קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע"ו)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע"ו)

שליחה דורך [NAMELESS] »

הפעם אודה את ה'!

עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם פערטן זשורנאל פון "דער וועקער" (אלול תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים [tag]שלום שטיסל[/tag], [tag]געוואלדיג[/tag], און [tag]אבטולמוס[/tag], פאר זייער הילף.

ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!


איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דערינען, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.

ביז מארגן וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.


גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.



ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם
בייגעלייגטע פיילס
Der Veker 4 cover.jpg
Der Veker 4.pdf
(8.02 MiB) אראפגעלאדנט 2374 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אנווייזונג וויאזוי ארויסצופרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]

ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

:דאבללייק: :קלאטש :קלאטש :דאבללייק:
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[justify][tag]אדנירם[/tag] להוי ידוע לך, איך וואוין אין מעקסיקא, איך בין א גריכישער אפשטאמיגער, מיין מאמע איז פון רוים. יידיש האב איך זיך געלערנט ביי [tag]שלום בערגער[/tag].
וואו איז דאס בארא פארק?[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2016-09-04-12-49-56-1.png
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע

שליחה דורך פליקער »

איך קען זיך נישט איינהאלטן פון גראטעלירן די וועקער בעאמטע פארן אראפ לייגן א הערליכן ארבייט, בעיקור פאר די אינהאלט פון די ארטיקלען, ממש א כבוד שמים,עס פארזיכערט פאר אלע פארמישטע א גיט געבענטשט יאר, בלי ספק, פאר סיי און פאר אלע ליינער'ס, און בפרט פאר אלע לייקערס און גראטעלירער. איך וועל נאך ציריק קומען מיט א באריכט איבער די ארטיקלען בפרט, און וואס איך האב געקלערט ווען איך האב געליינט, און וואס איך האב דאן געשפירט. #וועןכ'וועלהאבןאגעלעגנהייט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע

שליחה דורך קל וחומר »

הער פליקער,
דיין ארטיקל פליקט שטיקער,
די שווערע כוחות זענען היבש ניכר,
דו פארדינסט אן אויסצייכענונגס סטיקער!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מוז זיך אנטשולדיגען. דער קאלירטע ווערזיע איז אונז נישט געלונגען, דער קאמפאני מאכט שווערע פראבלעמען.
דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען באקומען דא, ויאכלו ענוים וישבעו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

חלק א'

שליחה דורך געוואלדיג »

השי"ת לויבן זאל איך
עס באלאנגט אויפן 'המספיק' מהלך
מיט מער מיחושים
חינוך חידושים
ל, פ"ב עפעס קענטליכע ווערטער
א"ה א אסקער דערקלערט ער
און בעפאר א מראה מקום פאר נאך
נ,.וו. איז נהנה פון די מתינות און נישט די קאך

***

פארמאכטע געפילן
לאזן אויפשפילן
נישט פארשטילן
עס זאל נישט אנהייבן בילן

***

א שמועס איז געווארן אפגעהאלטן
מעגליך דורך צוויי ראבאטן
אויסוועלטליכע באשעפענישן
טוהען נישט צומישן

***

את אבי יצאתי לחפש
ולא ידעתי למה לצפות
את האב האלול והתשרי פגשתי
ועליהם בקולי רעשתי
אזי מצאתי את אבי מלכי וא-לוהי
אגילה ואשמחה בו

***

חינוך פארשלאגן ווערן געברענגט
עס זאל קיינעם זיין געענגט
עס זאל זיין ביי יעדן
א בחינה פון גן עדן

***

התחלת קלארקייט איז צומישעניש
אבער נישט געגעבן כח פאר די מוטשעניש
אבער כעס איז קיין ארטיקל
עס איז נישט פונעם אמת א שטיקל

***
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

א ביזי טאג געווען ב"ה, נאך נישט אנגעיאגט צו ליינען מער ווי די עדיטאריעל -הפעם אודה את ה'- מיט עטליכע בריוו, א שנעלע בליק איבער די בלעטער ווייזט, אז ס'איז דא וואס צו ליינען.. אבער פאר אלעם מוז מען באדאנקן.

ס'איז אומגלויבליך אז ס'האלט שוין דא!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע

שליחה דורך קלוגע יודל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מוז זיך אנטשולדיגען. דער קאלירטע ווערזיע איז אונז נישט געלונגען, דער קאמפאני מאכט שווערע פראבלעמען.
דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען באקומען דא, ויאכלו ענוים וישבעו.

לייג אויך ארויף די פראנט קאווער (וואס אמעזאן רופט די בעק קאווער)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארבעה "אז מען האלט שוין ביים פערטן"

צריכים להודות "ברויך שוין יעדער לויבן"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]לעדי׳ס ענד זשענטעלמען! איך בין דא היינט נאכט צו קאנגרעטוליאירן מיינע מיטארבעטער פארן ערשיינונג פונעם וועקער נומער פיר. מ׳האט נאכאמאל באוויזן דאס אומגלויבליכע, ס׳זאגט זיך גרינג נומער פיר און דער עולם זעהט א שיין דעקל מיט שיין אויסגעשטעלטע ארטיקלן אבער זייענדיג פארמישט אביסקעלע אין די בעק ענד סיסטעם זעה איך נאכאמאל די הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.

שעות ע״ג שעות ווערט אריינגעלייגט אויף יעדן דף פון פארשידענע פראנטן, אנגעהויבן ביים שרייבער פונעם ארטיקל און פון דארט צו אדנירם וואס יעדער ארטיקל גייט דורך זיין שארף אויג און פון דארט צו פיקאסא וואס אויף זיין ארבעט פעלט נישט אויס קיין הסברה, דאס אלעס איז נאר א חלק פון די ארבעט, פארגעסט נישט אז געוואלדיג און שמעקעדיג לייגן אויך אריין אומערמידליכע כוחות און ראובן שטייט צו הילף מיט ראט אויף פארשידענע הינזיכטן, ואני הקטן זיץ אויך נישט מיט די פיס ארויף אגאנצן טאג.

כידוע (און אויב איינער האט פארגעסן וויל איך דאס נאכאמאל דערמאנען) בין איך געקרוינט געווארן אלץ אויסערן מיניסטער פון די וועקער דאס טראגט מיט זיך א גאר גרויס אחריות, איך האב אין יעדער מינוט אויף ספיד דייל די נומערן פון קים יאנג אן, קאסטרא, פוטין, און טראמפ, מיר רעדן דורך פארשידענע פונקטן וויאזוי ווייטער צו פירן דאס געזעמל, אין א שווערע מינוט נעם איך הדרכה פון ווערמין סופרים יר״ה. זייט איך טראג די אפיציעלער טיטל ברויך איך לייגן מער געוויכט אויף דאס געשריבענע, און נישט אלעס וואס איך טראכט דארף איך שרייבן, איך שרייב ענדערשט וואס ס׳פאסירט ממש, מיינע פילצאליגע מחשבות וואס איז ביז היינט געווען א נחלת הכלל ווערט פארוואנדעלט אלץ קלאסציפירטע באריכטן וואס קען נאר ווערן מיטגעטיילט מיט אנדערע מח קעמערלעך פון שלום שטיסל זעלבסט, שטייצעך אז מ׳האט געמאכט פאראויסגעשריטענע מעטאדן אז די קעמערלעך זאלן נישט געהעקט ווערן דורך דרויסענדע אריינדרינגער.

כ׳דארף ענק נישט מסביר זיין ווי עמאשענעל כבין מיטן ערשיינונג פונעם וועקער נומער פיר, ס׳לאזט זיך ניטאמאל גלייבן ווי מיר האלטן שוין, און סאיז שוין נישט קיין חלום, סאיז א פאקט און מיר האבן דאס עררייכט בשעה טובה. איך ווייס אז סאיז נישט גוט צו האלטן עמאציענעלע געפילן פארשטעקט אין בויך, די מומחים זאגן אז פאר א שענעלע ערהולונג דארף מען עס ארויסגעבן ווי פריער. איך דארף נישט פינקי זאל מיר דא מסביר זיין פארוואס איך זאל זיין עמאציאנאל, מיינע געפילן זענען שפיציג ווי שפיזן, איי עם סאו העפפי טא בי עי פארט אף דיס.[/justify]
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 4 (אלול תשע

שליחה דורך א איד »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ארבעה "אז מען האלט שוין ביים פערטן"

צריכים להודות "ברויך שוין יעדער לויבן"

אויב איך מעג פרעגן ווי איז דיין ארטיקל פונעם ראדימנער פראצעס אינעם וועקער?
גייסט עס ווייטער ממשיך זיין?
ביטע זיי מודיע, לאז אונז נישט הענגן מיטן צונג אינדרויסן.
שכח
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז איכ'ל האבן צייט היינט וועל איך ערקלערן ווי מען האלט.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

wow, כהאב נישט געגלייבט אז די וועקער וועט אנהאלטן אזוי לאנג. אוודאי זאג איך מיט מיט אדנירם, פיקאסא, וחבריהם - הפעם אודה את השם. ס'געווען קנאקעדיגע ארטיקלעך, און כאמיך באלעקט די פינגער.

אפילו פון גאס האב איך צוריקגעהערט אסאך גריסען, און די עולם גייט ווילד פארן נייעם שטערן אין האריזאנט פון דשורנאליזם.

כהאב שוין צוגעזאגט ביים צווייטען וועקער, אבער כהאמיך פארשלעפט. איך בין גרייט צו שרייבן א געשמאקע ארטיקל פארן קומעדיגען וועקער (בתנאי סאיז עפעס קאנטרעווערסל :lol: ). כבעט די רעדאקציע מיך צו דערמאנען דערוועגן (און געבן א רעיון).
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

שמאי הזקן פלעגט א גאנצע וואך אוועק לייגן די בעסטע עסען פאר שבת אין אלץ טייסים געהאט אין געזאגט לכבוד שבת קודש.
איך האב נאכנישט אנגעקוקט די וועקער, יעדער מאל כקום אין שטיבעל האלט איך זיך צירוק פון download אין איך זאג דערביי לכבוד שבת קודש.
אי״ה שבת גייט זיין א פיינע תענוג
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

הפעם אודה את ה'!
ברוך השם מ'האלט שוין טאקע דא ביי די פערטן וועקער וואס איז ערשינען לאור העולם. נישט לייכט קומט דאס אהן, אבער מיטן הילף פון כל יכול האט מען באוויזן צו איבערגיין די אלע שטרויכלינגן און מ'גיימער ווייטער מיט פעסטע טריט צום "חמשה מי יודע"..

הפעם אודה את ה'. וואס איז פשט הפעם אודה את ה'? אלע מיטשענן זיך פארוואס האט לאה זיך דערמאנט פונקט ביים פערדן קינד צו דאנקן ?
קלער איך אזוי, די טבע פון א מענטש איז, אז ווען ער באקומט א טובה צו א מתנה דאס ערשטע מאל איז ער מלא התפעלות והכרת הטוב צום נותן הטובה, און מ'באדאנקט זיך פאר דעם ווי עס דארף צו זיין מיט אלע מיני לויב ווערטער. שוין, דאס צווייטע מאל ער באקומט די גרויסע מתנה, איז ער נאך אלס מכיר טובה פאר דעם, אבער ער האט שוין פארלוירען די התפעלות, די התרגשות'דיגע געפילן האט ער מער נישט. דאס דריטע מאל, שפירט דעם מענטש נאך אלס אז ער האט באקומען א טובה, אבער זיין הכרת הטוב איז גאר שוואך, אפשר א שקויעך וועט ער נאך זאגן אבער ס'שוין בכלל נישט דאס גרויסע שמחה ווי אמאל. קומט דאס פערטן מאל, פארגעסט ער בכלל אז דאס איז א טובה בכלל, ער האט שוין חזקה צו באקומען דאס גוטסקייט, און ס'שוין א חלק פון זיין לעבען, ער שפירט עס בכלל נישט, עד כדי כך אז מ'פארגעסט אינגאנצן אז מ'דארף דאנקן, אדרבה אויב באקומט ער נישט ווייטער דעם טובה האט ער שוין גאר תרעומת וטענות... כך היא דרכה של הטבע.

לאה אמנו האט אוודאי ביי יעדעס קינד געדאנקט דעם פון אויבן, אבער די חילוק איז געווען ביי אירע פריינד און משפחה. ביי דאס ערשטע קינד האט זיך א יעדער איינער געפריידט און מיט געטאנצן בשיר ושבח להשי"ת אז מ'איז זוכה צו א בן זכר. ביים צווייטן קינד איז שוין געווען ווייניגער וואס האבן מרגיש געווען די שמחה, און ביים דריטע קינד נאך ווייניגער. ווען דאס פערדע קינד איז ארויס לאויר העולם האט שוין א יעדער פארגעסן צו דאנקן, ס'שוין דא דריי קינדערלאך קע"ה, דאס פערטע קינד איז נאר א טפל והוספה צום עגזעסטירענדיגע משפחה, און ווי מ'זאגט דער עולם האט דאס גענומען פאר גרענטעד. האט לאה אויסגעשריגן "הפעם אודה את ה'" דאס מאל בין איך דער איינציגסטע וואס לויבט דעם באשעפער, איך בין דער וואס כאפט יא וואס גייט פאר, איך האב מיטגעהאלטן און באגלייט דאס קינד משעת יצירה, איך פארשטיי שוין איינמאל וויפיל נסים ונפלאות ס'געשעהן אז דאס קינד איז ארויס לעבעדיג בריא ושלם, קיינער ווייסט נישט וויפיל מאהל מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ אויף דאס וואויל זיין פון מיין פיצל קינד, חיל כיולדה, איך בין דער וואס ווייסט דער געפיל וואס א מאמע האט צו א קינד אפילו ס'איז נומער פיר, דערפאר אפילו א יעדע כאפט נישט דאס געוואלדיגע שמחה, אבער איך מאמע כאפ יא און הפעם אודה את ה' איינער אליין בקול רעש גדול.

כלפי מה הדברים אמורים, ווען דאס ערשטע הייליגע וועקער איז ארויס צום דרוק, האט דער עולם דאס אנגענומען מיט גרויס עקסטייטמענט, מ'האט באוויזן עפעס ווינדערליך, זה אומר בwow וזה אומר בנאדיר א גרינע ויחד כולם הודו ואמרו א ברכת שבח והודיה פאר די אלע וואס האבן אריין געלייגט צייט, קאפ און מח אז דער וועקער זאל צושטאנד קומען און אז ס'זאל זיין ראוי צו זיין עולה על שלחן מלכים מאן מלכי כל ישראל בני מלכים.

דאס צווייטע וועקער איז ערשינען, דער עולם איז נאכאמאל צופרידען און עקסייטעד, הגם נישט אויף אזא פארנעם ווי אויף די ערשטע, אבער מ'האט נאך אלס געקענט דערקענען אויף די פילע תגובות און הערות אז דער עולם האלט מיט די פארשריט און אז יעדע האט הנאה.

אהה .. ברוך השם מ'האלט שוין ביי די דריטע וועקער אין א מזל'דיגע שעה. די רעספאנס פונעם ציבור איז שוין היפש שוואכער, מ'הערט א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער באופן כללי איז די ריאקציע אסאך שוואכער ווי דאס פאריגע מאהל. דער עולם הייבט שוין אהן צו פארגעסן אז דער וועקער וואקסט נישט אויף א בוים...

והנה, מיר האלטן שוין ביים פערטןן וועקער! דער עולם איז שוין ווארשיינליך צוגעוואוינט אז יעדער ראש חודש קומט ארויס צו פארן א וועקער ווי פון זיך אליין.. אין איש שם על לב די כחות עצומות וואס די געטרייע מערכת לייגט אריין במשכ'ן חודש צו ארויסגעבען א דבר נאה ומתקבל. (כמעט) קיינער דאנקט נישט (כמעט) קיינער לויבט נישט...

דערפאר שריי איך דא אויס "הפעם אודה" דאס מאל טוה איך איינער אליינס דאנקן פון טיפן הארצן! יא! איך ווייס וויפיל סייעתא דשמיא מ'האט געדארפט האבן אויף יעדע טריט און שריט! איך ווייס שוין איינמאל ווי שווער דאס קומט אהן פאר די מערכת וואס טוען זייער ארבעט מיט געטריישאפט, אוועק רייסענדיג פון זייער אייגענע צייט לטובת אונזער מיסיע! איך קען מעיד זיין וויפיל שטרויכלינגן מ'איז אדורך מבית ומבחוץ! און איך זאג אייך צו אז די ווועקער קומט נישט אהן צופיס!

אשר על כן דאנק איך דא בשער בת רבים בראש וראשונה פאר ידיד נפשי [tag]אדנירם[/tag] ירום הודו, וואס לא נח ולא שקט און נישט געשפארט קיין מיה צו זיכער מאכן אז אלעס קלאפט כראוי וכיאות. ועתו עמו אודה די שר החוץ ומלך הלצנים [tag]שלום שטיסל[/tag] וואס איז מיין פערזענליכע ראהט געבער און שטייט מיר צו די רעכטע האנט בכל זמן ועידן. הפעם אודה די חברי המערכת ה"ה אונזער זיידע הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] וואס איז משפיע פון זיין אוצר החכמה לדעת את המעשה אשר יעשון. הפעם אודה ידידי הדגול כשמו כן הוא [tag]געוואלדיג[/tag] וואס איז אונזער מעכטיגע פינאנץ מיניסטער און מאכט זיכער צו שמירן די רעדער. הפעם אודה החכם [tag]אבטולמוס[/tag] וואס בלאזט אריין א רוח החיים אין די גאנצע פראדזשעקט. הפעם אודה ידי"נ [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואס האט גאר אסאך כחות אריין געלייגט אז מ'זאל דאס קענען קויפן אנליין. ואחרון אחרון חביבי פאר די אלע טאלאנטפולע שרייבערס כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך!


ווי עס דאנק אייך אלע פארן ליינען, מגיב זיין און פארשפרייטן
ידידכם עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

יאפ פיקאסא איז גערעכט, קיינער גיבט נישט קיין הכנה,

קוק די אשכול הוציא ממסגר נפשי 5 רעספאנצעס 12 לייקס 240 מאל געזען געווארן

וויאזוי קענען מיר פארבעסערן דעם חינוך סיסטעם 3 רעספאנצעס 7 לייקס 80 מאל געזען געווארן

נשמה און באוואוסטזיניגקייט 2 רעספאנצעס 9 לייקס 127מאל געזען געווארן

מלך בשדה 2 רעספאנצעס 9 לייקס 101מאל געזען געווארן

וואס איז דאס קענסער 3 רעספאנצעס 8 לייקס 142 מאל געזען געווארן

הפעם אודה את ה' 0 רעספאנצעס 15 לייקס אלע ציזאמען 124 מאל געזען געווארן

what a shame

שוין טוישן פון 'דער וועקער' צו 'דער פעיפער'

אן קיין געז פארט נישט קיין קאר
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

איך טראכט אז די דייקא די וועקער בומט אבער לכבוד דעם שלאפט דא דער שטיבעל
[*]ווייל סאיז דאך געמאכט אז מזאל קענען ליינען ארטיקעלן אויפן פאפיר און נישט אויפן סקרין
[*]אויך איז די מטרה צו מאכן א ויפוצי ממילא די טרעפיק איז אויף ארויס נישט אויף אריין
אבער סקען זיין אז וויבאלד סווערט אזוי פארשפרייט איז עס פי.אר. פארן שטיבעל אפשר וועט עס אהערשלעפן שרייבערס?
...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאס איז דער מציאות העולם, אין חסידות כבתחילתו, מען קען נישט אנהאלטן מאמענטום און ענטוזיאזם אויף איין זאך א לאנגע צייט, סדר העולם איז אז אפילו דער גרעסטער עושר ווערט צוגעוואוינט צו זיינע תאוות און נעמט עס פאר גרענטעד, עס מיינט נישט אז ער האט נישט הנאה דערפון, נאר די אינישעל עקסייטמענט וועפט אויס, און עס איז שווער נאכאנאנד צו דאנקען. אפילו דעם באשעפער וואס טוט מיט אונז נסים ונפלאות ערב ובוקר וצהרים נעמט מען נישט אינאכט וויפיל מען דארף דאנקען ווייל מען איז צוגעוואוינט, מען דארף חיזוק דערצו.

עכ"פ וויל איך דא מגלה דעת זיין אז כאטש איך שרייב נישט גענוג מיינע הכרת הטוב געפילן פאר אדנירם מיט זיין שטאב, בין איך אים/זיי שטארק דאנקבאר, און איך אפרישיעט די עבודת הקודש בדמים תרתי משמע, און אויב כ'וועל האבן מער צייט בקרוב וועל איך שרייבן מער בפרטיות מיינע איינדרוקן, אבער אל תאמרו מדשתקי ש"מ לא ניחא לי, ובזה יצאתי.

פאר די מנהלים וויל איך פארשלאגן אפשר קען מען מאכן א סיסטעם אז מען קען נישט דאונלאודן דעם וועקער נאר אויב מען ווארפט אריין לכה"פ 20 לייקס פאר אדנירם...?? חלום ווייטער.

און אויך וויל איך מכריז ומודיע זיין כדי נישט צו זיין א מתעטף בטלית שאינו שלו, כ'זעה אז מען דערמאנט מיין נאמען אין איין שורה מיט פיקאסא און שטיסל, כאילו איך האב צוגעהאלפן ווי זיי, וויל איך זאגן כ'קום נישט צו לקרסולי רגליהם, לא מיני' ולא מקצתי', אויסער אריינשטעקן מיין נאז זעהן צי ס'שמעקעדיג טו איך גארנישט... בעת שטיסל און פיקאסא לייגן אריין שעות ארוכות מדי יום ביומו ומדי לילה בלילותו, אפגערעדט פון שש אליין, ער אטעמט דאך דער וועקער (א היכי תמצא אז א מענטש וואס שלאפט נישט דארף א "וועקער"?...) און געוואלדיג מיט זיינע געלט אקציעס איז אויך נישט אוועקצומאכן, גראדע דער גבאי אין מיין ביהמ"ד פארציילט מיר שטילערהייט אז עפעס א איד מיט א לאנגע בארד איז אים געקומען פרעגן צי ער קען מאכן אן אפיל נאך אשרי ובל"צ פאר דעם וועקער, אבער דערווייל האט ער אים נישט געגעבן קיין רשות, ווייל ער נעמט נאר פעימענטס ביי פעיפעל און אונזער רב וועט קנייטשן מיט די אויגן אויף אזא דערהער. עכ"פ ער שלאפט נישט.

ופטור בלא כלום א"א, וויל איך קודם אויסדרוקן מיין דאנק פאר די חינוך ארטיקל, עס איז מלא וגדוש מיט גוטע רעיונות (און בל"נ כ'וועל בקרוב צולייגן מיינע צוויי צענט אויב איינער איז אינטרעסירט), ווי אויך די ארטיקל פון פליקער איז ממש מורא'דיג, כ'קען זיך נישט איבערקומען, ה' ישלח רפו"ש לכל חולי ישראל.

צום ווידערזעהן.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיך נאכאמאל איבערגעבן מיינע פערזענליכע געפילן און איינדרוקן אויף די ערשינענע ארטיקלען אינעם וועקער נומער פיר:


1. נאכן האבן חזקה, נעם איך שוין אלס דבר פשוט צו שטיין מיטן מייק אין האנט און דרש'ענען עדיטאריעלס... הפנים, כלום אדם מעיד על עצמו? כאטש האב איך ארויסגעברענגט מיינע געפילן, און אין איינוועגס באוויזן א קונץ פון רעדן וועגן די פרשה פונעם וואך, די נייע חודש, דער מספר 'פיר' פונעם וועקער, און דער הויפט ארטיקל.


2. די בריוו צום מערכת האט אריינגענומען איבער פיר לענגערע בריוו, צוויי פון זיי וואס זענען נאכנישט געזען געווארן פריער און זענען געשיקט געווארן עקסקלוסיוו צום וועקער. הצד השוה שבהם, אז זיי זענען נישט סתם געמאלן וואסער נאר האבן ארויסגעברענגט אינטרעסאנטע אבזערוואציעס און נקודות.


3. קל וחומר נעמט ארויס פון ארסענאל די פארמאכטע פעקעדזשעס. כ'מיין, 'קינדער'. ער שרייט הוציאה ממסגר נפשי, און מיר אלע שטוינען צו זיין געוואלדיגע כח אין ארויסהאבן דעם נפש הילד. זיין עקספערטיז דערין מאכט מיר מכריז זיין אז ער ארבעט אין ספעשל עדס... (#נו-גילוי!!!).


4. ווען אונזערע מגידים זענען ביזי מיט סמארטפאנס און פיר סלייס קאפלעך, בלייבט נישט איבער וועם צו פרעגן איבער יסודות ווי נשמה און באוואוסטזיניגקייט, חוץ פון הרב הפרופ' הדארווין החדש מורינו ירמיהו הנביא מארץ בריטניה. שטייצעך, אז נאר אזא טיפער דענקער ווי אונזער חכם [tag]אבטולמוס[/tag], קען אפירברענגען אזא שיינע שמועס. 'ווי וואנט מאר!'.


5. [tag]ונבנתה העיר[/tag] אטאקירט! כלומר, ער מאכט אן אנגריף אויפן גוף, אן אטאקע אויפן נפש הבהמית, ער שטרענגט אן דעם נשמה שבמח צו דערהערן דעם געשריי 'מלך בשדה'. ונבנתה, נאר אזויווי ונבתה קען, קונצלט אוועק ווי בן גבירול, איז זיך מתגעגע ווי ר' יהודה הלוי, און איז אפ טו דעיט ווי ח"נ ביאליק. דאס איז א מאמר בדרך פאעזיע!


6. אויב איינער איז צומישט און וויל ווערן קלאר נאר לשם ווערן עודך צומישט, זאל זיך ווענדן צום כוזרי החדש... [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] אנטפלעקט זיך אלס ערשט קלאסיגער טעאלאג, אבער נישט קלענערע קונצלער. ער רעדט נישט פון קיין גאט, דאס ווערט מובן מאליו נאכן ווערן געקארנערט אזוי שארף - אבער איידל - ווי ליטוואק יכול'ט.


7. פאר וועם ס'האט זיך געדאכט אז [tag]פליקער[/tag] קען אונז צופליקן פאר געלעכטער, איז שאקירט געווארן פאריגע חודש צו זען אז כוחו אונז צו צופליקן די נשמה מיט א הארץ רייסנדע טאגבוך. אבער ווער ס'האט געמיינט אז ער קען אונז נאר צופליקן פאר געלעכטער אדער געוויין, האט יעצט געזען אז דער פליקט ארויס הפלא'דיגע ידענות אין רפואה, די היסטאריע פון קענסער והמסתעף, אז מיר אלע ווערן צופיצלט און צופליקט פונעם ניי אנטדעקטן ריז. אי מלכא את, שארף אפטער אויס דיין פעדער!


8. דער אלטנייער תושב [tag]העניך[/tag], בייסט אריין אינעם אלימפיקס, שניידט אריין אין אונזער קאנטשעס איבער וואס מיר דארפן זיך ארויסלערנען דערפון, זייענדיג דער ריכטיגער פרשן פון 'מכל מלמדי השכלתי'. א חידוש פון באשרייבן א מענטש, און צום סוף אויסדרייען דעם דאשיק צו אירע ליינער...!


9. 'וואס קענען מיר טון צו פארבעסערן דעם צוקונפט פון אונזערע קינדער'? שרייט דער וועקער. דער חלק ב' פונעם מצב החינוך ארטיקל, געבט א לענגערע דעטאלירטע מהלך וויאזוי מיר קענען און דארפן טוישן די חינוך סיסטעם אין ת"ת'ס און ישיבות, און מיר האפן טאקע אז עס וועט אנקומען צו די אויערן פון די ריכטיגע אינסטאנצן, און די עסקנים'לעך למיניהם זאלן אקצעפטירן די געדאנקען אנשטאטס זוכן די נעקסטע פריצות פראבלעם.


גאנצע ניין ארטיקלן ["א צענטער, א צענטער"...].
לכו"ע א ריזן מספר ארטיקלן פון מדור 'חדשות אני מגיד'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מדור 'חדשים גם ישנים' שלאפט אוועק צוזאמען מיט קאווע שטיבל. אין די זומער איז מען אויסגעצויגן אויפן ליג-שטול כאפנדיג א טעען, און קיינער שרייבט נישט...

10. אחד היה אדנירם, מיטן המשך פון 'וישא משלו' [משלי שש בלע"ז], וואס איז אריין למשמרת עולם. בעלי חדי עין, האבן געקענט זען דעם זעלבסט צענזור וואס איז אדורכגעפירט געווארן, משום עינא בישא שבשוק, וד"ל.

[center]***[/center]

11. מיר האבן כמעט מחיה מתים געווען דער לעגענדארער אלכסנדר מוקדון, מיטן רייכן פענע פון [tag]ממי_שאמרו[/tag] ז"ל, וואס האט אונז געמאכט שפירן ווי דער בעל השמועה איז עומד כנגדו. פון שמעון הצדיק ביז דריוש מלך פרס, איז עס געווען א גאר אינטרעסאנטע קאפיטל היסטאריע. ווער רעדט נאך ווען די חברי המערכת שטעלן אריין שיינע בילדער, אז ס'זאל זיין בבחינת 'יראה' בעל השמועה עומד כנגדו. דאס איז שוין טשיז קעיק מיט די טשערי אן די פיי.


12. לעסט באט נאט ליעסט, דער לעגענדע פון ק"ש, החכם [tag]יידל[/tag] ז"ל, מיט זיין מעכטיגער אפהאנדלונג איבער סייענטיסטן. 'וואס ווייסן דען די וויסנשאפטלער' איז א מאסיווער ארטיקל, און די גראפיקס פון [tag]פיקאסא[/tag] געבן עס דעם ריכטיגן אפעקט. נאר א רחמנות אויף ר' מיכל'ע ניקלשבורגער וואס דארף זיך אייביג אריינדרייען אין א סומאטוכע...


און מיט דעם פארענדיגן מיר אויך מדור 'מן הגנזים'.


-----------
ווער נאך עס האט וואס צו זאגן איבער די ארטיקלן, זאל זיך ביטע אנרופן אינעם אשכול.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין סלאגאן: "דער-וועקער-וועקט", האט [tag]געוואלדיג[/tag] באוויזן צו אילוסטרירן מיטן מאכן א מגבית ה-$700, וואס איז אויסגעפירט געווארן מיט אזא סוקסעס אז ס'איז אריין אפילו מער! דאס ווייזט - פארשטייט זיך - אויך אויף די כשרון פון אונזער 'אברהם סלאנים', וואס ווייסט וויאזוי צו זיין א גוטע פאנדרעיזער.

כ'האף אז זיין נייע געלט-ציל וועט אויך אדורכגעפירט ווערן מיט סוקסעס.



-----------
"דער וועקער" נומער פינף פארט שוין ארויס אין וועג...
דער שר החוץ [tag]שלום שטיסל[/tag] וועט שוין איינמעלדן די פרטים דערוועגן, אויף זיין 'אייגנארטיגן' שטייגער...
פארשפארט