ דו! הרה״צ מרן ר׳ אליעזר זאב האגער שליט״א בן כ״ק אדמו״ר מוויזניץ שליטא רב הראשי בבית החולים ד׳מאונט סיני-ניו יארק .אביסל רעספעקט פאר א אמתדיגע וואוילע איד א צדיק וואס וועט ארויסהעלפן א יעדע איד אין זיין נויט, זיינע זוהן הנגידים ר׳ איצי און ר׳ חיים מאיר זענען אויך גרויסע עסקנים און גאר וויואלע מענטשען וואס טוהן אסאך חסד פאר אידן בגלוי ובסתר, ביי מיין פרשה/גט האבן זיי זיך איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיין משפחה שעות ארוכות און זיי האבן אלעס פראבירט וואס זיי האבן געקענט אויסצוארבעטן א גיטע יושרדיגע דיעל אז ס׳זאל ארבעטן פאר מיר און פאר מיין עקס, איך וועל אייביג זיין דאנקבאר פאר זיי, ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער זענען עכטע וויזניצער קינדער מיט אהבת ישראל אזויווי עס דארף צוזיין, ר׳ אליעזר האט שוין ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן בלי גוזמא מיט דאקטורים און אנדערע זאכן אן נעמען א פעני פארדעם, איך קען אפשרייבן גאנצע אשכולות וואס איך ווייס פערזענליך איבער די חסד וואס ר׳ אליעזר מיט זיינע קינדער טוהן פאר מענטשען וואס זיי קענען קוים, ווען איך טרעף ר׳ אליעזר געב איך אים א (וויזניצע) קיש אין די הענט, ער מיט ר׳ ישראלטשע פון ב״ב זענען די איינציגסטער רבי׳ס וואס איך וואלט געגעבן א קיש ווייל זיי האבן אין זיך אמתע אהבת ישראל וואס איך וועליו זייער שטארק.

בארויג זיך ביטע מיט דיין ׳שגץ׳ מוחאה. כ׳פארשטיי אז דו האסט א פרעזענליכע נגיעה און דערפאר זעהסטו אים נישט אין די זעלבע וועג דו זעהט אנדערע ארטאדאקסן, אבער איך האב נישט געמיינט קיין דיסרעספעקט, כ׳האב נאר קיינמאל געהערט איינעם רופן איצי אלס עסקן, האב איך געטראכט אז מ׳רעדט פון זיין חשוב׳ע פאטער וועמען איך קען זיך פערזענליך פאר לאנגע יאהרן. א איד א צדיק.

נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שבת אחים האט געשריבן:נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...

די וואס קענען זיך מיט ר׳ אליעזר פון די נאנט, רופן אים ׳לעזער׳ אפעקשאנעטלי. סליחה.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:סארא נארישע רשעותדיג אשכול.

קען מען לייגן א סטעמפעל אויף עסקנים? איר ווייסט וופיהל אינגערלייט זענען באמת עוסק בצרכי ציבור באמונה אן באקומען קיין שום מתן שכרה בצדה אין טוען דאס אלץ שטיל שא.
אויף זיי קען מען זאגן א שלעכטע ווארט? ווילט עטץ אונטער ברענגן עסקנות אין אונזערע געמיינדע?

כוועל זיך נישט אנהאלטן אין דערמאנען א נאמען.
סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אפאר שבתים ביי א קרוב משפחה אין מעמאנעדיס.
דארט האב איך אלץ געטראפן א אינגערמאן, איך בין געווען זיכער ער איז דארט ביי א משפחה זיממער, אבער אפאר וואכן שפעער ווען די חולה איז ארויס פון שפיטרת איז ער מרכאות געקומען.
איך האב עיהם געפרעגט פשט אונעם קומען אהער ווען די חולה איז שוין ארויס פון שפיטאל, האט ער מיר געזאגט יעצט קומען ער פאר א צווייטען.

רבותי, א אינגערמאן וואס האט א געהעריגע דזאב, משפחה, אין רייסט זיך אוועק יעדער שבת אינדערפרי ווען די עולם רייסט אריין אונעם מאטראץ.
ער איז נישט קיין הצלה, נישט קיין חברים, נישט קיין שומרים. פשוט א גוט הארץ.
אבער דא האט מען עיהם געשטעמפלט אלץ טאפ מישע חזיר.

דער אינגערמאן הייסט חיים פליישער, דאכציך א מונקאטשר חסיד.

חיים פליישער איז א צדיק פון א יונגערמאן!

ער גייט יעדע וואך נאך זיין שבת סעועה ביינאכט און בייטאג צו מיימאנידיס שפיטאל (א ווייטע מהלך פון זיין הויז), קודם גייט ער אריין אין emergency room זעהן צו איינער דארף עפעס הילף אין נאכדעם גייט ער באזיכען יודן אין שפיטאל.

דאס טוהט ער יעדע איינציגסטע וואך אין אלעס אן קיין פורסם!

ירבו כמותו בישראל!!
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.

שמעקעדיג: אבער נישט ווען דער מאלעסטער איז הולך ומזיק. און ער שטעלט מיט זיך פאהר אן אנגייענדיגע סכנה. דאמאלס האט מען נישט קיין צייט זיך צו שפיעלן און דעבאטירן אויב טעראפי, און וואספארא טעראפי וועט העלפן. דאמאלס איז אן עת לעשות. מ'דארף יענעם אפשטעלן. ווי דער דין פון א רודף איז אז..."מצילין אותו בנפשו"...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שלום על ישראל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נעם עס נישט אן אזוי ערנסט, כהאב עס נאר גענוצט אלץ א שפריך ווארט און כהאב נאר געזאגט אז ביסט א שייגעץ פארן נישט שרייבן א טיטל אויף ר׳ אליעזר, נישט טאקע געמיינט באמת אז דו ביסט א שייגעץ, כהאב מיך אויך פארגעשטעלט אז דו האלטס נישט באמת אז ר׳ אליעזר איז נישט קיין וויואלע מענטש ביסטאך א אוהב שלום לויט דיין ניק ,אתה שלום ושמך שלום...

די וואס קענען זיך מיט ר׳ אליעזר פון די נאנט, רופן אים ׳לעזער׳ אפעקשאנעטלי. סליחה.

אמת.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

זבולון האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים.

עסקנות איז נישט קיין פראפעשן, דאס איז א טיטל וואס עקזיסטירט נישט אין קיין איין רעספעקטפולע קאמיוניטי.

עס קען אמאל זיין א גוטהארציגער מענטש וואס האט ליב צו העלפן אנדערע, וואס זאל טאקע העלפן. אבער איינער וואס לויפט נאך זאפטיגע קעיסעס פאר זיין אייגענע הנאה, וועט געווענליך זיך אפשאקלען פון די קעיס ווען די פאון ענדיגט זיך, איבערלאזנדיג די באטרעפנדע זאלן זיך אליינס אפלעקן די וואונדן.

זאלן מיר אפשר מאכן קורסעס פאר עסקנות, און מען וועט דארפן לייסענס דערפאר?

אין די סעקולאר וועלט איז דא א נאמען דערפאר. ס'הייסט סאשעל ווארקער וואס ספעשעלייזען אין וואספארא פעלד זיי זענען עוסק, שלום בית, קינדער, אדאלטס, מענטאל העלט...

מ'מאכט אביסעל פרנסה אויף דער זייט אויך. א סאשעל ווארקער קאמביינד מיט א יודיש הארץ מאכט א פערפעקט עסקן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווער עס וויל וויסן פון וואס פאר א סארט עסקן בענדזשעמין רעדט, זאל ביטע ליינען מיין באשרייבונג אויף שלום ווייסמאן פון אנטווערפן, ער איז דער טיפיקל עסקן פון וואס בענדזשעמים רעדט דא, און מיט א שמיץ אריבער. ביטע מעלד זיך אין אישי.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: ווער זענען אונזער עסקנים?

שליחה דורך טרויבן88 »

שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:דער פאקט אז עס דרייען זיך אומלייסנט מענטשן וואס נעמען געזעץ אין די הענט אליין בלי חוק ומשפט איז א סכנה גדולה

אן אריינגיין צי דו ביסט גערעכט, דארף מען פארשטיין אז דער געזעץ איז נישט אלץ לטובתינו, זייענדיג א פאלק מיט א גאר דיפערענט כאראקטער פון די אלגעמיינע וועלט (ודתיהם שונות מכל עם), מיר האבן אנדערע סארט עבירות (ווי שמירת עינים וכדו'), און אנדערע סארט קאנסעקווענצן (בושות, סטיגמא וכו'), און מיר האבן אן ענין פון העלפן א צווייטן, און כבוד הבריות און כבוד המשפחה, און נאך צענדליגער זאכן אנדערש ווי דער טרוקענער געזעץ, ממילא איז געווענליך נאר א מעלה אז מען נעמט צומאל קעהר אונטערן טיש באופן היותר מועיל.

סתם צי וויסן אז און אפגאהאניסטאן האלט מען אויך אזוי
לעב אין לאז לעבן.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

moshav zekeinim האט געשריבן:ווער עס וויל וויסן פון וואס פאר א סארט עסקן בענדזשעמין רעדט, זאל ביטע ליינען מיין באשרייבונג אויף שלום ווייסמאן פון אנטווערפן, ער איז דער טיפיקל עסקן פון וואס בענדזשעמים רעדט דא, און מיט א שמיץ אריבער. ביטע מעלד זיך אין אישי.

לינק?
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך 65th »

איך פארשטיי גארנישט
אינזערע עסקנים ווערערן דערוועהלט אין בדרך כלל באקימן א לעבענס קאנטראקט
יעדער 2-4 יאהר זעהט מען זיי
זיי קימען מיט א טענה אז מיר דארפען האבען פאר זיי הכרת הטוב
וואס?
זיי דארפען אינס געבן הכרת הטוב!
וויפיל מאהל איך האב פרובירט צי האבען א טובה פין זיי האבען זיי גיהאט מקוה וואסער אין אויער און ניטאמאהל געענפערט אז זיי גייען פרובירן
זיי מאכען פין אונז חוזק
א באנדע ליידיגייערס וואס נעמין א לעבענס טשעק און טוען גארנישט
פארשפארט