אינטערסאנט איך האב נישט געזעהן קיינעם רעדן דא וועגן דער נייע דירות אין קרית יואל, איך ווייס נישט צופיל דעטאלן וועל איך שרייבן וואס איך ווייס אין דער וואס ווייסט מער ווערט געבעטן צו שרייבן.
אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט מפרסם געווען די בשורה טובה פאריגע וואך כ"ו אב ביים יארצייט סעודה אין קרית יואל אז מען האלט אינמיטן שליסן א מקח אין קרית יואל אויף א שטח פון 70 אקעיר לאנד ווי מען וועט קענען בויען קרוב צו צוויי טויזענט נייע דירות וואס דאס וועט בעזה"ש העלפן דעם דירות קריזיס.
דער שטח האט באלאנגט פאר איינער בויער (א קאשוי חסיד) וואס האט דאס באקימען באצאלט פאר א הלוואה וואס ער האט געגעבן פארן שטעטל.
נאך א גאר גיטע בשורה האט ער געזאגט אז די פרייזן וועלן זיין לויט די נייע תקנות פון 200 דאללער א סקווער פוס.
שכונת ויואל משה - קרית יואל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
טאקע מאדנע אז אזא הייסע טאפיק איז דא אזוי שלאפעדיג
בקיצור הדברים סדא לאט וואס גאנץ קר''י איז באקאנט מיט, ווייל סשטייט שיון יארען ליידיג און דאס איז א שטיקעל שטח וואס באלאנגט פאר א נייטרא תושב הרב גבריאל בויער, די לאט האט ער באקומען פאר אן האלב מיליאן דאלער וואס ער האט געבארגט פאר די דעמאלטס'דיגע קר''י טאטעס, און אזוי ווי דער לעצטע האבען נישט געהאט וואס צוריק צוצאלען האבען זיי אים געגעבן א לאט וואס זיי האבען געצאלט 850K, ווי אונז שטיי מיר היינט צוטאגס ווען די חרדישע עולם איז אייגעבאקען מיט די מאנעליטעט פון בלייבען אינעם זעלבען שטאט ווי מען איז געבוירען, זענען דא אין אלע חרידישע געגענטער א שארטעדש אין הייזער ,
אין קר''י האט דאס זעלביגע פראבלעם, און בנוסף איז דא נאך א חלק אין די פראבלעמאטישע מצב אז אזוי ווי די שטאט איז אויסגעלאפען פון הייזער קומען די שטאטישע עולם כאפען דירות פאר זיך קומט וואס ווי פארדשטענדליך דאס ציט ארויף די פרייזען, וואס דאס כמובן איז א שטארקע באדויער פאר א דארטיגע תושב איז לע''ע ליגט די ווילעזש בעובי הקורה צו אריינברענגען פרישע שטחים תחות כנפי הווילעזש צו קענען אקאמעדירען די געברויך פאר וואוינארט אבער למעשה נעמט די אנעקסעישאן פרעצודור לענגער ווי געראכטען אין מהאט זיך געטראפען אין קר''י מיט א שווערע דירות קריזיס און די פאר דירות וואס איז שוין יא דא בעט מען אזעלכע געשוואלענע פרייזען
איז אנגעקומען די נייעס אז עקיבא הערש קליין מיט נאך אינוועסטארס האבען אפגעקויפט די ''בויערס לאט'' פאר א הונדערט מיליאן טאלער און מגייט אריינברענגען קרוב צו צוויי טויזענט פרישע הייזער אין די מארקעט !!
איז אזוי מקען עס אנקוקען פאר אמוראדיגע גוטע נייעס, דאס טייטש אז סגייט זיין א שיינע פאר הייזער אויפן מארקעט, דאס וועט לינדערן די פראבלעם און ווי אויך וועט דאס האקען אויף די יעצטיגע הויכע פרייזען, און אויב איינער וויל קען מען עס אנקוקען מיט א קרום אויג -צוזענדיג ווי עקיבא הערש קליין מיט נאך אפאר אינוועסטערס גייען מאכען געלט- אז מגייט נעמען צוויי טויזענט דירות (א דריטעל פון די יעצטיגע קר''י) און אריינשטיפען אין זיבעציג עיקר (א צענטעל צו וווייניגער פון די יעצטיגע קר''י) די אנדערע צד טענה'ט: קיינער צווינגט דיר נישט צו וואוינען דא אין די ''צוקוועטשטע הייזער'' (וואס קעגן די שטאטישע קלאזעטס איז עס פלאצען), למעשה גייט עס העלפען לינדערן די דירות מאנגעל און אויב עפעס זאל מען בויען זעקס שטאק, און די אינוועסטארס הנ''ל גייען נישט מאכען אזוי גראב געלד ווייל זיי דארפען בויען א פרישע איפורסטרוקטער ציען לעקטער וואסער וכדו'
אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערסאט אז דער איד האט זיך צוגעשטעלט צו דער פריידיגע מודעה, טוט זיך שוין צי די זאליס גייען אויכעט באקומען א בית מדרש אין די שכונה אדער נישט,
בקיצור איך מיין אז דאס איז גענוג פאר היינט

...