טערמאויל ביי פאקס נייעס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
טערמאויל ביי פאקס נייעס
עס טוט זיך ביי FOX NEWS לעבעדיג.
אנגעהויבן האט זיך עס א צוויי וואכן צוריק ווען גרעטשען קארלסאן וואס פלעגט האבן א שוי אויף פאקס האט אריינגעגעבן א סוט קעגן פאקס מאכטפולער פירער ראדזשער עילס אז ער האט איר געפייערט ווייל זי האט נישט קא-אפערירט מיט אים ווען ער האט איר געוואלט צו רעדן אז זי זאל מיט אים רעדן עברית.
די נייעס האט אפגעקלנגען ווי א באמבע. צום ערשט האט פאקס זיך נישט וויסענדיג געמאכט, שפעטער האבן זיי געגעבן א סטעיטמענט אז די זאך ווערט אויסגעפארשט.
בינתיים זענען אפירגעקומען נאך פרויען געוועזענע פאקס איינגעשטעלטע און האבן אנגעהויבן רעדן אז עילס האט אויך זיי הארעסט אז זיי זאלן מיט אים רעדן עברית.
היינט האט דער פאקס סטאר מעגעין קעלי זיך געפענט דאס מויל אז אויך איר האט עילס דעם קאפ פארדרייט.
עס האט אנגעהויבן אויסזען נישט גוט, האט ראפערט מארדאק פון פאקס סענטשוערי 21 די פערענט קאמפעני פון פאקס נייעס, מיט זיינע קינדער אנגעהויבן פלאנירן וויאזוי מ'זעט ארויס דעם עילס פון דא.
פארגעסן צו אנמערקן אז עילס, 76, איז דער גרינדער פון פאקס נייעס, דאס איז זיין איידיע און זיין פירערשאפט וואס האט געמאכט פאקס פאר דעם גרעסטע קעבעל טשענעל סוקסעס אין היסטאריע. ער איז א געוועזענע שרייבער פאר עטליכע פרעזידענטן און ראטגעבער פאר אסאך פאלעטישאנס.
נאך די סוט זענען אויך ארויסגעקומען אפאר פרויען געוועזענע און אויך איצטיגע פאקס איינגעשטעלע לטובת עילס אז ער איז ריין פון אלעם און אז קארלסאן איז ברוגז ווייל עילס האט איר געפייערט איבער איר שוי'ס שוואכע רעטינגס.
נעכטן האט אנגעהויבן קורסירן שמועות אז מארדאק האט אנגעטראגן פאר עילס צו אויסקלויבן צו רעזיגנירן פרייוויליג אדער זיין אויסגעשטעלט צו ווערן געפייערט.
אבער דער עכטער אטאם באמבא האט בלויז פריער געקראכט מיט שמועות אז עטליכע שטערנ'ס פון פאקס וועלן מיט גיין מיט עילס. אויב עילס וועט גיין און וועלן עפענען א נייע טשענעל קען ער רעכענען אויף אריילי און הענעטי און גרעטע ווען סוסטרען און אלע פון די פאקס עט 5. דאס וואלט געווען א טויט שיין פאר פאקס.
פאסט פון מארגן. דער פאסט באלאנגט אויך פאר מארדאק

איך רעד צום וואנט קוקט אויס
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך בין ווייניג אינטרעסירט אין די נושא, נאר איך האב הנאה פון די מליצה 'רעדען עברית', ממילא גיב איך א לייק!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אז ראדזשער עילס איז אין די נייעס וועל איך ארויפברענגן מיין ריוויו וואס איך האב געשריבן דא אויף ק"ש איבער זיין העכסט שפאנענדע ביאגראפיע געשריבן דורך דער טאלאנטפולע שרייבער זאב חפץ.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
הוגה האט געשריבן:אז ראדזשער עילס איז אין די נייעס וועל איך ארויפברענגן מיין ריוויו וואס איך האב געשריבן דא אויף ק"ש איבער זיין העכסט שפאנענדע ביאגראפיע געשריבן דורך דער טאלאנטפולע שרייבער זאב חפץ.
אז סאיז אין די נייעס איז מיר טאקע אינטערסאנט צי וויסען וואסערע טאקטיקען האט ער גענוצט אז פאקס זאל זיין ווי סאיז יעצט?
...
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קאמענטירער האט געשריבן:אז סאיז אין די נייעס איז מיר טאקע אינטערסאנט צי וויסען וואסערע טאקטיקען האט ער גענוצט אז פאקס זאל זיין ווי סאיז יעצט?
ליין די בוך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
@הוגה כהאב געוויסט נאך פארן פרעגן אז די בוך קען מיר פארענטפערן
נאר צוויי נקידות:
אפילו כקען ליינען ענגליש אבער די צווישען די שירות (דאס וואס סאיז נישט געשריבען..) קען איך נישט ליינען צוליב די די אומשליטה אויף ענגליש,
אז סאיז דיר שווער, זאג כאטש וואס עס נעמט צו ליינען די בוך, ווי שאפט מען עס? די תירוץ ליגט אין א פרק אדער בארוך הספר?
נאר צוויי נקידות:
אפילו כקען ליינען ענגליש אבער די צווישען די שירות (דאס וואס סאיז נישט געשריבען..) קען איך נישט ליינען צוליב די די אומשליטה אויף ענגליש,
אז סאיז דיר שווער, זאג כאטש וואס עס נעמט צו ליינען די בוך, ווי שאפט מען עס? די תירוץ ליגט אין א פרק אדער בארוך הספר?
...
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]ביטע זייט מיר מוחל. כ'האב נישט געמיינט סתם מדחה צו זיין. איך האב געליינט דער בוך דריי יאר צוריק, שוין געליינט גאר אסאך ביכער זייט דעמאלטס, איך געדענקט שוין נישט וואס עס שטייט דערין. איך געדענק נאר אז איך האב שטארק געגליכן די בוך און איך האב א תגובה אויף ק"ש עס צו prove'ן.
די בוך איז אוועילעביל אויף אמאזאן אדער אין א יעדע פאבליק לייברערי.
.[/justify]
די בוך איז אוועילעביל אויף אמאזאן אדער אין א יעדע פאבליק לייברערי.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
The parent company of Fox News said on Tuesday that it had settled a lawsuit with its former anchor Gretchen Carlson, who said that Roger Ailes had sexually harassed her when he was chairman of the network.
A 21st Century Fox Corporation news release did not specify a settlement amount but a person briefed on the settlement said that it amounted to $20 million, and that Mr. Ailes was responsible for a portion of the payment. The person also said Fox News was in settlement talks with other women at the network.
וויאזוי זאגט מען נאך שלא עשנו אשה ?
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
- האט שוין געלייקט: 210 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
טענקס קלונימוס פארן ברענגן די נייעס.
אלץ א געוועזע ליבהאבער פון פאקס נייעס איז מיר די נייעס אינטרעסאנט.
ברעך איך מיך קאפ פון ווי גרעטשע אדער עילס זאל קענען העברעאיש. עניוועי גלויב איך אויף אריילי גייט וועט זיי שטארק שאדן, אמער ער טענה'ט דאך אז ער איז דער וואס האט אויפגעבויט פאקסן, מיט זיינע פאקסן און גרימאסן און קולות און ברקים.
פון די אנדערע זייט 20 מעלאנעס נישט שלעכט. די פרויען האקן א לעבן מיט די תאוה וואס גאט האט אריינגעלייט אין די מענער...

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
גבריאל שערמאן האט יארן צוריק געשריבן א בוך איבער עילס. ער זאגט אז ער האט געהערט איבער עילס ניסיונות מיט עברית, אבער ער האט נישט געהאט געניג באווייזן, דעריבער האט ער עס דאן ארויסגעלאזט פון זיין בוך. יעצט האבן זיך די פרויען געעפענט. און ער האט געשריבן אן ארטיקל אין די ניו יארק מאגאזין.
http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... ailes.html

די 'עברית רעדן' סקאנדאל פון פאקס איז ווידער אין די נייעס.
ערענסטע שפעקולאציעס אז ביל אוראיילי וועט פליען פון פאקס. מורדאק מיט זיינע קינדער טראכטן יעצט איבער זייער באשלוס איבער אוריילי.
דער ניו יארק טיימס האט נישט לאנג צוריק געבראכן די סקאנדאל אז אוריילי האט גערעדט עברית רח"ל צו עטליכע פרויען. היינט איז ארויס געקומען א זעקסטע פרוי אז צו איר האט אוריילי אויך גערעדט עברית רח"ל.
פאקס האט שוין געליטן שווערע פארלוסטן ווען צענדליגער אדווערטייזער האבן צוריק געצויגן זייערע עדס.
http://m.huffpost.com/us/entry/us_58f51 ... 9638e5969a
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
לאמיר נישט פארגעסן אוריילי איז א רעליגעזע קריסט וואס האט פארפירט אז מ׳דארף אימפיטשן קלינטאן וועגן ער האט גערעדט אראמיש (ניטאמאל עברית) צו א אידישע סעקרעטאר... און סאיז געוועהן מדעתה.
בקיצור ס׳ווענד זיך אויב מאיז א דעמעקראט אדער א ריפובליקען.
רעיגען האט גערעדט צו איבער הונדרעט פרויען עברית בשעת זיין פרעזידענטשאפט אין א באהאלטענע פארשלאסענע הייזקע וואס די פירסט לעדי האט נישט געוואוסט אז ס׳עקזיסטירט! איינע פון זיינע געסט דארט איז געוועהן די גירות מערלין מאנרא... דאס איז שוין די איינציסגעסטע היראו וואס די ריפובליקאנער הערן נישט אויף זיך גרויס האלטן מיט אים, חוץ לינקלאן וואס וואלט היינט זיכער געוועהן א געשוואוירנע דעמקראט, שטייצעך אייזענהויער איז נישט קאנסידערט א היראו ביי די ריפובליקאנער ווייל אלע זיינע אידילאגיעס זענען געוועהן ליבעראל, ער איז געוועהן קעגן מלחמה, (אלץ הויפט-גענעראל פון די גרעסטע מלחמה אין די היסטאריע פון די וועלט, האט ער צוגעזעהן פון די נאנט די גרויסע שאדן וואס מלחמה מאכט אן פאר ביידע זייטן-אפילו פאר די געווינער, ער האט אסאך געשריבן וועגן דעם-און ער האט געהאלטן פון פארמיידן קאנפליקט פאר יעדע פרייז, ווי מקען נאר...)ער האט געהאלטן די רייכע דארפן באצאלן 70 פראצענט טעקס, ער האט געהאלטן פון סאושעל סערוויסעס און א פייערדיגע חסיד פון די רוזעוועלדס ״נייע דיעל״ וואס האט דאן געראטעוועט אמעריקא׳ס עקאנאמיע.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים האט געשריבן:רעיגען האט גערעדט צו איבער הונדרעט פרויען עברית בשעת זיין פרעזידענטשאפט אין א באהאלטענע פארשלאסענע הייזקע וואס די פירסט לעדי האט נישט געוואוסט אז ס׳עקזיסטירט! איינע פון זיינע געסט דארט איז געוועהן די גירות מערלין מאנרא...
סתם א קנאאישע קאנספיראציע...... זיין חטא הידועה איז נישט געווען אלץ פרעזידענט נאר אין פריערדיגע יארן ווען ער איז געווען א עקטאר, מהאט נישט מקפיד געווען לחומרא אויף ציונות אין יענע יארן......
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כאפסט נישט וואס איך זאג!
מיך גייט גאנץ ווייניג אן וואס רעיגען האט געטוהן אין זיין פערזענליכע לעבן, סיי אלץ עקטאר סיי אלץ פרעזידענט, נאר די זעלבע רעכטע וואס האלטן אז רעיגען איז געוועהן די בעסטע פרעזידענט האבן צוגעמאכט זייערע אויגן ווען ס'איז געקומען צו רעיגען, אבער אויף קלינטאנס "קליינע עבירות" וואס ער איז בכלל נישט אנגעקומען צום שפיץ פינגער פון רעיגען האבן זיי אלע געשימפט אז ער איז א "פראסטער-יונג"!
אלע רעפובליקאנער זענען גראבע היפקאקריטן פונקט ווי דער נואף און רעפיסט בילל אוריילי, זיי מעגן אלעס, אבער קלינטאן טאר נישט... אויף טראמפ שרייען זיי בכלל נישט אז ער איז א פראסטער-יונג, הגם ער איז די מערסטע פראסט פון אלע 45 פרעזידענטן, פארוואס? ווייל ער שטיצט זייער קריסטליכע-קארפאועישענס אגענדע?
מיך גייט בעיקר אן אז רעיגען האט צוגענומען פון מיליאנען ארימע מענטשן זייער ברויט און פוטער און עס געגעבן פאר די אויבערשטע פונעם שטייסל! חוץ מזה גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס ער האט געטוהן.
מיך גייט גאנץ ווייניג אן וואס רעיגען האט געטוהן אין זיין פערזענליכע לעבן, סיי אלץ עקטאר סיי אלץ פרעזידענט, נאר די זעלבע רעכטע וואס האלטן אז רעיגען איז געוועהן די בעסטע פרעזידענט האבן צוגעמאכט זייערע אויגן ווען ס'איז געקומען צו רעיגען, אבער אויף קלינטאנס "קליינע עבירות" וואס ער איז בכלל נישט אנגעקומען צום שפיץ פינגער פון רעיגען האבן זיי אלע געשימפט אז ער איז א "פראסטער-יונג"!
אלע רעפובליקאנער זענען גראבע היפקאקריטן פונקט ווי דער נואף און רעפיסט בילל אוריילי, זיי מעגן אלעס, אבער קלינטאן טאר נישט... אויף טראמפ שרייען זיי בכלל נישט אז ער איז א פראסטער-יונג, הגם ער איז די מערסטע פראסט פון אלע 45 פרעזידענטן, פארוואס? ווייל ער שטיצט זייער קריסטליכע-קארפאועישענס אגענדע?
מיך גייט בעיקר אן אז רעיגען האט צוגענומען פון מיליאנען ארימע מענטשן זייער ברויט און פוטער און עס געגעבן פאר די אויבערשטע פונעם שטייסל! חוץ מזה גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס ער האט געטוהן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
שבת, סאיז א ריזן נפק"מ ווען מרעדט פון א חתן ביום חופתו אין שובבי"ם אדער סתם א צולייגער אויף וועקעישאן..
זיי זענען אלע היפאקריטן, און אריילי איז זיך ווערד דאס געלט, אבער מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו א פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, ביל איז געווען א וואוילער פרעזידענט אבער ער איז נכשל געווארן אויף אן אופן וואס קיינער פארדעם אדער נאכדעם האט נאך נישט געטון, און זיין עיקר עבירה איז נישט געווען ציונות נאר שקרנות,
זיי זענען אלע היפאקריטן, און אריילי איז זיך ווערד דאס געלט, אבער מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו א פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, ביל איז געווען א וואוילער פרעזידענט אבער ער איז נכשל געווארן אויף אן אופן וואס קיינער פארדעם אדער נאכדעם האט נאך נישט געטון, און זיין עיקר עבירה איז נישט געווען ציונות נאר שקרנות,
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שטותים מיט הבלים... דזשארדזש וואשינגטאן און טאמאס דזשעפערסאן זענען געוועהן צעהן טויזנט מאל ערגער ווי קלינטאן-לערן היסטאריע, ווען מ'האט אים געקארנערט האט ער געזאגט ליגענט, ביג דיעל! ער דארף עפעס אויסקלאפן אויפ'ן בימה מיט א יעדן וועם ער האט גערעדט די טמא'נע שפראך? פארוואס? חוץ זיין ווייב איז עס קיינעמ'ס ביזנעס נישט...
ער האט געטוהן אנדערע זאכן וואס מ'קען אפשר האבן טענות אויף אים, אבער נישט פארדעם... דעס איז געוועהן סתם בול קרעיפ פון די רעכטע אים אראפצוברענגן, ער וואלט נישט געדארפט אימפיטשט ווערן פאר אזא נערישקייט, און אויב וואלט מען פארדעם געדארפט אימפיטשן קלינטאן וואלט מען מיט די זעלבע חשבון שוין לאנג געדארפט טראמפ ארויפלייגן אויפן עלעקטעריק-טשעיר, און אויפהענגן זיינע עשרת בני המן אויפן תלי׳....

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
כלבאשבוע האט געשריבן:האסט אנגעהויבן מיט רעיגען און ביסט פארפארן צו וואשינגטאן
אמממ.... אקעי
Please continue
דו האסט אראפגעלייגט א הנחה אז די אוועל-אפיס איז עפעס קדשי קדשים דערפאר איז אוריילי א אנדערע הלכה! קודם כל סארא פארגלייך איז דאס בכלל? מרעדט דאך דא אז זיינע ארבעטאר האבן בכלל נישט גערעדט קיין עברית, און ער האט זיי געצווינגען צו רעדן מיט זיי טערקיש! די געוואלדיג עוולה דא פון אים איז אז ער האט נאך געהאט די חוצפה און עזות צורעדן אויף מיין רבין דזשארזש קארלין ז״ל א מינוט נאכדעם וואס ער איז פלוצלינג געשטארבן פון א הארץ-אטאקע ביי די 71 יאר, ווען די גאנצע וועלט איז שאקירט געוועהן אז די באליבטע-קאמעדיען פון יאהרן לאנג איז פלוצלינג געשטארבן האט ער געהאט עפעס אנדערש צוזאגן אויף אים, און וואס האט ער שוין געהאט צוזאגן אויפן ״חכם מכל אדם״ א מענטש וואס איז געוועהן בלי גוזמא הונדרעט טויזענט מאל גרעסער ווי אים אין חכמה, אין ידיעות, אין אויטענטישקייט, אין מידות, אין מענטשליכקייט, טויזנט מאל א שנעלערע און שארפערע קאפ ווי אים, ער קומט נישט צוזיין שפיץ פינגער פון די פיס, און זיין גאנצע טענה אויף אים איז געוועהן? אז זיינע דרשות און קאמעדי איז געוועהן שמוציג.... הא הא! חזיר איינער! נידערטרעכטיגער בריאה! קארלין איז געוועהן א אמתע מענטש! דער שמוציאן חזיר רעפיסט האט א פראבלעם מיט קארלין אז ער האט געדערעט שמוציג??? דעס זענען אלע רעכטע-א באנדע היפאקריטן איינס נאכן אנדערע-און קארלין איז געוועהן פון די ערשטע ארויסצורעדן אזוי שארף קעגן זיי ווייל ביי אים איז נישט געוועהן קיין פאלשקייט אזויווי ביי אוריילי- ער האט עס געזאגט כמו שהוא אן קיינעם צוגעפעלן.
דא איז א קליפ פון Keith Oberman ווי ער איז מספיד קארלין און צולייגט אוריילי פארן אוועקמאכן ״די רבי פון קאמעדי״ און א לייוו-אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיט זיין רבין קארלין.
https://m.youtube.com/watch?v=BCY40EIQ8Gk
וועגן דזשארזש וואשינגטאן און טאמאס זשעפערסאן צוויי פון אמעריקעס היראו וואס האבן פארשקלאפט און גערעיפט הונדדרעטער שווארצע און ווייסע צוגלייך ווילסטו בכלל רעדן?
דזשארזש וואשינגטאן האט געהאט קינדער אין אלע 13 קאלאוניס פון אנדערע ווייבער!
דזשארזש וואשינגטאן האט געהאט פאלשע ציין-דעמאלטסדיגע צייטן האט מען עס געמאכט פון האלץ
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)