מצוין מעקעניק שאפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

מצוין מעקעניק שאפ

שליחה דורך קלינג »

משה יחוס, דער וואס האט געגרינדעט דעם "קאר ריפעיר שאפ", ווייסט לעולם זייער ווייניג וועגן קארס. ער ווייסט נישט וויאזוי די קישקעס פון א קאר זעען אויס, קיין אויל טשעינדזש האט ער אין זיין לעבן נאכנישט געמאכט, און אפילו גאז ווייסט ער נישט געהעריג וויאזוי אריינצולייגן. ווען זיין קאר נויטיגט זיך אין גאזאלין, פארט ער קיין ניו דזשוירזי, וואו מען פילט זיך נישט אליין אן דעם טאנק. קוים וואס ער ווייסט וויאזוי אנצוצינדן א קאר.

קיין קארס קען ער נישט, און קיין מעכאניקער קען ער זיכער נישט זיין. ער טויג בעסער צו פיצן שיך ווי צו פאררעכטן קארס, אבער היות זיינע עלטערן האבן געהאנדעלט מיט קארס, פאסט אים נישט צו טאן עפעס אנדערש. זיין טאטע האט לעולם אויך נישט אויסטערליש געטויגט צו קארס, אבער א שטיקל ידיעה אין אויטאמאבילן האט ער פארט געהאט. דער עיקר קאר יחוס קומט פונעם זיידן ז"ל, וועלכער האט פון פאך אויס פארראכטן צעבראכענע און געשעדיגטע וואגנס. יענע פראפעסיע איז אריבער פון טאטן צום זון, דור נאך דור, ביז געקומען איז היטלער ימ"ש און דאס אלעס געברענגט צו א סוף. לזכר דעם וואגן-פאררעכטונג געשעפט האט אונזער העלד געגרינדעט אן "אויטא ריפעיר", ויקרא שמו "מצוין מעקעניק שאפ", לשמו ולזכרו פונעם זיידן ז"ל.

משה יחוס האט זיך איינגעהאנדלט בגדים פון א מעקעניק, און זיך גוט איינגע'חזר'ט די מעקעניק ווערטער און פראזן. דאן האט ער אריינגעשטעלט (יש גורסים "געלאזט אריינשטעלן") פערטל-זייט אנאנסן אין די היימישע צייטונגען, וואס האבן געמאלדן וועגן די פייערליכע געשעעניש, אז מצוין מעקעניקס שטייט גרייט צו באדינען דעם עולם מיט העפליכע סערוויס און צוגעגנליכע פרייזן. ("הננו בזה להודיע בשער בת רבים כי עלה בידינו לסדר מעקעניק שאפ, "מצוין מעקעניקס", יחיד במינו לקארס מצוינים, תחת הדרכת המומחה נודע בשערים הרב משה יחוס שליט"א...")

קאר מעכאניקער זענען פאראן בשפע. וואס איז דער חידוש מיט "מצוין מעקעניק שאפ"? שאלה יפה שאלתם, און דער תירוץ איז כדלהלן: אנדערש ווי געווענליכע מעקעניק שאפס, וועט "מצוין" אננעמען בלויז אזעלכע קארס וואס זענען אינעם בעסטן צושטאנד! בתנאי קודם למעשה (אזוי איז געווען דאס לשון פון הרב יחוס שליט"א) מוז דער קאר נישט נאר זיין הונדערט פראצענט אין ארדענונג, נאר דער קאר טאר ניטאמאל קיין קריץ האבן. עצה טובה קא משמע לן, אז פארן קומען ווייזן דעם קאר, צו זען אויב ס'איז טאקע ראוי אנגענומען צו ווערן ביי אזא פינף-שטערנדיגן מעקעניק שאפ, זאל מען דעם קאר פריער טראגן אויף א קאר וואש כראוי וכיאות פאר "מצוין מעקעניק שאפ" קאנדידאטן.

וויאזוי ארבעט מצוין מעקעניק שאפ? סימפל. איר ברענגט אריין אייער הערליך אויסזעענדן קאר און שטעלט עס אוועק אינעם פארקינג לאט. דערנאך צאלט איר איין (מיט א קרעדיט קארד אדער העד טשעקס) דעם חודש'ליכן "שכר אויטאמאביל" פרייז פאר די פאלגנדע פינף-זעקס חדשים, און איר קענט אהיימגיין! אייער קאר אינאיינעם מיט אייך וועלן האבן דעם געוואלדיגן כבוד פון זיצן אינעם מצוין מעקעניק שאפ, און איר וועט זיך קענען ארומדרייען מיטן קאפ אין דער הייך. ווען איר וועט בשעה טובה ומוצלחת אנקומען צו טאן שידוכים מיט קינדער, זאלט איר דאס ערשטע זאך דערציילן פארן שדכן אז דער קאר וואס וועט אייך און די בני בית ברענגען צום חתונה זאל איז געזעצן אינעם מצוין מעקעניק שאפ פארקינג לאט. אלעס וועט גיין אנדערש פון דארט און ווייטער! אייערע אויסזיכטן זיך משדך צו זיין מיט א צווייטן קאר אייגנטימער וועלן זיין פילפאכיג העכער.

אויב וועט זיך מאכן אז דורכאויס די צייט וואס אייער צעשפיגעלטע הערליכע קאר זיצט ביינאונז אין פארקינג לאט פון מצוין מעקעניק שאפ וועט דער קאר באקומען א קריץ אדער שטויב וועט זיך אנזאמלען, ווערט אייער אויטאמאביל אויטאמאטיש און למפרע אויסגעשלאסן פון מצוין מעקעניק שאפ און מיר וועלן עס מוזן אהיימשיקן. אלע אייערע טענות אז די קאר איז דאך געלעגן אינעם רשות פון מצוין מעקעניק שאפ און די אחריות אכטונג צו געבן אויפן קאר ליגט אויף הרב יחוס'ן זאל זיין געזונט וועלן גארנישט העלפן. הרב יחוס'נס "מצוין מעקעניק שאפ" איז געמאכט בלויז פאר קארס אין "טאפ נאטש" קאנדישאן, און איינמאל אייער קאר קומט נישט נאך די קריטעריע, איז עס אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון זיך געפינען אינעם מצוין מעקעניק שאפ. מיר פארשטייען אייער ווייטאג און הלואי וואלטן מיר געקענט עפעס טאן דערוועגן! איר זעט דאך אבער אליין אז ס'איז נישט שייך עפעס צו מאכן, ווייל די הנהלת מצוין מעקעניק שאפ איז געזעצן דערויף, דן געווען בכובד ראש און געקומען צו א החלטה אז אייער קאר האט נישט קיין פלאץ ביינונז אין מצוין מעקעניק שאפ. (איר זאלט זען אסאך נחת געזונטערהייט פון דעם קאר און אייערע אנדערע קארס און קאר'ס קארס עד סוף כל הדורות, אבער אייער קאר איז צו אונזער גרויס ווייטאג נישט געאייגענט פאר מצוין מעקעניק שאפ).

וואס פארדינט איר פון דעם וואס אייער קאר זיצט און חלומ'ט אוועק אין מצוין מעקעניק שאפ, פרעגט איר? טו מיר א טובה. איר זעט דען נישט אז יעדער רייסט זיך אריינצולייגן זייערע קארס אין "מצוין"? דאס זאגט דאך אז עפעס מורא'דיגס ליגט דערין. אויב דער און יענער און דער אנדערער ווילן נאר מצוין מעקעניק שאפ פאר זייערע קארס, מוזט איר דערפון דרינגען אז יש דברים בגו!

אבער דאס אלעס איז א טפל. דער עיקר איז אז מיר זאלן זוכה זיין צו קויפן וואס מער קארס און אניאגן זיי אריינצושטעלן אין מצוינ'ס פארקינג לאט, וואו זיי זאלן זיצן און זיך באקן זומער אויף די זון און ווינטער באטראכטן די שניי, ביז זיי וועלן פון דארט אויסגעלייזט ווערן.

און דערנאך? דערנאך וועלן זיי אפפארן צו א שטוב וואס פארמאגט א מצוין קאר'טע און די צוויי גלאנציגע קארס וועלן ווייטער פארן אינאיינעם, ביז זייערע קארס וועלן אין א גליקליכע שעה אנקומען צו "מצוין מעקעניק שאפ" אדער איינס פון זייערע קאנקורענטן.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מצוין מעקעניק שאפ

שליחה דורך גראף »

און ווען דער פארקינג לאט איז פול, פארגעס!!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דאס שניידט, אוי ציפט דאס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מצוין מעקעניק שאפ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער גוט באשריבען. מ'זאל עס דרוקען און פארטיילען אין אלע בתי מדרשים. אפשר אינ'ם נעקסטען וועקער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: מצוין מעקעניק שאפ

שליחה דורך אהרן »

מציון! אבער עס טוט אזוי וויי..
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

געוואלדיגע רייד, נאדיר א גרינע :mrgreen: (אויב איז דאס נישט די ריכטיגע גרינע זייט מיר אודאי מוחל, דאס איז די איינציגסטע וואס קאווע שטיבל פראווייד).
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב (אדער ראש ישיבה) קלינג: ייש"כ. דאס איז געווען דער משל. אבער נאך וואספארא משל. און וואס איז דער נמשל...? פאר די שוואכע קעפ וועלכע כאפן זאכן שפעט, אדער אינגאנצן נישט. זענט איהר אפשר א קרוב (אפשר אן אייניקל בן אחר בן, פון די מאמע'ס זייט) צום דובנער מגיד. ווייל אייער משל איז אויף אזא לעוול ווי זיינע משלים...! ס'איז א גוטער שפיגל פאר אונזערע שיינע אידן אז זיי זאללן פון צייט צו צייט זיך אפשטעלן און אריינקוקן דערין...!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך ווייס נישט וויאזוי איך האב פארזעהן דער געוואלדיגע ארטיקל ביז יעצט. עס פארלאנגט זיך א שיינע זיץ דערפאר אויפן אויבנ-אן, אולי אפילו אין דער וועקער. (איך זאג נישט, כ'טראכט נאר הויך.)
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט