איז מען היינט מער חוצפה'דיג?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

איז מען היינט מער חוצפה'דיג?

שליחה דורך קאמענטירער »

בעקבתא דמשיחא חוצפה יסגי''
דאס איז א מאמאר וואס יעדער וואס איז אמאל געווען א קינד קען דאס אויסעווייניג, אבער איך האב נייעס אז עקבתא דמשיחא גייט שוין אן פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר (לגבי די צוויי טויזענט יעריגע גלות), מוז טאקע זיין אז די היינטיגע קינדער איז מען מער חוצפה'דיג ווי די קינדער פון דרייסיג יאר צוריק?
למעשה מיר איז נישט אויסגעקומען צו טון אין עניני חינוך נישט היינט און נישט פאר דרייסיג יאר צוריק, בין איך נייגעריג אויב סדא איינער וואס האט יא עקספיריענס צו קען מען זאגען אז היינטיגע קינדער האבען סאך מער חוצפה אין זיך ווי אמאל איך רעד אין זשענעראל ?

און אויב יא אין וועמען ליגט די שילד?
...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איז מען היינט מער חוצפה'דיג?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קלער אז גי סבה וואס טאטעס זאגען אז היינטיגע קינדער זענען מער חוצפה'דיג ווי אמאל איז ווייל אמאל האט מען עס געגעבען און היינט באקומט מען עס. ד.ה. אז צום קינד אליינס פיהלט עס נישט חוצפה'דיג, נאר צו דער וואס הערט עס. דעריבער ווען מיר זענען געווען קינדער האבען מיר גערעדט אין א געוויסע אופן וואס ווען מ'הערט עס, הערט זיך עס חוצפה'דיג און היינט הערט מען עס.
כנלע"ד
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

קינדער צו עלטערן זענען דעפיניטלי מער חוצפה'דיג.
האסט אן איינאנג וויפיל פארהייראטע קינדער רעדן נישט צו עלטערן ווייל זיי זענען "אביוזט" געווארן? פארטייט זיך אז סדא געוויסע בארעכטיגטע קעיסעס.
סטראשענען עלטערן איז זייער קאממאן ביי אלע עידזשעס.
אפילו יונגעלייט צו עלטערע יודן און בית מעדרעש איז היפש פרעכער. אמאל פלעגט מען רויט ווערן ווען מען האט געכאפט א פסק פון אן אלטן יוד, היינט עפנט מען נאכאמאל די פענסטער א מיניט שפעטער.

כ'האב אמאל געהערט א פשט פארוואס עס וועט זיין חוצפא יסגי בעיקבתא דמשיחא, דער באשעפער וויל שיקן סימנים ווען משיח איז נאנט.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
פארשפארט